{ "language": "he", "title": "Deuteronomy", "versionSource": "http://opensiddur.org/praxes/study/yehoyeshs-yiddish-translation-of-the-tanakh/", "versionTitle": "Yehoyesh's Yiddish Tanakh Translation [yi]", "status": "locked", "license": "CC0", "versionNotes": "This 1941 translation published by Yehoʼash Farlag Gezelshaft is in the public domain. A transcribed digitized version was produced by Itsik \"Robert\" Goldenberg, et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager. That version was graciously shared with the Open Siddur Project, from which the text was imported by Sefaria.", "versionTitleInHebrew": "תרגום התנ״ך ליידיש, יהואש", "versionNotesInHebrew": "תרגום זה קיים בנחלת הכלל. שעתוק דיגיטלי ע\"י איציק \"רוברט\" גולדנברג, באדיבות פרויקט יהואש (1998-2006) בניהולו של לאונרד פראגר. גרסה זו שותפה בפרויקט \"סידור פתוח\", משם יובאה למאגר ספריא", "actualLanguage": "yi", "languageFamilyName": "yiddish", "isBaseText": false, "isSource": false, "direction": "rtl", "heTitle": "דברים", "categories": [ "Tanakh", "Torah" ], "text": [ [ "דאָס זײַנען די װערטער װאָס משה האָט גערעדט צו גאַנץ ישׂראל אױף יענער זײַט יַרדן, אין מדבר, אין דעם פּלױן, אַקעגן סוף, צװישן פּאָרָן און צװישן תּוֹפֿל, און לָבֿן, און חַצֵרות, און די-זָהָבֿ. –", "עלף טעג איז פֿון חוֹרֵבֿ ביז קָדֵש-ברנֵעַ אױף דעם װעג פֿון באַרג שֵׂעִיר. –", "און עס איז געװען אין פֿערציקסטן יאָר, אין עלפֿטן חוֹדש, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש האָט משה גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן פֿאַר זײ;", "נאָך דעם אַז ער האָט געשלאָגן סיחין דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חשבון, און עוֹג דעם מלך פֿון בשָן, װאָס איז געזעסן אין עַשתָּרוֹת אין אֶדרֶעִי.", "אױף יענער זײַט יַרדן, אין לאַנד מוֹאָבֿ, האָט משה גענומען באַשײדן די דאָזיקע תּוֹרה, אַזױ צו זאָגן:", "יהוה אונדזער גאָט האָט גערעדט צו אונדז אין חוֹרֵבֿ, אַזױ צו זאָגן: גענוג אײַך זיצן אױף דעם דאָזיקן באַרג;", "פֿאַרקערט זיך און ציט אײַך אַװעק, און גײט צו דעם געבערג פֿון אֶמוֹרי, און צו אַלע זײַנע שכנים, אין דעם פּלױן, אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אין דָרום, און בײַם באָרטן פֿון ים, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני, און צום לבֿנוֹן, ביזן גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת.", "זעט, איך האָב איבערגעגעבן דאָס לאַנד צו אײַך; גײט און אַרבט דאָס לאַנד װאָס גאָט האָט געשװאָרן צו אײַערע עלטערן, צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, צו געבן זײ און זײער זאָמען נאָך זײ.", "און איך האָב געזאָגט צו אײַך אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: איך אַלײן קען אײַך ניט טראָגן.", "יהוה אײַער גאָט האָט אײַך געמערט, און אָט זײַט איר אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט –", "זאָל יהוה דער גאָט פֿון אײַערע עלטערן אײַך מערן טױזנט מאָל אַזױ פֿיל װי איר זײַט, און אײַך בענטשן אַזױ װי ער האָט אײַך צוגעזאָגט! –", "װי קען איך אַלײן טראָגן אײַער שװערקײט און אײַער לאַסט און אײַער קריגערײַ?", "קריגט אײַך קלוגע און פֿאַרשטאַנדיקע און געניטע לײַט, לױט אײַערע שבֿטים, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אײַערע הױפּטלײַט.", "האָט איר מיר געענטפֿערט און געזאָגט: גוט איז די זאַך װאָס דו האָסט געהײסן טאָן.", "און איך האָב גענומען די קעפּ פֿון אײַערע שבֿטים, קלוגע און געניטע לײַט, און איך האָב זײ געמאַכט פֿאַר הױפּטלײַט איבער אײַך, פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט, און עלטסטע פֿון הונדערט, און עלטסטע פֿון פֿופֿציק, און עלטסטע פֿון צען, און אױפֿזעער, לױט אײַערע שבֿטים.", "און איך האָב באַפֿױלן אײַערע ריכטער אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: הערט אױס צװישן אײַערע ברידער, און איר זאָלט משפּטן גערעכט צװישן איטלעכן און צװישן זײַן ברודער, אָדער דעם פֿרעמדן װאָס בײַ אים.", "איר זאָלט ניט דערקענען קײן פּנים אין אַ משפּט; דעם קלענסטן אַזױ װי דעם גרעסטן זאָלט איר אױסהערן; איר זאָלט זיך ניט שרעקן פֿאַר אַ מענטשן, װאָרום דער משפּט איז גאָטס. און די זאַך װאָס װעט זײַן צו שװער פֿאַר אײַך, זאָלט איר ברענגען צו מיר, און איך װעל זי אױסהערן.", "און איך האָב אײַך באַפֿױלן אין יענער צײַט אַלע זאַכן װאָס איר זאָלט טאָן.", "און מיר האָבן אַװעקגעצױגן פֿון חוֹרֵבֿ, און זײַנען דורכגעגאַנגען אין גאַנצן יענעם גרױסן און מוֹראדיקן מדבר װאָס איר האָט געזען, אױפֿן װעג צו דעם געבערג פֿון אֶמוֹרי, אַזױ װי יהוה אונדזער גאָט האָט אונדז באַפֿױלן; און מיר זײַנען געקומען ביז קָדֵש-ברנֵעַ.", "און איך האָב צו אײַך געזאָגט: איר זײַט געקומען ביז דעם געבערג פֿון אֶמוֹרי, װאָס יהוה אונדזער גאָט גיט אונדז;", "זע, יהוה דײַן גאָט האָט איבערגעגעבן דאָס לאַנד צו דיר, גײ אַרױף און אַרב עס, אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט; זאָלסט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן.", "האָט איר אַלע גענענט צו מיר, און האָט געזאָגט: לאָמיר שיקן מענטשן אונדז פֿאַרױס, און זײ זאָלן אױספֿאָרשן פֿאַר אונדז דאָס לאַנד, און אונדז ברענגען אַן ענטפֿער װעגן דעם װעג װאָס מיר זאָלן אױף אים גײן, און די שטעט װאָס מיר זאָלן אין זײ קומען.", "און די זאַך איז װוילגעפֿעלן אין מײַנע אױגן, און איך האָב גענומען פֿון אײַך צװעלף מאַן, צו אײן מאַן פֿאַר אַ שבֿט.", "און זײ האָבן זיך פֿאַרקערט און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אין דעם געבערג, און זײַנען געקומען ביזן טאָל אֶשכּוֹל, און האָבן עס אױסגעקוקט.", "און זײ האָבן גענומען אין זײער האַנט פֿון דער פֿרוכט פֿון לאַנד, און אַראָפּגעבראַכט צו אונדז; און זײ האָבן אונדז געבראַכט אַן ענטפֿער און געזאָגט: גוט איז דאָס לאַנד װאָס יהוה אונדזער גאָט גיט אונדז.", "אָבער איר האָט ניט געװאָלט אַרױפֿגײן, און האָט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון יהוה אײַער גאָט.", "און איר האָט געמורמלט אין אײַערע געצעלטן, און האָט געזאָגט: װײַל גאָט האָט אונדז פֿײַנט, האָט ער אונדז אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אונדז צו געבן אין דער האַנט פֿון אֶמוֹרי, כּדי אונדז צו פֿאַרטיליקן.", "װוּהין גײען מיר אַרױף? אונדזערע ברידער האָבן געמאַכט צעגײן אונדזער האַרץ, אַזױ צו זאָגן: דאָס פֿאָלק איז גרעסער און העכער פֿון אונדז, די שטעט גרױסע און באַפֿעסטיקטע ביז אין הימל; און אױך זין פֿון די עַנָקים האָבן מיר דאָרטן געזען.", "און איך האבָ צו אײַך געזאָגט: איר זאָלט אײַך ניט שרעקן און ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ.", "יהוה אײַער גאָט װאָס גײט אײַך פֿאַרױס, ער װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אײַך, אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן מיט אײַך אין מִצרַיִם פֿאַר אײַערע אױגן,", "און אין דער מדבר, װוּ דו האָסט געזען, אַז יהוה דײַן גאָט האָט דיך געטראָגן, אַזױ װי אַ מאַן טראָגט זײַן קינד, דעם גאַנצן װעג װאָס איר זײַט געגאַנגען, ביז איר זײַט געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט.", "און אין דער דאָזיקער זאַך גלױבט איר ניט יהוה אײַער גאָט,", "װאָס איז אײַך געגאַנגען פֿאַרױס אױפֿן װעג, אײַך אױסצוזוכן אַן אָרט פֿאַר אײַך צום לאַגערן: אין פֿײַער בײַ נאַכט, כּדי אײַך צו װײַזן דעם װעג װאָס איר זאָלט אױף אים גײן, און אין װאָלקן בײַ טאָג.", "און גאָט האָט געהערט דעם קָול פֿון אײַערע װערטער, און ער האָט געצערנט, און האָט געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן:", "אױב עמיצער פֿון די דאָזיקע לײַט, פֿון דעם דאָזיקן שלעכטן דָור, װעט אָנזען דאָס גוטע לאַנד, װאָס איך האָב געשװאָרן צו געבן אײַערע עלטערן!", "אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן; ער װעט עס זען, און צו אים װעל איך געבן דאָס לאַנד װאָס ער האָט געטרעטן דערױף, און צו זײַנע קינדער; װײַל ער איז געגאַנגען געטרײַ נאָך גאָט.", "אױך אױף מיר האָט גאָט געצערנט איבער אײַך, אַזױ צו זאָגן: דו אױך װעסט אַהין ניט קומען;", "יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, װאָס שטײט פֿאַר דיר, ער װעט אַהין קומען; אים שטאַרק, װאָרום ער װעט עס מאַכן אַרבן ישׂראל.", "און אײַערע קלײנע קינדער, װאָס איר האָט געזאָגט, זײ װעלן זײַן צו רױב, און אײַערע זין, װאָס פֿאַרשטײען נאָך הײַנט ניט גוטס אָדער שלעכטס, זײ װעלן אַהין קומען, און צו זײ װעל איך עס געבן, און זײ װעלן עס אַרבן.", "און איר פֿאַרקערט אײַך, און ציט צום מדבר, אױפֿן װעג פֿון ים-סוף.", "האָט איר זיך אָפּגערופֿן, און האָט צו מיר געזאָגט: מיר האָבן געזינדיקט צו גאָט; מיר װעלן אַרױפֿגײן, און װעלן מלחמה האַלטן, אַזױ װי אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט האָט אונדז באַפֿױלן. און איר האָט אָנגעגורט איטלעכער זײַנע כּלֵי-מלחמה, און געהאַלטן פֿאַר גרינג אַרױפֿצוגײן אין דעם געבערג.", "און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: זאָג צו זײ: איר זאָלט ניט אַרױפֿגײן, און איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן, װאָרום איך בין ניט צװישן אײַך; כּדי איר זאָלט ניט געשלאָגן װערן פֿאַר אײַערע פֿײַנט.", "און איך האָב צו אײַך גערעדט, אָבער איר האָט ניט צוגעהערט, און איר האָט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון גאָט, און איר האָט געמוטװיליקט, און זײַט אַרױפֿגעגאַנגען אין דעם געבערג.", "איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אײַך דער אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין יענעם געבערג, און זײ האָבן אײַך נאָכגעיאָגט אַזױ װי די בינען טוען, און אײַך צעקלאַפּט אין שֵׂעִיר, ביז חָרמָה.", "און איר האָט זיך אומגעקערט, און איר האָט געװײנט פֿאַר גאָט, אָבער גאָט האָט ניט צוגעהערט צו אײַער קָול, און ניט גענײַגט דאָס אױער צו אײַך.", "און איר זײַט געבליבן אין קָדֵש פֿיל טעג, לױט די טעג װאָס איר זײַט געבליבן." ], [ "און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט, און האָבן געצױגן צום מדבר, אױפֿן װעג פֿון ים-סוף, אַזױ װי גאָט האָט צו מיר גערעדט; און מיר האָבן זיך אַרומגעדרײט אַרום באַרג שֵׂעִיר פֿיל טעג.", "און גאָט האָט צו מיר געזאָגט, אַזױ צו זאָגן:", "גענוג אײַך אַרומגײן דעם דאָזיקן באַרג; פֿאַרקערט אײַך קײן צפֿון.", "און דעם פֿאָלק באַפֿעל, אַזױ צו זאָגן: איר גײטדורך דורך דעם געמאַרק פֿון אײַערע ברידער, די קינדער פֿון עֵשָׂו, װאָס זיצן אין שֵׂעִיר, און זײ װעלן מוֹרא האָבן פֿאַר אײַך; זאָלט איר זײַן זײער אָפּגעהיט.", "איר זאָלט זיך ניט אָנהײבן מיט זײ, װאָרום ניט צו מאָל אַ שפּאַן פֿון אַ פֿוסטריט װעל איך אײַך געבן פֿון זײער לאַנד, װײַל אַ ירושה צו עֵשָׂו האָב איך געגעבן דעם באַרג שֵׂעִיר.", "עסנװאַרג זאָלט איר פֿון זײ פֿאַר געלט אײַנהאַנדלען און עסן, און אַפֿילו װאַסער זאָלט איר פֿון זײ פֿאַר געלט קױפֿן און טרינקען.", "װאָרום יהוה דײַן גאָט האָט דיך געבענטשט אין יעטװעדער טוּונג פֿון דײַן האַנט; ער האָט געװוּסט דײַן גײן דורך דעם דאָזיקן גרױסן מדבר; שױן פֿערציק יאָר איז יהוה דײַן גאָט מיט דיר; קײן זאַך האָט דיר ניט געפֿעלט.", "און מיר זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון אונדזערע ברידער, די קינדער פֿון עֵשָׂו װאָס זיצן אין שֵׂעִיר, פֿון דעם װעג פֿון פּלױן, פֿון אֵילַת, און פֿון עֶציוֹן-גֶבֿר. און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט און זײַנען אַװעקגעגאַנגען אױף דעם װעג פֿון דעם מדבר פֿון מוֹאָבֿ.", "און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט ניט פֿײַנטן מוֹאָבֿ, און ניט פֿאַרפֿירן מיט זײ אַ מלחמה, װאָרום איך װעל דיר פֿון זײַן לאַנד ניט געבן קײן אַרב, װײַל צו די קינדער פֿון לוֹט האָב איך געגעבן עָר אַ ירושה. –", "פֿריער זײַנען דאָרטן געזעסן די אֵימים, אַ פֿאָלק גרױס און פֿיל, און הױך װי די עַנָקים;", "זײ אױך זײַנען גערעכנט געװאָרן פֿאַר רפֿאים, אַזױ װי די עַנָקים, אָבער די מוֹאָבֿים האָבן זײ גערופֿן אֵימים.", "און אין שֵׂעִיר זײַנען פֿריער געזעסן די חוֹרים, אָבער די קינדער פֿון עֵשָׂו האָבן זײ פֿאַרטריבן, און זײ פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זיך, און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט, אַזױ װי ישׂראל האָט געטאָן צום לאַנד פֿון זײַן אַרב, װאָס גאָט האָט זײ געגעבן. –", "אַצונד שטײט אױף, און גײט אײַך אַריבער דעם טײַך זֶרֶד. און מיר זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם טײַך זֶרֶד.", "און די טעג װאָס מיר זײַנען געגאַנגען פֿון קָדֵש-ברנֵעַ ביז װאַנען מיר זײַנען אַריבער דעם טײַך זֶרֶד, זײַנען געװען אַכט און דרײַסיק יאָר; ביז דער גאַנצער דָור, די קריגסלײַט, זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן פֿון צװישן דעם לאַגער, אַזױ װי גאָט האָט זײ געשװאָרן.", "און אױך איז די האַנט פֿון גאָט געװען אױף זײ, זײ אומצוברענגען פֿון צװישן דעם לאַגער, ביז זײ זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן.", "און עס איז געװען, אַז אַלע קריגסלײַט זײַנען אין גאַנצן אױסגעשטאָרבן פֿון צװישן דעם פֿאָלק,", "האָט גאָט גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן:", "דו גײסט הײַנט אַריבער דעם געמאַרק פֿון מוֹאָבֿ, עָר,", "און װעסט גענענען אַקעגן די קינדער פֿון עַמוֹן, זאָלסט זײ ניט פֿײַנטן, און זיך מיט זײ ניט אָנהײבן, װאָרום איך װעל דיר פֿון דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן ניט געבן קײן אַרב, װײַל צו די קינדער פֿון לוֹט האָב איך עס געגעבן אַ ירושה. –", "דאָס אױך װערט גערעכנט פֿאַרן לאַנד פֿון די רפֿאים; די רפֿאים זײַנען דרינען געזעסן פֿריער, און די עַמוֹנים האָבן זײ גערופֿן זַמזומים;", "אַ פֿאָלק גרױס און פֿיל, און הױך װי די עַנָקים; אָבער גאָט האָט זײ פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר זײ, און זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן, און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט;", "אַזױ װי ער האָט געטאָן פֿאַר די קינדער פֿון עֵשָׂו װאָס זיצן אין שֵׂעִיר, װאָס ער האָט פֿאַרטיליקט די כוֹרים פֿון פֿאַר זײ, און זײ האָבן זײ פֿאַרטריבן, און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט ביז אױף הײַנטיקן טאָג.", "און די עַוִים װאָס זײַנען געזעסן אין דערפֿער ביז עַזָה, זײ האָבן די כַּפֿתּוֹרים װאָס קומען אַרױס פֿון כַּפֿתּוֹר, פֿאַרטיליקט, און