{ "language": "he", "title": "Proverbs", "versionSource": "http://opensiddur.org/praxes/study/yehoyeshs-yiddish-translation-of-the-tanakh/", "versionTitle": "Yehoyesh's Yiddish Tanakh Translation [yi]", "license": "Public Domain", "versionNotes": "This 1941 translation published by Yehoʼash Farlag Gezelshaft is in the public domain. A transcribed digitized version was produced by Itsik \"Robert\" Goldenberg, et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager. That version was graciously shared with the Open Siddur Project, from which the text was imported by Sefaria.", "actualLanguage": "yi", "languageFamilyName": "yiddish", "isBaseText": false, "isSource": false, "direction": "rtl", "heTitle": "משלי", "categories": [ "Tanakh", "Writings" ], "text": [ [ "די שפּריכװערטער פֿון שלמה דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך פֿון ישׂראל;", "כּדי צו װיסן חכמה און מוסר, צו פֿאַרשטײן די װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט;", "צו נעמען דעם מוסר פֿון קלוגשאַפֿט, גערעכטיקײט און רעכט און יושר;", "צו געבן די נאַרן געשײַטקײט, דעם יונגן קענשאַפֿט און געדאַנקען;", "דער חכם זאָל הערן און מערן לערנונג, און דער פֿאַרשטאַנדיקער זאָל קריגן תּחבוּלות;", "צו פֿאַרשטײן אַ שפּריכװאָרט און אַ מליצה, די װערטער פֿון די חכמים און זײערע רעטענישן.", "דער אָנהײב פֿון קענשאַפֿט איז מורא פֿאַר גאָט, אָבער די נאַרן פֿאַראַכטן חכמה און מוסר. ", "הער צו, מײַן זון, דעם מוסר פֿון דײַן פֿאָטער, און זאָלסט ניט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער;", "װאָרום אַ קראַנץ פֿון חן װעלן זײ זײַן פֿאַר דײַן קאָפּ, און האַלדזבענדער פֿאַר דײַן האַלדז.", "מײַן זון, אַז די זינדיקע װעלן דיך אָנרעדן, זאָלסטו ניט אײַנװיליקן. ", "אַז זײ װעלן זאָגן: „קום מיט אונדז!לאָמיר לױערן אױף בלוט, לאָמיר לאָקערן אױפֿן אומשולדיקן פֿאַר אומזיסט;", "לאָמיר זײ אײַנשלינגען לעבעדיקערהײט װי די אונטערערד, און גאַנצערהײט װי די װאָס נידערן אין גרוב; ", "אַלערלײ טײַערע גוטס װעלן מיר געפֿינען, מיר װעלן אָנפֿילן אונדזער הױז מיט רױב; ", "װאַרף דײַן גורל צװישן אונדז, אײן בײַטל װעט זײַן בײַ אונדז אַלעמען”;", "זאָלסטו ניט גײן, מײַן זון, מיט זײ אין װעג, פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון זײער שטעג. ", "װאָרום זײערע פֿיס לױפֿן צו בײז, און זײ אײַלן צו פֿאַרגיסן בלוט. ", "װאָרום אומשולדיק איז אױסגעשפּרײט די נעץ, אין די אױגן פֿון אַלע געפֿליגלטע, ", "בעת מע לױערט אױף זײער בלוט, מע לאָקערט אױף זײערע לעבנס. ", "אַזױ זײַנען די װעגן פֿון איטלעכן װאָס איז גײַציק נאָך רױב; עס נעמט אַװעק דאָס לעבן פֿון דעם װאָס האָט עס. ", "די חכמה שרײַט אױף דער גאַס, אין די מערק לאָזט זי אַרױס איר קָול;", "אין עק פֿון רױשיקע גאַסן רופֿט זי, בײַ די טױעראײַנגאַנגען, אין שטאָט, רעדט זי אירע רײד:", "ביז װאַנען, איר פֿאַרנאַרטע, װעט איר ליב האָבן נאַרישקײט, און די שפּעטער װעלן זיך גלוסטן געשפּעט, און די נאַרן װעלן פֿײַנט האָבן װיסן?", "קערט אײַך צו מײַן מוסר, אָט װעל איך אױסגיסן מײַן גײַסט צו אײַך, איך װעל אײַך מאַכן װיסן מײַנע װערטער. ", "װײַל איך האָב גערופֿן, און איר האָט ניט געװאָלט, אױסגעשטרעקט מײַן האַנט, און קײנער האָט ניט פֿאַרנומען, ", "נאָר איר האָט געמאַכט צו נישט מײַן יעטװעדער עצה, און מײַן מוסר האָט איר ניט געװאָלט, ", "װעל איך אױך לאַכן אױף אײַער בראָך, איך װעל שפּעטן װען אײַער שרעק װעט קומען; ", "װען עס קומט װי אַ געװיטער אײַער שרעק, און אײַער בראָך װעט װי אַ שטורעמװינט אָנקומען; װען עס קומט אױף אײַך נױט און אַנגסט. ", "דענצמאָל װעלן זײ מיך רופֿן, און איך װעל ניט ענטפֿערן, זײ װעלן מיך זוכן, און װעלן מיך ניט געפֿינען. ", "דערפֿאַר װאָס זײ האָבן פֿײַנט געהאַט װיסן, און גאָטספֿאָרכטיקײט ניט אױסגעװײלט;", "ניט אײַנגעװיליקט צו מײַן עצה, פֿאַראַכט מײַן גאַנצן מוסר. ", "דרום װעלן זײ עסן פֿון דער פֿרוכט פֿון זײער װעג, און מיט זײערע עצות זיך זעטן. ", "װאָרום די אָפּקערונג פֿון די פֿאַרנאַרטע װעט זײ הרגען, און די שלװה פֿון די נאַרן װעט זײ אונטערברענגען. ", "אָבער דער װאָס הערט מיר צו װעט װױנען אין זיכערקײט, און באַרוט זײַן פֿון שרעק פֿאַר בײז." ], [ "מײַן זון, אַז דו װעסט אָננעמען מײַנע װערטער, און מײַנע געבאָט װעסטו באַהאַלטן בײַ זיך, ", "צוצולײגן צו חכמה דײַן אױער, נײַגן דײַן האַרץ צו פֿאַרשטאַנדיקײט;", "נאָר בלױז צום שׂכל װעסטו רופֿן, צו פֿאַרשטאַנדיקײט אױפֿהײבן דײַן קָול; ", "אַז דו װעסט זי זוכן װי זילבער, און װי נאָך אוֹצרות זי פֿאָרשן;", "דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן מורא פֿאַר יהוה, און דערקענונג פֿון גאָט װעסטו געפֿינען. ", "װאָרום יהוה שענקט חכמה, פֿון זײַן מױל איז װיסן און פֿאַרשטאַנדיקײט. ", "ער באַהאַלט פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע הילף, אַ שילד פֿאַר די װאָס גײען מיט ערלעכקײט, ", "אױפֿצופּאַסן די שטעגן פֿון גערעכטיקײט, און די װעגן פֿון זײַנע פֿרומע באַהיט ער. ", "דענצמאָל װעסטו פֿאַרשטײן גערעכטיקײט און רעכטאון יושר – יעטװעדער גוטן װעג. ", "װאָרום חכמה װעט קומען אין דײַן האַרצן, און װיסן װעט זײַן זיס פֿאַר דײַן זעל. ", "קלוגשאַפֿט װעט אױפֿפּאַסן אױף דיר, פֿאַרשטאַנדיקײט װעט דיך באַהיטן; ", "דיך מציל צו זײַן פֿון דעם שלעכטן װעג, פֿון די לײַט װאָס רעדן פֿאַרקערטקײט;", "װאָס פֿאַרלאָזן די שטעגן פֿון רעכטפֿאַרטיקײט, צו גײן אין די װעגן פֿון פֿינצטערניש;", "װאָס פֿרײען זיך צו טאָן בײז, װאָס קװעלן פֿון בײזער פֿאַרקערטקײט;", "װאָס זײערע װעגן זײַנען קרום, און װאָס זײַנען פֿאַרדרײט אין זײערע גענג. ", "כּדי דיך מציל צו זײַן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ, פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד;", "װאָס פֿאַרלאָזט דעם האַר פֿון איר יוגנט, און דעם בונד פֿון איר גאָט האָט זי פֿאַרגעסן;", "װאָרום איר הױז נידערט צום טױט, און אירע שטעגן צו די מתים;", "אַלע װאָס קומען צו איר, קערן זיך ניט אום, און דערגרײכן ניט די װעגן פֿון לעבן. ", "כּדי זאָלסט גײן אין דעם װעג פֿון די גוטע, און די שטעגן פֿון די גערעכטע זאָלסטו אָפּהיטן. ", "װאָרום די רעכטפֿאַרטיקע װעלן באַװױנען דאָס לאַנד, און די אומשולדיקע װעלן בלײַבן דערין. ", "אָבער די רשָעים װעלן פֿאַרשניטן װערן פֿון לאַנד, און די פֿעלשער װעלן אַרױסגעריסן װערן פֿון איר." ], [ "מײַן זון, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן מײַן לערנונג, און מײַנע געבאָט זאָל היטן דײַן האַרץ. ", "װאָרום אַריכת-ימים און יאָרן פֿון לעבןאון פֿריד װעלן זײ דיר צוגעבן. ", "גענאָד און אמת זאָלן דיך ניט פֿאַרלאָזן, בינד זײ אַרום דײַן האַלדז, שרײַב זײ אָן אױפֿן טאָװל פֿון דײַן האַרצן, ", "און געפֿין לײַטזעליקײט און גוטן חןאין די אױגן פֿון גאָט און פֿון לײַט.", "פֿאַרזיכער זיך אױף גאָט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און אױף דײַן פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו זיך ניט אָנלענען. ", "אין אַלע דײַנע װעגן טו אים קענען, און ער װעט גלײַך מאַכן דײַנע שטעגן.", "זאָלסט ניט זײַן אַ חכם אין דײַנע אױגן, האָב מורא פֿאַר גאָט, און קער זיך אָפּ פֿון בײז. ", "דאָס װעט זײַן אַ הײלונג פֿאַר דײַן נאָפּל, און אַ זאַפֿט פֿאַר דײַנע בײנער.", "גיב כּבֿוד צו גאָט פֿון דײַן גוטס, און פֿונעם ערשטן פֿון אַל דײַן תּבֿואה, ", "און דײַנע שפּײַכלערס װעלן פֿול זײַן מיט זעט, און דײַנע קעלטערס װעלן פֿלײצן מיט װײַן.", "דעם מוסר פֿון גאָט זאָלסטו, מײַן זון, ניט פֿאַראַכטן, און זאָלסט ניט פֿאַראומװערדיקן זײַן שטראָף. ", "װאָרום דעם װאָס גאָט האָט ליב, דעם שטראָפֿט ער, און װי אַ פֿאָטער דעם זון װאָס ער האָט האָלט. ", "װױל צו דעם מענטשן װאָס געפֿינט חכמה, און דעם מענטשן װאָס קריגט פֿאַרשטאַנדיקײט. ", "װאָרום איר סחורה איז בעסער װי סחורה פֿון זילבער, און מער װי גינגאָלד איר אײַנקום. ", "זי איז טײַערער פֿון פּערל, און אַלע דײַנע חפֿצים זײַנען ניט גלײַך צו איר. ", "אַריכת-ימים איז אין איר רעכטער האַנט, אין איר לינקער עשירות און כּבֿוד. ", "אירע װעגן זײַנען װעגן פֿון ליבלעכקײט, און אַלע אירע שטעגן זײַנען שלום. ", "אַ בױם פֿון לעבן איז זי פֿאַר די װאָס האַלטן זי פֿעסט, און דער װאָס האַלט זיך אָן איר איז באַגליקט.", "גאָט האָט מיט חכמה געגרונטפֿעסט די ערד, ער האָט אױפֿגעשטעלט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט. ", "דורך זײַן װיסן האָבן זיך די תּהומען געשפּאָלטן, און די הימלען טריפֿן טױ. ", "מײַן זון, זאָלן זײ ניט אַװעק פֿון דײַנע אױגן;היט קלוגשאַפֿט און געשײַטקײט, ", "און זײ װעלן זײַן לעבן פֿאַר דײַן לײַב, און חן אױף דײַן האַלדז. ", "דענצמאָל װעסטו גײן אין זיכערקײט דײַן װעג, און װעסט ניט אָפּשלאָגן דײַן פֿוס. ", "אַז דו װעסט זיך לײגן װעסטו ניט אַנגסטן, און װעסט ליגן, און זיס װעט זײַן דײַן שלאָף. ", "זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר אַן אומגעריכטן שרעק, און פֿאַר דער פֿאַרװיסטונג פֿון די רשָעים, װען זי קומט. ", "װאָרום גאָט װעט זײַן דײַן בטחון, און װעט היטן דײַן פֿוס פֿון באַצװינגעניש. ", "זאָלסט ניט פֿאַרמײַדן גוטס פֿון דעם װאָס דאַרף עס, װען דײַן האַנט האָט בכּוח צו טאָן. ", "זאָלסט ניט זאָגן צו דײַן חבֿר: „גײ, און קום װידער, און מאָרגן װעל איך געבן”, װען דו האָסט בײַ זיך. ", "זאָלסט ניט טראַכטן אַ רָעה אױף דײַן חבֿר, װען ער זיצט אין זיכערקײט בײַ דיר. ", "זאָלסט זיך ניט קריגן מיט אַ מענטשן אומזיסט, אױב ער האָט דיר ניט געטאָן קײן רָעה.", "זאָלסט ניט מקנא זײַן דעם מאַן פֿון אומרעכט, און זאָלסט ניט אױסװײלן קײנעם פֿון זײַנע װעגן. ", "װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט איז דער פֿאַרקערטער, און מיט די רעכטפֿאַרטיקע איז ער פֿאַרטרױט.", "די קללה פֿון גאָט איז אין הױז פֿון רָשע, און די װױנונג פֿון צדיק בענטשט ער. ", "אױב שפּעטער – מאַכט ער זײ צום געשפּעט, אָבער די שטילע גיט ער חן. ", "כּבֿוד אַרבן די חכמים, און נאַרן קלײַבן אױף שאַנד." ], [ "הערט צו, קינדער, דעם מוסר פֿון אַ פֿאָטער, און פֿאַרנעמט, כּדי צו קענען פֿאַרשטאַנדיקײט. ", "װאָרום אַ גוטע לער גיב איך אײַך, איר זאָלט מײַן תּורה ניט פֿאַרלאָזן. ", "װאָרום איך בין אױך געװען אַ זון בײַ מײַן פֿאָטער, אַ ציטעריקער און אַן אײנאײנציקער פֿאַר מײַן מוטער. ", "און ער האָט מיך געלערנט, און מיר געזאָגט:זאָל דײַן האַרץ זיך האַלטן אָן מײַנע װערטער, היט מײַנע געבאָט, און לעב. ", "קױף חכמה, קױף פֿאַרשטאַנדיקײט;זאָלסט ניט פֿאַרגעסן, און זיך ניט אָפּנײַגן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל. ", "זאָלסט זי ניט פֿאַרלאָזן, און זי װעט דיך באַהיטן, האָב זי ליב, און זי װעט דיך אױפֿפּאַסן. ", "דער אָנהײב פֿון חכמה איז: קױף חכמה, יאָ, מיט דײַן גאַנצן אײגנס קױף פֿאַרשטאַנדיקײט. ", "האַלט זי הױך, און זי װעט דיך דערהײבן;זי װעט דיר אָנטאָן כּבֿוד, אַז דו װעסט זי האַלדזן. ", "זי װעט געבן דײַן קאָפּ אַ קראַנץ פֿון חן, אַ קרױן פֿון שײנקײט װעט זי דיר דערלאַנגען. ", "הער, מײַן זון, און פֿאַרנעם מײַנע װערטער, און דיר װעלן געמערט װערן יאָרן פֿון לעבן. ", "אין דעם װעג פֿון חכמה האָב איך דיך געלערנט, דיך געפֿירט אין די שטעגן פֿון רעכטפֿאַרטיקײט. ", "אַז דו װעסט גײן, װעט ניט ענג זײַן דײַן טריט, און אַז דו װעסט לױפֿן, װעסטו ניט געשטרױכלט װערן. ", "האַלט זיך אָן מוסר, זאָלסט ניט אָפּלאָזן, היט דאָס אָפּ, װאָרום דאָס איז דײַן לעבן. ", "אין שטעג פֿון די רשָעים זאָלסטו ניט קומען, און ניט טרעטן אין װעג פֿון די שלעכטע. ", "מײַד אים אױס, זאָלסט אים ניט פֿאַרבײַגײן, װײַך פֿון אים, און גײ אַװעק. ", "װאָרום זײ קענען ניט שלאָפֿן װוּ זײ טוען ניט שלעכטס, און זײער שלאָף איז גערױבט װוּ זײ מאַכן ניט שטרױכלען. ", "װאָרום זײ שפּײַזן זיך מיט שפּײַז פֿון שלעכטס, און װײַן פֿון רױב טרינקען זײ. ", "אָבער דער שטעג פֿון די צדיקים איז װי דאָס ליכט פֿון באַגינען, װאָס װערט אַלץ ליכטיקער ביז אין רעכטן טאָג. ", "דער װעג פֿון די רשָעים איז װי פֿינצטערניש, זײ װײסן ניט אָן װאָס זײ װעלן געשטרױכלט װערן.", "מײַן זון, פֿאַרנעם מײַנע רײד, נײַג צו דײַן אױער צו מײַנע װערטער. ", "זאָלן זײ זיך ניט אָפּטאָן פֿון דײַנע אױגן; היט זײ אין דײַן האַרצן. ", "װאָרום