זיך באַזעצט אױף זײער אָרט. –", "שטײט אױף, ציט אַװעק, און גײט אַריבער דעם טאָל אַרנוֹן. זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט סיחין דעם אֶמוֹרי, דעם מלך פֿון חשבון, און זײַן לאַנד; הײב אָן אײַנצונעמען, און פֿאַרפֿיר מיט אים אַ מלחמה.", "הײַנטיקן טאָג װעל איך אָנהײבן װאַרפֿן דײַן שרעק און דײַן מוֹרא אױף די פֿעלקער אונטערן גאַנצן הימל, אַז װען זײ װעלן הערן דײַן הערונג, װעלן זײ ציטערן און פֿלאַטערן פֿאַר דיר.", "און איך האָב געשיקט שלוחים פֿון מדבר קדֵמוֹת צו סיחין דעם מלך פֿון חשבון – װערטער פֿון שלום, אַזױ צו זאָגן:", "לאָמיך דורכגײן דורך דײַן לאַנד; אױפֿן װעג, אױפֿן װעג װעל איך גײן; איך װעל זיך ניט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס.", "עסנװאַרג װעסטו מיר פֿאַר געלט פֿאַרקױפֿן, און איך װעל עסן, און װאַסער װעסטו מיר פֿאַר געלט געבן, און איך װעל טרינקען; לאָמיך בלױז דורכגײן אױף מײַנע פֿיס;", "אַזױ װי עס האָבן מיט מיר געטאָן די קינדער פֿון עֵשָׂו װאָס זיצן אין שֵׂעִיר, און די מוֹאָבֿים װאָס זיצן אין עָר; ביז װאַנען איך װעל אַריבערגײן דעם יַרדן צו דעם לאַנד װאָס יהוה אונדזער גאָט גיט אונדז.", "אָבער סיחון דער מלך פֿון חשבון האָט אונדז ניט געװאָלט דורכלאָזן דורך אים, װאָרום יהוה דײַן גאָט האָט האַרט געמאַכט זײַן געמיט, און פֿעסט געמאַכט זײַן האַרץ, כּדי אים צו געבן אין דײַן האַנט, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.", "און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: זע, איך האָב אָנגעהױבן איבערגעבן צו דיר סיחוֹנען און זײַן לאַנד; הײב אָן אײַנצונעמען כּדי צו אַרבן זײַן לאַנד.", "איז סיחין אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אונדז, ער מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק, אױף מלחמה קײן יַהַץ.", "און יהוה אונדזער גאָט האָט אים איבערגעגעבן צו אונדז, און מיר האָבן געשלאָגן אים, און זײַנע זין, און זײַן גאַנץ פֿאָלק.", "און מיר האָבן אין יענער צײַט באַצװוּנגען זײַנע שטעט, און פֿאַרװיסט איטלעכע שטאָט, מענער און װײַבער און קלײנע קינדער; מיר האָבן ניט געלאָזט אַן איבערבלײַב.", "נאָר די בהמות האָבן מיר גערױבט פֿאַר זיך, און דעם זאַקרױב פֿון די שטעט װאָס מיר האָבן באַצװוּנגען.", "פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און דער שטאָט װאָס אין טאָל, און ביז גִלעָד, איז ניט געװען אַ שטאָט װאָס איז געװען שטאַרקער פֿון אונדז; אַלץ האָט יהוה אונדזער גאָט איבערגעגעבן צו אונדז.", "נאָר צו דעם לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן האָסטו ניט גענענט: צו דעם גאַנצן ברעג פֿון טײַך יַבוֹק, און די שטעט פֿון באַרג, און אומעטום װוּ יהוה אונדזער גאָט האָט פֿאַרװערט." ], [ "און מיר האָבן זיך פֿאַרקערט, און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיטן װעג פֿון בשָן; און עוֹג דער מלך פֿון בשָן איז אַרױסגעגאַנגען אַקעגן אונדז, ער מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק, אױף מלחמה קײן אֶדרֶעִי.", "און גאָט האָט געזאָגט צו מיר: זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר אים, װאָרום איך האָב אים, מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק און זײַן לאַנד, געגעבן אין דײַן האַנט, און װעסט טאָן צו אים אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו סיחין דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חשבון.", "און יהוה אונדזער גאָט האָט אױך געגעבן אין אונדזער האַנט עוֹג דעם מלך פֿון בשָן, מיט זײַן גאַנצן פֿאָלק, און מיר האָבן אים געשלאָגן ביז אים ניט צו לאָזן אַן איבערבלײַב.", "און מיר האָבן באַצװוּנגען אין יענער צײַט אַלע זײַנע שטעט; ניט געװען אַ שטאָט װאָס מיר האָבן ניט צוגענומען פֿון זײ; זעכציק שטעט, די גאַנצע געגנט פֿון אַרגוֹבֿ, דאָס קיניגרײַך פֿון עוֹג אין בשָן.", "אַלע די דאָזיקע זײַנען געװען באַפֿעסטיקטע שטעט מיט הױכע מױערן, מיט טױערן און ריגלען, אַחוץ אָפֿענע שטעט זײער פֿיל.", "און מיר האָבן זײ פֿאַרװיסט, אַזױ װי מיר האָבן געטאָן צו סיחין דעם מלך פֿון חשבון – פֿאַרװיסט איטלעכע שטאָט, מענער, װײַבער, און קלײנע קינדער.", "נאָר אַלע בהמות, און דעם זאַקרױב פֿון די שטעט, האָבן מיר גערױבט פֿאַר זיך.", "און מיר האָבן אַװעקגענומען אין יענער צײַט דאָס לאַנד פֿון דער האַנט פֿון די צװײ מלכים פֿון אֶמוֹרי װאָס אױף דער זײַט יַרדן, פֿון טאָל אַרנוֹן ביז באַרג חֶרמוֹן –", "די צידוֹנים רופֿן דעם חֶרמוֹן, שִׂריוֹן, און די אֶמוֹרים רופֿן אים שׂניר –", "אַלע שטעט פֿון דעם פֿלאַכלאַנד, און גאַנץ גִלעָד, און גאַנץ בשָן, ביז סַלכָה און אֶדרֶעִי, שטעט פֿון עוֹגס קיניגרײַך אין בשָן.", "װאָרום נאָר עוֹג דער מלך פֿון בשָן איז געבליבן פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים; אָט זײַן בעט, אַן אײַזערן בעט, איז דאָך אין רַבה פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן. נײַן אײַלן איז איר לענג, און פֿיר אײַלן איר ברײט, אױף דער אײל פֿון אַ מאַן.", "און דאָס דאָזיקע לאַנד האָבן מיר געאַרבט אין יענער צײַט. פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם טאָל אַרנוֹן, און אַ העלפֿט פֿון דעם געבערג פֿון גִלעָד, מיט אירע שטעט, האָב איך געגעבן צו די ראובֿנים און צו די גָדים.", "און דעם רעשט פֿון גִלעָד, און גאַנץ בשָן, דאָס קיניגרײַך פֿון עוֹגן, האָב איך געגעבן צום האַלבן שבֿט מנשה; די גאַנצע געגנט פֿון אַרגוֹבֿ – יענער גאַנצער בשָן װערט גערופֿן דאָס לאַנד פֿון די רפֿאים.", "יָאיר דער זון פֿון מנשה האָט גענומען די גאַנצע געגנט פֿון אַרגוֹבֿ ביז דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און האָט זײ – בשָן – גערופֿן אױף זײַן נאָמען חַווֹת-יָאיר, װי ביז אױף הײַנטיקן טאָג.", "און צו מָכירן האָב איך געגעבן גִלעָד.", "און צו די ראובֿנים און צו די גָדים האָב איך געגעבן פֿון גִלעָד און ביזן טאָל אַרנוֹן, דעם מיטן טאָל און דעם ברעג, און ביזן טײַך יַבוֹק, דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן;", "און דעם פּלױן מיטן יַרדן און דעם ברעג, פֿון כִּנֶרֶת און ביז דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה, צו מזרח.", "און איך האָב אײַך באַפֿױלן אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: יהוה אײַער גאָט האָט אײַך געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד עס צו אַרבן; זאָלט איר, אַלע העלדישע יונגען, אַריבערגײן געװאָפֿנט פֿאַרױס פֿאַר אײַערע ברידער, די קינדער פֿון ישׂראל.", "בלױז אײַערע װײַבער און אײַערע קלײנע קינדער און אײַער פֿי – איך װײס, אַז איר האָט פֿיל פֿי – זאָלן בלײַבן אין אײַערע שטעט, װאָס איך האָב אײַך געגעבן;", "ביז װאַנען גאָט װעט באַרוען אײַערע ברידער אַזױ װי אײַך, און זײ אױך װעלן אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה אײַער גאָט גיט זײ אױף יענער זײַט יַרדן; דענצמאָל װעט איר זיך אומקערן איטלעכער צו זײַן אַרב, װאָס איך האָב אײַך געגעבן.", "און יהוֹשוען האָב איך באַפֿױלן אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן: דײַנע אױגן האָבן געזען אַלץ װאָס יהוה דײַן גאָט האָט געטאָן צו די דאָזיקע צװײ מלכים; אַזױ װעט גאָט טאָן צו אַלע קיניגרײַכן װאָס דו גײסט אַהין אַריבער.", "איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ, װאָרום יהוה אײַער גאָט איז דער װאָס האַלט מלחמה פֿאַר אײַך.", "און איך האָב געבעטן צו גאָט אין יענער צײַט, אַזױ צו זאָגן:", "גאָט דו האַר, דו האָסט אָנגעהױבן װײַזן דײַן קנעכט דײַן גרױסקײט און דײַן שטאַרקע האַנט; װאָרום װער איז דער גאָט אין הימל אָדער אױף דער ערד װאָס זאָל טאָן אַזױ װי דײַנע טוּונגען און אַזױ װי דײַנע גבֿורות?", "לאָמיך אַריבערגײן, איך בעט דיך, און לאָמיך זען דאָס גוטע לאַנד װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, דאָס דאָזיקע שײנע געבערג, און דעם לבֿנוֹן.", "אָבער גאָט האָט געצערנט אױף מיר פֿון װעגן אײַך, און האָט ניט צוגעהערט צו מיר; און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: גענוג דיר! זאָלסט מער ניט רעדן צו מיר װעגן דער דאָזיקער זאַך.", "גײ אַרױף צום שפּיץ פּסגָה, און הײב אױף דײַנע אױגן צו מערבֿ, און צו צפֿון, און צו דָרום, און צו מזרח, און קוק אָן מיט דײַנע אױגן, װאָרום װעסט ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן יַרדן.", "און גיב איבער דײַן צַװָאֶה צו יהוֹשוען, און שטאַרק אים, און פֿעסטיק אים, װאָרום ער װעט אַריבערגײן פֿאַרױס פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק, און ער װעט זײ מאַכן אַרבן דאָס לאַנד װאָס דו װעסט זען.", "און מיר זײַנען געבליבן אין טאָל אַקעגן בית-פּעוֹר." ], [ "און אַצונד, ישׂראל, הער צו די חוקים און די געזעצן װאָס איך לערן דיך צו טאָן, כּדי איר זאָלט לעבן, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה דער גאָט פֿון אײַערע עלטערן גיט אײַך.", "איר זאָלט ניט צולײגן צו דעם װאָרט װאָס איך געביט אײַך, און איר זאָלט ניט מינערן דערפֿון, כּדי צו היטן די געבאָט פֿון יהוה אײַער גאָט, װאָס איך געביט אײַך.", "אײַערע אױגן האָבן געזען װאָס גאָט האָט געטאָן אין בעַל-פּעוֹר, אַז יעטװעדער מאַן װאָס איז געגאַנגען נאָך דעם בעַל פֿון פּעוֹר, האָט אים יהוה דײַן גאָט פֿאַרטיליקט פֿון צװישן דיר.", "און איר, װאָס זײַט באַהעפֿט אָן יהוה אײַער גאָט, לעבט הײַנט אַלע.", "זע, איך האָב אײַך געלערנט חוקים און געזעצן, אַזױ װי יהוה מײַן גאָט האָט מיר באַפֿױלן, אױף צו טאָן אַזױ אין דעם לאַנד װאָס איר קומט אַהין, עס צו אַרבן.", "זאָלט איר זײ היטן און טאָן, װאָרום דאָס איז אײַער קלוגשאַפֿט און אײַער פֿאַרשטאַנדיקײט אין די אױגן פֿון די אומות, װאָס אַז זײ װעלן הערן אַלע די דאָזיקע געזעצן, װעלן זײ זאָגן: פֿאַר װאָר, אַ קלוגע און פֿאַרשטאַנדיקע אומה איז דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק.", "װאָרום װאָסער גרויס פֿאָלק איז פֿאַראַן, װאָס האָט אַ גאָט נאָנט צו אים אַזױ װי יהוה אונדזער גאָט, װען נאָר מיר רופֿן צו אים?", "און װאָסער גרױס פֿאָלק איז פֿאַראַן, װאָס האָט חוקים און געזעצן גערעכטע אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּוֹרה, װאָס איך לײג פֿאַר אײַך הײַנטיקן טאָג?", "נאָר זײַ דיר אָפּגעהיט און היט זײער דײַן זעל, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן די זאַכן װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, און זײ זאָלן ניט אָפּגעטאָן װערן פֿון דײַן האַרצן אַלע טעג פֿון דײַן לעבן, און זאָלסט זײ מאַכן װיסן דײַנע קינדער און דײַנע קינדסקינדער;", "דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿאַר יהוה דײַן גאָט אין חוֹרֵבֿ, װען גאָט האָט צו מיר געזאָגט: זאַמל אײַן צו מיר דאָס פֿאָלק, און איך װעל זײ לאָזן הערן מײַנע װערטער, כּדי זײ זאָלן לערנען מוֹרא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער ערד, און אױך זײערע קינדער זאָלן זײ לערנען.", "און איר האָט גענענט, און האָט זיך געשטעלט אונטערן באַרג, און דער באַרג האָט געברענט מיט פֿײַער ביזן האַרצן פֿון הימל, מיט פֿינצטערניש, װאָלקן, און נעבל.", "און גאָט האָט צו אײַך גערעדט פֿון מיטן פֿײַער; אַ קָול פֿון װערטער האָט איר געהערט, אָבער אַ געשטאַלט האָט איר ניט געזען; בלויז אַ קָול.", "און ער האָט אײַך אָנגעזאָגט זײַן בונד װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן צו טאָן – די צען געבאָט; און ער האָט זײ אױפֿגעשריבן אױף צװײ שטײנערנע לוחות.", "און מיר האָט גאָט באַפֿױלן אין יענער צײַט אײַך צו לערנען חוקים און געזעצן, כּדי איר זאָלט זײ טאָן אין דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן.", "דרום זאָלט איר זײער היטן אײַער זעל – װאָרום איר האָט ניט געזען קײן געשטאַלט אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט גערעדט צו אײַך אין חוֹרֵבֿ פֿון מיטן פֿײַער –", "אַז איר זאָלט ניט פֿאַרדאָרבן װערן און אײַך מאַכן אַ געשניץ, די גלײַכעניש פֿון אַ שום בילד, די געשטאַלט פֿון אַ זָכר אָדער אַ נקבֿה,", "די געשטאַלט פֿון אַ שום בהמה װאָס אױף דער ערד, די געשטאַלט פֿון אַ שום געפֿליגלטן פֿױגל װאָס פֿליט אין הימל,", "די געשטאַלט פֿון װאָס נאָר עס קריכט אױף דער ערד, די געשטאַלט פֿון אַ שום פֿיש װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד.", "און אַז דו װעסט אױפֿהײבן דײַנע אױגן צום הימל, און זען די זון און די לבֿנה און די שטערן, דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, זאָלסטו ניט אַראָפּגעפֿירט װערן, און זיך בוקן צו זײ, און דינען זײ, װאָס יהוה דײַן גאָט האָט זײ צוגעטײלט צו אַלע פֿעלקער אונטערן גאַנצן הימל.", "אָבער אײַך האָט גאָט גענומען, און אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם אײַזנשמעלצאױװן, פֿון מִצרַיִם, אים צו זײַן פֿאַר אַן אַרבפֿאָלק, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.", "און גאָט האָט געצערנט אױף מיר פֿון אײַערטװעגן, און ער האָט געשװאָרן אַז איך זאָל ניט אַריבערגײן דעם יַרדן, און ניט קומען אין דעם גוטן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה.", "װאָרום איך שטאַרב אין דעם היגן לאַנד; איך גײ ניט אַריבער דעם יַרדן, אָבער איר װעט אַריבערגײן, און װעט אַרבן דאָס דאָזיקע גוטע לאַנד.", "היט אײַך, איר זאָלט ניט פֿאַרגעסן דעם בונד פֿון יהוה אײַער גאָט, װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אײַך, און אײַך מאַכן אַ געשניץ, די געשטאַלט פֿון װאָס עס איז, װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר פֿאַרװערטץ.", "װאָרום יהוה דײַן גאָט איז אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט, אַ צערנדיקער גאָט.", "אַז דו װעסט געבערן קינדער און קינדסקינדער, און איר װעט זיך עלטערן אין לאַנד, און איר װעט פֿאַרדאָרבן װערן, און װעט מאַכן אַ געשניץ, אַ געשטאַלט פֿון װאָס עס איז, און איר װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון יהוה דײַן גאָט, אים צו דערצערענען,", "מאַך איך הײַנט הימל און ערד עדות קעגן אײַך, אַז אונטערגײן װעט איר גיך אונטערגײן פֿון דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער דעם יַרדן אַהין, עס צו אַרבן; איר װעט ניט מַאֲריך-יָמים זײַן דרינען, נײַערט פֿאַרטיליקט װעט איר פֿאַרטיליקט װערן.", "און גאָט װעט אײַך צעשפּרײטן צװישן די אומות, און איר װעט בלײַבן געצײלטע מענטשן צװישן די פֿעלקער, װאָס גאָט װעט אײַך אַהין אַװעקפֿירן.", "און איר װעט דאָרטן דינען געטער געמאַכט פֿון אַ מענטשנס הענט, האָלץ און שטײן, װאָס ניט זײ זעען, און ניט זײ הערן, און ניט זײ עסן, און ניט זײ שמעקן.", "און איר װעט זוכן פֿון דאָרטן יהוה אײַער גאָט; און װעסט אים געפֿינען, אַז דו װעסט אים זוכן מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל.", "אַז דיך װעט צודריקן, און דיך װעלן טרעפֿן אַלע די דאָזיקע זאַכן, אין סָוף פֿון די טעג, װעסטו זיך אומקערן צו יהוה דײַן גאָט, און װעסט צוהערן צו זײַן קָול.", "װאָרום יהוה דײַן גאָט איז אַ דערבאַרימדיקער גאָט; ער װעט דיך ניט פֿאַרלאָזן און דיך ניט אומברענגען, און ער װעט ניט פֿאַרגעסן דעם בונד מיט דײַנע עלטערן, װאָס ער האָט זײ געשװאָרן.", "װאָרום פֿרעג אַקאָרשט נאָך אױף די פֿריערדיקע טעג װאָס זײַנען געװען פֿאַר דיר, פֿון זינט דעם טאָג װאָס גאָט האָט באַשאַפֿן אַ מענטשן אױף דער ערד, און פֿון עק הימל ביז עק הימל, אױב עס איז װען געשען אַזױ װי די דאָזיקע גרױסע זאַך, אָדער אױב אַזױ-װאָס איז געהערט געװאָרן;", "אױב אַ פֿאָלק האָט געהערט דעם קָול פֿון גאָט רעדן פֿון מיטן פֿײַער, אַזױ װי דו האָסט געהערט און איז געבליבן לעבן;", "אָדער אױב אַ גאָט האָט געפּרוּװט אַרױסנעמען פֿאַר זיך אַ פֿאָלק פֿון צװישן אַן אַנדער פֿאָלק, מיט פּרוװוּנגען, מיט צײכנס, און מיט װוּנדער, און מיט מלחמה, און מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױסע שרעקן, אַזױ װי אַלץ װאָס יהוה אײַער גאָט האָט געטאָן פֿון אײַערטװעגן אין מִצרַיִם פֿאַר דײַנע אױגן.", "דיר איז עס באַװיזן געװאָרן, כּדי זאָלסט װיסן אַז יהוה, ער איז גאָט; מער חוץ אים איז ניטאָ.", "פֿון הימל האָט ער דיך געלאָזט הערן זײַן קָול, כּדי דיך צו לערנען, און אױף דער ערד האָט ער דיר באַװיזן זײַן גרױס פֿײַער, און זײַנע װערטער האָסטו ט פֿון מיטן פֿײַער.", "און דערפֿאַר װאָס ער האָט ליב געהאַט דײַנע עלטערן, האָט ער אױסדערװײלט זײער זאָמען נאָך זײ, און האָט דיך אַרױסגעצױגן מיט זײַן אָנגעזיכט, מיט זײַן גרױס שטאַרקײט, פֿון מִצרַיִם,", "צו פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר פֿעלקער גרעסער און מאַכטיקער פֿון דיר, דיך צו ברענגען כּדי דיר צו געבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.", "און זאָלסט װיסן הײַנט, און אַרײַננעמען אין דײַן האַרצן, אַז יהוה, ער איז גאָט אין הימל אױבן, און אױף דער ערד אונטן; מער איז ניטאָ.", "און זאָלסט היטן זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט, װאָס איך געביט דיר הײַנט, כּדי עס זאָל גוט זײַן דיר און דײַנע קינדער נאָך דיר, און כּדי זאָלסט מַאֲריך-יָמים זײַן אױף דער ערד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, שטענדיק.", "דענצמאָל האָט משה אָפּגעשײדט דרײַ שטעט אױף יענער זײַט יַרדן צו זונאױפֿגאַנג,", "אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר דעם טױטשלעגער װאָס הרגעט זײַן חבֿר אָן אַ כּיװן, און ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן; אַז װען ער װעט אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, זאָל ער בלײַבן לעבן:", "בצֶר אין מדבר, אין דעם פֿלאַכלאַנד, פֿאַר די ראובֿנים, און ראָמוֹת אין גִלעָד, פֿאַר די גָדים, און גוֹלָן אין בשָן, פֿאַר די מנַשים.", "און דאָס איז די תּוֹרה װאָס משה האָט געלײגט פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל; דאָס זײַנען די אָנזאָגן און די חוקים און די געזעצן װאָס משה האָט גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל,", "װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם;", "אױף יענער זײַט יַרדן, אין טאָל אַקעגן בית-פּעוֹר, אין לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חשבון, דעם װאָס משה און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשלאָגן, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם;", "און זײ האָבן געאַרבט זײַן לאַנד, און דאָס לאַנד פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בשָן – די צװײ מלכים פֿון אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן צו זונאױפֿגאַנג;", "פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און ביזן באַרג שׂיאוֹן – דאָס איז חֶרמוֹן –", "און דעם גאַנצן פּלױן פֿון יענער זײַט יַרדן צו מזרח, און ביז דעם ים פֿון פּלױן, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה." ], [ "און משה האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ ישׂראל, און האָט צו זײ געזאָגט: הער, ישׂראל, די חוקים און די געזעצן װאָס איך רעד הײַנט אין דײַנע אױערן, און איר זאָלט זײ לערנען, און היטן זײ צו טאָן.", "יהוה אונדזער גאָט האָט געשלאָסן אַ בונד מיט אונדז אין חוֹרֵבֿ.", "ניט מיט אונדזערע עלטערן האָט גאָט געשלאָסן דעם דאָזיקן בונד, נײַערט מיט אונדז, מיר, אָט די װאָס זײַנען דאָ הײַנט אַלע לעבעדיקע.", "פּנים אֶל פּנים האָט גאָט גערעדט מיט אײַך אױפֿן באַרג, פֿון מיטן פֿײַער.", "איך בין געשטאַנען צװישן גאָט און צװישן אײַך אין יענער שעה, אײַך איבערצוגעבן דאָס װאָרט פֿון גאָט; – װאָרום איר האָט מוֹרא געהאַט פֿאַרן פֿײַער, און איר זײַט ניט אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג – אַזױ צו זאָגן:", "איך בין יהוה דײַן גאָט, װאָס האָב דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.", "זאָלסט ניט האָבן אַנדערע געטער פֿאַר מײַן פּנים.", "זאָלסט דיר ניט מאַכן אַ געשניץ, אַ שום געשטאַלט, פֿון װאָס אין הימל אױבן, אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן, אָדער װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד.", "זאָלסט זיך ניט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ ניט דינען, װאָרום איך יהוה דײַן גאָט בין אַ צערנדיקער גאָט, װאָס רעכן זיך פֿאַר דער זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, און מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דָור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט,", "און טו חסד מיטן טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב, און פֿון די װאָס היטן מײַנע געבאָט.", "זאָלסט ניט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון יהוה דײַן גאָט צום פֿאַלשן, װאָרום יהוה שענקט ניט דעם װאָס ברענגט אַרױף זײַן נאָמען צום פֿאַלשן.", "היט דעם טאָג פֿון שבת אים צו האַלטן הײליק, אַזױ װי יהוה דײַן גאָט האָט דיר באַפֿױלן.", "זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און טאָן אַלע דײַנע מלאָכות;", "אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו יהוה דײַן גאָט, זאָלסטו ניט טאָן קײן מלאָכה, דו, און דײַן זון, און דײַן טאָכטער, און דײַן קנעכט, און דײַן דינסט, און דײַן אָקס, און דײַן אײזל, און אַלע דײַנע בהמות, און דער פֿרעמדער װאָס אין דײַנע טױערן; כּדי דײַן קנעכט און דײַן דינסט זאָלן רוען אַזױ װי דו.", "און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד מִצרַיִם, און יהוה דײַן גאָט האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם; דרום האָט יהוה דײַן גאָט דיר באַפֿױלן צו מאַכן דעם טאָג פֿון שבת.", "האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, אַזױ װי יהוה דײַן גאָט האָט דיר באַפֿױלן, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן, און כּדי דיר זאָל גוט זײַן, אױף דער ערד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.", "זאָלסט ניט הרגען. און זאָלסט ניט מזנה זײַן. און זאָלסט ניט גנבֿען. און זאָלסט ניט זאָגן אױף דײַן חבֿר פֿאַלשע עדות.", "און זאָלסט ניט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, און זאָלסט ניט באַגערן דײַן חבֿרס הױז, זײַן פֿעלד, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.", "די דאָזיקע װערטער האָט גאָט גערעדט צו אײַער גאַנצער אײַנזאַמלונג אױפֿן באַרג, פֿון מיטן פֿײַער, װאָלקן, און נעבל, אױף אַ הױכן קָול – און ניט מער; און ער האָט זײ אױפֿגעשריבן אױף צװײ שטײנערנע לוחות, און האָט זײ מיר געגעבן.", "און עס איז געװען, װי איר האָט געהערט דעם קָול פֿון מיטן דער פֿינצטערניש, און דער באַרג האָט געברענט אין פֿײַער, אַזױ האָט איר גענענט צו מיר, אַלע הױפּטלײַט פֿון אײַערע שבֿטים, און אײַערע עלטסטע,", "און איר האָט צו מיר געזאָגט: זע, יהוה אונדזער גאָט האָט אונדז באַװיזן זײַן פּראַכט און זײַן גרױסקײט, און מיר האָבן געהערט זײַן קָול פֿון מיטן פֿײַער. הײַנטיקן טאָג האָבן מיר געזען, װי גאָט רעדט מיט אַ מענטשן און ער בלײַבט לעבן.", "און אַצונד, נאָך װאָס זאָלן מיר שטאַרבן? װאָרום דאָס דאָזיקע גרױסע פֿײַער װעט אונדז פֿאַרצערן; אױב מיר הערן נאָך װײַטער דעם קָול פֿון יהוה אונדזער גאָט, װעלן מיר שטאַרבן.", "װאָרום װאָסער גאָר באַשעפֿעניש איז דאָ, װאָס האָט געהערט דעם קָול פֿון לעבעדיקן גאָט רעדן פֿון מיטן פֿײַער, אַזױ װי מיר, און איז געבליבן לעבן?", "גענען דו, און הער אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט װעט זאָגן, און דו װעסט רעדן צו אונדז אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט װעט רעדן צו דיר, און מיר װעלן הערן און טאָן.", "און גאָט האָט צוגעהערט דעם קָול פֿון אײַערע װערטער, װען איר האָט גערעדט צו מיר, און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: איך האָב צוגעהערט דעם קָול פֿון די װערטער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס זײ האָבן צו דיר גערעדט;", "גוט איז אַלץ װאָס זײ האָבן גערעדט. הלװאַי זאָל בײַ זײ זײַן דאָס דאָזיקע האַרץ זײערס אַלע טעג, מוֹרא צו האָבן פֿאַר מיר, און צו היטן אַלע מײַנע געבאָט, כּדי עס זאָל גוט זײַן זײ און זײערע קינדער אױף אײביק.", "גײ זאָג צו זײ: קערט אײַך אום צו אײַערע געצעלטן.", "און דו שטײ דאָ מיט מיר, און איך װעל דיר זאָגן אַלדאָס געבאָט און די חוקים און די געזעצן װאָס דו זאָלסט זײ לערנען, אַז זײ זאָלן טאָן אין דעם לאַנד װאָס איך גיב זײ, עס צו אַרבן.", "און איר זאָלט היטן צו טאָן אַזױ װי יהוה אײַער גאָט האָט אײַך באַפֿױלן, איר זאָלט אײַך ניט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס.", "אױף אַלדעם װעג װאָס יהוה אײַער גאָט האָט אײַך באַפֿױלן, זאָלט איר גײן, כּדי איר זאָלט לעבן, און אײַך זאָל גוט זײַן, און איר זאָלט מַאֲריך-יָמים זײַן אין דעם לאַנד װאָס איר װעט אַרבן." ], [ "און דאָס איז דאָס געבאָט, די חוקים, און די געזעצן, װאָס יהוה אײַער גאָט האָט באַפֿױלן אײַך צו לערנען, אױף צו טאָן אין דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן;", "כּדי זאָלסט מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, צו היטן אַלע זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר, דו, און דײַן זון, און דײַן זונס זון, אַלע טעג פֿון דײַן לעבן, און כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן.", "און זאָלסט הערן, ישׂראל, און היטן צו טאָן, כּדי דיר זאָל גוט זײַן, און כּדי איר זאָלט אײַך מערן זײער, אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.", "הער, ישׂראל: יהוה אונדזער גאָט, יהוה איז אײנער.", "און זאָלסט ליב האָבן יהוה דײַן גאָט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, און מיט דײַן גאַנצן כּוֹח.", "און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן;", "און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.", "און זאָלסט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ שטערנבאַנד צװישן דײַנע אױגן.", "און זאָלסט זײ אױפֿשרײַבן אױף די בײַשטידלעך פֿון דײַן הױז, און אױף דײַנע טױערן.", "און עס װעט זײַן, אַז יהוה דײַן גאָט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, דיר צו געבן – גרױסע און שײנע שטעט, װאָס דו האָסט ניט געבױט,", "און הײַזער פֿול מיט כּל-טובֿ, װאָס דו האָסט ניט אָנגעפֿילט, און אױסגעהאַקטע ברונעמער, װאָס דו האָסט ניט אױסגעהאַקט, װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער, װאָס דו האָסט ניט געפֿלאַנצט, און דו װעסט עסן און זאַט זײַן,", "היט דיך, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אָן יהוה, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.", "פֿאַר יהוה דײַן גאָט זאָלסטו מוֹרא האָבן, און אים זאָלסטו דינען, און בײַ זײַן נאָמען זאָלסטו שװערן.", "איר זאָלט ניט גײן נאָך פֿרעמדע געטער, פֿון די געטער פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך;", "װאָרום אַ צערנדיקער גאָט איז יהוה דײַן גאָט צװישן דיר; טאָמער װעט גרימען דער צאָרן פֿון יהוה דײַן גאָט אױף דיר, און ער װעט דיך פֿאַרטיליקן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד.", "איר זאָלט ניט פּרוּװן יהוה אײַער גאָט, אַזױ װי איר האָט אים געפּרוּװט אין מַסָה.", "היטן זאָלט איר היטן די געבאָט פֿון יהוה אײַער גאָט, און זײַנע אָנזאָגן און זײַנע געזעצן, װאָס ער האָט דיר באַפֿױלן.", "און זאָלסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק און גוט אין די אױגן פֿון גאָט, כּדי דיר זאָל גוט זײַן, און זאָלסט קומען און אַרבן דאָס גוטע לאַנד װאָס גאָט האָט צוגעשװאָרן דײַנע עלטערן,", "אַרױסשטױסנדיק אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.", "אַז דײַן זון װעט דיך שפּעטער אַהין פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען דאָס פֿאַר אָנזאָגן און חוקים און געזעצן, װאָס יהוה אונדזער גאָט האָט אײַך באַפֿױלן?", "זאָלסטו זאָגן צו דײַן זון: קנעכט זײַנען מיר געװען בײַ פּרעהן אין מִצרַיִם, און גאָט האָט אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט.", "און גאָט האָט געטאָן צײכנס און גרױסע און בײזע װוּנדער אין מִצרַיִם, אױף פּרעהן און אױף זײַן גאַנצן הױז, פֿאַר אונדזערע אױגן.", "און אונדז האָט ער אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן, כּדי אונדז צו ברענגען, אונדז צו געבן דאָס לאַנד װאָס ער האָט צוגעשװאָרן אונדזערע עלטערן.", "און גאָט האָט אונדז באַפֿױלן צו טאָן אַלע די דאָזיקע געזעצן, מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה אונדזער גאָט, כּדי אונדז זאָל גוט זײַן אַלע טעג, כּדי אונדז צו לאָזן לעבן, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.", "און אַ גערעכטיקײט װעט עס זײַן פֿון אונדז פֿאַר יהוה אונדזער גאָט, אױב מיר װעלן היטן צו טאָן אַלדאָס דאָזיקע געבאָט, אַזױ װי ער האָט אונדז געבאָטן." ], [ "אַז יהוה דײַן גאָט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, און װעט אַרױסװאַרפֿן פֿון פֿאַר דיר פֿיל פֿעלקער, דעם חִתּי, און דעם גִרגָשי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, זיבן פֿעלקער גרעסערע און שטאַרקערע פֿון דיר;", "און יהוה דײַן גאָט װעט זײ איבערגעבן צו דיר, און װעסט זײ שלאָגן; זאָלסטו פֿאַרװיסטן זײ פֿאַרװיסטן. זאָלסט זײ ניט שליסן אַ בודן, און זאָלסט זײ ניט לײַטזעליקן.", "און זאָלסט זיך ניט מתחתּן