זײ זײַנען לעבן פֿאַר די װאָס געפֿינען זײ, און אַ הײלונג פֿאַר זײער גאַנצן לײַב. ", "מער פֿון יעטװעדער היטונג פּאַס אױף דײַן האַרץ, װאָרום פֿון אים זײַנען די אַרױסגאַנגען פֿון לעבן. ", "טו אָפּ פֿון דיר אַ קרום מױל, און פֿאַרקערטע ליפּן דערװײַטער פֿון דיר. ", "דײַנע אױגן זאָלן קוקן אַנטקעגן, און דײַנע ברעמען זאָלן בליקן גלײַך פֿאַר דיר. ", "האַלט גלײַך דעם שטעג פֿון דײַנע פֿיס, און אַלע דײַנע װעגן זאָלן זײַן ריכטיק. ", "זאָלסט זיך ניט נײַגן רעכטס אָדער לינקס, טו אָפּ דײַן פֿוס פֿון שלעכטס." ], [ "מײַן זון, פֿאַרנעם מײַן חכמה, נײַג דײַן אױער צו מײַן פֿאַרשטאַנדיקײט, ", "כּדי זאָלסט אָפּהיטן געשײַטקײט, און דײַנע ליפּן זאָלן אױפֿפּאַסן קענשאַפֿט. ", "װאָרום האָניקזאַפֿט טריפֿן די ליפּן פֿון דער פֿרעמדער, און גלאַטער פֿון בױמל איז איר גומען. ", "אָבער איר סָוף איז ביטער װי װערמוט, שאַרף װי אַ צװײשנײַדיקע שװערד. ", "אירע פֿיס נידערן צום טױט, אין אונטערערד שפּאַרן אָן אירע פֿיס. ", "כּדי זי זאָל ניט גײן דעם גלײַכן װעג פֿון לעבן, װאָגלען אירע שטעגן, זי װײס ניט װוּהין. ", "און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו, און איר זאָלט ניט אָפּקערן פֿון די װערטער פֿון מײַן מױל. ", "דערװײַטער פֿון איר דײַן װעג, און זאָלסט ניט גענענען צום אײַנגאַנג פֿון איר הױז, ", "כּדי זאָלסט ניט געבן צו אַנדערע דײַן פֿרישקײט, און דײַנע יאָרן צו אַן אַכזר;", "כּדי פֿרעמדע זאָלן זיך ניט זעטן מיט דײַן קראַפֿט, און דײַן מי זאָל ניט אָנקומען אין הױז פֿון אַ װילדפֿרעמדן;", "און װעסט ברומען אין דײַן סָוף, װען דײַן לײַב און דײַן פֿלײש װעט זײַן פֿאַרלענדט, ", "און װעסט זאָגן: װי האָב איך פֿײַנט געהאַט מוסר, און שטראָף האָט פֿאַראַכט מײַן האַרץ, ", "און איך האָב ניט צוגעהערט דעם קָול פֿון מײַנע װעגװײַזער, און צו מײַנע לערער ניט צוגענײַגט מײַן אױער! ", "איך בין שיר ניט געװאָרן אַל דאָס בײזאין דער אײַנזאַמלונג און עדה.", "טרינק װאַסער פֿון דײַן גרוב, און לױפֿיקס פֿון דײַן ברונעם. 16דײַנע קװאַלן װעלן זיך צעשפּרײטן דערױסן, אין די גאַסן – די בעכן װאַסער. ", "", "דיר אַלײן װעלן זײ געהערן, און ניט צו פֿרעמדע מיט דיר. ", "זאָל דײַן קװאַל זײַן געבענטשט, און פֿרײ זיך מיט דער װײַב פֿון דײַן יוגנט. ", "די ליבלעכע הינדין, און די חֵנעװדיקע הירשין, אירע בריסט זאָלן דיך זעטן אין אַלע צײַטן, און צו איר ליבשאַפֿט זאָלסטו זײַן איבערגעגעבן תּמיד. ", "און נאָך װאָס, מײַן זון, זאָלסטו זיך אָפּגעבן מיט אַ פֿרעמדער, און אַרומנעמען דעם בוזעם פֿון אַן אַנדערער?", "װאָרום פֿאַר גאָטס אױגן זײַנען די װעגן פֿון אַ מענטשן, און אַלע זײַנע שטעגן לײגט ער אױס. ", "זײַנע אײגענע זינד באַצװינגען דעם רָשע, און אין די שטריק פֿון זײַן חטא װערט ער פֿאַרהאַלטן. ", "ער שטאַרבט אָן מוסר;און דורך זײַן גרױס נאַרישקײט װערט ער פֿאַרבלאָנדזשעט." ], [ "מײַן זון, אױב דו ביסט עָרבֿ געװען פֿאַר דײַן חבֿר, געגעבן דײַן האַנט פֿאַר אַ פֿרעמדן, ", "ביסטו געכאַפּט אין די װערטער פֿון דײַן מױל, ביסטו געפֿאַנגען אין די װערטער פֿון דײַן מױל. ", "טו דאָס דען, מײַן זון, און װער ניצול, אַז דו ביסט אַרײַנגעפֿאַלן אין דײַן חבֿרס האַנט:גײ, װאַרף זיך אַנידער, און שטײ-צו צו דײַן חבֿר. ", "זאָלסט ניט געבן קײן שלאָף צו דײַנע אױגן, און קײן שלומער צו דײַנע ברעמען. ", "זײַ דיך מציל װי אַ הירש אױס דער האַנט, און װי אַ פֿױגל פֿון פֿאַנגערס האַנט.", "גײ צו דער מוראַזשקע, דו פֿױלער, זע אירע װעגן, און װער קלוג; ", "הגם זי האָט ניט קײן פֿירער, קײן אױפֿזעער און קײן געװעלטיקער, ", "גרײט זי אָן אום זומער איר ברױט, האָט זי אָנגעקליבן אין שניטצײַט איר שפּײַז. ", "ביז װאַנען, דו פֿױלער, װעסטו ליגן?װען װעסטו אױפֿשטײן פֿון דײַן שלאָף?", "„נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען, נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט”;", "און קומען װי אַ גײ-חיל װעט דײַן אָרימקײט, און דײַן נױט װי אַ געפּאַנצערטער מאַן.", "אַ נידערטרעכטיקער מענטש, אַ מאַן פֿון אומרעכט, איז דער װאָס גײט אום מיט אַ קרומען מױל, ", "װאָס װינקט מיט זײַנע אױגן, װאָס שאַרט מיט זײַנע פֿיס, װאָס טײַטלט מיט זײַנע פֿינגער. ", "פֿאַרקערטקײט איז אין זײַן האַרצן, ער טראַכט בײז אין יעטװעדער צײַט, קריג מאַכט ער אָן. ", "דרום װעט פּלוצלינג קומען זײַן אומגליק, פּלוצים װעט ער צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט ניט זײַן.", "זעקס זײַנען די װאָס גאָט האָט פֿײַנט, און זיבן די אומװערדיקײט פֿון זײַן זעל:", "האָפֿערדיקע אױגן, אַ ליגנערישע צונג, און הענט װאָס פֿאַרגיסן אומשולדיק בלוט;", "אַ האַרץ װאָס טראַכט מחשבֿות פֿון אומרעכט;פֿיס װאָס אײַלן צו לױפֿן צום בײזן;", "אַ פֿאַלשער עדות װאָס אָטעמט מיט ליגנס, און דער װאָס מאַכט אָן קריג צװישן ברידער.", "היט, מײַן זון, דאָס געבאָט פֿון דײַן פֿאָטער, און זאָלסט ניט פֿאַרלאָזן די לער פֿון דײַן מוטער. ", "בינד זײ אױף דײַן האַרצן תּמיד, קניפּ זײ אױף דײַן האַלדז. ", "אַז דו װעסט גײן, װעט עס דיך פֿירן, אַז דו װעסט זיך לײגן, װעט עס דיך היטן, און אַז דו װעסט זיך אױפֿכאַפּן, װעט עס רעדן צו דיר. ", "װאָרום דאָס געבאָט איז אַ ליכט, און די לערנונג אַ ליכטיקײט, און דער װעג פֿון לעבן זײַנען שטראָפֿרײד פֿון מוסר;", "דיך צו היטן פֿון דער שלעכטער װײַבספּאַרשױן, פֿון דער גלאַטער צונג פֿון דער פֿרעמדער. ", "זאָלסט ניט גלוסטן איר שײנקײט אין דײַן האַרצן, און זאָל זי דיך ניט נעמען מיט אירע ברעמען. ", "װאָרום איבער אַ זונה קומט מען ביז אַ לעבל ברױט, און אַן אֵשֶת-איש פֿאַנגט די טײַערסטע זעל. ", "קען אַ מענטש שאַרן קױלן אין זײַן בוזעם, און זײַנע בגדים זאָלן זיך ניט אָנצינדן?", "צי קען אַ מענטש גײן אױף קױלן, און זײַנע פֿיס זאָלן ניט אָנגעברענט װערן? ", "אַזױ איז דער װאָס קומט צו זײַן חבֿרס װײַב, קײנער װאָס רירט זי אָן, קומט ניט אָפּ גלאַט. ", "מע קען ניט פֿאַראַכטן דעם גנבֿ אַז ער גנבֿעט, אָנצופֿילן זײַן לײַב װען ער איז הונגעריק. ", "אָבער אַז ער װערט געפֿונען, באַצאָלט ער זיבן מאָל אַזױ פֿיל;דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון זײַן הױז מוז ער אַװעקגעבן. ", "דער װאָס איז מזנה מיט אַ פֿרױ, איז אָן שׂכל, זיך אַלײן ברענגט אום דער װאָס טוט דאָס. ", "שלעג און שאַנד װעט ער קריגן, און זײַן חרפּה װעט ניט אָפּגעמעקט װערן. ", "װאָרום אײפֿערזוכט איז דער גרימצאָרן פֿון אַ מאַן, און ער װעט ניט שױנען אין טאָג פֿון נקמה. ", "ער װעט ניט אַכטן קײן אױסלײזגעלט, און ניט באַװיליקן, װי דו זאָלסט מערן שוחד." ], [ "מײַן זון, היט מײַנע װערטער, און מײַנע געבאָט זאָלסטו באַהאַלטן בײַ דיר. ", "היט מײַנע געבאָט, כּדי זאָלסט לעבן, און מײַן לערנונג, װי דעם שװאַרצאַפּל פֿון דײַנע אױגן. ", "בינד זײ אָן אױף דײַנע פֿינגער, שרײַב זײ אָן אױף דעם טאָװל פֿון דײַן האַרצן. ", "זאָג צו דער חכמה: דו ביסט מײַן שװעסטער;און פֿאַרשטאַנדיקײט זאָלסטו רופֿן פֿרײַנט; ", "כּדי זײ זאָלן דיך באַהיטן פֿון דער פֿרעמדער פֿרױ, פֿון דער אומבאַקענטער װאָס מאַכט גלאַט אירע רײד.", "װאָרום דורכן פֿענצטער פֿון מײַן הױז, דורך מײַן פֿאָרטקע האָב איך אַרױסגעקוקט;", "און איך האָב געזען צװישן די נאַרן, געמערקט צװישן די יונגעלײַט, אַ יונג אָן שׂכל, ", "װי ער גײט פֿאַרבײַ אין גאַס לעבן איר װינקל, און שפּרײַזט אױפֿן װעג צו איר הױז, ", "פֿאַרנאַכט אין אָװנט פֿון טאָג, אין טיפֿער נאַכט און פֿינצטערניש. ", "ערשט אַ פֿרױ קומט אים אָן אַנטקעגן, מיט דעם אָנטו פֿון אַ זונה, און מיט אַ באַהאַלטענעם האַרצן. ", "רױשיק איז זי און אױסגעלאַסן, אירע פֿיס רוען ניט אין איר הױז. ", "אַ מאָל אין גאַס, אַ מאָל אױף די מערק, און בײַ אַלע עקן טוט זי לױערן. ", "און זי נעמט אים אָן, און זי קושט אים, זי פֿאַרשײַט איר פּנים און זאָגט צו אים:", "פֿרידאָפּפֿער האָב איך אױף מיר, הײַנט באַצאָל איך מײַנע נדרים. ", "דרום בין איך אַרױס דיר אַנטקעגן, צו זוכן דײַן פּנים, און איך האָב דיך געפֿונען. ", "מיט דעקן האָב איך איבערגעדעקט מײַן בעט, מיט געשטרײַפֿטע געשפּינסן פֿון מצרַיִם. ", "איך האָב באַשפּריצט מײַן געלעגערמיט מירע, אַלאָע, און צימערינג. ", "קום, לאָמיר זיך זעטן מיט ליבע ביזן פֿרימאָרגן, לאָמיר זיך קװיקן מיט ליבשאַפֿט. ", "װאָרום מײַן מאַן איז ניטאָ אין דער הײם, ער איז אַװעק אױף אַ װײַטן װעג. ", "דאָס בײַטל געלט האָט ער מיטגענומען מיט זיך, אין טאָג פֿון האַלבן חודש װעט ער קומען אַהײם. ", "זי ציט אים מיט איר פֿיל אײַנרעדעניש, מיט אירע גלאַטע ליפּן פֿאַרפֿירט זי אים. ", "ער גײט איר נאָך באַלד, װי אַן אָקס װאָס גײט צו דער שחיטה, און װי אױף אַ קײט צו דער שטראָף פֿון דעם נאַרן. ", "ביז אַ פֿײַל שפּאַלט דורך זײַן לעבער;װי אַ פֿױגל אײַלט צו דער נעץ, און װײס ניט אַז עס איז אום איר לעבן. ", "און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו, און פֿאַרנעמט די װערטער פֿון מײַן מױל. ", "זאָל ניט אָפּקערן צו אירע װעגן דײַן האַרץ, זאָלסט ניט פֿאַרבלאָנדזשען אין אירע שטעגן. ", "װאָרום אַ סך דערשלאָגענע האָט זי אַװעקגעלײגט, און פֿיל זײַנען אירע דערהרגעטע. ", "װעגן צו דער אונטערערד איז איר הױז, זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון טױט." ], [ "פֿאַר װאָר, די חכמה רופֿט, און פֿאַרשטאַנדיקײט לאָזט אַרױס איר קָול. ", "אױפֿן שפּיץ פֿון די הױכע ערטער בײַם װעג, בײַם צונױפֿקום פֿון שטעגן, האָט זי זיך געשטעלט;", "לעבן די טױערן, בײַם אײַנגאַנג פֿון שטאָט, בײַם אַרײַנקום אין די טירן שרײַט זי אױס:", "צו אײַך, מענער, רוף איך, און מײַן קָול איז צו די מענטשנקינדער. ", "איר פֿאַרנאַרטע, פֿאַרשטײט קלוגשאַפֿט, און איר נאַרן, קריגט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ!", "הערט צו, װאָרום געהױבנס װעל איך רעדן, און די עפֿענונג פֿון מײַנע ליפּן װעט זײַן די ריכטיקײט. ", "װאָרום מײַן גומען װעט רעדן אמת, און שלעכטס איז די אומװערדיקײט פֿון מײַנע ליפּן. ", "מיט גערעכטיקײט זײַנען אַלע װערטער פֿון מײַן מױלניטאָ אין זײ פֿאַרדרײטס און קרומס. ", "זײ אַלע זײַנען קלאָר פֿאַרן פֿאַרשטאַנדיקן, און רעכטפֿאַרטיק פֿאַר די װאָס געפֿינען קענשאַפֿט. ", "נעמט מײַן מוסר, און ניט זילבער, און קענשאַפֿט אײדער געקליבנסטע גאָלד. ", "װאָרום חכמה איז בעסער פֿון פּערל, און קײן חפֿצים זײַנען ניט גלײַך צו איר. ", "איך חכמה װױן מיט געשײַטקײט, און קענשאַפֿט פֿון אײַנפֿאַלן טו איך געפֿינען. ", "מורא פֿאַר גאָט איז פֿײַנט האָבן שלעכטס;האָפֿערדיקײט און גאװה, און דעם װעג פֿון שלעכטס, און אַ מױל מיט פֿאַרקערטקײט האָב איך פֿײַנט. ", "איך האָב עצות און בריהשאַפֿט, איך בין פֿאַרשטאַנדיקײט, גבֿורה איז מײַן. ", "דורך מיר קיניגן מלכים, און פֿירשטן מאַכן גערעכטע געזעצן. ", "דורך מיר הערשן די הערשער, און די אַדללײַט – אַלע ריכטער פֿון דער ערד. ", "איך האָב ליב מײַנע ליבהאָבער, און מײַנע זוכער געפֿינען מיך. ", "עשירות און כּבֿוד זײַנען בײַ מיר, גרױס גוטס און הצלחה. ", "מײַן פֿרוכט איז בעסער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד, און מײַן אײַנקום פֿון געקליבנסטן זילבער. ", "אין דעם װעג פֿון רעכטפֿאַרטיקײט גײ איך, אין די שטעגן פֿון גערעכטיקײט;", "צו מאַכן אַרבן מײַנע ליבהאָבער גוטס, און זײערע שאַצקאַמערן זאָל איך אָנפֿילן.", "גאָט האָט מיך באַשאַפֿן אין אָנהײב פֿון זײַן װעג, דאָס ערשטע פֿון זײַנע װערק לאַנג צוריק. ", "פֿון אײביק אָן בין איך געפֿורעמט, פֿון אָנהײב, פֿון אײדער די ערד איז געװען. ", "װען די תּהומען זײַנען נאָך ניט געװעןבין איך געבאָרן געװאָרן, װען ניט געװען נאָך קײן קװאַלןמיט װאַסער באַלאָדן. ", "אײדער די בערג זײַנען אַרײַנגעזעצט געװאָרן, פֿאַר די הײכן, בין איך געבאָרן געװאָרן;", "װען ער האָט נאָך ניט געהאַט געמאַכט ערד און פֿעלדער, און די ערשטע שטױבן פֿון דער װעלט. ", "װען ער האָט צוגעגרײט די הימלען, בין איך געװען דערבײַ;װען ער האָט געצײכנט אַ צירקל אױפֿן געזיכט פֿון תּהָום;", "װען ער האָט באַפֿעסטיקט די װאָלקנס פֿון אױבן, װען ער האָט באַװעלטיקט די קװאַלן פֿון תּהָום, ", "װען ער האָט געשטעלט דעם ים זײַן געזעץ, אַז די װאַסערן זאָלן ניט אַריבערגײן זײַן ראַנד, װען ער האָט באַשטימט די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד, ", "האָב איך זיך דערצױגן בײַ אים;און איך בין געװען אַ פֿרײד טאָגטעגלעך, זיך געשפּילט פֿאַר אים די גאַנצע צײַט;", "זיך געשפּילט אױף זײַן ערדישער