זײַן מיט זײ; דײַן טאָכטער זאָלסטו ניט געבן צו זײַן זון, און זײַן טאָכטער זאָלסטו ניט נעמען פֿאַר דײַן זון.", "װאָרום ער װעט אָפּקערן דײַן זון פֿון הינטער מיר, און זײ װעלן דינען פֿרעמדע געטער, און דער צאָרן פֿון יהוה װעט גרימען אױף אײַך, און ער װעט דיך גיך פֿאַרטיליקן.", "נײַערט אַזױ זאָלט איר טאָן צו זײ: זײערע מזבחות זאָלט איר אײַנװאַרפֿן, און זײערע זײַלשטײנער זאָלט איר צעברעכן, און זײערע געצנבײמער זאָלט איר אָפּהאַקן, און זײערע געשניצטע בילדער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿײַער.", "װאָרום אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ יהוה דײַן גאָט; דיך האָט יהוה דײַן גאָט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, פֿון אַלע פֿעלקער װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.", "ניט װײַל איר זײַט מער פֿון אַלע פֿעלקער, האָט גאָט געגלוסט צו אײַך און אײַך אױסדערװײלט; װאָרום איר זײַט דאָס װינציקסטע פֿון אַלע פֿעלקער.", "נײַערט װײַל גאָט האָט אײַך ליב, און װײַל ער היט די שבֿועה װאָס ער האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן, האָט אײַך גאָט אַרױסגעצױגן מיט אַ שטאַרקער האַנט, און האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, פֿון דער האַנט פֿון פּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם.", "דרום זאָלסטו װיסן זײַן אַז יהוה דײַן גאָט, ער איז גאָט, דער געטרײַער גאָט װאָס היט דעם בונד און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט, ביז טױזנט דוֹרות,", "און באַצאָלט זײַנע פֿײַנט אין זײער פּנים, זײ אונטערצוברענגען; ער לײגט ניט אָףּ זײַן פֿײַנט, אין זײַן פּנים באַצאָלט ער אים.", "דרום זאָלסטו היטן דאָס געבאָט און די חוקים אונד די געזעצן װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט זײ צו טאָן.", "און עס װעט זײַן, דערפֿאַר װאָס איר װעט צוהערן די דאָזיקע געזעצן, און װעט היטן און זײ טאָן, װעט יהוה דײַן גאָט דיר היטן דעם בונד און די גענאָד װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן.", "און ער װעט דיך ליב האָבן, און װעט דיך בענטשן, און דיך מערן, און ער װעט בענטשן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, דײַן תּבֿואה, און דײַן װײַן, און דײַן אײל, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף, אױף דער ערד װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן דיר צו געבן.", "װעסט זײַן געבענטשטער פֿון אַלע פֿעלקער; עס װעט ניט זײַן אַן עקר אָדער אַן עקרה צװישן דיר אָדער צװישן דײַנע בהמות.", "און גאָט װעט אָפּטאָן פֿון דיר יעטװעדער קראַנקשאַפֿט, און אַלע בײזע װײטאָקן פֿון מִצרַיִם װאָס דו קענסט זײ, װעט ער ניט אַרױפֿטאָן אױף דיר, נײַערט ער װעט זײ געבן אױף אַלע דײַנע שָׂונאים.", "און זאָלסט פֿאַרצערן אַלע אומות װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר; דײַן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען אױף זײ; און זאָלסט ניט דינען זײערע געטער, װאָרום דאָס װעט דיר זײַן אַ שטרױכלונג.", "טאָמער װעסטו זאָגן אין דײַן האַרצן: די דאָזיקע פֿעלקער זײַנען מער פֿון מיר, װי אַזױ װעל איך זײ קענען פֿאַרטרײַבן?", "זאָלסטו ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ; געדענקען זאָלסטו געדענקען װאָס יהוה דײַן גאָט האָט געטאָן צו פּרעהן און צו גאַנץ מִצרַיִם;", "די גרױסע פּרוּװוּנגען װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, און די צײכנס און די װוּנדער, און די שטאַרקע האַנט, און דעם אױסגעשטרעקטן אָרעם, מיט װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיך אַרױסגעצױגן; אַזױ װעט יהוה דײַן גאָט טאָן צו אַלע אומות װאָס דו האָסט מוֹרא פֿאַר זײ.", "און אױך די האָרנבין װעט יהוה דײַן גאָט אָנשיקן אױף זײ, ביז עס װעלן אונטערגײן די װאָס זײַנען געבליבן, און װאָס האָבן זיך באַהאַלטן פֿאַר דיר.", "זאָלסט זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרום יהוה דײַן גאָט איז צװישן דיר, אַ גרױסער און אַ פֿאָרכטיקער גאָט.", "און יהוה דײַן גאָט װעט אַרױסװאַרפֿן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר ביסלעך-ביסלעכװײַז; טאָרסט זײ ניט פֿאַרטיליקן אױף גיך, כּדי די חיה פֿון פֿעלד זאָל זיך ניט מערן אױף דיר.", "און יהוה דײַן גאָט װעט זײ איבערגעבן צו דיר, און װעט זײ פֿאַרטומלען אַ גרױס פֿאַרטומלעניש, ביז זײ װעלן פֿאַרטיליקט װערן.", "און ער װעט געבן זײערע מלכים אין דײַן האַנט, און װעסט אונטערברענגען זײער נאָמען פֿון אונטערן הימל; קײנער װעט ניט באַשטײן פֿאַר דיר, ביז דו װעסט זײ פֿאַרטיליקן.", "זײערע געשניצטע געטער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿײַער; זאָלסט ניט גלוסטן דאָס זילבער און דאָס גאָלד אױף זײ, און צונעמען פֿאַר זיך, כּדי זאָלסט ניט געשטרױכלט װערן דורך דעם; װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ יהוה דײַן גאָט איז דאָס.", "און זאָלסט ניט אַרײַנברענגען אַן אומװערדיקײט אין דײַן הױז, און װערן חרם אַזױ װי דאָס; מיאוסן זאָלסטו זיך מיאוסן מיט דעם, און פֿאַראומװערדיקן זאָלסטו עס פֿאַראומװערדיקן, װאָרום חרם איז דאָס." ], [ "אַלדאָס געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, זאָלט איר היטן צו טאָן, כּדי איר זאָלט לעבן, און זיך מערן, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס גאָט האָט צוגעשװאָרן אײַערע עלטערן.", "און זאָלסט געדענקען דעם גאַנצן װעג װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיך געפֿירט זינט פֿערציק יאָר דורכן מדבר, כּדי דיך צו פּײַניקן, דיך צו פּרוּװן, צו װיסן װאָס בײַ דיר אין האַרצן, אױב דו װעסט היטן זײַנע געבאָט אָדער ניט.", "און ער האָט דיך געפּײַניקט, און דיך אױסגעהונגערט, און דיך געשפּײַזט מיט מַן, װאָס ניט דו האָסט דערפֿון געװוּסט, ניט דײַנע עלטערן האָבן געװוּסט; כּדי דיך צו לאָזן װיסן אַז ניט אױף ברױט אַלײן לעבט דער מענטש, נאָר אױף אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון גאָטס מױל לעבט דער מענטש.", "דײַן קלײד איז ניט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף דיר, און דײַן פֿוס איז ניט אױפֿגעלאָפֿן, דורך די פֿערציק יאָר.", "דרום זאָלסטו װיסן אין דײַן האַרצן, אַז אַזױ װי אַ מאַן שטראָפֿט זײַן קינד, שטראָפֿט דיך יהוה דײַן גאָט.", "און זאָלסט היטן די געבאָט פֿון יהוה דײַן גאָט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און מוֹרא צו האָבן פֿאַר אים.", "װאָרום יהוה דײַן גאָט ברענגט דיך אין אַ גוטן לאַנד, אַ לאַנד פֿון בעכן װאַסער, קװאַלן, און טיפֿענישן, װאָס גײען אַרױס אױף באַרג און טאָל;", "אַ לאַנד פֿון װײץ, און גערשט, און װײַנשטאָקן, און פֿײַגן, און מילגרױמען; אַ לאַנד פֿון אײלבערטן און האָניק;", "אַ לאַנד װאָס ניט אין אָרימקײט װעסטו דרינען עסן ברױט, װאָס דיר װעט גאָרנישט פֿעלן דרינען; אַ לאַנד װאָס אירע שטײנער זײַנען אײַזן, און פֿון אירע בערג װעסטו האַקן קופּער.", "און װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן, און װעסט לױבן יהוה דײַן גאָט, פֿאַר דעם גוטן לאַנד װאָס ער האָט דיר געגעבן.", "היט דיך, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אָן יהוה דײַן גאָט, ניט צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן און זײַנע חוקים װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט.", "טאָמער, אַז דו װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן, און װעסט בױען שײנע הײַזער, און באַװױנען;", "און דײַנע רינדער און דײַנע שאָף װעלן זיך מערן, און זילבער און גאָלד װעט זיך בײַ דיר מערן, און אַלץ װאָס דו האָסט װעט זיך מערן;", "װעט זיך דערהײבן דײַן האַרץ, און װעסט פֿאַרגעסן אָן יהוה דײַן גאָט װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט;", "װאָס האָט דיך געפֿירט דורך דעם גרױסן און מוֹראדיקן מדבר, דורך פֿײַערדיקע שלאַנגען און שקאָרפּיאָנען, און אַ דאָרשטעניש װאָס אָן װאַסער; װאָס האָט דיר אַרױסגעצױגן װאַסער פֿון קיזלשטײן;", "װאָס האָט דיך געשפּײַזט אין דער מדבר מיט מַן, װאָס דײַנע עלטערן האָבן דערפֿון ניט געװוּסט; כּדי דיך צו פּײַניקן, און כּדי דיך צו פּרוּװן, דיך צו באַגיטיקן אין דײַן לעצט;", "און װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: מײַן כּוח און די מאַכט פֿון מײַן האַנט האָט מיר פֿאַרשאַפֿט דעם דאָזיקן פֿאַרמעג;", "זאָלסטו געדענקען יהוה דײַן גאָט, װאָרום ער איז דער װאָס גיט דיר כּוֹח אָנצושאַפֿן פֿאַרמעג, כּדי מקיים צו זײַן זײַן בונד װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.", "און עס װעט זײַן, אױב פֿאַרגעסן װעסטו פֿאַרגעסן אָן יהוה דײַן גאָט, און װעסט גײן נאָך פֿרעמדע געטער, און זײ דינען, און זיך בוקן צו זײ, װאָרן איך אײַך הײַנט, אַז אונטערגײן װעט איר אונטערגײן.", "אַזױ װי די פֿעלקער װאָס גאָט מאַכט אונטערגײן פֿון פֿאַר אײַך, אַזױ װעט איר אונטערגײן, דערפֿאַר װאָס איר האָט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה אײַער גאָט." ], [ "הער, ישׂראל, דו גײסט הײַנט אַריבער דעם יַרדן צו קומען אַרבן אומות גרעסערע און שטאַרקערע פֿון דיר, שטעט גרױסע און באַפֿעסטיקטע ביז אין הימל,", "אַ פֿאָלק גרױס און הױך, זין פֿון די עַנָקים, װאָס דו װײסט און װאָס דו האָסט געהערט: װער קען באַשטײן פֿאַר די זין פֿון עַנָק?", "זאָלסטו װיסן זײַן הײַנט אַז יהוה דײַן גאָט, ער איז דער װאָס גײט אַריבער דיר פֿאַרױס, אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט; ער װעט זײ פֿאַרטיליקן, און ער װעט זײ מאַכן אונטערטעניק פֿאַר דיר, און װעסט זײ פֿאַרטרײַבן, און װעסט זײ גיך אונטערברענגען, אַזױ װי גאָט האָט דיר צוגעזאָגט.", "זאָלסט ניט זאָגן אין דײַן האַרצן, װען יהוה דײַן גאָט װעט זײ אַרױסשטױסן פֿון פֿאַר דיר, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר מײַן גערעכטיקײט האָט מיך גאָט געבראַכט צו אַרבן דאָס דאָזיקע לאַנד; װען פֿאַר דער שלעכטיקײט פֿון די דאָזיקע פֿעלקער פֿאַרטרײַבט זײ גאָט פֿון פֿאַר דיר.", "ניט פֿאַר דײַן גערעכטיקײט, און פֿאַר דער רעכטפֿאַרטיקײט פֿון דײַן האַרצן, קומסטו אַרבן זײער לאַנד, נײַערט פֿאַר דער שלעכטיקײט פֿון די דאָזיקע פֿעלקער פֿאַרטרײַבט זײ יהוה דײַן גאָט פֿון פֿאַר דיר; און כּדי מקיים צו זײַן דעם צוזאָג װאָס גאָט האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן.", "און זאָלסט װיסן זײַן, אַז ניט פֿאַר דײַן גערעכטיקײט גיט דיר יהוה דײַן גאָט דאָס דאָזיקע גוטע לאַנד, עס צו אַרבן; װאָרום אַ האַרטנעקיק פֿאָלק ביסטו.", "געדענק, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן, װי דו האָסט דערצערנט יהוה דײַן גאָט אין דער מדבר; פֿון דעם טאָג אָן װאָס דו ביסט אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם, ביז אײַער קומען צו דעם דאָזיקן אָרט, זײַט איר װידערשפּעניקער געװען אַקעגן גאָט.", "אױך אין חוֹרֵבֿ האָט איר דערצערנט גאָט, און גאָט איז געװאָרן אױפֿגעבראַכט אױף אײַך, אײַך צו פֿאַרטיליקן.", "אַז איך בין אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג צו נעמען די שטײנערנע לוחות, די לוחות פֿון דעם בונד װאָס גאָט האָט מיט אײַך געשלאָסן, בין איך געבליבן אױפֿן באַרג פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָב איך ניט געגעסן, און קײן װאַסער האָב איך ניט געטרונקען.", "און גאָט האָט מיר געגעבן די צװײ שטײנערנע לוחות געשריבן מיט גאָטס פֿינגער, און אױף זײ איז געװען אַזױ װי אַלע װערטער װאָס גאָט האָט מיט אײַך גערעדט אױפֿן באַרג פֿון מיטן פֿײַער אין טאָג פֿון דער אײַנזאַמלונג.", "און עס איז געװען צום סָוף פֿון פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, האָט מיר גאָט געגעבן די צװײ שטײנערנע לוחות, די לוחות פֿון בונד.", "און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, נידער אַראָפּ אױף גיך פֿון דאַנען, װאָרום פֿאַרדאָרבן געװאָרן איז דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם; זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן; זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסענעם געץ.", "און גאָט האָט צו מיר געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געזען דאָס דאָזיקע פֿאָלק, ערשט אַ האַרטנעקיק פֿאָלק איז עס.", "לאָז אָפּ פֿון מיר, און איך װעל זײ פֿאַרטיליקן, און װעל אָפּמעקן זײער נאָמען פֿון אונטערן הימל, און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק שטאַרקער און גרעסער פֿון אים.", "האָב איך זיך אומגעקערט און האָב אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, און דער באַרג האָט געברענט אין פֿײַער; און די צװײ לוחות פֿון בונד זײַנען געװען אױף מײַנע בײדע הענט.", "און איך האָב געזען, ערשט איר האָט געזינדיקט צו יהוה אײַער גאָט; איר האָט אײַך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב; איר האָט זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס גאָט האָט אײַך באַפֿױלן.", "האָב איך אָנגענומען די צװײ לוחות, און האָב זײ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון מײַנע בײדע הענט, און האָב זײ צעבראָכן פֿאַר אײַערע אױגן.", "און איך האָב מיך אַנידערגעװאָרפֿן פֿאַר גאָט, אַזױ װי דאָס ערשטע מאָל, פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָב איך ניט געגעסן, און קײן װאַסער האָב איך ניט געטרונקען; איבער אַל אײַער זינד װאָס איר האָט געזינדיקט, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אים צו דערצערענען;", "װאָרום איך האָב זיך געשראָקן פֿאַר דעם כּעס און דעם גרימצאָרן װאָס גאָט האָט אױף אײַך געצערנט, אײַך צו פֿאַרטיליקן. און גאָט האָט אױך דאָס מאָל צוגעהערט צו מיר.", "אױך אױף אַהרֹנען איז גאָט זײער אױפֿגעבראַכט געװאָרן, אים צו פֿאַרטיליקן, און איך האָב מתפּלל געװען אױך פֿאַר אַהרֹנען אין יענער שעה.", "און אײַער זינד, דאָס קאַלב װאָס איר האָט געמאַכט, האָב איך גענומען, און האָב עס פֿאַרברענט אין פֿײַער, און האָב עס צעשטױסן, גוט צעמאָלן, ביז װאַנען עס איז געװען דין װי שטױב; און איך האָב אַרײַנגעװאָרפֿן זײַן שטױב אין דעם באַך װאָס נידערט אַראָפּ פֿון באַרג. –", "אױך אין תַּבֿעֵרָה, און אין מַסָה, און אין קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה, האָט איר דערצערנט גאָט.", "און אַז גאָט האָט אײַך געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױף און אַרבט דאָס לאַנד װאָס איך האָב אײַך געגעבן, האָט איר װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון יהוה אײַער גאָט, און איר האָט אים ניט געגלױבט, און ניט צוגעהערט צו זײַן קָול.", "װידערשפּעניקער זײַט איר געװען אַקעגן גאָט פֿון דעם טאָג װאָס איך קען אײַך. –", "אַזױ האָב איך מיך אַנידערגעװאָרפֿן פֿאַר גאָט די פֿערציק טעג און די פֿערציק נעכט װאָס איך האָב מיך אַנדיערגעװאָרפֿן, װאָרום גאָט האָט גערעדט אײַך צו פֿאַרטיליקן.", "און איך האָב מתפּלל געװען צו גאָט, און האָב געזאָגט: גאָט דו האַר, זאָלסט ניט אומברענגען דײַן פֿאָלק און דײַן אַרב, װאָס דו האָסט אױסגעלײַזט מיט דײַן גרױסקײט, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט.", "געדענק דײַנע קנעכט, אַבֿרהם, יצחק, און יעקבֿ; זאָלסט זיך ניט אומקוקן אױף דער האַרטקײט פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, און אױף זײַן שלעכטיקײט, און אױף זײַן זינד;", "כּדי דאָס לאַנד װאָס דו האָסט אונדז אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן, זאָל ניט זאָגן: װײַל גאָט איז ניט ביכוֹלת זײ צו ברענגען אין דעם לאַנד װאָס ער האָט זײ צוגעזאָגט, און װײַל ער האָט זײ פֿײַנט, דרום האָט ער זײ אַרױסגעצױגן זײ צו טײטן אין דער מדבר.", "און זײ זײַנען דאָך דײַן פֿאָלק און דײַן אַרב, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן מיט דײַן גרױס שטאַרקײט און מיט דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם." ], [ "אין יענער צײַט האָט גאָט צו מיר געזאָגט: האַק דיר אױס צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע, און קום אַרױף צו מיר אױפֿן באַרג; און זאָלסט דיר מאַכן אַ הילצערנעם אָרון.", "און איך װעל אױפֿשרײַבן אױף די לוחות די װערטער װאָס זײַנען געװען אױף די ערשטע לוחות װאָס דו האָסט צעבראָכן; און װעסט זײ אַרײַנטאָן אין דעם אָרון.", "האָב איך געמאַכט אַן אָרון פֿון שִטים-האָלץ; און איך האָב אױסגעהאַקט צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע, און איך בין אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג מיט די צװײ לוחות אין מײַן האַנט.", "און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף די לוחות אַזױ װי דאָס פֿריערדיקע געשריפֿטס: די צען געבאָט װאָס גאָט האָט צו אײַך גערעדט אױפֿן באַרג פֿון מיטן פֿײַער, אין טאָג פֿון דער אײַנזאַמלונג; און גאָט האָט זײ מיר געגעבן.", "און איך האָב זיך אומגעקערט און האָב אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, און איך האָב אַרײַנגעטאָן די לוחות אין דעם אָרון װאָס איך האָב געמאַכט, און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן, אַזױ װי גאָט האָט מיר באַפֿױלן. –", "און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געצױגן פֿון באֵרוֹת-בנֵי-יַעֲקָן קײן מוֹסֵרָה. דאָרטן איז אַהרן געשטאָרבן, און איז דאָרטן באַגראָבן געװאָרן; און זײַן זון אֶלעָזָר איז געװאָרן כֹּהן אױף זײַן אָרט.", "פֿון דאָרטן האָבן זײ געצױגן קײן גודגוֹד, און פֿון גודגוֹד קײן יָטבֿה, אַ לאַנד פֿון בעכן װאַסער. –", "אין יענער צײַט האָט גאָט אָפּגעשײדט דעם שבֿט לֵוִי צו טראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, צו שטײן פֿאַר גאָט, אין צו באַדינען, און צו בענטשן אין זײַן נאָמען, ביז אױף הײַנטיקן טאָג.", "דרום האָט דער לֵוִי ניט געקריגן קײן חלק און קײן נחלה מיט זײַנע ברידער; גאָט איז זײַן נחלה, אַזױ װי יהוה דײַן גאָט האָט אים צוגעזאָגט. –", "און איך בין געבליבן אױפֿן באַרג אַזױ װי די פֿריערדיקע טעג, פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, און גאָט האָט אױך דאָס מאָל צוגעהערט צו מיר; גאָט האָט ניט געװאָלט דיך אומברענגען.", "און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, גײ, צו ציען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, כּדי זײ זאָלן קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן.", "און אַצונד, ישׂראל, װאָס פֿאַרלאַנגט יהוה דײַן גאָט פֿון דיר? נאָר בלױז מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און אים ליב צו האָבן, און צו דינען יהוה דײַן גאָט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל;", "צו היטן די געבאָט פֿון גאָט און זײַנע געזעצן, װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט פֿון דײַן טוֹבֿה װעגן.", "זע, צו יהוה דײַן גאָט געהערן די הימלען, און די הימלען פֿון די הימלען, און די ערד און אַלץ װאָס אױף איר.", "נאָר צו דײַנע עלטערן האָט גאָט געגלוסט, זײ ליב צו האָבן, און ער האָט אױסדערװײלט זײער זאָמען נאָך זײ – אײַך – פֿון אַלע פֿעלקער, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.", "דרום זאָלט איר באַשנײַדן די פֿאָרהױט פֿון אײַער האַרצן, און אײַער נאַקן זאָלט איר מער ניט האַרט מאַכן.", "װאָרום יהוה אײַער גאָט, ער איז דער גאָט פֿון געטער, און דער האַר פֿון האַרן, דער גרױסער גאָט, דער שטאַרקער, און דער פֿאָרכטיקער, װאָס שױנט ניט קײן פּנים, און נעמט ניט קײן שוֹחד.", "ער טוט גערעכטיקײט דעם יתום און דער אַלמנה, און האָט ליב דעם פֿרעמדן, אים צו געבן ברױט און אַ קלײד.", "און איר זאָלט ליב האָבן דעם פֿרעמדן, װאָרום פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם.", "פֿאַר יהוה דײַן גאָט זאָלסטו מוֹרא האָבן, אים זאָלסטו דינען, און אָן אים זאָלסטו זיך באַהעפֿטן, און בײַ זײַן נאָמען זאָלסטו שװערן.", "ער איז דײַן לױב, און ער איז דײַן גאָט, װאָס האָט מיט דיר געטאָן די דאָזיקע גרױסע און פֿאָרכטיקע זאַכן, װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען.", "מיט זיבעציק נפֿשות האָבן דײַנע עלטערן גענידערט קײן מִצרַיִם, און אַצונד האָט יהוה דײַן גאָט דיך געמאַכט אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט." ], [ "דרום זאָלסטו ליב האָבן יהוה דײַן גאָט, און היטן זײַן היטונג, און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט, אַלע טעג.", "און איר דאַרפֿט װיסן הײַנט, אַז ניט מיט אײַערע קינדער רעד איך, װאָס האָבן ניט געקענט און װאָס האָבן ניט געזען די שטראָף פֿון יהוה אײַער גאָט, זײַן גרױסקײט, און זײַן שטאַרקע האַנט, און זײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם,", "און זײַנע צײכנס, און זײַנע טוּונגען װאָס ער האָט געטאָן אין מִצרַיִם צו פּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און צו זײַן גאַנצן לאַנד;", "און װאָס ער האָט געטאָן צו דעם חיל פֿון מִצרַיִם, צו זײַנע פֿערד און צו זײַנע רײַטװעגן, װאָס ער האָט געמאַכט פֿלײצן איבער זײ די װאַסערן פֿון ים-סוף, װען זײ האָבן אײַך נאָכגעיאָגט, און גאָט האָט זײ אונטערגעבראַכט ביז אױף הײַנטיקן טאָג;", "און װאָס ער האָט געטאָן מיט אײַך אין מדבר, ביז איר זײַט געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט;", "און װאָס ער האָט געטאָן צו דָתָן און צו אַבֿירָם די זין פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון ראובֿן, װאָס די ערד האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל, און האָט זײ אײַנגעשלונגען אין מיטן פֿון גאַנץ ישׂראל, מיט זײערע הױזגעזינטן און זײערע געצעלטן, און דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס הינטער זײ;", "נײַערט אײַערע אױגן האָבן געזען אַלדי גרױסע טואונג פֿון גאָט װאָס ער האָט געטאָן.", "דרום זאָלט איר היטן אַלדאָס געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט, כּדי איר זאָלט זײַן שטאַרק, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן;", "און כּדי איר זאָלט מַאֲריך-יָמים זײַן אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן צו געבן זײ און זײער זאָמען – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.", "װאָרום דאָס לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, איז ניט װי דאָס לאַנד מִצרַיִם, װאָס איר זײַט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען, װאָס אַז דו האָסט פֿאַרזײט דײַן זאָמען, האָסטו באַװעסערט מיט דײַן פֿוס, אַזױ װי אַ גאָרטן פֿון גרינס.", "נײַערט דאָס לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן, איז אַ לאַנד פֿון בערג און טאָלן; פֿון רעגן פֿון הימל טרינקט עס װאַסער;", "אַ לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט זאָרגט זיך אום דעם; תּמיד זײַנען די אױגן פֿון יהוה דײַן גאָט דערױף פֿון אָנהײב יאָר ביז סָוף יאָר.", "און עס װעט זײַן, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַנע געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט, ליב צו האָבן יהוה אײַער גאָט, און אים צו דינען מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל,", "װעל איך געבן דעם רעגן פֿון אײַער לאַנד אין זײַן צײַט, פֿרירעגן און שפּעטרעגן, און װעסט אײַנזאַמלען דײַן תּבֿואה, און דײַן װײַן, און דײַן אײל.", "און איך װעל געבן גראָז אין דײַן פֿעלד פֿאַר דײַן בהמה; און װעסט עסן און װעסט זאַט זײַן.", "היט אײַך, אײַער האַרץ זאָל ניט איבערגערעדט װערן, און איר װעט זיך אָפּקערן, און דינען פֿרעמדע געטער, און זיך בוקן צו זײ.", "װאָרום דער צאָרן פֿון גאָט װעט גרימען אױף אײַך, און ער װעט פֿאַרשפּאַרן די הימלען, אַז קײן רעגן זאָל ניט זײַן, און די ערד װעט ניט געבן איר פֿרוכט, און איר װעט גיך אונטערגײן פֿון דעם גוטן לאַנד װאָס גאָט גיט אײַך.", "און איר זאָלט אַרײַנטאָן מײַנע דאָזיקע װערטער אין אײַער האַרצן, און אין אײַער זעל, און איר זאָלט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף אײַער האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ שטערנבאַנד צװישן אײַערע אױגן.", "און איר זאָלט זײ לערנען אײַערע קינדער, רעדנדיק דערפֿון װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף.", "און זאָלסט זײ אױפֿשרײַבן אױף די בײַשטידלעך פֿון דײַן הױז, און אױף דײַנע טױערן;", "כּדי אײַערע טעג און די טעג פֿון אײַערע קינדער זאָלן זיך מערן אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן זײ צו געבן, אַזױ װי די טעג פֿון די הימלען איבער דער ערד.", "װאָרום אױב היטן װעט איר היטן אַלדאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט אײַך עס צו טאָן, ליב צו האָבן יהוה אײַער גאָט, צו גײן אין אַלע זײַנע װעגן, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים,", "װעט גאָט פֿאַרטרײַבן אַלע די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר אײַך, און איר װעט אַרבן פֿעלקער גרעסערע און שטאַרקערע פֿון אײַך.", "איטלעכער אָרט װאָס אײַער פֿוסטריט װעט דערױף טרעטן, װעט געהערן צו אײַך, פֿון דעם מדבר און דעם לבֿנוֹן, פֿון דעם טײַך, דעם טײַך פּרָת, און ביזן הינטערשטן ים, װעט זײַן אײַער געמאַרק.", "קײַנער װעט ניט באַשטײן פֿאַר אײַך; יהוה אײַער גאָט װעט געבן אײַער שרעק און אײַער מוֹרא אױף אַלדעם לאַנד װאָס איר װעט טרעטן דערױף, אַזױ װי ער האָט אײַך צוגעזאָגט.", "זע, איך לײג פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברכה און אַ קללה;", "די ברכה, אױב איר װעט צוהערן צו די געבאָט פֿון יהוה אײַער גאָט, װאָס איך געביט אײַך הײַנט,", "און די קללה, אױב איר װעט ניט צוהערן צו די געבאָט פֿון יהוה אײַער גאָט, און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער, װאָס איר קענט ניט.", "און עס װעט זײַן, אַז יהוה דײַן גאָט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, זאָלסטו שטעלן די ברכה אױפֿן באַרג גרִזים, און די קללה אױפֿן באַרג עֵיבֿל.", "יאָ, זײ זײַנען אױף יענער זײַט יַרדן הינטער דעם װעג צו זונאונטערגאַנג צו, אין לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני װאָס זיצט אין דעם פּלױן, אַקעגן גִלגָל, לעבן די אײַכנבײמער פֿון מוֹרֶה.", "װאָרום איר גײט אַריבער דעם יַרדן צו קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה אײַער גאָט גיט אײַך, און איר װעט עס אַרבן, און זיך באַזעצן דרינען;", "זאָלט איר היטן צו טאָן אַלע חוקים און געזעצן װאָס איך לײג פֿאַר אײַך הײַנט." ], [ "דאָס זײַנען די חוקים און די געזעצן װאָס איר זאָלט היטן צו טאָן אין דעם לאַנד װאָס יהוה דער גאָט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר געגעבן, עס צו אַרבן, אַלע טעג װאָס איר לעבט אױף דער ערד.", "אונטערברענגען זאָלט איר אונטערברענגען אַלע ערטער װאָס די פֿעלקער װאָס איר ירשעט זײ האָבן דאָרטן געדינט זײערע געטער, אױף די הױכע בערג, און אױף די בערגלעך, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם.", "און איר זאָלט אײַנװאַרפֿן זײערע מזבכות, און צעברעכן זײערע זײַלשטײנער, און זײערע געצנבײמער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿײַער, און זײערע געשניצטע געטער זאָלט איר אָפּהאַקן, און איר זאָלט אונטערברענגען זײער נאָמען פֿון יענעם אָרט.", "איר זאָלט ניט טאָן אַזױ װי זײ, צו יהוה אײַער גאָט.", "נײַערט צו דעם אָרט װאָס יהוה אײַער גאָט װעט אױסדערװײלן פֿון אַלע אײַערע שבֿטים צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן – צו זײַן רוּונג זאָלט איר אײַך װענדן, און אַהין זאָלט איר גײן.", "און אַהין זאָלט איר ברענגען אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אײַערע שלאַכטאָפּפֿער, און אײַערע מעשׂרס, און די אָפּשײדונג פֿון אײַער האַנט, און אײַערע נדרים, און אײַערע פֿרײַװיליקע גאָבן, און די ערשטלינגען פֿון אײַערע רינדער און אײַערע שאָף.", "און איר זאָלט דאָרטן עסן פֿאַר יהוה אײַער גאָט, און זיך פֿרײען מיט דעם גאַנצן אױפֿטו פֿון אײַער האַנט, איר און אײַערע הױזגעזינטן, לױט װי יהוה דײַן גאָט האָט דיך געבענטשט.", "איר זאָלט ניט טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס מיר טוען דאָ הײַנט, איטלעכער אַלץ װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין זײַנע אױגן;", "װאָרום איר זײַט ביז אַצונד ניט געקומען צו דער רו און צו דער אַרבונג װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.", "אָבער אַז איר װעט אַריבערגײן דעם יַרדן, און איר װעט זיך באַזעצן אין דעם לאַנד װאָס יהוה אײַער גאָט מאַכט אײַך אַרבן, און ער װעט אײַך באַרוען פֿון אַלע אײַערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און איר װעט זיצן אין זיכערקײט,", "זאָל זײַן: דער אָרט װאָס יהוה אײַער גאָט װעט אים אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן, אַהין זאָלט איר ברענגען אַלץ װאָס איך באַפֿעל אײַך: אײַערע בראַנדאָפּפֿער און אײַערע שלאַכטאָפּפֿער, אײַערע מעשׂרס, און די אָפּשײדונג פֿון אײַער האַנט, און אַלע אײַערע געקליבענע נדרים װאָס איר װעט מנדר זײַן צו גאָט.", "און איר זאָלט זיך פֿרײען פֿאַר יהוה אײַער גאָט, איר, און אײַערע זין און אײַערע טעכטער, און אײַערע קנעכט און אײַערע דינסטן, און דער לֵוִי װאָס אין אײַערע טױערן; װאָרום ער האָט ניט קײן חלק און קײן נחלה בײַ אײַך.", "היט דיך, זאָלסט ניט אױפֿברענגען דײַנע בראַנדאָפּפֿער אין איטלעכן אָרט װאָס דו װעסט זען;", "נײַערט אין דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן אין אײנעם פֿון דײַנע שבֿטים, דאָרטן זאָלסטו אױפֿברענגען דײַנע בראַנדאָפּפֿער, און דאָרטן זאָלסטו טאָן אַלץ װאָס איך באַפֿעל דיר.", "אָבער מעגסט װיפֿיל דײַן האַרץ געלוסט שלאַכטן און עסן פֿלײש אין אַלע דײַנע טױערן, װי נאָך דער מזל-ברכה פֿון יהוה דײַן גאָט װאָס ער האָט דיר געגעבן; דער אומרײנער אַזױ װי דער רײנער מעג עס עסן, אַזױ װי אַ הירש און װי אַ הינד.", "נאָר דאָס בלוט זאָלט איר ניט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער.", "טאָרסט ניט עסן אין דײַנע טױערן דעם מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה און דײַן װײַן און דײַן אײל, און די ערשטלינגען פֿון דײַנע רינדער און דײַנע שאָף, און אַלע נדרים װאָס דו װעסט מנדר זײַן, און דײַנע פֿרײַװיליקע גאָבן, און די אָפּשײדונג פֿון דײַן האַנט;", "נײַערט פֿאַר יהוה דײַן גאָט זאָלסטו עס עסן, אין דעם אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אים אױסדערװײלן, דו, און דײַן זון און דײַן טאָכטער, און דײַן קנעכט און דײַן דינסט, און דער לֵוִי װאָס אין דײַנע טױערן. און זאָלסט זיך פֿרײען פֿאַר יהוה דײַן גאָט מיט דעם גאַנצן אױפֿטו פֿון דײַן האַנט.", "היט דיך, זאָלסט ניט פֿאַרלאָזן דעם לֵוִי, אַלע טעג אױף דײַן לאַנד.", "אַז יהוה דײַן גאָט װעט דערברײטערן דײַן געמאַרק, אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און װעסט זאָגן: «לאָמיך עסן פֿלײש», װײַל דײַן האַרץ װעט געלוסטן צו עסן פֿלײש, מעגסטו עסן פֿלײש װיפֿיל דײַן האַרץ געלוסט.", "אױב עס װעט זײַן װײַט פֿון דיר דער אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אױסדערװײלן צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן, זאָלסטו שלאַכטן פֿון דײַנע רינדער און פֿון דײַנע שאָף װאָס גאָט האָט דיר געגעבן, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן, און עסן אין דײַנע טױערן װיפֿיל דײַן האַרץ געלוסט.", "אָבער װי מע עסט אַ הירש און אַ הינד, אַזױ זאָלסטו עס עסן; דער אומרײנער אין אײנעם מיטן רײנעם מעג עס עסן.", "נאָר זײַ פֿעסט ניט צו עסן דאָס בלוט, װאָרום דאָס בלוט איז דאָס לעבן, און טאָרסט ניט עסן דאָס לעבן מיטן פֿלײש.", "זאָלסט עס ניט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער.", "זאָלסט עס ניט עסן, כּדי עס זאָל גוט זײַן דיר און דײַנע קינדער נאָך דיר, אַז דו װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט.", "נאָר דײַנע געהײליקטע זאַכן װאָס װעלן זײַן בײַ דיר, און דײַנע נדרים, זאָלסטו נעמען און גײן צו דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן;", "און זאָלסט מאַכן דײַנע בראַנדאָפּפֿער, דאָס פֿלײש און דאָס בלוט, אױף דעם מזבח פֿון יהוה דײַן גאָט; און דאָס בלוט פֿון דײַנע שלאַכטאָפּפֿער זאָל אױסגעגאָסן װערן אױף דעם מזבח פֿון גאָט דײַן האַר, און דאָס פֿלײש זאָלסטו עסן.", "היט און זאָלסט געהאָרכן אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר, כּדי עס זאָל גוט זײַן דיר און דײַנע קינדער נאָך דיר ביז אײביק, אַז דו װעסט טאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון יהוה דײַן גאָט.", "אַז יהוה דײַן גאָט װעט פֿאַרשנײַדן די פֿעלקער װאָס דו קוסמט אַהין, זײ צו פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר, און װעסט זײ ירשען, און זיך באַזעצן אין זײער לאַנד,", "היט דיך, זאָלסט ניט געשטרױכלט װערן זײ נאָכצוטאָן, נאָכדעם װי זײ װעלן פֿאַרטיליקט װערן פֿון פֿאַר דיר, און זאָלסט ניט נאָכפֿרעגן נאָך זײערע געטער, אַזױ צו זאָגן: װי פֿלעגן די דאָדאָזיקע פֿעלקער דינען זײערע געטער? טאָ לאָמיך אױך אַזױ טאָן.", "זאָלסט ניט טאָן אַזױ צו יהוה דײַן גאָט; װאָרום יעטװעדער אומװערדיקײט פֿון יהוה, װאָס ער האָט פֿײַנט, האָבן זײ געטאָן צו זײערע געטער; װאָרום אַפֿילו זײערע זין און זײערע טעכטער פֿאַרברענען זײ אין פֿײַער צו זײערע געטער." ], [ "אַלדאָס װאָרט װאָס איך באַפֿעל אײַך, דאָס זאָלט איר היטן צו טאָן; זאָלסט ניט צולײגן דערצו, און זאָלסט ניט מינערן דערפֿון.", "אַז צװישן דיר װעט אױפֿשטײן אַ נבֿיא, אָדער אַ חלומער פֿון חלוֹמות, און ער װעט דיר געבן אַ צײכן אָדער אַ װוּנדער –", "און דער צײכן און דאָס װוּנדער װאָס ער האָט דיר פֿאַרױסגעזאָגט, װעט אָנקומען – אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן נאָך פֿרעמדע געטער – װאָס דו קענסט ניט – און לאָמיר זײ דינען;", "זאָלסטו ניט צוהערן צו די װערטער פֿון יענעם נבֿיא, אָדער יענעם חלומער פֿון חלוֹמות, װאָרום דאָס פּרוּװט אײַך יהוה אײַער גאָט, כּדי צו װיסן אױב איר האָט ליב יהוה אײַער גאָט מיט אײַער גאַנצן האַרצן און מיט אײַער גאַנצער זעל.", "נאָך יהוה אײַער גאָט זאָלט איר גײן, און פֿאַר אים זאָלט איר מוֹרא האָבן, און זײַנע געבאָט זאָלט איר היטן, און צו זײַן קָול זאָלט איר צוהערן, און אים זאָלט איר דינען, און אָן אים זאָלט איר זיך באַהעפֿטן.", "און יענער נבֿיא אָדער יענער חלומער פֿון חלוֹמות זאָל געטײט װערן, װײַל ער האָט גערעדט אָפּקערונג קעגן יהוה אײַער גאָט, װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און װאָס האָט דיך אױסגעלײַזט פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט – כּדי דיך אַראָפּצופֿירן פֿון דעם װעג װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר באַפֿױלן צו גײן אין אים. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.", "אַז דײַן ברודער, דער זון פֿון דײַן מוטער, אָדער דײַן זון, אָדער דײַן טאָכטער, אָדער די װײַב פֿון דײַן בוזעם, אָדער דײַן חבֿר, װאָס איז אַזױ װי דײַן אײגן זעל, װעט דיך אָנרעדן אין פֿאַרבאָרגעניש, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע געטער – װאָס ניט דו האָסט געקענט, ניט דײַנע עלטערן;", "פֿון די געטער פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך, פֿון די װאָס זײַנען נאָנט צו דיר, אָדער פֿון די װאָס זײַנען װײַט פֿון דיר, פֿון עק ערד ביז עק ערד –", "זאָלסטו ניט אײַנװיליקן צו אים, און ניט צוהערן צו אים, און דײַן אױג זאָל אים ניט שױנען, און זאָלסט זיך ניט דערבאַרימען, און אים ניט פֿאַרדעקן.", "נײַערט הרגען זאָלסטו אים הרגען; דײַן האַנט זאָל זײַן אױף אים די ערשטע אים צו טײטן, און דערנאָך די האַנט פֿון גאַנצן פֿאָלק.", "און זאָלסט אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און ער זאָל שטאַרבן, דערפֿאַר װאָס ער האָט דיך געזוכט אַראָפּצופֿירן פֿון יהוה דײַן גאָט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.", "און גאַנץ ישׂראל װעלן הערן און װעלן מוֹרא האָבן, און װעלן מער ניט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר.", "אַז דו װעסט הערן אין אײנער פֿון דײַנע שטעט װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, צו װוֹּינען דאָרטן, אַזױ צו זאָגן:", "עס זײַנען אַרױסגעטרעטן נידערטרעכטיקע לײַט פֿון צװישן דיר, און האָבן אַראָפּגעפֿירט די באַװוינער פֿון זײער שטאָט, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע געטער – װאָס איר קענט ניט;", "און װעסט נאָכזוכן און אױספֿאָרשן און גוט נאָכפֿרעגן, ערשט די זאַך איז אמת ריכטיק, די דאָזיקע אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן צװישן דיר,", "זאָלסטו שלאָגן דערשלאָגן די באַװוינער פֿון דער דאָזיקער שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד; פֿאַרװיסט זי – אַלע װאָס אין איר, און אירע בהמות, מיטן שאַרף פֿון שװערד.", "און איר גאַנצן זאַקרױב זאָלסטו צונױפֿקלײַבן אין מיטן פֿון איר מאַרק, און פֿאַרברענען אין פֿײַער די שטאָט מיט איר גאַנצן זאַקרױב, אין גאַנצן צו יהוה דײַן גאָט, און זי זאָל זײַן אַן אײביקער חורבֿה-הױפֿן; זי זאָל מער ניט אָפּגעבױט װערן.", "און קײן שום זאַך פֿון דעם כרם זאָל זיך ניט אָנקלעפּן אין דײַן האַנט, כּדי גאָט זאָל זיך אָפּקערן פֿון זײַן גרימצאָרן, און דיר שענקען דערבאַרימונג, און זיך דערבאַרימען אױף דיר, און דיך מערן, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן;", "אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון יהוה דײַן גאָט." ], [ "קינדער זײַט איר צו יהוה אײַער גאָט; איר זאָלט אײַך ניט אײַנשנײַדן, און ניט מאַכן אַ פּליך צװישן אײַערע אױגן, נאָך אַ טױטן.", "װאָרום אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ יהוה דײַן גאָט, און דיך האָט גאָט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, פֿון אַלע פֿעלקער װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.", "זאָלסט ניט עסן קײן אומװערדיקײט.", "דאָס זײַנען די בהמות װאָס איר מעגט עסן: אַן אָקס, אַ שעפּס, און אַ ציג,", "אַ הינד, און אַ הירש, און אַ דאַמהירש, און אַ שטײנבאָק, און אַ גאַזעל, און אַ װילדציג, און אַ באַרגשעפּס.", "און איטלעכע בהמה װאָס איז באַקלױט מיט קלױען, און זײ זײַנען בײַ איר צעשפּאָלטן אױף צװײ קלױען, װאָס איז מַעֲלֵה-גֵרֶה צװישן בהמות, זי מעגט איר עסן.", "אָבער די דאָזיקע טאָרט איר ניט עסן פֿון די װאָס זײַנען מַעֲלֵה-גֵרֶה, און פֿון די װאָס זײַנען באַקלױט מיט צעשפּאָלטענע קלױען: דעם קעמל, און דעם האָז, און דעם קיניגל, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה זײַנען זײ, אָבער מיט קלױען זײַנען זײ ניט באַקלױט; זײ זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך.", "און דעם חזיר, װײַל באַקלױט מיט קלױען איז ער, אָבער ניט מַעֲלֵה-גֵרֶה; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך. פֿון זײער פֿלײש טאָרט איר ניט עסן, און אָן זײער נבֿלה טאָרט איר זיך ניט אָנרירן.", "די דאָזיקע מעגט איר עסן פֿון אַלץ װאָס אין װאַסער: אַלץ װאָס האָט פֿלוספֿעדערן און שופּן מעגט איר עסן;", "און אַלץ װאָס האָט ניט פֿלוספֿעדערן און שופּן טאָרט איר ניט עסן; דאָס איז אומרײן פֿאַר אײַך.", "יעטװעדער רײנעם עָוף מעגט איר עסן.", "און דאָס זײַנען די װאָס איר טאָרט פֿון זײ ניט עסן: דער אָדלער, און דער בײַנברעכער, און דער שװאַרצאָדלער;", "און די װײ, און דער פֿאַלקפֿױגל, און דער האַביך לױט זײַנע מינים;", "און יעטװעדער ראָב לױט זײַנע מינים;", "און דער שטרױספֿױגל, און דער נאַכטשפּאַרבער, און דער ים-פֿױגל, און דער שפּאַרבער לױט זײַנע מינים;", "די אײַל, און די שטאָקאײַל, און דער אוהו;", "און דער פּעליקאַן, און דער גײַער, און דער פֿישפֿרעסער;", "און דער שטאָרך, און דער בושל לױט זײַנע מינים, און דער אױערהאָן, און די פֿלעדערמױז.", "און יעטװעדער געפֿליגלטע װידמענונג איז אומרײן פֿאַר אײַך; זײ טאָרן ניט געגעסן װערן.", "יעטװעדער רײנעם עָוף מעגט איר עסן.", "איר זאָלט ניט עסן קײן נבֿלה; דעם אײַנגעװאַנדערטן װאָס אין דײַנע טױערן מעגסטו עס אַװעקגעבן, ער זאָל עס עסן; אָדער פֿאַרקױפֿן צו אַ פֿרעמדן; װאָרום אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ יהוה דײַן גאָט. זאָלסט ניט קאָכן אַ ציקעלע אין זײַן מוטערס מילך.", "מעשׂרן זאָלסטו מעשׂרן דעם גאַנצן אײַנטראָג פֿון דײַן זריעה, װאָס קומט אַרױס פֿון דײַן פֿעלד יאָריערלעך.", "און זאָלסט עסן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן, דעם מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה, פֿון דײַן װײַן, און פֿון דײַן אײל, און די ערשטלינגען פֿון דײַנע רינדער און דײַנע שאָף, כּדי זאָלסט לערנען מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה דײַן גאָט אַלע טעג.", "און אױב דער װעג װעט זײַן צו פֿיל פֿאַר דיר, אױב דו װעסט עס ניט קענען אַװעקטראָגן, װײַל דער אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אים אױסדערװײלן צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן, װעט זײַן צו װײַט פֿאַר דיר, אַז יהוה דײַן גאָט װעט דיך בענטשן,", "זאָלסטו עס מאַכן צו געלט, און נעמען דאָס געלט אײַנגעבונדן אין דײַן האַנט, און גײן צו דעם אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אים אױסדערװײלן;", "און זאָלסט אױסגעבן דאָס געלט אױף אַלץ װאָס דײַן האַרץ װעט געלוסטן, אױף רינדער און אױף שאָף און אױף װײַן און אויף געטראַנק, און אױף אַלץ װאָס דײַן האַרץ פֿאַרלאַנגט דיר; און זאָלסט דאָרטן עסן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, און זיך פֿרײען, דו און דײַן הױזגעזינט.", "און דעם לֵוִי װאָס אין דײַנע טױערן, אים זאָלסטו ניט פֿאַרלאָזן, װאָרום ער האָט ניט קײן חלק און קײן נחלה בײַ דיר.", "צום סָוף פֿון אַלע דרײַ יאָר – אין יענעם יאָר זאָלסטו אַרױסטראָגן דעם גאַנצן מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה, און אַװעקלײגן אין דײַנע טױערן.", "און עס זאָל קומען דער לֵוִי, װײַל ער האָט ניט קײן חלק און קײן נחלה בײַ דיר, און דער פֿרעמדער, און דער יתום, און די אַלמנה, װאָס אין דײַנע טױערן, און זײ זאָלן עסן און זאַט זײַן, כּדי יהוה דײַן גאָט זאָל דיך בענטשן אין יעטװעדער טואונג פֿון דײַן האַנט װאָס דו װעסט טאָן." ], [ "צום סָוף פֿון אַלע זיבן יאָר זאָלסטו מאַכן שמיטה.", "און דאָס איז דער דין פֿון שמיטה: יעטװעדער בעל-חוֹבֿ זאָל אָפּלאָזן װאָס ער האָט געליען זײַן חבֿר; ער זאָל ניט מאָנען פֿון זײַן חבֿר און זײַן ברודער, װען מע האָט אױסגערופֿן שמיטה צו גאָט.", "פֿון דעם פֿרעמדן מעגסטו מאָנען, אָבער פֿון װאָס דיר קומט בײַ דײַן חבֿר זאָלסטו אָפּלאָזן דײַן האַנט.", "פֿון דעסטװעגן װעט ניט זײַן בײַ דיר אַן אבֿיון, װאָרום בענטשן װעט דיך גאָט בענטשן אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, עס צו אַרבן;", "אױב נאָר צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן צו טאָן אַלדאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט.", "װאָרום יהוה דײַן גאָט װעט דיך בענטשן אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און װעסט אַנטלײַען צו פֿיל פֿעלקער, און דו אַלײן װעסט ניט לײַען, און װעסט געװעלטיקן איבער פֿיל פֿעלקער, און איבער דיר װעט מען ניט געװעלטיקן.", "אַז בײַ דיר װעט זײַן אַן אביון, אײנער פֿון דײַנע ברידער, אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן, אין דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, זאָלסטו ניט האַרט מאַכן דײַן האַרץ, און ניט צודריקן דײַן האַנט פֿאַר דײַן ברודער דעם אבֿיון.", "נײַערט עפֿענען זאָלסטו אים עפֿענען דײַן האַנט, און אַנטלײַען זאָלסטו אים אַנטלײַען גענוג פֿאַר זײַן באַדערפֿעניש װאָס ער באַדאַרף.", "היט דיך, עס זאָל ניט זײַן אין דײַן האַרצן אַ בײזער געדאַנקען, אַזױ צו זאָגן: דאָס זיבעטע יאָר, דאָס יאָר פֿון שמיטה, דערנענטערט זיך; און דײַן אױג װעט זײַן שלעכט צו דײַן ברודער דעם אביון, און װעסט אים ניט געבן, און ער װעט רופֿן איבער דיר צו גאָט, און אױף דיר װעט זײַן אַ זינד.", "געבן זאָלסטו אים געבן, און דײַן האַרץ זאָל ניט