װעלט, און מײַן פֿרײד געהאַט בײַ די מענטשנקינדער. ", "און אַצונד, קינדער, הערט מיר צו, און װױל צו די װאָס היטן מײַנע װעגן. ", "הערט צו מוסר, און װערט קלוג, און איר זאָלט ניט פֿאַרװילדערט װערן. ", "װױל צו דעם מענטשן װאָס הערט מיר צו, צו װאַכן בײַ מײַנע טירן טאָגטעגלעך, צו היטן די בײַשטידלען פֿון מײַנע אײַנגאַנגען!", "װאָרום דער װאָס געפֿינט מיך, געפֿינט לעבן, און קריגט באַװיליקונג פֿון גאָט. ", "און דער װאָס פֿאַרפֿעלט מיך, באַרױבט זיך אַלײן, אַלע װאָס האָבן מיך פֿײַנט האָבן ליב דעם טױט." ], [ "חכמה האָט אױפֿגעבױט איר הױז, אױסגעהאַקט אירע זיבן זײַלן. ", "זי האָט געשאָכטן איר שעכטונג, געמישט איר װײַן, אױך געגרײט איר טיש. ", "זי שיקט אירע מײדלעך, זי רופֿטאױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט:", "װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער;װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים:", "קומט עסט פֿון מײַן ברױט, און טרינקט פֿון דעם װײַן װאָס איך האָב געמישט. ", "פֿאַרלאָזט נאַרישקײטן, כּדי איר זאָלט לעבן, און טרעט אין װעג פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט. –", "דער װאָס מוסערט דעם שפּעטער נעמט זיך שאַנד, און דער װאָס שטראָפֿט דעם רָשע – טאַדל אױף זיך. ", "זאָלסט ניט שטראָפֿן דעם שפּעטער, װאָרום ער װעט דיך פֿײַנט קריגן, שטראָף דעם קלוגן, און ער װעט דיך ליב קריגן. ", "גיב דעם קלוגן, און ער װעט נאָך קליגער װערן, לערן דעם גערעכטן, און ער װעט מערן לערנונג. –", "דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר גאָט, און די דערקענונג פֿון דעם הײליקן איז פֿאַרשטאַנדיקײט. ", "װאָרום דורך מיר װעלן געמערט װערן דײַנע טעג, און יאָרן פֿון לעבן װעט מען דיר צולײגן. ", "אױב דו ביסט קלוג, ביסטו קלוג פֿאַר זיך, און ביסטו אַ שפּעטער, װעסטו אַלײן לײַדן. ", "די װײַבספּאַרשױן נאַרישקײט ליאַרעמט;לױטער לײַכטזיניקײט און װײס גאָרנישט. ", "און זי זיצט בײַם אײַנגאַנג פֿון איר הױז, אױף אַ שטול אױף די הױכע ערטער פֿון שטאָט, ", "צו רופֿן די פֿאַרבײַגײערװאָס גײען אױף זײערע גלײַכע װעגן:", "װער עס איז אַ נאַר זאָל פֿאַרקערן אַהער;און װוּ אײנער אָן שׂכל זאָגט זי צו אים: ", "געגנבֿעט װאַסער איז זיס, און פֿאַרבאָרגן ברױט איז געשמאַק. ", "און ער װײס ניט אַז מתים זײַנען דאָרטן, אין די טיפֿענישן פֿון אונטערערד זײַנען אירע געסט." ], [ "די שפּריכװערטער פֿון שלמהן.אַ זון אַ חכם דערפֿרײט זײַן פֿאָטער, און אַ זון אַ נאַר איז דער קומער פֿון זײַן מוטער.", "אומגערעכטע אוֹצרות נוצן ניט, אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.", "גאָט לאָזט ניט פֿאַרהונגערן דעם לײַב פֿון דעם צדיק, און די געריקײט פֿון די רשָעים פֿאַרשטױסט ער.", "אָרים איז דער װאָס אַרבעט מיט אַן אָפּגעלאָזטער האַנט, און די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װערט רײַך.", "אַ קלוגער זון זאַמלט אום זומער, אַ זון אַ טױגעניכטס שלאָפֿט אין שניטצײַט.", "ברכות אױפֿן קאָפּ איז דער צדיק;און דאָס מױל פֿון די רשָעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.", "די דערמאָנונג פֿון צדיק איז אַ בענטשטונג, און דער נאָמען פֿון די רשָעים װערט פֿאַרפֿױלט.", "דער קלוגהאַרציקער נעמט אָן באַפֿעלן, און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.", "דער װאָס גײט מיט ערלעכקײט גײט אין זיכערקײט, און דער װאָס פֿאַרדרײט זײַנע װעגן װערט אָנגעלערנט.", "דער װאָס װינקט מיטן אױג שאַפֿט פֿאַרדראָס, און דער ליפּננאַר װערט געשטרױכלט.", "דאָס מױל פֿון דעם צדיק איז אַ קװאַל פֿון לעבן, און דאָס מױל פֿון די רשָעים פֿאַרשפּרײט אומרעכט.", "שׂנאה װעקט אױף קריג, און אױף אַלע פֿאַרברעכן פֿאַרדעקט ליבשאַפֿט.", "אױף די ליפּן פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן געפֿינט זיך חכמה, און אַ רוט פֿאַרן רוקן פֿון דעם װאָס אָן שׂכל.", "חכמים באַהאַלטן די קענשאַפֿט, אָבער דאָס מױל פֿון די נאַרן איז אַ נאָנטער בראָך.", "דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקע שטאָט, דער בראָך פֿון די אָרימע לײַט איז זײער דלות.", "דער לױן פֿון דעם צדיק איז לעבן, דער אײַנקום פֿון דעם רָשע איז זינד.", "אױפֿן װעג פֿון לעבן איז דער װאָס אַכט אױף מוסר, און דער װאָס פֿאַרלאָזט שטראָפֿרײד פֿאַרבלאָנדזשעט.", "דער װאָס פֿאַרדעקט שׂנאה מיט פֿאַלשע ליפּן, און דער װאָס פֿאַרשפּרײט רכילות, ער איז אַ נאַר.", "בײַ פֿיל װערטער קען ניט אױסגעמיטן װערן זינד, און דער װאָס קאַרגט זײַנע ליפּן איז אַ קלוגער.", "געקליבנסטע זילבער איז די צונג פֿון דעם צדיק, דער שׂכל פֿון די רשָעים איז װינציק װאָס װערט.", "די ליפּן פֿון די צדיקים שפּײַזן אַ סך, אָבער די נאַרן שטאַרבן װײַל זײ פֿעלט שׂכל.", "די ברכה פֿון גאָט, זי מאַכט רײַך, מע דאַרף צו מאָל ניט צולײגן מי דערבײַ.", "װי אַ שפּילכל איז בײַם נאַרן טאָן אַ נבֿלה, און אַ חכמה – בײַ אַ מענטשן מיט שׂכל.", "די שרעקעניש פֿון דעם רָשע, זי װעט קומען אױף אים, און דעם באַגער פֿון די צדיקים װעט מען געבן.", "װי אַ שטורעם גײט אַריבער, אַזױ איז דער רָשע ניטאָ, אָבער דער צדיק איז אַן אײביקער גרונטפֿעסט.", "װי עסיק פֿאַר די צײן, און װי רױך פֿאַר די אױגן, אַזױ איז דער פֿױלער פֿאַר די װאָס שיקן אים.", "מורא פֿאַר גאָט לײגט צו טעג, און די יאָרן פֿון די רשָעים װערן געקירצט.", "די װאַרטעניש פֿון די צדיקים לאָזט זיך אױס אין פֿרײד, און די האָפֿענונג פֿון די רשָעים װעט אונטערגײן.", "אַ באַשיצונג פֿאַר ערלעכקײט איז דער װעג פֿון גאָט, אָבער אַ בראָך פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט.", "דער צדיק װעט זיך קײן מאָל ניט אױסגליטשן, אָבער די רשָעים װעלן ניט בלײַבן אין לאַנד.", "דאָס מױל פֿון דעם צדיק שפּראָצט מיט חכמה, און די פֿאַרקערטע צונג װערט פֿאַרשניטן.", "די ליפּן פֿון דעם צדיק װײסן גוטװיליקײט, און דאָס מױל פֿון די רשָעים – פֿאַרקערטקײט." ], [ "פֿאַלשע װאָגשאָלן זײַנען די אומװערדיקײט פֿון גאָט, און אַ פֿול געװיכט איז זײַן רָצון.", "קומט מוטװיליקײט, קומט שאַנד, אָבער בײַ די שטילע איז חכמה.", "די ערלעכקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײ פֿירן, און די פֿאַרדרײטקײט פֿון די פֿעלשער װעט זײ פֿאַרװיסטן.", "פֿאַרמעג נוצט ניט אין טאָג פֿון צאָרן, אָבער גערעכטיקײט איז מציל פֿון טױט.", "די גערעכטיקײט פֿון דעם ערלעכן װעט גלײַך מאַכן זײַן װעג, און דורך זײַן שלעכטיקײט װעט פֿאַלן דער שלעכטער.", "די גערעכטיקײט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל, און אין זײערע געריקײט װערן די פֿעלשער באַצװוּנגען.", "אַז אַ שלעכטער מענטש שטאַרבט, גײט אונטער זײַן האָפֿענונג, און דער אױסקוק פֿון די תַּקיפֿים גײט אונטער.", "דער צדיק װערט אַרױסגעצױגן פֿון אַ צרה, און דער רָשע קומט אָן אױף זײַן אָרט.", "מיטן מױל װיל דער זינדיקער אומברענגען זײַן חבֿר, אָבער דורך פֿאַרשטאַנדיקײט װערן די צדיקים דערלײזט.", "אַז די צדיקים איז גוט, פֿרײט זיך די שטאָט, און אַז די רשָעים גײען אונטער איז אַ געזאַנג.", "דורך דער ברכה פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װערט אַ שטאָט דערהױבן, און דורך דעם מױל פֿון די רשָעים װערט זי צעשערט.", "מבֿזה זײַן חבֿר, איז דער װאָס אָן שׂכל, אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט פֿאַרשװײַגט.", "דער רכילות-טרײַבער זאָגט אױס אַ סָוד, אָבער דער װאָס האָט אַ טרײַ געמיט פֿאַרדעקט אַ זאַך.", "אָן אַ פֿירונג פֿאַלט אַ פֿאָלק, און הילף איז דורך פֿיל יועצים.", "שלעכט שנײַדט מען אָפּ אַז מע איז עָרבֿ פֿאַר אַ פֿרעמדן, אָבער דער װאָס האָט פֿײַנט גוטזאָגעניש איז זיכער.", "אַ באַחֵנטע פֿרױ קריגט כּבֿוד, און שטאַרקע קריגן עשירות.", "זיך אַלײן טוט גוטס דער גענאָדיקער מענטש, און זײַן אײגן לײַב פֿאַראומגליקט דער אַכזר.", "דער רָשע פֿאַרדינט פֿאַלשן לױן, אָבער דער װאָס זײט גערעכטיקײט – אמתן שׂכַר.", "פֿעסטע גערעכטיקײט פֿירט צום לעבן, און דער װאָס יאָגט זיך נאָך בײז, יאָגט זיך נאָך זײַן טױט.", "אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט זײַנען קרומהאַרציקע, און זײַן רָצון, די װאָס זײער װעג איז ערלעך.", "נאַ דיר מײַן האַנט! דעם שלעכטן װעט ניט געשאָנקען װערן, אָבער דער זאָמען פֿון די צדיקים װערט אַנטרונען.", "אַ גילדערנער נאָזרינג אױפֿן נאָז פֿון אַ חזיר, איז אַ פֿרױ װאָס איז שײן נאָר אָפּגעטאָן פֿון שׂכל.", "דער באַגער פֿון די צדיקים איז רַק גוט, די האָפֿענונג פֿון די רשָעים איז חוצפּה.", "פֿאַראַן דער װאָס צעטײלט, און עס קומט נאָך צו, און דער װאָס קאַרגט מער װי מע דאַרף, בלױז צו פֿאַרמינערונג.", "אַ פֿרײַגעביקע זעל װערט פֿעט, און דער װאָס זעט אָן, װערט ער אױך געזעט.", "דער װאָס האַלט צוריק תּבֿואה, אים שילט דאָס פֿאָלק, אָבער אַ ברכה אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס פֿאַרקױפֿט.", "דער װאָס זוכט גוטס, זוכט גוטװיליקײט, און דער װאָס איז אױסן בײז, װעט עס אים אָנקומען.", "דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײַן עשירות, ער װעט פֿאַלן, און װי אַ בלאַט װעלן שפּראָצן די צדיקים.", "דער װאָס פֿאַראומגליקט זײַן הױז, װעט אַרבן װינט;און דער נאַר איז אַ קנעכט בײַם קלוגהאַרציקן.", "די פֿרוכט פֿון דעם צדיק איז אַ בױם פֿון לעבן, און די הערצער נעמט אײַן דער חכם.", "זע, דער צדיק קריגט באַצאָלט אױף דער ערד, הײַנט װי שױן דער רָשע און דער זינדיקער!" ], [ "דער װאָס האָט ליב װיסן, האָט ליב מוסר, אָבער דער פֿאַרגרעבטער האָט פֿײַנט שטראָף.", "דער גוטער קריגט באַװיליקונג פֿון גאָט, אָבער דעם מאַן מיט בײזע געדאַנקען פֿאַרמשפּט ער.", "קײן מענטש קען ניט באַשטײן דורך שלעכטס, אָבער דער װאָרצל פֿון די צדיקים רירט זיך ניט.", "אַן אֵשֶת-חיל איז די קרױן פֿון איר מאַן, און װי אַ פֿױלונג אין זײַנע בײנער איז אַ טױגעניכטס. ", "די מחשבֿות פֿון די צדיקים זײַנען גערעכטיקײט, די תּחבוּלות פֿון די רשָעים זײַנען באַטרוג.", "די רײד פֿון די רשָעים זײַנען צו לױערן אױף בלוט, אָבער דאָס מױל פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זײ מציל.", "די רשָעים װערן איבערגעקערט, און זײ זײַנען ניטאָ, אָבער דאָס הױז פֿון די צדיקים װעט באַשטײן.", "װעדליק זײַן שׂכל װערט אַ מענטש געלױבט, און דער װאָס האָט אַ פֿאַרדרײט האַרץ, װערט צו שפּאָט.", "בעסער דער װאָס איז גרינגגעשאַצט און האָט אַ קנעכט, אײדער דער װאָס שטעלט זיך פֿאַר אַ נִכבד, און אים פֿעלט ברױט.", "דער גערעכטער קימערט זיך אום דעם לעבן פֿון זײַן בהמה, און דאָס האַרץ פֿון די רשָעים איז אומדערבאַרימדיק.", "דער װאָס באַאַרבעט זײַן ערד, האָט ברױט צו זאַט, און דער װאָס יאָגט זיך נאָך פּוסטע זאַכן, איז אָן שׂכל.", "דער רָשע גלוסט דאָס געפֿאַנג פֿון די שלעכטע, אָבער דער װאָרצל פֿון די צדיקים ברענגט אײַן.", "אין אַ פֿאַרזע פֿון די ליפּן איז אַ שטרױכלונג פֿאַרן שלעכטן, אָבער דער צדיק קומט אַרױס פֿון אַ צרה.", "פֿון דער פֿרוכט פֿון מענטשנס מױל װעט ער זיך זעטן מיט גוטס, און די טוּונג פֿון אַ מענטשנס הענט װעט מען אים אומקערן.", "דער װעג פֿון דעם נאַרן איז גלײַך אין זײַנע אױגן, אָבער דער חכם הערט צו אַן עצה.", "דעם נאַרנס ערגערניש װערט באַקאַנט אין אײגענעם טאָג, אָבער דער קלוגער פֿאַרדעקט די שאַנד.", "דער װאָס אָטעמט מיט אמת, װעט דערװײַזן די ריכטיקײט, אָבער דער פֿאַלשער עדות איז אַן אָפּנאַר.", "פֿאַראַן דער װאָס פּלאַפּלט װי שטעך פֿון אַ שװערד, אָבער די צונג פֿון די קלוגע איז אַ הײלונג.", "די ליפּ פֿון אמת װעט באַשטײן אױף אײביק, אָבער אױף אַ רגע איז די צונג פֿון ליגן.", "אָפּגענאַרט װערט דאָס האַרץ פֿון די װאָס טראַכטן בײז, אָבער בײַ די װאָס באַראָטן פֿריד, איז אַ פֿרײד.", "דעם צדיק װעט ניט אײַנפֿאַלן קײן שום אומרעכט, אָבער די רשָעים זײַנען פֿול מיט בײז.", "אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט זײַנען ליגנערישע ליפּן, און זײַן רָצון, די װאָס באַגײען זיך װאָרהאַפֿטיק.", "אַ קלוגער מענטש פֿאַרדעקט די קענשאַפֿט, אָבער דאָס האַרץ פֿון די נאַרן רופֿט אױס די טיפּשות.", "די האַנט פֿון די פֿלײסיקע װעט געװעלטיקן, און די אָפּגעלאָזטע װעט װערן צו צינדז.", "איז דאָ אַ זאָרג אין עמיצנס האַרצן, זאָל מען זי פֿאַרדריקן, װאָרום אַ גוט װאָרט מאַכט זי פֿרײלעך.", "דער צדיק געפֿינט אױס פֿון זײַן חבֿר, און דער װעג פֿון די רשָעים פֿאַרפֿירט זײ.", "דער אָפּגעלאָזטער װעט ניט כאַפּן זײַן פֿאַנג, און דאָס