פֿאַרדריסן װען דו גיסט אים, װאָרום פֿון װעגן דער דאָזיקער זאַך װעט דיך יהוה דײַן גאָט בענטשן אין אַלץ װאָס דו טוסט, און אין אַלץ צו װאָס דײַן האַנט נעמט זיך.", "װאָרום עס װעט ניט אױסגײן אַן אביון פֿון לאַנד; דרום באַפֿעל איך דיר, אַזױ צו זאָגן: עפֿענען זאָלסטו עפֿענען דײַן האַנט צו דײַן ברודער, צו דײַן אָרעמאן און צו דײַן אביון אין דײַן לאַנד.", "אַז דײַן ברודער, אַ ייִד, אָדער אַ ייִדישע פֿרױ, װעט זיך פֿאַרקױפֿן צו דיר, זאָל ער דיר דינען זעקס יאָר, און אױפֿן זיבעטן זאָלסטו אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿון דיר.", "און אַז דו לאָזט אים אַרױס פֿרײַ פֿון דיר, זאָלסטו אים ניט אַרױסלאָזן מיט לײדיקן;", "באַשענקען זאָלסטו אים באַשענקען פֿון דײַנע שאָף, און פֿון דײַן שײַער, און פֿון דײַן קעלטער; מיט װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיך געבענטשט, דערפֿון זאָלסטו אים געבן.", "און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד מִצרַיִם, און יהוה דײַן גאָט האָט דיך אױסגעלײַזט; דרום באַפֿעל איך דיר הײַנט די דאָזיקע זאַך.", "און עס װעט זײַן, אַז ער װעט זאָגן צו דיר: איך װיל ניט אַװעקגײן פֿון דיר; װײַל ער האָט ליב דיך און דײַן הױזגעזינט, װאָרום אים איז גוט בײַ דיר,", "זאָלסטו נעמען אַן אָל, און דורכשטעכן זײַן אױער ביז אין טיר, און ער זאָל דיר זײַן אַן אײביקער קנעכט; און אױך צו דײַן דינסט זאָלסטו טאָן אַזױ.", "עס זאָל ניט שװער זײַן אין דײַנע אױגן, װען דו לאָזט אים אַרױס פֿרײַ פֿון דיר, װאָרום טאָפּל װי פֿאַר דעם לױן פֿון אַ לױנאַרבעטער האָט ער דיר געדינט זעקס יאָר; און יהוה דײַן גאָט װעט דיך בענטשן אין אַלץ װאָס דו װעסט טאָן.", "יעטװעדער ערשטלינג אַ זָכר װאָס װעט געבאָרן װערן צװישן דײַנע רינדער און צװישן דײַנע שאָף, זאָלסטו הײליקן צו יהוה דײַן גאָט; זאָלסט ניט אַרבעטן מיט דעם בכָור פֿון דײַנע אָקסן, און ניט שערן דעם בכָור פֿון דײַנע שאָף.", "פֿאַר יהוה דײַן גאָט זאָלסטו אים עסן יאָר אין יאָר, אין דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן, דו און דײַן הױזגעזינט.", "און אױב ער װעט זײַן מיט אַ מום, אַ הינקעדיקער, אָדער אַ בלינדער – מיט װאָסער עס איז בײזן מום, זאָלסטו אים ניט שלאַכטן צו יהוה דײַן גאָט.", "אין דײַנע טױערן זאָלסטו אים עסן, דער אומרײנער אין אײנעם מיט דעם רײנעם, אַזױ װי אַ הירש און װי אַ הינד.", "נאָר זײַן בלוט זאָלסטו ניט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער." ], [ "היט אָףּ דעם חוֹדש אָבֿיבֿ, און זאָלסט מאַכן דעם קָרבן-פּסח צו יהוה דײַן גאָט, װאָרום אין חוֹדש אָבֿיבֿ האָט דיך יהוה דײַן גאָט אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, בײַ נאַכט.", "און זאָלסט שלאַכטן דעם קָרבן-פּסח צו יהוה דײַן גאָט, פֿון שאָף אָדער פֿון רינדער, אין דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן.", "זאָלסט ניט עסן דערבײַ חמץ; זיבן טעג זאָלסטו עסן דערבײַ מצות, ברױט פֿון נױט, װאָרום אין געאײַל ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם; כּדי זאָלסט געדענקען דעם טאָג פֿון דײַן אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַלע טעג פֿון דײַן לעבן.", "און עס זאָל ניט געזען װערן בײַ דיר זױערטײג אין דײַן גאַנצן גבֿול זיבן טעג; און עס זאָל ניט איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי פֿון דעם פֿלײש װאָס דו װעסט שלאַכטן אין אָװנט פֿון ערשטן טאָג.", "טאָרסט ניט שלאַכטן דעם קָרבן-פּסח אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.", "נײַערט אין דעם אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אױסדערװײלן אױף צו מאַכן רוען זײַן נאָמען, דאָרטן זאָלסטו שלאַכטן דעם קָרבן-פּסח, אין אָװנט װי די זון גײט אונטער, אין דער צײַט פֿון דײַן אַרױסגײן פֿון מִצרַיִם.", "און זאָלסט אים בראָטן און עסן אין דעם אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אים אױסדערװײלן; און אין דער פֿרי זאָלסטו זיך אומקערן, און גײן צו דײַנע געצעלטן.", "זעקס טעג זאָלסטו עסן מצות, און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע אײַנזאַמלונג צו יהוה דײַן גאָט; זאָלסט ניט טאָן קײן אַרבעט.", "זיבן װאָכן זאָלסטו דיר צײלן; פֿון װען מע לאָזט אַראָפּ אַ שנײַדמעסער אױף דער תּבֿואה זאָלסטו אָנהײבן צײלן זיבן װאָכן.", "און זאָלסט מאַכן דעם יָום-טובֿ פֿון שבֿועות צו יהוה דײַן גאָט, װי נאָך דער פֿרײַער גאָב פֿון דײַן האַנט, װאָס דו װעסט געבן, לױט װי יהוה דײַן גאָט װעט דיך בענטשן.", "און זאָלסט זיך פֿרײען פֿאַר יהוה דײַן גאָט, דו, און דײַן זון און דײַן טאָכטער, און דײַן קנעכט און דײַן דינסט, און דער לֵוִי װאָס אין דײַנע טױערן, און דער פֿרעמדער, און דער יתום, און די אַלמנה, װאָס צװישן דיר – אין דעם אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן.", "און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין מִצרַיִם, און זאָלסט אָפּהיטן און טאָן די דאָזיקע געזעצן.", "דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות זאָלסטו דיר מאַכן זיבן טעג, װען דו זאַמלסט אײַן פֿון דײַן שײַער און פֿון דײַן קעלטער.", "און זאָלסט זיך פֿרײען אין דײַן יָום-טובֿ, דו, און דײַן זון און דײַן טאָכטער, און דײַן קנעכט און דײַן דינסט, און דער לֵוִי, און דער פֿרעמדער, און דער יתום, און די אַלמנה, װאָס אין דײַנע טױערן.", "זיבן טעג זאָלסטו האַלטן יָום-טובֿ צו יהוה דײַן גאָט אין דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן; װאָרום יהוה דײַן גאָט װעט דיך בענטשן אין דײַן גאַנצן אײַנקום, און אין יעטװעדער טואונג פֿון דײַנע הענט, און װעסט זײַן לױטער פֿרײלעך.", "דרײַ מאָל אין יאָר זאָלן אַלע דײַנע מאַנספּאַרשױנען זיך װײַזן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן: אין דעם יָום-טובֿ פֿון מצות, און אין דעם יָום-טובֿ פֿון שבֿועות, און אין דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות; און מע זאָל זיך ניט װײַזן פֿאַר גאָט מיט לײדיקן;", "איטלעכער לױט דער גאָב פֿון זײַן האַנט, װי נאָך דער מזל-ברכה פֿון יהוה דײַן גאָט, װאָס ער האָט דיר געגעבן.", "ריכטער און אױפֿזעער זאָלסטו דיר מאַכן אין אַלע דײַנע טױערן, װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, לױט דײַנע שבֿטים; און זײ זאָלן משפּטן דאָס פֿאָלק מיט אַ גערעכטן משפּט.", "זאָלסט ניט פֿאַרדרײען אַ משפּט; זאָלסט ניט דערקענען קײן פּנים, און ניט נעמען שוחד, װאָרום שוחד מאַכט בלינד די אױגן פֿון קלוגע, און פֿאַרקרימט די װערטער פֿון גערעכטע.", "נאָך גערעכטיקײט, נאָך גערעכטיקײט זאָלסטו זיך יאָגן, כּדי זאָלסט לעבן און אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.", "זאָלסט דיר ניט פֿלאַנצן אַ געצנבױם פֿון אַ שום האָלץ לעבן דעם מזבח פֿון יהוה דײַן גאָט, װאָס דו װעסט דיר מאַכן.", "און זאָלסט דיר ניט אױפֿשטעלן אַ זײַלשטײן, װאָס יהוה דײַן גאָט האָט פֿײַנט." ], [ "זאָלסט ניט שלאַכטן צו יהוה דײַן גאָט אַן אָקס אָדער אַ שעפּס װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, עפּעס אַ שלעכטע זאַך; װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ יהוה דײַן גאָט איז דאָס.", "אַז עס װעט געפֿונען װערן צװישן דיר, אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װאָס װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון יהוה דײַן גאָט, איבערצוטרעטן זײַן בונד;", "און ער װעט גײן און דינען פֿרעמדע געטער, און זיך בוקן צו זײ, אָדער צו דער זון, אָדער צו דער לבֿנה, אָדער צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, װאָס איך האָב ניט געהײסן;", "און עס װעט דיר דערצײלט װערן, און װעסט הערן, און װעסט גוט אױספֿאָרשן, ערשט די זאַך איז אמת ריכטיק, די דאָזיקע אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן אין ישׂראל,", "זאָלסטו אַרױספֿירן יענעם מאַן אָדער יענע פֿרױ, װאָס האָבן געטאָן די דאָזיקע שלעכטע זאַך, צו דײַנע טױערן – דעם מאַן אָדער די פֿרױ – און זאָלסט זײ פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און זײ זאָלן שטאַרבן.", "לױט דעם מױל פֿון צװײ עדות אָדער דרײַ עדות זאָל געטײט װערן דער װאָס װערט געטײט; ער זאָל ניט געטײט װערן לױט דעם מױל פֿון אײן עדות.", "די האַנט פֿון די עדות זאָל זײַן אױף אים די ערשטע אים צו טײטן, און דערנאָך די האַנט פֿון גאַנצן פֿאָלק; און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.", "אַז אַ זאַך װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון דיר אין אַ משפּט, צװישן בלוט און בלוט, צװישן אַ טענה און אַ טענה, אָדער צװישן אַ שעדיקונג און אַ שעדיקונג, אין שטרײַטזאַכן אין דײַנע טױערן, זאָלסטו אױפֿשטײן און אַרױפֿגײן צו דעם אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אים אױסדערװײלן.", "און זאָלסט קומען צו די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי, און צו דעם ריכטער װאָס װעט זײַן אין יענע טעג, און זאָלסט פֿרעגן, און זײ װעלן דיר זאָגן דאָס װאָרט פֿון דעם משפּט.", "און זאָלסט טאָן לױט דעם װאָרט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן פֿון יענעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן; און זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס זײ װעלן דיך לערנען.", "לױט דער לערנונג װאָס זײ װעלן דיך לערנען, און לױט דעם משפּט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן, זאָלסטו טאָן; זאָלסט זיך ניט אָפּקערן פֿון דעם װאָרט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן, רעכטס אָדער לינקס.", "און דער מאַן װאָס װעט טאָן מיט מוטװיליקײט, ניט צו געהאָרכן דעם כֹּהן װאָס שטײט צו דינען דאָרטן יהוה דײַן גאָט, אָדער דעם ריכטער, יענער מאַן זאָל שטאַרבן; און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון ישׂראל.", "און דאָס גאַנצע פֿאָלק װעט הערן און װעט מוֹרא האָבן, און זײ װעלן מער ניט מוטװילקן.", "אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, און װעסט עס אַרבן, און װעסט זיך באַזעצן דרינען, און װעסט זאָגן: איך װיל מאַכן אַ מלך איבער מיר, אַזױ װי אַלע פֿעלקער װאָס אַרום מיר,", "מאַכן זאָלסטו מאַכן אַ מלך איבער דיר דעם װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אים אױסדערװײלן; פֿון צװישן דײַנע ברידער זאָלסטו מאַכן איבער דיר אַ מלך; טאָרסט ניט אױפֿזעצן איבער דיר אַ פֿרעמדן מאַן, װאָס איז ניט דײַנער אַ ברודער.", "אָבער ער זאָל זיך ניט מערן פֿערד, און ניט אומקערן דאָס פֿאָלק קײן מִצרַיִם, כּדי צו מערן פֿערד; װאָס גאָט האָט אײַך אָנגעזאָגט: איר זאָלט זיך מער ניט אומקערן אױף דעם דאָזיקן װעג.", "און ער זאָל זיך ניט מערן װײַבער כּדי זײַן האַרץ זאָל זיך ניט אָפּקערן; אױך זילבער און גאָלד זאָל ער זיך ניט מערן אַ סך.", "און עס װעט זײַן, אַז ער זעצט זיך אױף דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה, זאָל ער זיך אױפֿשרײַבן אַן איבערחזרונג פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה אױף אַ בוך, פֿון דער װאָס פֿאַר די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי.", "און דאָס זאָל זײַן בײַ אים, און ער זאָל לײענען דערין אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, כּדי ער זאָל לערנען מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה זײַן גאָט, צו היטן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, און די דאָזיקע געזעצן, זײ צו טאָן;", "אַז זײַן האַרץ זאָל זיך ניט דערהײבן איבער זײַנע ברידער, און ער זאָל זיך ניט אָפּקערן פֿון די געבאָט רעכטס אָדער לינקס, כּדי ער זאָל מַאֲריך-יָמים זײַן אױף זײַן מלוכה, ער און זײַנע קינדער, צװישן ישׂראל." ], [ "די כֹּהנים פֿון לֵוִי, דער גאַנצער שבֿט לֵוִי, זאָלן ניט האָבן קײן חלק און קײן נחלה אין ישׂראל; די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט און זײַן נחלה זאָלן זײ עסן.", "און זײ זאָלן ניט האָבן קײן נחלה צװישן זײערע ברידער; גאָט איז זײער נחלה, אַזױ װי ער האָט צו זײ גערעדט.", "און דאָס זאָל זײַן דאָס רעכט פֿון די כֹּהנים, פֿון דעם פֿאָלק, פֿון די װאָס שלאַכטן אַ שלאַכטאָפּפֿער; סײַ אַן אָקס, סײַ אַ שעפּס, זאָל מען געבן דעם כֹּהן די שולטער, און די קינבאַקן, און דעם מאָגן.", "דאָס ערשטע פֿון דײַן תּבֿואה, פֿון דײַן װײַן, און פֿון דײַן אײל, און דאָס ערשטע פֿון דער שערונג פֿון דײַנע שאָף, זאָלסטו אים געבן.", "װאָרום אים האָט יהוה דײַן גאָט אױסדערװײלט פֿון אַלע דײַנע שבֿטים, צו שטײן צו דינען אין נאָמען פֿון גאָט, ער און זײַנע קינדער אַלע טעג.", "און אַז אַ לֵוִי װיל קומען פֿון אײנעם פֿון דײַנע טױערן פֿון גאַנץ ישׂראל, װאָס ער װוינט דאָרטן, זאָל ער קומען װיפֿיל זײַן האַרץ געלוסט, צו דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן.", "און ער זאָל דינען אין נאָמען פֿון יהוה זײַן גאָט אַזױ װי אַלע זײַנע ברידער די לוִיִים װאָס שטײען דאָרטן פֿאַר גאָט.", "גלײַכע חלקים זאָלן זײ עסן, אַחוץ װאָס אים װערט געגעבן לױט די פֿאָטערהײַזער.", "אַז דו קומסט אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, זאָלסטו זיך ניט אָפּלערנען צו טאָן אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון יענע פֿעלקער.", "עס זאָל זיך ניט געפֿינען בײַ דיר אײנער װאָס מאַכט דורכגײן זײַן זון אָדער זײַן טאָכטער דורכן פֿײַער, אַ װאָרזאָגער פֿון װאָרזאָגענישן, אַ צײכנזעער, אָדער אַ טרעפֿער, אָדער אַ מכשף,", "אָדער אַ צױבערשפּרעכער, אָדער אײנער װאָס פֿרעגט בײַ אַ גײַסט אָדער אַ רוח, אָדער אַ פֿאָרשער בײַ טױטע.", "װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ גאָט איז יעטװעדער װאָס טוט דאָס, און פֿון װעגן די דאָזיקע אומװערדיקײטן פֿאַרטרײַבט זײ יהוה דײַן גאָט פֿון פֿאַר דיר.", "גאַנץ זאָלסטו זײַן מיט יהוה דײַן גאָט.", "װאָרום די דאָזיקע פֿעלקער װאָס דו ירשעסט זײ, הערן זיך צו צו צײכנזעערס, און צו װאָרזאָגערס, אָבער דו – ניט אַזױ-װאָס האָט דיר געגעבן יהוה דײַן גאָט.", "אַ נבֿיא פֿון צװישן דיר, פֿון דײַנע ברידער, אַזאַ װי איך, װעט דיר אױפֿשטעלן יהוה דײַן גאָט; צו אים זאָלט איר זיך צוהערן.", "גענױ אַזױ װי דו האָסט פֿאַרלאַנגט פֿון יהוה דײַן גאָט אין חוֹרֵבֿ, אין טאָג פֿון דער אײַנזאַמלונג, אַזױ צו זאָגן: לאָמיך ניט הערן װידער דעם קָול פֿון יהוה מײַן גאָט, לאָמיך ניט זען מער דאָס דאָזיקע גרױסע פֿײַער, כּדי איך זאָל ניט שטאַרבן.", "און גאָט האָט געזאָגט צו מיר: גוט איז װאָס זײ האָבן גערעדט.", "אַ נבֿיא װעל איך זײ אױפֿשטעלן פֿון צװישן זײערע ברידער, אַזאַ װי דו, און איך װעל אַרײַנגעבן מײַנע װערטער אין זײַן מױל, און ער װעט רעדן צו זײ אַלץ װאָס איך װעל אים