טײַערסטע גוטס פֿון אַ מענטשן איז פֿלײסיק זײַן.", "אין דעם שטעג פֿון גערעכטיקײט איז לעבן, און אױפֿן שליאַך פֿון איר װעג איז ניטאָ קײן טױט." ], [ "אַ קלוגער זון לאָזט זיך לערנען פֿון פֿאָטער, אָבער דער שפּעטער װיל ניט הערן אַ בײזער.", "פֿון דער פֿרוכט פֿון זײַן מױל עסט אַ מענטש גוטס, אָבער דער באַגער פֿון די פֿעלשער איז אומרעכט.", "דער װאָס פּאַסט אױף זײַן מױל, פֿאַרהיט זײַן זעל, דער װאָס שפּאַרט אױף זײַנע ליפּן, אױף אים װעט זײַן אַ בראָך.", "די זעל פֿון דעם פֿױלן גאַרט און האָט גאָרנישט, אָבער די זעל פֿון די פֿלײסיקע װעט װערן פֿעט.", "דער צדיק האָט פֿײַנט אַ פֿאַלש װאָרט, און דער רָשע פֿירט זיך מיאוס און שענדלעך.", "רעכטפֿאַרטיקײט פֿאַרהיט דעם װאָס זײַן װעג איז ערלעך, און שלעכטיקײט פֿאַרדרײט דעם זינדיקן.", "פֿאַראַן דער װאָס שטעלט זיך רײַך און האָט גאָרנישט, דער װאָס שטעלט זיך אָרים בײַ אַ גרױס פֿאַרמעג.", "אַן אױסלײז פֿאַר אַ מענטשנס לעבן איז זײַן עשירות, אָבער דער אָרימאַן הערט צו מאָל ניט קײן אָנגעשרײ.", "די ליכטיקײט פֿון די צדיקים איז פֿרײלעך, אָבער דאָס ליכט פֿון די רשָעים לעשט זיך אױס.", "דורך מוטװיליקײט מאַכט מען בלױז אָן קריג, אָבער בײַ די איבערלײגטע איז חכמה.", "אַ רײַכטום פֿון דער לופֿט װערט געמינערט, אָבער דער װאָס קלײַבט ביסלעכװײַז פֿאַרמערט.", "אַ פֿאַרצױגענע װאַרטעניש מאַכט קראַנק דאָס האַרץ, און אַ בױם פֿון לעבן איז אַ באַגער װאָס קומט אָן.", "דער װאָס פֿאַראַכט דאָס װאָרט, אים װעט געשען בײז, אָבער דער װאָס האָט מורא פֿאַרן געבאָט, ער װעט באַלױנט װערן.", "די לערנונג פֿון דעם חכם איז אַ קװאַל פֿון לעבן, זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט.", "אַ גוטער שׂכל גיט צו חן, אָבער דער װעג פֿון די פֿעלשער איז האַרט.", "יעטװעדער קלוגער פֿירט זיך מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, אָבער דער נאַר שפּרײט אױס די טיפּשות.", "אַן אומערלעכער שָלִיח װעט אַרײַנפֿאַלן אין אַן אומגליק, און אַ טרײַער געשיקטער איז אַ הײלונג.", "אָרימקײט און שאַנד האָט דער װאָס מײַדט אױס מוסר, און דער װאָס אַכט אױף שטראָף װעט קריגן כּבֿוד.", "אַ געבראָכענע תּאװה איז װױל פֿאַר דער זעל, אָבער אַן אומװערדיקײט בײַ נאַרן איז זיך אָפּקערן פֿון שלעכטס.", "דער װאָס גײט אום מיט קלוגע, װעט קלוג װערן, און דער װאָס חבֿרט זיך מיט נאַרן, װעט פֿאַראומגליקט װערן.", "די זינדיקע יאָגט נאָך דאָס בײז, און די צדיקים באַצאָלט מען גוטס.", "דער גוטער לאָזט ירושה פֿאַר קינדסקינדער, און באַהאַלטן פֿאַרן צדיק איז דער פֿאַרמעג פֿון דעם זינדיקן.", "פֿיל שפּײַז ברענגט דער אַקער פֿון די אָרימע, און רײַכטום װערט אָפּגעטאָן דורך אומגערעכטיקײט.", "דער װאָס קאַרגט זײַן רוט, האָט פֿײַנט זײַן זון, און דער װאָס האָט אים ליב, שטראָפֿט אים באַצײַטנס.", "דער צדיק עסט ביז זײַן לײַב װערט זאַט, און דעם בױך פֿון די רשָעים פֿעלט אױס." ], [ "אַ קלוגע װײַב בױט אױף איר הױז, און אַ נאַרינטע צעשטערט עס מיט אירע הענט.", "דער װאָס גײט אין זײַן רעכטפֿאַרטיקײט, האָט מורא פֿאַר גאָט, און דער װאָס זײַנע װעגן זײַנען פֿאַרדרײט, פֿאַראַכט אים.", "אין נאַרנס מױל איז אַ שטעקן פֿאַר זײַן גאװה, און די ליפּן פֿון די קלוגע פֿאַרהיטן זײ.", "אָן אָקסן איז די קאָריטע לײדיק, און פֿיל תּבֿואה איז אין כּוח פֿון דעם אָקס.", "אַ באַגלױבטער עדות נאַרט ניט אָפּ, און מיט אָפּנאַרענישן אָטעמט דער פֿאַלשער עדות.", "דער שפּעטער זוכט חכמה און ניטאָ, און װיסן איז גרינג דעם פֿאַרשטאַנדיקן.", "גײ אַװעק פֿון אַ מענטשן אַ נאַר, סײַדן װילסט ניט קענען פֿאַרשטאַנדיקע ליפּן.", "די חכמה פֿון דעם קלוגן איז אין באַטראַכטן זײַן װעג, און די טיפּשות פֿון דעם נאַרן איז אין באַטרוג.", "בײַ די נאַרן איז זינד אַ פֿירשפּרעכער, און צװישן די רעכטפֿאַרטיקע – גוטװיליקײט.", "דאָס האַרץ װײס איר אײגענע ביטערקײט, און אין איר שִׂמחה קען זיך אַ פֿרעמדער ניט מישן.", "דאָס הױז פֿון די רשָעים װערט פֿאַרטיליקט, און דאָס געצעלט פֿון די רעכטפֿאַרטיקע בליט.", "פֿאַראַן אַ װעג װאָס איז גלײַך בײַם מענטשן, און זײַן סָוף זײַנען װעגן פֿון טױט.", "אַפֿילו בײַם לאַכן טוט װײ דאָס האַרץ, און דער סָוף פֿון שִׂמחה איז טרױער.", "פֿון זײַנע װעגן װעט געזעטיקט װערן דער פֿאַלשהאַרציקער, און דער גוטער מענטש פֿון װאָס אין אים.", "אַ נאַר גלױבט אַלצדינג, אָבער דער קלוגער באַטראַכט זײַן טריט.", "דער חכם שײַט זיך, און קערט זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און דער נאַר נעמט זיך איבער, און איז זיכער.", "אַ גיכער כּעסן באַגײט נאַרישקײט, און אַ מענטש מיט בײזע געדאַנקען װערט פֿאַרהאַסט.", "לײַכטזיניקע אַרבן נאַרישקײט, און קלוגע באַקרײנען זיך מיט קענשאַפֿט.", "די שלעכטע בײגן זיך פֿאַר די גוטע, און די רשָעים פֿאַר די טױערן פֿון צדיק.", "אַפֿילו בײַ זײַן חבֿר װערט פֿאַרהאַסט דער אָרימאַן, און די גוטע פֿרײַנט פֿון עושר זײַנען פֿיל.", "דער װאָס איז מבֿזה זײַן חבֿר, זינדיקט, און דער װאָס לײַטזעליקט די געדריקטע, אַז װױל איז צו אים!", "פֿאַר װאָר, די װאָס טראַכטן בײז בלאָנדזשען, און גענאָד און טרײַשאַפֿט פֿאַר די װאָס טראַכטן גוטס.", "אין יעטװעדער אָנשטרענג איז דאָ אַ נוץ, אָבער ליפּנגערײד איז בלױז צום שאָדן.", "אַ קרױן פֿאַר די חכמים איז זײער עשירות, די טיפּשות פֿון די נאַרן בלײַבט טיפּשות.", "אַן אמתער עדות ראַטעװעט נפֿשות, אָבער דער װאָס אָטמט מיט ליגנס איז אַן אָפּנאַר.", "אין מורא פֿאַר גאָט איז אַ שטאַרקער בטחון, און פֿאַר די קינדער װעט עס זײַן אַ באַשיצונג.", "מורא פֿאַר גאָט איז אַ קװאַל פֿון לעבן, זיך אָפּצוקערן פֿון די נעצן פֿון טױט.", "אין פֿיל פֿאָלק איז די פּראַכט פֿון דעם מלך, און אָן פֿאָלק איז אַ בראָך פֿאַרן פֿירשט.", "דער װאָס איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, האָט גרױס פֿאַרשטאַנדיקײט, און דער װאָס האָט אַ קורץ געמיט, קלײַבט אױף נאַרישקײט.", "אַ געזונט פֿאַרן לײַב איז אַ געלאַסן האַרץ, און אַ פֿױלונג אין די בײנער איז קנאה.", "דער װאָס דריקט דעם אָרימאַן, לעסטערט זײַן באַשעפֿער, און דער װאָס דערבאַרימט זיך אױפֿן אבֿיון, גיט אים כּבֿוד.", "אין זײַן אומגליק װערט געשטױסן דער רָשע, אָבער דער צדיק איז באַשיצט ביז אין זײַן טױט.", "אין האַרצן פֿון פֿאַרשטאַנדיקן רוט די חכמה, אָבער װאָס אינעװײניק בײַ די נאַרן װערט באַקאַנט.", "גערעכטיקײט דערהײבט אַ פֿאָלק, און זינד איז די שאַנד פֿון אומות.", "דעם מלכס גוטװיליקײט איז צום קלוגן קנעכט, און זײַן גרימצאָרן װעט זײַן אױפֿן טױגעניכטס." ], [ "אַ װײכער ענטפֿער האַלט אָפּ צאָרן, און אַ פֿאַרדראָסיק װאָרט ברענגט אױף כּעס.", "די צונג פֿון די קלוגע איז װױלקענעװדיק, און דאָס מױל פֿון נאַרן גאַװערט טיפּשות.", "אין יעטװעדער אָרט זײַנען די אױגן פֿון גאָט, זײ זעען די שלעכטע און די גוטע.", "אַ מילדע צונג איז אַ בױם פֿון לעבן, און פֿאַלשקײט אױף איר איז אַ בראָך פֿאַרן געמיט.", "דער נאַר פֿאַראַכט זײַן פֿאָטערס מוסר, און דער װאָס אַכט אױף שטראָף איז געשײַט.", "אין הױז פֿון דעם צדיק איז גרױס רײַכטום, און אין אײַנקום פֿון רָשע איז אַ צרה.", "די ליפּן פֿון די קלוגע פֿאַרשפּרײטן קענשאַפֿט, און דער שׂכל פֿון די נאַרן – ניט ריכטיקס.", "דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון די רשָעים איז אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט, און די תּפֿילה פֿון רעכטפֿאַרטיקע איז זײַן רָצון.", "אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט איז דער װעג פֿון דעם רָשע, און דעם װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט האָט ער ליב.", "אַ בײזע שטראָף איז פֿאַר דעם װאָס פֿאַרלאָזט דעם װעג, דער װאָס האָט פֿײַנט מוסר װעט שטאַרבן.", "די אונטערערד און דער אָפּגרונט זײַנען פֿאַר גאָט, הײַנט װי שױן די הערצער פֿון די מענטשנקינדער!", "דער שפּעטער האָט ניט ליב מע זאָל אים שטראָפֿן, ער װיל ניט גײן צו חכמים.", "אַ פֿרײלעך האַרץ מונטערט אױף דעם פּנים, און פֿון האַרצקלעמעניש װערט דאָס געמיט דערשלאָגן.", "דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן זוכט קענשאַפֿט, און דאָס מױל פֿון די נאַרן פֿיטערט זיך אױף טיפּשות.", "אַלע טעג פֿון דעם אָרימאַן זײַנען שלעכטע, אָבער בײַ דעם װאָס האָט אַ פֿרײלעך האַרץ איז תּמיד אַ סעודה.", "בעסער װינציק מיט גאָטספֿאָרכטיקײט, אײדער אַ גרױסער אוצר מיט צעטומלטקײט דערבײַ.", "בעסער אַ מאָלצײַט פֿון גרינס װוּ ליבשאַפֿט איז דאָ, אײדער אַ געשטאָפּטער אָקס מיט שׂנאה דערבײַ.", "אַ כּעסן מאַכט אָן שטרײַט, און אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן שטילט אײַן קריג.", "דער װעג פֿון דעם פֿױלן איז װי פֿאַרצאַמט מיט דערנער, אָבער דער שטעג פֿון דעם רעכטפֿאַרטיקן איז אױסגעגלײַכט.", "אַ קלוגער זון דערפֿרײט דעם פֿאָטער, און אַ נאַרישער מענטש איז מבֿזה זײַן מוטער.", "נאַרישקײט איז אַ פֿרײד בײַ דעם װאָס פֿעלט שׂכל, אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט גײט גלײַך.", "אָן באַראָט װערן טראַכטונגען פֿאַרשטערט, און דורך פֿיל יועצים קומען זײ צו שטאַנד.", "אַ מענטש האָט פֿרײד פֿון דעם ענטפֿער פֿון זײַן מױל, און אַ װאָרט אין דער צײַט – װי גוט דאָס איז!", "דער װעג פֿון לעבן איז אַרױף צו פֿאַרן קלוגן, כּדי זיך אָפּצוקערן פֿון דער אונטערערד אונטן.", "דאָס הױז פֿון די שטאָלצע רײַסט גאָט אױס, און ער שטעלט אױף דעם גרענעץ פֿון דער אלמנה.", "אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט זײַנען מחשבֿות פֿון בײז, און רײן בײַ אים זײַנען װערטער פֿון ליבלעכקײט.", "זײַן הױז פֿאַראומגליקט דער װאָס איז גײַציק נאָך געװין, און דער װאָס האָט פֿײַנט מתָּנות װעט לעבן.", "דאָס האַרץ פֿון דעם צדיק קלערט-נאָך צו ענטפֿערן, און דאָס מױל פֿון רשָעים גאַװערט בײזענישן.", "װײַט איז גאָט פֿון רשָעים, אָבער די תּפֿילה פֿון צדיקים הערט ער.", "אַ ליכט אין די אױגן איז דער װאָס דערפֿרײט דאָס האַרץ, אַ גוטע בשׂורה מאַכט פֿעט דאָס געבײן.", "דאָס אױער װאָס הערט-צו דעם מוסר פֿון לעבן, װעט צװישן די חכמים רוען.", "דער װאָס מײַדט אױס מוסר, פֿאַראַכט זײַן זעל, און דער װאָס הערט-צו שטראָף, קריגט שׂכל.", "מורא פֿאַר גאָט איז די לערנונג פֿון חכמה, און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת." ], [ "דעם מענטשנס זײַנען די צוגרײטענישן פֿון האַרצן, אָבער פֿון גאָט איז דער ענטפֿער פֿון דער צונג.", "אַלע װעגן פֿון אַ מענטשן זײַנען רײן אין זײַנע אױגן, אָבער גאָט פֿאָרשט די געמיטער.", "לײג אַרױף דײַנע טוּונגען אױף גאָט, און דײַנע מחשבֿות װעלן צו שטאַנד קומען.", "אַלץ האָט גאָט געמאַכט פֿאַר זײַן צװעק, און אױך דעם רָשע פֿאַרן טאָג פֿון בײז.", "אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט איז איטלעכער װאָס האָט אַ האָפֿערדיק האַרץ;נאַ דיר מײַן האַנט! אים װעט ניט געשאָנקען װערן.", "דורך גענאָד און אמת װערט זינד פֿאַרגעבן, און דורך מורא פֿאַר גאָט קערט מען זיך אָפּ פֿון שלעכטס.", "אַז גאָט באַװיליקט די װעגן פֿון אַ מענטשן, מאַכט ער אַפֿילו זײַנע פֿײַנט שלום מיט אים.", "בעסער װינציק דורך גערעכטיקײט, אײדער פֿיל הכנָסות דורך אומרעכט.", "דעם מענטשנס האַרץ דענקט זײַן װעג, אָבער גאָט לענקט זײַן טריט.", "אַ כּישוף איז אױפֿן מלכס ליפּן, זײַן מױל פֿעלשט ניט בײַם משפּט.", "ריכטיקע װאָג און װאָגשאָלן זײַנען פֿון גאָט, זײַן װערק זײַנען אַלע װאָגשטײנער פֿון בײַטל.", "אַן אומװערדיקײט בײַ מלכים איז טאָן שלעכטס, װאָרום דורך גערעכטיקײט באַשטײט דער טראָן.", "דער רָצון פֿון מלכים איז אױפֿריכטיקע ליפּן, און דעם װאָס רעדט די ריכטיקײט האָבן זײ ליב.", "דער גרימצאָרן פֿון מלך איז אַ מלאך-המות, אָבער אַ קלוגער מאַן שטילט אים אײַן.", "אין שײַן פֿון מלכס פּנים איז לעבן, און זײַן גוטװיליקײט איז װי אַ װאָלקן פֿון שפּעטרעגן.", "װי בעסער זיך אײַנצוקױפֿן חכמה אײדער גאָלד!און זיך אײַנצוקױפֿן שׂכל איז בילכער װי זילבער.", "דער שטעג פֿון די רעכטפֿאַרטיקע איז זיך אָפּצוקערן פֿון שלעכטס, דער װאָס היט זײַן זעל, פּאַסט אױף זײַן װעג.", "פֿאַר אַ בראָך קומט שטאָלץ, און פֿאַר אַן אַנידערפֿאַל, אַ האָפֿערדיק געמיט.", "בעסער אַ נידעריק געמיט צװישן די באַשײדענע, אײדער טײלן רױב מיט די שטאָלצע.", "דער װאָס אַכט אױף דעם װאָרט, װעט געפֿינען גוטס, און דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, אַז װױל איז צו אים!", "מיטן קלוגהאַרציקן טרעפֿט זיך דער פֿאַרשטאַנדיקער, און זיסקײט פֿון די ליפּן מערט לערנונג.", "שׂכל איז אַ קװאַל פֿון לעבן פֿאַר דעם װאָס האָט עס, און נאַרישקײט איז אַ שטראָף פֿאַרן נאַרן.", "דאָס האַרץ פֿון דעם חכם מאַכט קלוג זײַן מױל, און מערט לערנונג אױף זײַנע ליפּן.", "האָניקזאַפֿט זײַנען ליבלעכע רײד, זיס פֿאַר דער זעל, און אַ הײלונג פֿאַרן געבײן.", "פֿאַראַן אַ װעג װאָס איז גלײַך בײַם מענטשן, און זײַן סָוף זײַנען װעגן פֿון טױט.", "דער הונגער פֿון אַרבעטער אַרבעט אין אים, װאָרום זײַן מױל טרײַבט אים אָן.", "דער נידערטרעכטיקער מענטש גראָבט אױס בײז, און אױף זײַן ליפּ איז װי אַ בראַנדפֿײַער.", "דער מענטש פֿון פֿאַרקערטקײט מאַכט אָן קריג, און דער אונטערהעצער צעשײדט גוטע פֿרײַנט.", "דער מאַן פֿון אומרעכט רעדט אָן זײַן חבֿר, און פֿירט אים אױפֿן ניט גוטן װעג.", "דער װאָס דריקט-צו די אױגן, איז דאָס אױסצוקלערן פֿאַרקערטקײט;דער װאָס בײַסט די ליפּן, װיל אױספֿירן שלעכטס.", "אַ שײנע קרױן איז אַ גראָער קאָפּ;אױפֿן װעג פֿון גערעכטיקײט װערט זי געפֿונען.", "בעסער אַן אײַנגעהאַלטענער אין צאָרן אײדער אַ גִבור, און דער װאָס געװעלטיקט איבער זײַן געמיט, אײדער דער װאָס באַצװינגט אַ שטאָט.", "אין שױם װאַרפֿט מען דעם גורל, אָבער פֿון גאָט איז זײַן יעטװעדער באַשײד." ], [ "בעסער אַ טרוקענער ביסן און שלװה דערבײַ, אײדער אַ הױז פֿול מיט פֿלײש-סעודות און קריג.", "אַ קלוגער קנעכט געװעלטיקט איבער אַ זון אַ טױגעניכטס, און צװישן די ברידער קריגט ער אַ חלק ירושה.", "אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד, אָבער די הערצער פּרוּװט גאָט.", "דער שלעכטסטוער הערט זיך אײַן צו דער ליפּ פֿון אומרעכט, דער ליגנער האָרכט צו דער צונג פֿון פֿאַרברעך.", "דער װאָס שפּאָט פֿון אַן אָרימאַן, לעסטערט זײַן באַשעפֿער;דעם װאָס פֿרײט זיך אױף אַ בראָך, װעט ניט געשאָנקען װערן.", "די קרױן פֿון אַלטע לײַט זײַנען קינדסקינדער, און די צירונג פֿון קינדער זײַנען זײערע עלטערן.", "דעם מנוּװל פּאַסט ניט די שפּראַך פֿון ברײטקײט, נאָך װינציקער דעם נַדבֿן די שפּראַך פֿון ליגן.", "אַ חן-דימענט איז שוחד אין די אױגן פֿון זײַן בעלן;װוּהין נאָר מע קערט זיך דערמיט באַגליקט מען.", "דער װאָס זוכט ליבשאַפֿט, פֿאַרדעקט אױף זינד, און דער װאָס חזרט איבער גערײד, צעשײדט גוטע פֿרײַנט.", "אַ בײזער װירקט מער אױפֿן פֿאַרשטאַנדיקן, װי הונדערט קלעפּ אױפֿן נאַרן.", "רַק דער װידערשפּעניקער זוכט בײז, אָבער אַן אומדערבאַרימדיקער שָלִיח װעט אָנגעשיקט װערן אױף אים.", "בעסער אַ מענטשן זאָל אָנטרעפֿן אַ בערינטע באַרױבט פֿון אירע יונגע, אַבי ניט אַ נאַר מיט זײַן טיפּשות.", "דער װאָס קערט אום אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, װעט זיך ניט אָפּטאָן בײז פֿון זײַן הױז.", "װי מע לאָזט לױז װאַסער איז דער אָנהײב פֿון מחלוקות, דרום, אײדער דער קריג ברעכט אױס, לאָז אָפּ.", "דער װאָס מאַכט גערעכט דעם שולדיקן, און דער װאָס מאַכט שולדיק דעם גערעכטן, זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט.", "װאָס טױג געלט אין דעם נאַרנס האַנטאױף צו קױפֿן חכמה, אַז קײן שׂכל איז ניטאָ?", "אין אַלע צײַטן איז אַ חבֿר אַ גוטער פֿרײַנט, אָבער פֿאַר אַ צרה איז אַ ברודער געבאָרן.", "אַ מענטש אָן שׂכל איז דער װאָס גיט אַ האַנט, װאָס איז עָרבֿ אַן עָרבֿות פֿאַר זײַן חבֿר.", "דער װאָס האָט ליב קריג, האָט ליב פֿאַרברעך, דער װאָס מאַכט הױך זײַן טיר, זוכט אַ בראָך.", "דער װאָס האָט אַ קרום האַרץ, װעט ניט געפֿינען קײן גוטס, און דער װאָס דרײט מיט דער צונג, װעט אַרײַנפֿאַלן אין בײז.", "דער װאָס געבערט אַ נאַרן, איז דאָס צו זײַן קומער, און דער פֿאָטער פֿון דעם נידערטרעכטיקן האָט ניט קײן נַחַת.", "אַ פֿרײלעך האַרץ איז אַ גוטע רפֿואה, און אַ דערשלאָגן געמיט טריקנט אױס דאָס געבײן.", "דער רָשע נעמט אָן שוחד אױסן בוזעם, צו פֿאַרדרײען די װעגן פֿון גערעכטיקײט.", "פֿאַרן פּנים פֿון פֿאַרשטאַנדיקן איז די חכמה, און די אױגן פֿון דעם נאַרן זײַנען אין עק װעלט.", "אַן ערגערניש פֿאַר זײַן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר, און אַ ביטערניש פֿאַר זײַן געװינערין.", "קײן גוטס קומט ניט אַרױס פֿון שטראָפֿן אױך דעם צדיק, פֿון שלאָגן אַדללײַט פֿאַר רעכטפֿאַרטיקײט.", "דער װאָס װײס קענשאַפֿט, קאַרגט זײַנע װערטער, אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט איז שפּאָרעװדיק אין געמיט.", "אַפֿילו אַ נאַר אַז ער שװײַגט װערט גערעכנט אַ חכם;דער װאָס מאַכט צו זײַנע ליפּן, אַ פֿאַרשטאַנדיקער." ], [ "דער װאָס שײדט זיך אָפּ, איז אױסן זײַן װילן;בײַ יעטװעדער באַראָט װיל ער זיך אַרױסװײַזן.", "דער נאַר װיל ניט פֿאַרשטאַנדיקײט, נאָר אַז זײַן שׂכל זאָל אַנטפּלעקט װערן.", "אַז דער רָשע קומט, קומט אױך פֿאַראַכטונג, און מיט שענדלעכקײט – שפּאָט.", "טיפֿע װאַסערן זײַנען די װערטער פֿון אַ מענטשנס מױל, אַ קװעליקער טײַך איז דער ברונעם פֿון חכמה.", "קײן גוטס קומט ניט אַרױס פֿון שאַנעװען דעם רָשע, כּדי צו קריװדען דעם גערעכטן בײַם משפּט.", "די ליפּן פֿון דעם נאַרן קומען מיט קריג, און זײַן מױל רופֿט צו געשלעג.", "דאָס מױל פֿון דעם נאַרן איז אַ בראָך פֿאַר אים, און זײַנע ליפּן זײַנען אַ נעץ פֿאַר זײַן זעל.", "די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער זײַנען װי געשמאַקע ביסנס, און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון לײַב.", "אױך דער װאָס איז אָפּגעלאָזט אין זײַן אַרבעט, איז אַ ברודער צו אַ מאַן אַן אױסברענגער.", "אַ שטאַרקער טורעם איז דער נאָמען פֿון גאָט, צו אים לױפֿט דער צדיק און װערט באַשיצט.", "דער פֿאַרמעג פֿון דעם עושר איז זײַן באַפֿעסטיקטע שטאָט, און װי אין אַ הױכער מױער איז ער אין זײַן אײַנבילדעניש.", "פֿאַר אַ בראָך װערט האָפֿערדיק דעם מענטשנס האַרץ, און פֿאַר כּבֿוד קומט עניװת.", "דער װאָס ענטפֿערט אַ זאַך אײדער ער האָט אױסגעהערט, איז דאָס פֿון אים אַ נאַרישקײט און אַ שאַנד.", "אַ מענטשנס געמיט קען אױסהאַלטן זײַן קראַנקשאַפֿט, אָבער אַ דערשלאָגן געמיט, װער קען עס אַריבערטראָגן?", "דאָס האַרץ פֿון דעם פֿאַרשטאַנדיקן קױפֿט זיך אײַן קענשאַפֿט, און דאָס אױער פֿון די קלוגע זוכט קענשאַפֿט.", "אַ מענטשנס מתּנה מאַכט פֿאַר אים אַ װאַרע, און זי ברענגט אים פֿאַר גרױסע לײַט.", "גערעכט איז דער ערשטער אין זײַן טענה, אָבער זײַן חבֿר קומט און פֿאָרשט אים אױס.", "דער גורל מאַכט אױפֿהערן קריג, און צװישן די שטרײַטער צעשײדט ער.", "אַ געקריװדעטן ברודער איז שװערער צו געװינען װי אַ באַפֿעסטיקטע שטאָט, און קריג זײַנען װי ריגלען פֿון אַ פּאַלאַץ.", "פֿון דער פֿרוכט פֿון אַ מענטשנס מױל װעט זיך זעטן זײַן לײַב, פֿון אײַנקום פֿון זײַנע ליפּן װעט ער זיך זעטן.", "טױט און לעבן זײַנען אין דער מאַכט פֿון דער צונג, און אירע גוטע פֿרײַנט װעלן עסן איר פֿרוכט.", "דער װאָס האָט געפֿונען אַ װײַב, האָט געפֿונען גוטס, און קריגט באַװיליקונג פֿון גאָט.", "תּחנוּנים רעדט דער אָרימאַן, אָבער דער עושר ענטפֿערט עזות.", "פֿאַראַן חבֿרים אױף זיך צו פֿאַראומגליקןאון פֿאַראַן אַ גוטער פֿרײַנט מער צוגעטאָן פֿון אַ ברודער." ], [ "בעסער אַן אָרימאַן װאָס גײט אין זײַן ערלעכקײט, אײדער דער װאָס האָט פֿאַרקרימטע ליפּן, און איז אַ נאַר.", "אױך, פֿון זיך אַלײן ניט קענען, קומט ניט קײן גוטס, און דער װאָס אײַלט מיט די פֿיס, זינדיקט.", "אַ מענטשנס נאַרישקײט פֿאַרדרײט זײַן װעג, און אױף גאָט צערנט זײַן האַרץ.", "רײַכטום קריגט-צו פֿיל גוטע פֿרײַנט, און דער אָרימאַן װערט צעשײדט פֿון זײַן גוטן פֿרײַנט.", "אַ פֿאַלשן עדות װעט ניט געשאָנקען װערן, און דער װאָס אָטעמט מיט ליגן, װעט ניט אַנטרונען װערן.", "פֿיל זוכן די לײַטזעליקײט פֿון דעם נַדבֿן, און איטלעכער איז אַ גוטער פֿרײַנט דעם געבער.", "אַלע ברידער פֿון דעם אָרימאַן האָבן אים פֿײַנט, און װי שױן דערװײַטערן זיך פֿון אים זײַנע גוטע פֿרײַנט!דער װאָס יאָגט זיך אַרום מיט װערטערװעט ער בײַ זײ בלײַבן.", "דער װאָס קױפֿט זיך אײַן שׂכל, האָט ליב זײַן זעל, דער װאָס היט פֿאַרשטאַנדיקײט, װעט געפֿינען גוטס,", "אַ פֿאַלשן עדות װעט ניט געשאָנקען װערן, און דער װאָס אָטעמט מיט ליגנס, װעט אונטערגײן.", "תּענוג פּאַסט ניט פֿאַרן נאַרן, הײַנט װי שױן פֿאַר אַ קנעכט צו געװעלטיקן איבער האַרן!", "דער שׂכל פֿון אַ מענטשן איז אײַנצוהאַלטן זײַן צאָרן, און אַ צירונג פֿאַר אים איז צו פֿאַרגעבן זינד.", "אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס צאָרן, און װי טױ אױפֿן גראָז זײַן גוטװיליקײט.", "אַן אומגליק פֿאַר זײַן פֿאָטער איז אַ זון אַ נאַר;און װי אַ נודנע טריפֿעניש זײַנען די קריג פֿון אַ װײַב.", "הױז און גוטס איז אַ ירושה פֿון עלטערן, אָבער אַ געראָטענע װײַב איז פֿון גאָט.", "פֿױלקײט װאַרפֿט אָן אַ דרעמל, און אַן אָפּגעלאָזטער נפֿש װעט הונגערן.", "דער װאָס היט דאָס געבאָט, היט זײַן זעל, דער װאָס פֿאַרװאָרלאָזט זײַנע װעגן, װעט שטאַרבן.", "דער װאָס שענקט דעם אָרימאַן, אַנטלײַט גאָט, און זײַן טובֿה װעט ער אים אומקערן.", "שטראָף דײַן זון, װען עס איז נאָך דאָ אַ האָפֿענונג, אָבער זאָלסט זיך ניט אָנלײגן אים אומצוברענגען.", "אַ גרױסער כּעסן מוז לײַדן די שטראָף, װאָרום אַז דו װילסט אים אַװעקרײַסן, מאַכסטו נאָך ערגער.", "הער-צו אַן עצה, און נעם אָן מוסר, כּדי דו זאָלסט קלוג זײַן אין דײַן סָוף.", "פֿיל מחשבֿות זײַנען אין מענטשנס האַרצן, אָבער גאָטס באַראָט, ער װעט באַשטײן.", "די תּאװה פֿון אַ מענטשן איז זײַן שאַנד;און בעסער אַן אָרימאַן אײדער אַ כַּזבֿן.", "מורא פֿאַר גאָט פֿירט צום לעבן, און מע בלײַבט זאַט, און װערט ניט געשטראָפֿט מיט קײן בײז.", "אַז דער פֿױלער שטעקט אַרײַן זײַן האַנט אין שיסל, װיל ער זי צו מאָל ניט צוטראָגן צו זײַן מױל.", "שלאָגסטו דעם שפּעטער, װערט דער נאַר געשײַט, און מוסערט מען דעם פֿאַרשטענדיקן, לערנט ער װיסן.", "אַ זון װאָס ברענגט שאַנד און חרפּה, פֿאַרװיסט זײַן פֿאָטער, פֿאַרטרײַבט זײַן מוטער.", "הער אױף, מײַן זון – אױב דו װילסט פֿאָלגן מוסר –צו װײַכן פֿון די װערטער פֿון קענשאַפֿט.", "גערעכטיקײט שפּאָט פֿון דעם נידערטרעכטיקן עדות, און פֿאַלשקײט צעמישט דאָס מױל פֿון די רשָעים.", "אָנגעברײט פֿאַר די שפּעטער זײַנען שטראָפֿן, און קלעפּ פֿאַרן רוקן פֿון די נאַרן." ], [ "אַ שפּעטער איז דער װײַן, אַ ליאַרעמער דער טראַנק, און איטלעכער װאָס גיט זיך אָפּ דערמיט, איז ניט קײן חכם.", "אַ ברום װי פֿון אַ יונגן לײב איז דעם מלכס אימה, דער װאָס דערצערנט אים פֿאַרזינדיקט זײַן לעבן.", "אַ כּבֿוד פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אָפּצוהאַלטן פֿון קריג, אָבער איטלעכער נאַר ברעכט אַרױס.", "דער פֿױלער אַקערט ניט אום װינטער, און אין שניטצײַט בעטלט ער, און האָט גאָרנישט.", "אַ טיפֿער װאַסער איז דער מײן אין אַ מענטשנס האַרץ, אָבער אַ מענטש מיט פֿאַרשטאַנדיקײט שעפּט אים אַרױס.", "דאָס רָובֿ מענטשן רופֿן אױס איטלעכער זײַן גינציקײט, אָבער אַ געטרײַען מענטשן װער קען געפֿינען?", "אין זײַן ערלעכקײט גײט דער צדיק;אַז װױל צו זײַנע קינדער נאָך אים!", "דער מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון משפּט, זיפּט דורך מיט זײַנע אױגן אַל דאָס בײז.", "װער קען זאָגן: איך האָב געלײַטערט מײַן האַרץ, איך בין רײן פֿון מײַנע זינד?", "צװײערלײ װאָגשטײנער, צװײערלײ מאָסן, זײ בײדע זײַנען אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט.", "שױן אַ ייִנגל װערט דערקענט אָן זײַנע מעשׂים, אױב רײן און אױב רעכטפֿאַרטיק איז זײַן טאָן.", "דאָס אױער װאָס הערט, און דאָס אױג װאָס זעט, זײ בײדע האָט גאָט געמאַכט.", "זאָלסט ניט ליב האָבן שלאָף, כּדי זאָלסט ניט פֿאַראָרימט װערן, האַלט דײַנע אױגן אָפֿן, װעסטו האָבן ברױט צו זאַט.", "„שלעכט! שלעכט!” זאָגט דער קונה, און גײט ער אַװעק, דענצמאָל באַרימט ער זיך.", "פֿאַראַן גאָלד און פּערל אַ סך, אָבער די טײַערסטע צירונג זײַנען ליפּן מיט קענשאַפֿט.", "נעם צו זײַן בגד, אױב ער איז עָרבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן, און נעם זײַן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.", "זיס איז דעם מענטשן ברױט פֿון פֿאַלשקײט, אָבער דערנאָך װערט זײַן מױל פֿול מיט זשװיר. ", "געדאַנקען קומען צו שטאַנד דורך אַן עצה, און מיט תּחבוּלות פֿיר מלחמה.", "אַ רכילות-טרײַבער אַנטפּלעקט אַ סָוד, און מיט דעם װאָס האָט אָפֿענע ליפּן זאָלסטו זיך ניט מישן.", "דער װאָס שילט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, װעט זײַן ליכט פֿאַרלאָשן װערן אין שטאָקפֿינצטערניש.", "אַ נחלה װאָס קומט אָן גיך אין אָנהײב, װעט איר סָוף זײַן ניט געבענטשט.", "זאָלסט ניט זאָגן: איך װעל אָפּצאָלן שלעכטס;האָף צו גאָט, און ער װעט דיך העלפֿן.", "אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט איז צװײערלײ װאָגשטײנער, און פֿון פֿאַלשע װאָגשאָלן קומט ניט קײן גוטס.", "פֿון גאָט זײַנען דעם מענטשנס טריט, און װאָס פֿאַרשטײט דער מענטש זײַן װעג?", "אַ שטרױכלונג פֿאַר אַ מענטשן איז זיך אַרױסצורעדן: הײליק!און נאָכן נדר איבערצוקלערן.", "אַ קלוגער מלך װינטשופֿלט די רשָעים, און ער קערט אױף זײ דעם דרעשראָד.", "אַ ליכט פֿון גאָט איז דעם מענטשנס נשמה, עס זוכט-דורך אַלע קאַמערן פֿון לײַב.", "גענאָד און אמת באַהיטן דעם מלך, און ער האַלט-אױף מיט גענאָד זײַן טראָן.", "די צירונג פֿון יונגעלײַט איז זײער כּוח, און די שײנקײט פֿון זקנים איז אַ גראָער קאָפּ.", "װוּנדיקע בײַלן זײַנען אַ לײַטערונג פֿון בײז, דאָס גלײַכן שלעק אינעװײניק אין לײַב." ], [ "בעכן װאַסער איז דעם מלכס האַרץ אין גאָטס האַנט, װוּהין נאָר ער װיל, נײַגט ער עס.", "יעטװעדער װעג פֿון מענטשן איז גלײַך אין זײַנע אױגן, אָבער גאָט פֿאָרשט די הערצער.", "טאָן גערעכטיקײט און רעכטאיז בילכער בײַ גאָט װי אַ שלאַכטאָפּפֿער.", "האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץאיז דער זינדיקער אַקער פֿון די רשָעים.", "די געדאַנקען פֿון פֿלײסיקן פֿירן רַק צו שפֿע, און איטלעכער װאָס איז אײַליק – רַק צו פֿאַרמינערונג.", "אוֹצרות געמאַכט דורך אַ פֿאַלשער צונג זײַנען אַװעקגעבלאָזענער הױך;די װאָס זוכן זײ זוכן דעם טױט.", "דער רױב פֿון די רשָעים שלעפּט זײ אַװעק, װײַל זײ װילן ניט טאָן קײן גערעכטיקײט.", "פֿאַרקערט איז דעם מענטשנס װעג און פֿרעמד, אָבער דער רײנער, זײַן טאָן איז רעכטפֿאַרטיק.", "בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך, אײדער אין אײן הױז מיט אַ װײַב אַ קריגערין.", "די זעל פֿון דעם רָשע גלוסט בײז, זײַן חבֿר װערט ניט געלײַטזעליקט אין זײַנע אױגן.", "אַז מע שטראָפֿט דעם שפּעטער, װערט דער נאַר קלוג;און אַז מע לערנט דעם קלוגן, קריגט ער קענשאַפֿט.", "אַז דער צדיק האָט אײַנזעעניש מיטן רָשעס הױז, פֿאַרפֿירט ער די רשָעים צום בײזן.", "דער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער פֿאַר דעם אָרימאַנס געשרײ, װעט ער אױך רופֿן, און ניט געענטפֿערט װערן.", "אַ מתּנה פֿאַרבאָרגענערהײט פֿאַרבײגט דעם כּעס, און שוחד אין בוזעם, דעם שטאַרקסטן גרימצאָרן.", "אַ פֿרײד פֿאַרן צדיק איז טאָן גערעכטיקײט, און אַ שרעק פֿאַר די װאָס טוען אומרעכט.", "אַ מענטש װאָס בלאָנדזשעט פֿון דעם װעג פֿון קלוגשאַפֿט, װעט רוען אין דעם געזעמל פֿון מתים.", "דער װאָס האָט ליב װױלטאָג, װערט אַן אָרימאַן, דער װאָס האָט ליב װײַן און אײל, װערט ניט רײַך.", "אַן אױסלײז פֿאַר דעם צדיק איז דער רָשע, און אָנשטאָט די רעכטפֿאַרטיקע קומט דער פֿעלשער.", "בעסער צו װױנען אין אַ מדבר-לאַנד, אײדער מיט אַ װײַב אַ קריגערין אין ערגערניש.", "אַ גלוסטיקער אוצר און אײל איז אין דער װױנונג פֿון דעם חכם, אָבער דער נאַרישער מענטש שלינגט עס אײַן.", "דער װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט און גענאָד, געפֿינט לעבן, הצלחה, און כּבֿוד.", "דער חכם קומט אױף אַ שטאָט פֿון גיבורים, און מאַכט נידערן איר זיכערע פֿעסטונג.", "דער װאָס היט זײַן מױל און זײַן צונג, היט פֿון צרות זײַן זעל.", "דער מוטװיליקער בַעַל-גאװה, זײַן נאָמען איז שפּעטער –דער װאָס פֿירט זיך מיט מוטװיליקער חוצפּה.", "די תּאװה פֿון דעם פֿױלן טײט אים אַװעק, װײַל זײַנע הענט װילן ניט אַרבעטן.", "אַ גאַנצן טאָג באַגערט דער געריקער, אָבער דער צדיק גיט און הערט ניט אױף.", "דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון די רשָעים איז אַן אומװערדיקײט, הײַנט װי נאָך אַז מע ברענגט עס מיט אַ בײזער מחשבֿה!", "אַ פֿאַלשער עדות װערט צעמישט, אָבער דער מענטש װאָס האָט געהערט, רעדט מיט פֿעסטיקײט.", "דער שלעכטער מענטש גײט מיט אַ פֿאַרשײַט פּנים, אָבער דער רעכטפֿאַריקער, ער פּאַסט אױף זײַן װעג.", "ניטאָ קײן חכמה און קײן פֿאַרשטאַנדיקײטאון קײן עצה אַקעגן גאָט.", "דער פֿערד װערט צוגעגרײט פֿאַר דעם טאָג פֿון מלחמה, אָבער די ישועה איז פֿון גאָט." ], [ "אַ נאָמען איז בעסער פֿון גרױס עשירות, אַ גוטער חן, פֿון זילבער און פֿון גאָלד.", "רײַך און אָרים שטױסן זיך אָן אײנאַנדער, אָבער זײ בײדן האָט גאָט באַשאַפֿן.", "דער קלוגער זעט, און פֿאַרבאָרגט זיך, און די נאַרן גײען װײַטער, און װערן געשטראָפֿט.", "דער לױן פֿון עניװת – פֿון מורא פֿאַר גאָט, איז עשירות, און כּבֿוד, און לעבן.", "דערנער און נעצן זײַנען אױפֿן װעג פֿון דעם קרומען, דער װאָס היט זײַן זעל, זאָל זיך דערװײַטערן פֿון זײ.", "געװױן דעם ייִנגל אױף זײַן װעג;אַפֿילו אַז ער װעט אַלט װערן, װעט ער זיך ניט אָפּקערן דערפֿון. ", "דער עושר געװעלטיקט איבער די אָרימע, און דער לײַער איז אַ קנעכט בײַם מלוה", "דער װאָס זײט אומרעכט װעט שנײַדן אומגליק, און די רוט פֿון זײַן חוצפּה װעט פֿאַרלענדט װערן.", "דער װאָס האָט אַ גוט אױג, ער װערט געבענטשט, װײַל ער גיט פֿון זײַן ברױט דעם אָרימאַן.", "טרײַב אַרױס דעם שפּעטער, און קריג װעט אַװעק, און שטרײַט און שאַנד װעלן אױפֿהערן.", "דער װאָס האָט ליב רײנהאַרציקײט, װאָס האָט חן אױף די ליפּן, איז דער מלך זײַן חבֿר.", "די אױגן פֿון גאָט היטן דעם פֿאַרשטאַנדיקן, און ער פֿאַרדרײט די רײד פֿון דעם פֿעלשער.", "דער פֿױלער זאָגט: אַ לײב איז דערױסן, איך װעל אין גאַס געהרגעט װערן.", "אַ טיפֿע גרוב איז דאָס מױל פֿון פֿרעמדע פֿרױען, דער פֿאַרשאָלטענער פֿון גאָט פֿאַלט אַרײַן אַהין.", "נאַרישקײט איז אײַנגעבונדן בײַ דעם ייִנגל אין האַרצן, די שטראָפֿרוט װעט זי דערװײַטערן פֿון אים.", "מע רױבט דעם אָרימאַן, און בײַ אים מערט זיך, מע גיט דעם עושר, און עס װערט בלױז געמינערט.", "נײַג צו דײַן אױער, און הער די װערטער פֿון די חכמים, און דײַן האַרץ זאָלסטו צולײגן צו מײַן קענשאַפֿט. ", "װאָרום װױל װעט זײַן, אַז דו װעסט זײ היטן אין דײַן לײַב, אַז זײ װעלן אַלע זײַן אָנגעברײט אױף דײַנע ליפּן. ", "כּדי דײַן בטחון זאָל זײַן אױף גאָט, האָב איך עס הײַנט דיך געמאַכט װיסן, יאָ דיך. ", "פֿאַר װאָר איך האָב דיר אױפֿגעשריבן געהױבענע װערטער, מיט עצות און קענשאַפֿט. ", "כּדי דיך צו מאַכן װיסן די ריכטיקע װערטער פֿון אמת, כּדי זאָלסט ענטפֿערן אמתע װערטער די װאָס האָבן דיך געשיקט.", "זאָלסט ניט באַגזלען דעם שװאַכן, װײַל ער איז שװאַך, און ניט דריקן דעם אָרימאַן אין טױער. ", "װאָרום גאָט װעט זיך אָננעמען זײער קריג, און רױבן זײערע רױבער דאָס לעבן.", "זאָלסט זיך ניט חבֿרן מיט אַ צאָרנדיקן מענטשן, און מיט אַ כּעסן זאָלסטו ניט צונױפֿקומען;", "טאָמער װעסטו לערנען זײַנע װעגן, און װעסט נעמען אַ שטרױכלונג פֿאַר דײַן זעל.", "זאָלסט ניט זײַן פֿון די װאָס גיבן אַ האַנט, פֿון די װאָס זײַנען עָרבֿ פֿאַר חובֿות. ", "אַז דו װעסט ניט האָבן צו באַצאָלן, נאָך װאָס זאָל מען צונעמען דײַן געלעגער פֿון אונטער דיר?", "זאָלסט ניט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס דײַנע עלטערן האָבן געמאַכט.", "זעסטו אַ מענטשן פֿלינק אין זײַן אַרבעט, װעט ער שטײן פֿאַר מלכים;ער װעט ניט שטײן פֿאַר נידעריקע." ], [ "אַז דו זעצסט זיך עסן מיט אַ געװעלטיקער, זאָלסטו גוט פֿאַרשטײן װעמען דו האָסט פֿאַר דיר;", "װאָרום דו שטעקסט זיך אַרײַן אַ מעסער אין דער קעל, אױב דו ביסט אַ מענטש אַ פֿרעסער.", "זאָלסט ניט גאַרן נאָך זײַנע מאכלים, װאָרום דאָס איז פֿאַלשע שפּײַז.", "זאָלסטו זיך ניט מאַטערן צו װערן רײַך;פֿון זינען שלאָג עס דיר אַרױס. ", "הײבסט אױף דײַנע אױגן דערױף, און שױן איז עס ניטאָ;װאָרום מאַכן פֿליגלען מאַכט עס זיך, װי אַן אָדלער װאָס פֿליט צום הימל.", "זאָלסט ניט עסן דאָס ברױט פֿון דעם װאָס האָט אַ בײז אױג, און זאָלסט ניט גאַרן נאָך זײַנע מאכלים;", "װאָרום עס איז אַזױ װי ער װאָלט אױסרעכענען בײַ זיך;„עס און טרינק!” זאָגט ער צו דיר, אָבער זײַן האַרץ איז ניט מיט דיר. ", "דײַן ביסן װאָס דו האָסט אױפֿגעגעסן, װעסטו אױסברעכן, און האָסט אומזיסט אױסגעבראַכט דײַנע זיסע רײד.", "אין די אױערן פֿון דעם נאַרן זאָלסטו ניט רעדן, װאָרום ער װעט פֿאַראַכטן דעם שׂכל פֿון דײַנע װערטער.", "זאָלסט ניט איבעררוקן דעם גרענעץ פֿון פֿאַרצײַטן, און אין די פֿעלדער פֿון יתומים זאָלסטו ניט אַרײַנגײן;", "װאָרום זײער אױסלײזער איז שטאַרק, ער װעט זיך אָננעמען זײער קריג אַקעגן דיר.", "לײג צו דײַן האַרץ צו מוסר, און דײַנע אױערן צו װערטער פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.", "זאָלסט ניט פֿאַרמײַדן שטראָף פֿון דעם ייִנגל;אַז דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט, װעט ער ניט שטאַרבן. ", "דו װעסט אים שלאָגן מיט דער רוט, און װעסט מציל זײַן זײַן זעל פֿון דער אונטערערד.", "מײַן זון, אַז דײַן האַרץ װעט זײַן קלוג, װעט אױך מײַן האַרץ זיך פֿרײען. ", "און מײַנע נירן װעלן אָנקװעלן, אַז דײַנע ליפּן װעלן רעדן די ריכטיקײט.", "זאָל דײַן האַרץ ניט מקנא זײַן די זינדיקע, נאָר בלױז די גאָטספֿאָרכטיקע אַ גאַנצן טאָג. ", "װאָרום פֿאַר װאָר, עס איז דאָ אַ לעצט, און דײַן האָפֿענונג װעט ניט פֿאַרשניטן װערן.", "הער צו, זון מײַנער, און װער קלוג, און פֿיר אױפֿן װעג דײַן האַרץ. ", "זאָלסט ניט זײַן פֿון די װאָס זױפֿן װײַן, פֿון די װאָס פֿרעסן זיך אָן מיט פֿלײש;", "װאָרום אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער װערט פֿאַראָרימט. און שמאַטעס קלײדט אָן שלעפֿערײַ.", "הער צו דײַן פֿאָטער װאָס האָט דיך געבאָרן, און זאָלסט ניט פֿאַראַכטן דײַן מוטער אַז זי איז אַלט. ", "קױף אמת, און זאָלסט עס ניט פֿאַרקױפֿן –חכמה, און מוסר, און פֿאַרשטאַנדיקײט. ", "קװעלן קװעלט אָן דער פֿאָטער פֿון דעם צדיק, און דער װאָס האָט געבאָרן אַ חכם פֿרײט זיך מיט אים. ", "זאָל זיך פֿרײען דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, און זאָל קװעלן דײַן געװינערין.", "גיב מיר, מײַן זון, דײַן האַרץ, און דײַנע אױגן זאָלן היטן מײַנע װעגן. ", "װאָרום אַ טיפֿער גראָבן איז אַ זונה, און אַן ענגע גרוב איז די פֿרעמדע. ", "דערצו לױערט זי װי אַ רױבער, און מערט פֿעלשער צװישן די מענטשן.", "בײַ װעמען איז אוי? בײַ װעמען איז װײ?בײַ װעמען קריג? בײַ װעמען קלאָג?בײַ װעמען אומזיסטיקע װוּנדן?בײַ װעמען רױטע אױגן?", "בײַ די װאָס שפּעטיקן זיך בײַם װײַן, בײַ די װאָס קומען פֿאַרזוכן דעם מישטראַנק. ", "זאָלסט ניט קוקן אױפֿן װײַן װי ער רױטלט זיך, װי ער שפּיגלט אין כָּוס זײַן פֿאַרב, װי ער גליטשט זיך גלאַטיק אַראָפּ. ", "אין זײַן סָוף װעט ער װי אַ שלאַנג אײַנבײַסן, און װי אַ נאָטער װעט ער פֿאַרגיפֿטן. ", "דײַנע אױגן װעלן זען פֿרעמדע זאַכן, און דײַן האַרץ װעט רעדן פֿאַרקערטקײט;", "און װעסט זײַן װי אײנער װאָס ליגט אין מיטן ים, אָדער װי אײנער װאָס ליגט אױף אַ שפּיץ מאַסט. ", "„זײ האָבן מיך געשלאָגן, און מיר האָט ניט װײ געטאָן, זײ האָבן מיך צעקלאַפּט, און איך האָב ניט געשפּירט;װען ניכטער איך זיך אױס, װעל איך עס נאָך װידער זוכן”." ], [ "זאָלסט ניט זײַן מקנא בײזע לײַט, און זאָלסט ניט גאַרן צו זײַן מיט זײ, ", "װאָרום פֿאַרװיסטונג טראַכט זײער האַרץ, און אומגליק רעדן זײערע ליפּן.", "מיט חכמה װערט אַ הױז געבױט, און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט װערט עס באַפֿעסטיקט;", "און דורך קענשאַפֿט װערן די קאַמערן אָנגעפֿילטמיט אַלערלײ טײַערן און ליבלעכן גוטס.", "אַ קלוגער מאַן איז אין מאַכט, און אַ מענטש מיט קענשאַפֿט האָט אַ שטאַרקע גבֿורה;", "װאָרום מיט תּחבוּלות מוזטו אָנפֿירן דײַן מלחמה, און הילף קומט דורך פֿיל יועצים.", "צו הױך פֿאַר דעם נאַרן איז חכמה, אין טױער עפֿנט ער ניט זײַן מױל.", "דער װאָס קלערט צו טאָן שלעכטס, אים װעט מען נאָכרופֿן בײזװיליקער מענטש.", "די טראַכטעניש פֿון דעם נאַרן איז זינד, און אַן אומװערדיקײט בײַ מענטשן איז דער שפּעטער.", "לאָזטו זיך אָפּ אין טאָג פֿון נױט, איז דײַן כּוח אַ קנאַפּער.", "זײַ מציל די װאָס װערן גענומען צום טױט, און די אָנגעברײטע צום הרגען, אױב דו קענסט אָפּהאַלטן.", "אַז דו װעסט זאָגן: „מיר האָבן דאָך דערפֿון ניט געװוּסט” –פֿאַר װאָר, דער פֿאָרשער פֿון די הערצער, ער װעט מערקן, און דער היטער פֿון דײַן זעל, ער װעט װיסן, און װעט אומקערן איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.", "עס, מײַן זון, האָניק, װײַל עס איז גוט, און האָניקזאַפֿט װאָס איז זיס פֿאַר דײַן גומען;", "אַזױ, זײַ װיסן, איז חכמה פֿאַר דײַן זעל, אַז דו האָסט זי געפֿונען װעט זײַן אַ גוטע לעצט, און דײַן האָפֿענונג װעט ניט פֿאַרשניטן װערן.", "זאָלסט ניט לױערן, רָשע, אױף דער װױנונג פֿון דעם צדיק, זאָלסט ניט פֿאַרװיסטן זײַן הױעראָרט;", "װאָרום זיבן מאָל פֿאַלט דער צדיק, און שטײט אױף, און די רשָעים װערן געשטרױכלט אין אומגליק.", "אַז דײַן שׂונא פֿאַלט, זאָלסטו זיך ניט פֿרײען, און אַז ער װערט געשטרױכלט, זאָל ניט אָנקװעלן דײַן האַרץ;", "װאָרום גאָט װעט זען, און עס װעט שלעכט זײַן אין זײַנע אױגן, און ער װעט אָפּקערן פֿון אים זײַן צאָרן.", "זאָלסט זיך ניט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער, זאָלסט ניט מקנא זײַן די רשָעים;", "װאָרום דער שלעכטער װעט ניט האָבן קײן לעצט, דאָס ליכט פֿון די רשָעים װעט אױסגעלאָשן װערן.", "האָב מורא פֿאַר גאָט, מײַן זון, און פֿאַרן מלך, מיט איבעראַנדערשער זאָלסטו זיך ניט מישן;", "װאָרום פּלוצלינג װעט קומען זײער בראָך, און װער װײס דאָס אומגליק פֿון זײ בײדן?", "אױך די דאָזיקע זײַנען פֿון די חכמים.פֿון שאַנעװען אין אַ משפּט קומט ניט אַרױס קײן גוטס.", "דער װאָס זאָגט צום שולדיקן: „דו ביסט גערעכט”, שילטן אים פֿעלקער, פֿלוכן אים אומות. ", "אָבער די װאָס משפּטן ריכטיק, זײ איז װױל, און אױף זײ קומט אַ ברכה פֿון גוטס. ", "די ליפּן דאַרף מען קושןדעם װאָס ענטפֿערט די ריכטיקע רײד.", "פֿאַרריכט דערױסן דײַן אַרבעט, און גרײט עס דיר צו אױפֿן פֿעלד, דערנאָך זאָלסטו בױען דײַן הױז.", "זאָלסט ניט זײַן אַן עדות אַקעגן דײַן חבֿר אָן אַ פֿאַר װאָס, און נאַרן מיט דײַנע ליפּן. ", "זאָלסט ניט זאָגן: „װי ער האָט מיר געטאָן, אַזױ װעל איך אים טאָן;איך װעל דעם מענטשן אומקערן לױט זײַן טאָן”.", "פֿאַרבײַ אַ פֿעלד פֿון אַ פֿױלן מאַן בין איך פֿאַרבײַגעגאַנגען, און פֿאַרבײַ אַ װײַנגאָרטן פֿון אַ מענטשן אָן שׂכל;", "ערשט עס איז אין גאַנצן געװען פֿאַרװאַקסן מיט דערנער, זײַן אױבערפֿלעך איז געװען באַדעקט מיט װילדע געװעקסן, און זײַן שטײנערנע צאַם איז געװען אײַנגעפֿאַלן. ", "איך האָב געקוקט, און מיר אַרײַנגענומען אין האַרצן, איך האָב געזען, און גענומען אַ מוסר. ", "„נאָך אַ ביסל שלאָף, נאָך אַ ביסל דרעמלען, נאָך אַ ביסל ליגן מיט פֿאַרלײגטע הענט” –", "און קומען װי אַ גײ-חיל װעט דײַן אָרימקײט, און דײַן נױט װי אַ געפּאַנצערטער מאַן." ], [ "אױך די דאָזיקע זײַנען שפּריכװערטער פֿון שלמהן, װאָס די לײַט פֿון חִזקִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה האָבן איבערגעשריבן.", "דער כּבֿוד פֿון גאָט איז פֿאַרבאָרגן אַ זאַך, און דער כּבֿוד פֿון מלכים איז אױספֿאָרשן אַ זאַך.", "דער הימל אין הײך, און די ערד אין טיפֿקײט, און דאָס האַרץ פֿון מלכים, איז ניט צו דערפֿאָרשן.", "נעם אַרױס די פּסולת פֿון זילבער, און בײַם שמעלצער קומט אַרױס אַ כּלי;", "נעם אַװעק דעם רָשע פֿון פֿאַרן מלך, און זײַן טראָן װעט שטײן פֿעסט אױף גערעכטיקײט.", "זאָלסט זיך ניט שײנדלען פֿאַרן מלך, און אין דעם אָרט פֿון גרױסע לײַט זאָלסטו ניט שטײן. ", "װאָרום בעסער מע זאָל דיר זאָגן: „קום אַרױף אַהער!”אײדער מע זאָל דיך דערנידערן פֿאַר דעם פֿירשט, װי דײַנע אױגן האָבן געזען.", "זאָלסט ניט אַרױסגײן האַסטיק זיך קריגן, װאָרום װאָס װעסטו טאָן צום סָוף דערפֿון, אַז דײַן חבֿר װעט דיך מאַכן צו שאַנד?", "קריג זיך דײַן קריג מיט דײַן חבֿר, אָבער אַ פֿרעמדנס סָוד זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן;", "כּדי דער צוהערער זאָל דיך ניט זידלען, װאָרום דײַן רכילות קען ניט צוריקגענומען װערן.", "גילדערנע עפּל אין זילבערנע פּוץ-כּלים, איז אַ װאָרט גערעדט צו דער זאַך.", "אַ גילדערנער אױרינג און אַ צירונג פֿון גינגאָלדאיז אַ קלוגער מוסר-זאָגער פֿאַרן אױער פֿון הערער.", "װי שנײיִקע קעלט אין טאָג פֿון שניט, איז אַ באַגלױבטער שָלִיח פֿאַר די װאָס שיקן אים;װאָרום ער דערקװיקט די זעל פֿון זײַן האַר.", "װאָלקנס און װינט אָן רעגן, איז אַ מענטש װאָס רימט זיך מיט אַ פֿאַלשער מתּנה.", "מיט אײַנגעהאַלטנקײט װערט איבערגערעדט דער פֿירשט, און אַ װײכע צונג צעברעכט אַ בײן.", "האָסטו געפֿונען האָניק, עס פֿיל עס איז גענוג פֿאַר דיר, כּדי זאָלסט זיך ניט איבערזעטן דערמיט, און עס אױסברעכן.", "מאַך דײַן פֿוס זעלטן אין הױז פֿון דײַן חבֿר, כּדי ער זאָל ניט זאַט װערן מיט דיר, און דיך פֿײַנט קריגן.", "אַ ברעכשטאַנג און אַ שװערד און שאַרפֿע פֿײַלאיז אַ מענטש װאָס זאָגט פֿאַלשע עדות אױף זײַן חבֿר.", "אַ צעבראָכענער צאָן און אַן אױסגעלונקענער פֿוס, איז די פֿאַרזיכערונג פֿון דעם פֿעלשער אין טאָג פֿון נױט.", "װי דער װאָס טוט אױס דעם בגד אין אַ קאַלטן טאָג, װי עסיק אױף לױגזאַלץ, אַזױ דער װאָס זינגט לידערפֿאַר אַן אומעטיקן האַרצן.", "אַז דײַן שׂונא איז הונגעריק, גיב אים עסן ברױט, און אַז ער איז דאָרשטיק, גיב אים טרינקען װאַסער; ", "װאָרום קױלן שיטסטו אים אױפֿן קאָפּ, און גאָט װעט דיר באַצאָלן.", "צפֿון-װינט ברענגט רעגן, און אַ פֿאַרשטעלטע צונג פֿאַרדראָסיקע פּנימער.", "בעסער װױנען אױף אַ װינקל דאַך, אײדער אין אײן הױז מיט אַ װײַב אַ קריגערין.", "קאַלטע װאַסער פֿאַר אַ פֿאַרשמאַכטער זעל, אַזױ איז אַ גוטע בשׂורה פֿון אַ װײַטן לאַנד. ", "אַ קױטיקער קװאַל, און אַ דומפּיקער ברונעםאיז אַ צדיק װאָס בײגט זיך פֿאַרן רָשע.", "צו פֿיל האָניק עסן איז ניט גוט;און כּבֿוד הײסט פֿאַרשטײן דעם אײגענעם כּבֿוד.", "אַן אײַנגעבראָכענע שטאָט אָן אַ מױעראיז אַ מענטש װאָס ניטאָ קײן אָפּהאַלט פֿאַר זײַן געמיט." ], [ "װי שנײ אום זומער, און װי רעגן אין שניט, אַזױ פּאַסט ניט פֿאַרן נאַרן כּבֿוד. ", "װי אַ שפּערל װאָס װאַנדערט, װי אַ שװאַלב װאָס פֿליט, אַזױ װעט אַן אומזיסטע קללה אָנקומען אױף זיך אַלײן.", "אַ בײַטש פֿאַרן פֿערד, אַ צאַם פֿאַרן אײזל, און אַ רוט פֿאַרן רוקן פֿון דעם נאַרן.", "זאָלסט ניט ענטפֿערן דעם נאַרן אַזױ װי זײַן נאַרישקײט, כּדי דו אױך זאָלסט ניט װערן גלײַך צו אים. ", "ענטפֿער דעם נאַרן װעדליק זײַן נאַרישקײט, כּדי ער זאָל ניט זײַן אַ חכם אין זײַנע אױגן.", "די פֿיס האַקט זיך אָפּ, מיט ערגערניש טרינקט זיך אָן, דער װאָס שיקט זאַכן דורך דער האַנט פֿון אַ נאַרן.", "די פֿיס באָמבלען זיך בײַם הינקעדיקן, און אַ משל אין מױל פֿון אַ נאַרן.", "װי אַ קלײן אֶבֿן-טובֿ אױף אַ הױפֿן שטײנער, אַזױ אַז מע גיט כּבֿוד אַ נאַרן.", "אַ דאָרן װאָס קומט אין דער האַנט פֿון אַ שיכּורן, אַזױ איז אַ משל אין מױל פֿון אַ נאַרן.", "דער שטאַרקער קען אַלצדינג אױפֿטאָן, אָבער דער װאָס װיל אײַנהאַלטן אַ נאַרן, װיל אײַנהאַלטן אַ פֿלײצונג.", "װי אַ הונט װאָס קערט זיך אום צו זײַן מײקעכץ, חזרט איבער דער נאַר זײַן טיפּשות.", "זעסטו אַ מענטשן װאָס איז אַ חכם אין זײַנע אױגן, איז דאָ מער האָפֿענונג פֿאַר אַ נאַרן װי פֿאַר אים.", "דער פֿױלער זאָגט: אַ װילד לײב איז אין װעג, אַ לײב איז אין די גאַסן.", "די טיר דרײט זיך שױן אױף איר אַנגל, און דער פֿױלער איז נאָך אױף זײַן בעט.", "אַז דער פֿױלער שטעקט אַרײַן זײַן האַנט אין שיסל, איז ער צו מיד זי צוצוטראָגן צו זײַן מױל.", "דער פֿױלער איז קליגער אין זײַנע אױגןפֿון זיבן געשײַטע ענטפֿערער.", "װי דער װאָס נעמט אָן אַ הונט פֿאַר די אױערן, איז אַ פֿאַרבײַגײער װאָס היצט זיך איבער אַ קריג װאָס ניט זײַנס.", "װי אַ משוגענער װאָס װאַרפֿטברענעדיקע שײַטן, פֿײַלן, און טױט, ", "אַזױ איז דער מענטש װאָס נאַרט אָפּ זײַן חבֿר, און זאָגט: איך שטיף דאָך בלױז.", "אָן האָלץ פֿאַרלעשט זיך דאָס פֿײַער, און אָן אַן אונטערהעצער הערט אױף קריג.", "קױלן פֿאַר זשאַר, און האָלץ פֿאַר פֿײַער, און אַ מענטש אַ קריגער אױף אָנצוצינדן אַ שטרײַט.", "די װערטער פֿון דעם אונטערהעצער זײַנען װי געשמאַקע ביסנס, און זײ נידערן אין די קאַמערן פֿון לײַב.", "פּסולתדיק זילבער באַצױגן אױף לײם, זײַנען הײסע ליפּן און אַ בײז האַרץ.", "מיט זײַן ליפּ פֿאַרשטעלט זיך דער שׂונא, אָבער אין זיך גרײט ער צו באַטרוג.", "אַז ער מאַכט לײַטזעליק זײַן קָול, זאָלסטו אים ניט גלױבן, װאָרום זיבן אומװערדיקײטן זײַנען אין זײַן האַרצן.", "מעג זיך פֿאַרדעקן זײַן שׂנאה מיט אָפּנאַרעניש, װעט אַנטפּלעקט װערן זײַן בײז פֿאַר אַן עולם.", "דער װאָס גראָבט אַ גרוב, װעט אין איר אַרײַנפֿאַלן, און דער װאָס קײַקלט אַ שטײן, װעט ער זיך אומקערן צו אים. ", "דער דערשלאָגענער האָט פֿײַנט אַ פֿאַלשע צונג, אָבער געפֿאַלנקײט מאַכט אַ גלאַט מױל." ], [ "זאָלסט זיך ניט רימען מיט דעם מאָרגעדיקן טאָג, װאָרום דו װײסט ניט װאָס דער טאָג װעט געבערן. ", "זאָל דיך לױבן אַן אַנדערער, און ניט דײַן מױל, אַ פֿרעמדער, און ניט דײַנע ליפּן. ", "שװער איז שטײן, און אַ משׂא איז זאַמד, אָבער דער כּעס פֿון אַ נאַרן איז שװערער פֿון זײ בײדן. ", "אומדערבאַרימדיק איז גרימצאָרן, און אַ פֿלײצונג איז כּעס, אָבער װער קען באַשטײן פֿאַר קנאה?", "בעסער אַן אָפֿענער פֿאָרװוּרףאײדער פֿאַרבאָרגענע ליבשאַפֿט. ", "גינציק זײַנען די װוּנדן פֿון אַ גוטן פֿרײַנט, און צו לאַסט זײַנען די קושן פֿון אַ שׂונא. ", "אַ זאַטע זעל טרעט אױף האָניקזאַפֿט, און אַ הונגעריקער זעל איז איטלעך ביטערס זיס. ", "װי אַ פֿױגל פֿאַרװאָגעלט פֿון איר נעסט, אַזױ איז אַ מענטש פֿאַרװאָגלט פֿון זײַן הײם. ", "אײל און װײַרױך דערפֿרײט דאָס האַרץ, דאָס גלײַכן די זיסקײט פֿון אַ חבֿר דורך אַ האַרציקער עצה.", "דײַן גוטן פֿרײַנט, און דײַן פֿאָטערס גוטן פֿרײַנט זאָלסטו ניט פֿאַרלאָזן;און זאָלסט ניט קומען אין דײַן ברודערס הױז אין טאָג פֿון דײַן בראָך;בעסער אַ נאָנטער שָכן אײדער אַ װײַטער ברודער.", "זײַ קלוג, מײַן זון, און דערפֿרײ מײַן האַרץ, און איך װעל קענען ענטפֿערן דעם װאָס לעסטערט מיך.", "דער קלוגער זעט דאָס בײז, פֿאַרבאָרגט ער זיך, די נאַרן גײען װײַטער, װערן זײ געשטראָפֿט.", "נעם צו זײַן בגד אױב ער איז עָרבֿ געװען פֿאַר אַן אַנדערן, און נעם זײַן משכּון פֿאַר דער פֿרעמדער.", "דער װאָס בענטשט זײַן גוטן פֿרײַנט אױף אַ הױכן קָול פֿרי באַגינען, װעט עס אים װי אַ קללה גערעכנט װערן.", "אַ נודנע טריפֿעניש אין אַ רעגנדיקן טאָג, און אַ װײַב אַ קריגערין, זײַנען גלײַך. ", "דער װאָס באַהאַלט זי, באַהאַלט װינט, און דאָס אײל פֿון זײַן רעכטער האַנט שרײַט אױס.", "אײַזן שלײַפֿט מען מיט אײַזן, און אײן מענטש שלײַפֿט דעם שאַרף פֿון דעם אַנדערן.", "דער װאָס היט דעם פֿײַגנבױם, װעט עסן זײַן פֿרוכט, און דער װאָס פּאַסט אױף זײַן האַר, װעט האָבן כּבֿוד.", "װי אין װאַסער איז אַ פּנים קעגן אַ פּנים, אַזױ איז דאָס האַרץ פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן.", "די אונטערערד און דער אָפּגרונט װערן ניט זאַט, און די אױגן פֿון דעם מענטשן װערן ניט זאַט.", "אַ טיגל פֿאַר זילבער, און אַ שמעלצאױװן פֿאַר גאָלד, און אַ מענטש לױט זײַן לױב.", "װען דו זאָלסט שטױסן דעם נאַרן אין אַ שטײסל מיט אַ מערזער צװישן גריץ, װעט זיך ניט אָפּטאָן פֿון אים זײַן נאַרישקײט.", "קענען זאָלסטו קענען דאָס אױסזען פֿון דײַנע שאָף, גיב אַכטונג אױף די סטאַדעס;", "װאָרום ניט אױף אײביק איז רײַכטום;און איז דען אַ קרױן אױף דָור-דורות?", "די הײ איז אָפּגעשניטן, און פֿרישע גראָז באַװײַזט זיך, און אײַנגעזאַמלט זײַנען די קרײַטעכער פֿון די בערג, ", "װעלן די שעפּסן זײַן פֿאַר דײַן קלײדונג, און צו באַצאָלן פֿאַר אַ פֿעלד די בעק;", "און גענוג ציגנמילך װעט זײַן פֿאַר דײַן שפּײַז –פֿאַר דעם שפּײַז פֿון דײַן הױזגעזינט, און דערנערונג פֿאַר דײַנע דינסטמײדלעך." ], [ "דער רָשע לױפֿט װען קײנער יאָגט ניט, אָבער די צדיקים זײַנען זיכער װי אַ יונגער לײב. ", "דורך דעם פֿאַרברעך פֿון אַ לאַנד זײַנען פֿיל אירע האַרן, אָבער דורך אַ פֿאַרשטאַנדיקן מאַן װאָס װײס, האַלט אָן לאַנג דער באַשטאַנד.", "אַן אָרימאַן װאָס דריקט די שװאַכע, איז אַ שלאַקסרעגן װאָס לאָזט אָן ברױט.", "די װאָס פֿאַרלאָזן די תּורה, לױבן די רשָעים, אָבער די װאָס היטן די תּורה, קריגן זיך מיט זײ.", "שלעכטע מענטשן פֿאַרשטײען ניט גערעכטיקײט, אָבער די װאָס זוכן גאָט, פֿאַרשטײען אַלץ.", "בעסער אַן אָרימאַן װאָס גײט מיט זײַן ערלעכקײט, אײדער דער װאָס זײַנע װעגן זײַנען קרום, און ער איז אַן עושר.", "אַ פֿאַרשטאַנדיקער זון היט די לערנונג, אָבער דער װאָס חבֿרט זיך מיט פֿרעסערס, פֿאַרשעמט זײַן פֿאָטער.", "דער װאָס מערט זײַן פֿאַרמעג דורך צינדזן און מערונג, זאַמלט עס פֿאַר דעם װאָס װעט שענקען צו אָרימע.", "דער װאָס קערט אָפּ זײַן אױער פֿון צו הערן די לערנונג, איז אַפֿילו זײַן תּפֿילה אַן אומװערדיקײט.", "דער װאָס פֿאַרפֿירט די רעכטפֿאַרטיקע אױף אַ שלעכטן װעג, װעט ער אַרײַנפֿאַלן אין זײַן אײגענער גרוב, און די ערלעכע װעלן אַרבן גוטס.", "דער רײַכער מאַן איז אַ חכם אין זײַנע אױגן, אָבער דער קלוגע אָרימאַן פֿאָרשט אים דורך.", "אַז צדיקים פֿרײען זיך איז אַ גרױסע גדוּלה, אָבער אַז רשָעים קומען אױף, מוז מען זוכן אַ מענטשן.", "דער װאָס פֿאַרדעקט זײַנע זינד, װעט ניט באַגליקן, אָבער דער װאָס איז זיך מודה און פֿאַרלאָזט זײ, װעט דערבאַרימט װערן.", "װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאָרכט תּמיד, און דער װאָס מאַכט האַרט זײַן האַרץ װעט אַרײַנפֿאַלן אין בײז.", "אַ ברומיקער לײב, און אַ הונגעריקער בער, איז אַ רָשע װאָס געװעלטיקט איבער אָרים פֿאָלק.", "אַ פֿירשט פֿעליק אין שׂכל איז גרױס אין רױבערײַען;און דער װאָס האָט פֿײַנט אומערלעכן געװין איז מאריך-ימים.", "אַ מענטש װאָס האָט אױף זיך דאָס בלוט פֿון אַ נפֿש, װעט לױפֿן ביזן גרוב, מע װעט אים ניט בײַשטײן.", "דער װאָס גײט ערלעך װעט געהאָלפֿן װערן, און דער װאָס זײַנע װעגן זײַנען קרום, װעט פֿאַלן מיט אײן מאָל.", "דער װאָס באַאַרבעט זײַן ערד װעט האָבן ברױט צו זאַט, און דער װאָס יאָגט זיך נאָך פּוסטע זאַכן װעט זאַט זײַן מיט דלות.", "אַן ערלעכער מענטש קריגט פֿיל ברכות, אָבער דער װאָס װיל גיך רײַך װערן װעט ניט אָפּקומען גלאַט.", "פֿון שאַנעװען קומט ניט אַרױס קײן גוטס, אָבער אום אַ שטיקל ברױט פֿאַרזינדיקט זיך דער מענטש.", "פֿאַרהאַװעט נאָך רײַכטום איז אַ מענטש אַ ניט פֿאַרגינער, און ער װײס ניט אַז די נױט װעט קומען אױף אים.", "דער װאָס שטראָפֿט עמיצן, װעט שפּעטער געפֿינען מער חןװי דער װאָס האָט אַ גלאַטע צונג.", "דער װאָס באַגזלט זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און זאָגט: „עס איז ניט קײן פֿאַרברעך”, ער איז אַ חבֿר צו אַ מענטשן אַן אומברענגער.", "דער װאָס האָט אַ פֿאַרלאַנגערישע זעל, מאַכט אָן קריג, אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, װערט געזעטיקט.", "דער װאָס איז בטוח אין זײַן האַרצן, ער איז אַ נאַר, און דער װאָס גײט מיט חכמה, װעט אַנטרונען װערן.", "דעם װאָס גיט דעם אָרימאַן װעט ניט פֿעלן, אָבער דער װאָס פֿאַרהױלט זײַנע אױגן, װעט קריגן פֿיל קללות.", "אַז די רשָעים שטײען אױף, באַהאַלטן זיך די מענטשן, און אַז זײ גײען אונטער, מערן זיך די צדיקים." ], [ "אַ מענטש אַ געמוסרטער װאָס מאַכט האַרט זײַן נאַקן, װעט פּלוצלינג צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט ניט זײַן.", "אַז די צדיקים מערן זיך, פֿרײט זיך דאָס פֿאָלק, אָבער אַז דער רָשע געװעלטיקט, זיפֿצט דאָס פֿאָלק.", "אַ מענטש װאָס האָט ליב חכמה, דערפֿרײט זײַן פֿאָטער, אָבער דער װאָס חבֿרט זיך מיט זוֹנות, ברענגט אױס דעם פֿאַרמעג.", "אַ מלך האַלט אױף מיט גערעכטיקײט דאָס לאַנד, און דער בעלן אױף מתָּנות צעשטערט עס.", "דער מענטש װאָס חַנפֿעט זײַן חבֿר, שפּרײט אױס אַ נעץ פֿאַר זײַנע טריט.", "אין דעם פֿאַרברעך פֿון דעם שלעכטן מענטשן איז אַ שטרױכלונג, אָבער דער צדיק זינגט און איז פֿרײלעך.", "דער צדיק װײס דאָס רעכט פֿון די אָרימע, דער רָשע קימערט זיך ניט צו װיסן.", "לײַט פֿון שפּאָט בלאָזן-אױף די שטאָט, אָבער קלוגע האַלטן אָפּ דעם צאָרן.", "אַז אַ קלוגער מענטש טענהט מיט אַ נאַרן, סײַ ער בײזערט זיך, סײַ ער שמײכלט, האָט ער ניט קײן נַחַת.", "בלוטיקע לײַט האָבן פֿײַנט דעם אומשולדיקן, אָבער די רעכטפֿאַרטיקע גאַרן נאָך אים.", "זײַן גאַנץ געמיט לאָזט אַרױס דער נאַר, אָבער דער חכם האַלט עס צוריק.", "אַ געװעלטיקער װאָס האָרכט צו גערײד פֿון ליגן, זײַנען אַלע זײַנע משרתים רשָעים.", "דער אָרימאַן און דער דריקער שטױסן זיך אָן אײנאַנדער, אָבער דער דערלײַכטער פֿון בײדנס אױגן איז גאָט.", "אַ מלך װאָס משפּט מיט אמת די אָרימע, װעט זײַן טראָן באַשטײן שטענדיק.", "די רוט און מוסר גיבן חכמה, און אַ לױזגעלאָזט ייִנגל ברענגט שאַנד זײַן מוטער.", "אַז די רשָעים מערן זיך, מערט זיך פֿאַרברעך, אָבער די צדיקים װעלן זען זײער מפּלה.", "שטראָף דײַן זון, און ער װעט דיר אָנטאָן נַחַת, און געבן תּענוג צו דײַן זעל.", "אָן אַ זעונג װערט דאָס פֿאָלק פֿאַרװילדערט, און דער װאָס היט די תּורה, אַז װױל איז צו אים!", "מיט װערטער קען אַ קנעכט ניט אױסגעמוסרט װערן, װאָרום ער מעג פֿאַרשטײן, אָבער פֿאָלגן װעט ער ניט.", "זעסטו אַ מענטשן האַסטיק מיט זײַנע װערטער, איז דאָ מער האָפֿענונג פֿאַר אַ נאַרן װי פֿאַר אים.", "דער װאָס פֿאַרצערטלט פֿון יוגנט זײַן קנעכט, װעט ער צום סָוף װערן אַן אײבערהאַר.", "אַ צאָרנדיקער מענטש מאַכט אָן קריג, און אַ כּעסן באַגײט פֿיל פֿאַרברעכן.", "די גאװה פֿון אַ מענטשן דערנידערט אים, און דער װאָס איז שָפֿל אין געמיט װעט קריגן כּבֿוד.", "דער װאָס טײלט זיך מיט אַ גנבֿ, איז אַ שׂונא זיך אַלײן:ער הערט די קללה, און זאָגט ניט אױס.", "מורא פֿאַר אַ מענטשן לײגט אַ שטרױכלונג, אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף גאָט, װערט באַשיצט.", "פֿיל זוכן דעם פּנים פֿון דעם געװעלטיקער, אָבער פֿון גאָט איז דעם מענטשנס משפּט. ", "אַן אומװערדיקײט בײַ די צדיקים איז דער מאַן פֿון אומרעכט, און אַן אומװערדיקײט בײַ די רשָעים, דער װאָס זײַן װעג איז גלײַך." ], [ "די װערטער פֿון אָגור דער זון פֿון יָקֶהן; אַ מוסר.דער מאַן האָט געזאָגט צו איתיאֵלן, צו איתיאֵלן און אוכָּלן:", "פֿאַר װאָר, איך בין פֿאַרגרעבטער פֿון איטלעכן, און איך האָב ניט קײן פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון אַ מענטשן, ", "און איך האָב ניט געלערנט קײן חכמה, אַז דערקענונג פֿון הײליקן זאָל איך װיסן. ", "װער איז אַרױף אױפֿן הימל, און אַראָפּגענידערט?װער האָט געזאַמלט דעם װינט אין זײַנע פֿױסטן?װער האָט אײַנגעבונדן די װאַסערן אין אַ טוך?װער האָט אױפֿגעשטעלט אַלע עקן פֿון דער ערד?װאָס איז זײַן נאָמען?און װאָס איז דער נאָמען פֿון זײַן זון, אױב דו װײסט?", "איטלעך װאָרט פֿון גאָט איז געלײַטערט;ער איז אַ שילד פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין אים. ", "זאָלסט ניט צולײגן צו זײַנע װערטער, כּדי ער זאָל דיך ניט פֿאָרהאַלטן, און װעסט בלײַבן אַ ליגנער.", "צװײ זאַכן בעט איך בײַ דיר, זאָלסט זײ ניט פֿאַרמײַדן פֿון מיר, אײדער איך שטאַרב:", "פֿאַלשקײט און װערטער פֿון ליגן דערװײַטער פֿון מיר;ניט אָרימקײט און ניט עשירות זאָלסטו מיר געבן, שפּײַז מיך מיט ברױט פֿאַר מײַן אױסקומעניש;", "כּדי איך זאָל ניט װערן צו זאַט, און לײקענען, און זאָגן: װער איז גאָט?און כּדי איך זאָל ניט װערן צו אָרים, און גנבֿען, און אָנרירן דעם נאָמען פֿון מײַן גאָט.", "זאָלסט ניט פֿאַרמַסרן אַ קנעכט פֿאַר זײַן האַר, װאָרום ער װעט דיך שילטן, און װעסט זיך פֿאַרשולדיקן.", "פֿאַראַן אַ דָור װאָס שילט זײַן פֿאָטער, און בענטשט ניט זײַן מוטער. ", "פֿאַראַן אַ דָור רײן אין זײַנע אױגן, און פֿון זײַן קױט ניט אָפּגעװאַשן. ", "פֿאַראַן אַ דָור – װי הױך זײַנען זײַנע אױגן!און זײַנע ברעמען װי אױפֿגעהױבן!", "פֿאַראַן אַ דָור װאָס זײַנע צײן זײַנען שװערדן, און זײַנע באַקצײנער, מעסערס, צו פֿאַרצערן די אָרימע אױסן לאַנד, און די אבֿיונים פֿון צװישן מענטשן.", "פֿון עַלוּקָהן: פֿאַראַן צװײ טעכטער: „גיב! גיב!”פֿאַראַן דרײַ װאָס װערן ניט זאַט, פֿיר װאָס זאָגן ניט „גענוג”:", "די אונטערערד, די מאַכט פֿון דער פֿרױ, די ערד װאָס װערט ניט זאַט מיט װאַסער, און דאָס פֿײַער װאָס זאָגט ניט „גענוג”.", "דאָס אױג װאָס שפּאָט פֿון אַ פֿאָטער, און פֿאַראַכט צו געהאָרכן אַ מוטער, זאָלן עס אױספּיקן די ראָבן פֿון טאָל, און זאָלן עס אױפֿעסן די קינדער פֿון אָדלער.", "פֿאַראַן דרײַ װאָס זײַנען פֿאַרהױלן פֿון מיר, יאָ, פֿיר װאָס איך פֿאַרשטײ זײ ניט:", "דער װעג פֿון אָדלער אין הימל, דער װעג פֿון דער שלאַנג אױף אַ פֿעלדז, דער װעג פֿון אַ שיף אין מיטן ים, און דער װעג פֿון אַ מאַן מיט אַ יונגפֿרױ.", "אַזױ איז דער שטײגער פֿון אַ פֿרױ אַ נואפֿטע:זי עסט און װישט אָפּ איר מױל, און זאָגט: איך האָב ניט געטאָן קײן בײז.", "אונטער דרײַען ציטערט די ערד, יאָ, אונטער פֿירן קען זי ניט אױסהאַלטן:", "אונטער אַ קנעכט, אַז ער װערט אַ מלך, און אַ מנוּװל, אַז ער האָט ברױט צו זאַט;", "אונטער אַ מיאוסער, אַז זי קריגט אַ מאַן, און אַ דינסט, אַז זי ירשעט איר האַרינטע.", "פֿיר זײַנען די קלענסטע אױף דער ערד, און זײ זײַנען די קליגסטע חכמים:", "די מוראַזשקעס זײַנען אַ פֿאָלק ניט שטאַרק, און זײ גרײטן אָן אום זומער זײער שפּײַז;", "די קיניגלס זײַנען אַ פֿאָלק ניט מאַכטיק, און זײ מאַכן אין פֿעלדז זײער הױז;", "ניטאָ קײן מלך בײַ די הײשעריקן, און זײ גײען אַרױס אין מחנות אַלע;", "די שפּין קענסטו מיט די הענט אָננעמען, און זי איז אין קיניגלעכע פּאַלאַצן.", "דרײַ האָבן אַ שײנעם טראָט, יאָ, פֿיר גײען שײן:", "דער לײב, דער שטאַרקסטער צװישן די חיות, װאָס קערט זיך ניט אָפּ פֿאַר קײנעם;", "דער יאַכטהונט, און דער באָק;און דער מלך, װאָס ניטאָ קעגן אים קײן באַשטאַנד.", "אױב דו האָסט זיך פֿאַרמיאוסט דורך איבערנעמען זיך, איז, אױב דו ביסט איבערלײגט, טו די האַנט אױפֿן מױל, ", "װאָרום דריקן מילך ברענגט אַרױס פּוטער, און דריקן די נאָז ברענגט אַרױס בלוט, און דריקן צאָרן ברענגט אַרױס קריג." ], [ "די װערטער פֿון מלך למואֵל, אַ מוסר װאָס זײַן מוטער האָט אים געלערנט. ", "נײן, מײַן זון! און נײן, זון פֿון מײַן לײַב, און נײן, זון פֿון מײַנע נדרים;", "זאָלסט ניט אַװעקגעבן אױף װײַבער דײַן כּוח, און דײַנע װעגן אױף װאָס ברענגט אום מלכים. ", "ניט פֿאַר מלכים, למואֵל, ניט פֿאַר מלכים איז טרינקען װײַן, און װוּ פֿאַר פֿירשטן געטראַנק!", "כּדי זײ זאָלן ניט טרינקען און פֿאַרגעסן דאָס געזעץ, און פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַלע געדריקטע. ", "גיט געטראַנק צום פֿאַרלאָרענעם, און װײַן צו די פֿאַרביטערטע אין געמיט. ", "זאָל ער טרינקען און פֿאַרגעסן זײַן אָרימקײטאון זײַן מאַטערניש מער ניט געדענקען. ", "עפֿן דײַן מױל פֿאַר דעם שטומען, פֿאַר דעם רעכט פֿון אַלע פֿאַרגײיִקע. ", "עפֿן דײַן מױל, משפּט מיט גערעכטיקײט, און טו רעכט דעם אָרימאַן און דעם אבֿיון.", "אַן אֵשֶת-חיל װער קען געפֿינען?און העכער פֿון פּערל איז איר װערט. ", "דאָס האַרץ פֿון איר מאַן פֿאַרזיכערט זיך אױף איר, און אים פֿעלט ניט קײן אײַנקום. ", "זי טוט אים גוטס און ניט שלעכטס, אַלע טעג פֿון איר לעבן. ", "זי זוכט אױף װאָל און פֿלאַקס, און אַרבעט מיט אירע װיליקע הענט. ", "זי איז אַזױ װי די האַנדלשיפֿן, פֿון דער װײַטן ברענגט זי איר ברױט. ", "און זי שטײט אױף װען נאָך נאַכט, און גרײט צו שפּײַז פֿאַר איר הױזגעזינט, און די אױסקומעניש פֿאַר אירע דינסטמײדלעך. ", "זי פֿאַרטראַכט אַ פֿעלד, און קױפֿט עס, פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט פֿלאַנצט זי אַ װײַנגאָרטן. ", "זי גורט אָן מיט קראַפֿט אירע לענדן, און זי שטאַרקט אירע אָרעמס. ", "זי מערקט אַז איר פֿאַרדינסט איז גוט;ניט פֿאַרלאָשן בײַ נאַכט װערט איר ליכט. ", "אירע הענט לײגט זי צום שפּינראָד, און אירע האַנטפֿלעכן האַלטן דעם שפּינדל. ", "איר האַנטפֿלעך שפּרײט זי אױס צום אָרימאַן, און אירע הענט שטרעקט זי אױס צום אבֿיון. ", "זי האָט ניט מורא װעגן איר הױזגעזינט פֿאַר שנײ, װאָרום איר גאַנץ הױזגעזינט איז אָנגעטאָן אין רױטגעװאַנט. ", "דעקן מאַכט זי זיך, פֿײַנלײַנען און פּורפּל איז איר מלבוש. ", "באַקאַנט אין די טױערן איז איר מאַן, װען ער זיצט מיט די עלטסטע פֿון לאַנד. ", "אַ לײַנענטוך מאַכט זי און פֿאַרקױפֿט, און גאַרטלען שטעלט זי צו דעם האַנדלסמאַן. ", "שטאַרקײט און שײנקײט איז איר מלבוש, און זי לאַכט פֿון שפּעטערדיקן טאָג. ", "איר מױל עפֿנט זי מיט חכמה, און די לערנונג פֿון גענאָד איז אױף איר צונג. ", "זי קוקט נאָך דעם גאַנג פֿון איר הױז, און זי עסט ניט דאָס ברױט פֿון פֿױלקײט. ", "אירע קינדער שטײען אױף און לױבן זי, איר מאַן – און ער רימט זי:", "„פֿיל טעכטער האָבן אױפֿגעטאָן בריהשאַפֿט, אָבער דו שטײַגסט זײ אַלע אַריבער”. ", "חן איז אַן אָפּנאַר, און שײנקײט איז נישטיק, אַ גאָטספֿאָרכטיקע װײַב, זי זאָל גערימט װערן. ", "גיט איר פֿון דער פֿרוכט פֿון אירע הענט, און זאָלן אירע מעשׂים זי רימען אין די טױערן." ] ], "sectionNames": [ "Chapter", "Verse" ] }