באַפֿעלן.", "און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס װעט ניט צוהערן צו מײַנע װערטער װאָס ער װעט רעדן אין מײַן נאָמען, װעל איך אױפֿמאָנען פֿון אים.", "אָבער דער נבֿיא װאָס װעט מוטװיליקן צו רעדן אין מײַן נאָמען אַ װאָרט װאָס איך האָב אים ניט באַפֿױלן צו רעדן, אָדער דער װאָס װעט רעדן אין נאָמען פֿון פֿרעמדע געטער, יענער נבֿיא זאָל שטאַרבן.", "און אױב דו װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: װי אַזױ װעלן מיר דערקענען דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט עס ניט גערעדט?", "אַז דער נבֿיא װעט רעדן אין נאָמען פֿון גאָט, און דאָס װאָרט װעט ניט געשען און ניט אָנקומען, איז דאָס אַ װאָרט װאָס גאָט האָט עס ניט גערעדט; מיט מוטװיליקײט האָט עס דער נבֿיא גערעדט; זאָלסט זיך ניט שרעקן פֿאַר אים." ], [ "אַז יהוה דײַן גאָט װעט פֿאַרשנײַדן די פֿעלקער װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר זײער לאַנד, און װעסט זײ ירשען, און זיך באַזעצן אין זײערע שטעט, און אין זײערע הײַזער,", "זאָלסטו דיר אָפּשײדן דרײַ שטעט אין מיטן פֿון דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, עס צו אַרבן.", "זאָלסט דיר אָפּמאַרקירן דעם װעג, און אײַנטײלן אין דרײען דאָס געמאַרק פֿון דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט װעט דיך מאַכן אַרבן, און עס זאָל זײַן אױף צו אַנטלױפֿן אַהין פֿאַר איטלעכן טױטשלעגער.", "און דאָס איז דער פֿאַל פֿון דעם טױטשלעגער װאָס קען אַהין אַנטלױפֿן און בלײַבן לעבן: דער װאָס װעט דערשלאָגן זײַן חבֿר אָן אַ כּיװן, און ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן;", "װי אַז אײנער װעט קומען מיט זײַן חבֿר אין װאַלד האַקן בײמער, און זײַן האַנט װעט זיך פֿאַרמעסטן מיט דער האַק אָפּצוהאַקן דעם בױם, און דער אײַזן װעט אָפּשפּרינגען פֿון שטיל, און װעט טרעפֿן זײַן חבֿר, און ער װעט שטאַרבן; ער זאָל אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, און בלײַבן לעבן;", "כּדי דער בלוטמאָנער זאָל ניט נאָכיאָגן דעם טױטשלעגער װען זײַן האַרץ איז הײס, און אים כאַפּן, װײַל דער װעג איז אַ װײַטער, און אים דערשלאָגן צום טױט, װען אים קומט ניט טױטשטראָף, װײַל ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן.", "דרום באַפֿעל איך דיר, אַזױ צו זאָגן: דרײַ שטעט זאָלסטו דיר אָפּשײדן.", "און אױב יהוה דײַן גאָט װעט דערברײטערן דײַן געמאַרק, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, און װעט דיר געבן דאָס גאַנצע לאַנד װאָס ער האָט צוגעזאָגט דײַנע עלטערן צו געבן –", "אַז דו װעסט היטן אַלדאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט עס צו טאָן, ליב צו האָבן יהוה דײַן גאָט, און צו גײן אין זײַנע װעגן אַלע טעג – זאָלסטו דיר צולײגן נאָך דרײַ שטעט צו די דאָזיקע דרײַ;", "כּדי עס זאָל ניט פֿאַרגאָסן װערן אומשולדיק בלוט אין דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און עס זאָל ניט זײַן אױף דיר קײן בלוט.", "אָבער אַז אַ מאַן װעט זײַן אַ שׂוֹנא זײַן חבֿר, און ער װעט לױערן אױף אים, און װעט אױפֿשטײן אױף אים, און װעט אים שלאָגן צום טױט, און ער װעט שטאַרבן; און ער װעט אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט,", "זאָלן שיקן די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט, און אים נעמען פֿון דאָרטן, און אים איבערגעבן אין האַנט פֿון דעם בלוטמאָנער, און ער זאָל שטאַרבן.", "דײַן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען אױף אים, און זאָלסט אױסראַמען אומשולדיק [פֿאַרגאָסן] בלוט פֿון ישׂראל, כּדי דיר זאָל גוט זײַן.", "זאָלסט ניט פֿאַררוקן דעם גרענעץ פֿון דײַן חבֿר, װאָס די פֿריערדיקע האָבן אָפּגעגרענעצט, אין דײַן נחלה װאָס דו װעסט ירשען, אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, עס צו אַרבן.", "עס זאָל ניט אױפֿשטײן אײן עדות קעגן אַ מאַן װעגן אַ שום פֿאַרברעך אָדער אַ שום פֿאַרזינדיקונג – אין אַ שום זינד װאָס ער האָט געזינדיקט; דורך דעם מױל פֿון צװײ עדות, אָדער דורך דעם מױל פֿון דרײַ עדות, זאָל אַ זאַך באַשטײן.", "אַז עס װעט אױפֿשטײן אַן אומגערעכטער עדות אַקעגן אַ מאַן, צו זאָגן אױף אים פֿאַרקערטע עדות,", "זאָלן די צװײ מענטשן װאָס האָבן דעם שטרײַט, זיך שטעלן פֿאַר גאָט, פֿאַר די כֹּהנים און די ריכטער װאָס װעלן זײַן אין יענע טעג.", "און אױב די ריכטער װעלן גוט אױספֿאָרשן, ערשט דער עדות איז אַ פֿאַלשער עדות, ליגן האָט ער געזאָגט אױף זײַן ברודער,", "זאָלט איר טאָן צו אים, אַזױ װי ער האָט געטראַכט צו טאָן צו זײַן ברודער; און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.", "און די איבעריקע װעלן הערן און װעלן מוֹרא האָבן, און װעלן מער ניט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר.", "און דײַן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען: אַ נפֿש פֿאַר אַ נפֿש, אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן, אַ האַנט פֿאַר אַ האַנט, אַ פֿוס פֿאַר אַ פֿוס." ], [ "אַז דו װעסט אַרױסגײן אױף מלחמה אַקעגן דײַן פֿײַנט, און װעסט זען פֿערד און רײַטװעגן, פֿאָלק מער פֿון דיר, זאָלסטו ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ, װאָרום יהוה דײַן גאָט איז מיט דיר, דער װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם.", "און עס װעט זײַן, װי איר דערנענטערט זיך צו דער מלחמה, אַזױ זאָל גענענען דער כֹּהן, און זאָל רעדן צום פֿאָלק,", "און זאָגן צו זײ: הער, ישׂראל, איר גענענט הײַנט אױף מלחמה אַקעגן אײַערע פֿײַנט, זאָל ניט שלאַף װערן אײַערע האַרץ; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט אײַלן און זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ;", "װאָרום יהוה אײַער גאָט איז דער װאָס גײט מיט אײַך, מלחמה צו האַלטן פֿאַר אײַך אַקעגן אײַערע פֿײַנט, אײַך צו העלפֿן.", "און די אױפֿזעער זאָלן רעדן צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: איז װער עמיצער דאָ װאָס האָט געבױט אַ נײַ הױז, און האָט עס ניט באַנײַט? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו זײַן הײם, טאָמער שטאַרבט ער אין מלחמה, און אַן אַנדער מאַן װעט עס באַנײַען.", "אָדער איז װער עמיצער דאָ װאָס האָט געפֿלאַנצט אַ װײַנגאָרטן, און האָט אים ניט אָנגעהױבן? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו זײַן הײם, טאָמער שטאַרבט ער אין מלחמה, און אַן אַנדער מאַן װעט עס אָנהײבן.", "אָדער איז װער עמיצער דאָ װאָס האָט פֿאַרקנַסט אַ װײַב, און האָט זי ניט גענומען? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו זײַן הײם, טאָמער שטאַרבט ער אין מלחמה, און אַן אַנדער מאַן װעט זי נעמען.", "און די אױפֿזעער זאָלן װײַטער רעדן צום פֿאָלק, און זאָגן: איז װער עמיצער דאָ װאָס איז שרעקעדיק און װײכהאַרציק? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו זײַן הײם, כּדי דאָס האַרץ פֿון זײַנע ברידער זאָל ניט צעגײן אַזױ װי זײַן האַרץ.", "און עס װעט זײַן, װי די אױפֿזעער ענדיקן רעדן צום פֿאָלק, אַזױ זאָלן זײ אױפֿזעצן חיל-פֿירער איבערן פֿאָלק.", "אַז דו װעסט גענענען צו אַ שטאָט, צו האַלטן מלחמה אױף איר, זאָלסטו איר צורופֿן שלום.", "און עס װעט זײַן, אױב זי װעט דיר ענטפֿערן שלום, און װעט דיר עפֿענען, איז, דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס געפֿינט זיך אין איר, זאָל דיר װערן צו צינז און דיר דינען.", "אױב אָבער זי װעט ניט אײַנגײן אױף שלום מיט דיר, און װעט מאַכן מלחמה מיט דיר, זאָלסטו לעגערן אױף איר;", "און אַז יהוה דײַן גאָט װעט זי געבן אין דײַן האַנט, זאָלסטו טײטן אַלע אירע מאַנספּאַרשױנען מיטן שאַרף פֿון שװערד.", "נאָר די װײַבער און די קלײנע קינדער, און די בהמות, און אַלץ װאָס װעט זײַן אין דער שטאָט, איר גאַנצן רױב, זאָלסטו רױבן פֿאַר דיר; און זאָלסט עסן דעם רױב פֿון דײַנע פֿײַנט, װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר געגעבן.", "אַזױ זאָלסטו טאָן צו אַלע שטעט װאָס זײַנען זײער װײַט פֿון דיר, װאָס זײ זײַנען ניט פֿון די שטעט פֿון די היגע פֿעלקער.", "אָבער פֿון די שטעט פֿון די היגע אומות, װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, זאָלסטו ניט לאָזן לעבן קײן אָטעם.", "נײַערט פֿאַרװיסטן זאָלסטו זײ פֿאַרװיסטן: דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, דעם כּנַעֲני, און דעם פּרִזי, דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, אַזױ װי יהוה דײַן גאָט האָט דיר באַפֿױלן;", "כְּדי זײ זאָלן אײַך ניט לערנען צו טאָן אַזױ װי אַלע זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן צו זײערע געטער, און איר װעט זינדיקן צו יהוה אײַער גאָט.", "אַז דו װעסט לעגערן אױף אַ שטאָט פֿיל טעג צו האַלטן מלחמה אױף איר, כּדי זי אײַנצונעמען, זאָלסטו ניט צעשטערן אירע בײמער דורך אױפֿהײבן דערױף אַ האַק; װײַל עסן פֿון זײ מעגסטו, אָבער זײ אָפּהאַקן טאָרסטו ניט; װאָרום איז דער בױם פֿון פֿעלד אַ מענטש, צו זײַן אין באַלעגערונג פֿון דיר?", "בלױז אַ בױם װאָס דו װײסט, אַז ער איז ניט אַ בױם צו עסן, אים מעגסטו צעשטערן און אָפּהאַקן, און בױען באַלאַגערװערק אַרום דער שטאָט װאָס האַלט מיט דיר מלחמה, ביז איר נידערונג." ], [ "אַז אַ געהרגעטער װעט געפֿונען װערן ליגנדיק אין פֿעלד, אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר עס צו אַרבן, און עס איז ניט באַװוּסט װער עס האָט אים דערשלאָגן,", "זאָלן אַרױסגײן דײַנע עלטסטע און דײַנע ריכטער, און זײ זאָלן אָפּמעסטן ביז די שטעט װאָס אַרום דעם געהרגעטן.", "און עס זאָל זײַן: די שטאָט װאָס איז די נענטסטע צום געהרגעטן, זאָלן די עלטסטע פֿון יענער שטאָט נעמען אַ יונגע קו, װאָס מיט איר איז נאָך ניט געאַרבעט געװאָרן, װאָס האָט נאָך ניט געצױגן אַ יאָך.", "און די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זאָלן אַראָפּנידערן די יונגע קו צו אַ האַרטן טאָל, װאָס װערט ניט באַאַרבעט און ניט באַזײט; און זײ זאָלן אָפּהאַקן דער יונגער קו דאָס געניק דאָרטן אין טאָל.", "און די כֹּהנים, די קינדער פֿון לֵוִי, זאָלן גענענען; װאָרום זײ האָט יהוה דײַן גאָט אױסדערװײלט אים צו טאָן דינסט, און צו בענטשן אין נאָמען פֿון גאָט, און לױט זײער מױל זאָל זײַן בײַ יעטװעדער שטרײַט און יעטװעדער שעדיקונג.", "און אַלע עלטסטע פֿון יענער שטאָט, די נענטסטע צום געהרגעטן, זאָלן װאַשן זײערע הענט איבער דער יונגער קו װאָס מע האָט איר אָפּגעהאַקט דאָס געניק אין טאָל.", "און זײ זאָלן אױסרופֿן און זאָגן: אונדזערע הענט האָבן ניט פֿאַרגאָסן דאָס דאָזיקע בלוט, און אונדזערע אױגן האָבן ניט געזען.", "פֿאַרגיב דײַן פֿאָלק ישׂראל, װאָס דו, גאָט, האָסט אױסגעלײזט, און לאָז ניט אומשולדיק פֿאַרגאָסן בלוט צװישן דײַן פֿאָלק ישׂראל, און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן דאָס בלוט.", "אַזױ זאָלסטו אױסראַמען אומשולדיק [פֿאַרגאָסן] בלוט פֿון צװישן דיר, אױב דו װילסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט.", "אַז דו װעסט אַרױסגײן אין מלחמה אַקעגן דײַנע פֿײַנט, און יהוה דײַן גאָט װעט זײ געבן אין דײַן האַנט, און װעסט פֿאַנגען פֿון זײ געפֿאַנגענע,", "און װעסט זען צװישן די געפֿאַנגענע אַ פֿרױ שײן אין געשטאַלט, און װעסט זי גלוסטן, און װעסט זי דיר װעלן נעמען פֿאַר אַ װײַב,", "זאָלסטו זי ברענגען אין דײַן הױז, און זי זאָל אָפּגאָלן איר קאָפּ, און אָפּשנײַדן אירע נעגל;", "און זי זאָל אױסטאָן פֿון זיך די קלײדונג פֿון איר געפֿאַנגענשאַפֿט, און זיצן אין דײַן הױז, און באַװײנען איר פֿאָטער און איר מוטער אַ חוֹדש צײַט, און דערנאָך זאָלסטו קומען צו איר, און זי באַמאַנען, און זי זאָל דיר װערן פֿאַר אַ װײַב.", "און עס װעט זײַן, אױב זי װעט דיר ניט געפֿעלן, זאָלסטו זי לאָזן גײן װוּהין זי װיל, אָבער פֿאַרקױפֿן פֿאַר געלט זאָלסטו זי ניט פֿאַרקױפֿן; טאָרסט ניט באַלעבאַטעװען איבער איר; דערפֿאַר װאָס דו האָסט זי געפּײַניקט.", "אַז אַ מאַן װעט האָבן צװײ װײַבער, אײנע אַ באַליבטע און אײנע אַ פֿאַרהאַסטע, און זײ װעלן אים געבערן זין, אי די באַליבטע אי די פֿאַרהאַסטע, און דער זון דער בכָור װעט זײַן פֿון דער פֿאַרהאַסטער,", "איז, אין דעם טאָג װאָס ער גיט ירושה זײַנע זין דאָס װאָס ער האָט קען ער ניט מאַכן פֿאַר דעם בכָור דעם זון פֿון דער באַליבטער איבער דעם זון פֿון דער פֿאַרהאַסטער, װאָס איז דער בכָור.", "נײַערט דעם בכָור דעם זון פֿון דער פֿאַרהאַסטער מוז ער אָנדערקענען, אים צו געבן צװײ חלקים פֿון אַלץ װאָס ער פֿאַרמאָגט; װאָרום ער איז דער ערשטלינג פֿון זײַן קראַפֿט, צו אים געהערט דאָס רעכט פֿון דער בכוֹרה.", "אַז אַ מאַן װעט האָבן אַ זון אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, װאָס הערט ניט צו דעם קָול פֿון זײַן פֿאָטער, און צו דעם קָול פֿון זײַן מוטער, און זײ װעלן אים שטראָפֿן, און ער װעט ניט צוהערן צו זײ,", "זאָל זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער אים אָננעמען, און אים אַרױספֿירן צו די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט, און צו דעם טױער פֿון זײַן אָרט.", "און זײ זאָלן זאָגן צו די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט: דער דאָזיקער זון אונדזערער איז אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, ער הערט ניט צו אונדזער קָול; ער איז אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער.", "און אַלע מענטשן פֿון זײַן שטאָט זאָלן אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און ער זאָל שטאַרבן. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר; און גאַנץ ישׂראל װעלן הערן, און װעלן מוֹרא האָבן.", "און אַז אױף אַ מאַן װעט זײַן אַ זינד פֿון טױטשטראָף, און ער װעט געטײט װערן, און װעסט אים אױפֿהענגען אױף אַ בױם,", "זאָלסטו ניט לאָזן איבערנעכטיקן זײַן טױטן לײַב אױפֿן בױם; נאָר באַגראָבן זאָלסטו אים באַגראָבן אין דעם אײגענעם טאָג; װאָרום אַ שענדונג פֿון גאָט איז אַ געהאַנגענער; און זאָלסט ניט פֿאַראומרײניקן דײַן לאַנד, װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה." ], [ "זאָלסט ניט זען דײַן ברודערס אָקס אָדער זײַן שעפּס פֿאַרבלאָנדזשעטע, און זיך פֿאַרהױלן פֿון זײ; אומקערן זאָלסטו זײ אומקערן צו דײַן ברודער.", "און אױב דײַן ברודער איז ניט נאָנט פֿון דיר, אָדער דו קענסט אים ניט, זאָלסטו עס אַרײַננעמען אין דײַן הױז, און עס זאָל זײַן בײַ דיר, ביז דײַן ברודער פֿרעגט זיך נאָך אױף דעם, און װעסט עס אים אומקערן.", "און אַזױ זאָלסטו טאָן מיט זײַן אײזל, און אַזױ זאָלסטו טאָן מיט זײַן קלײד, און אַזױ זאָלסטו טאָן מיט אַלעם פֿאַרלאָרענעם פֿון דײַן ברודער, װאָס װעט פֿאַרלאָרן װערן בײַ אים, און דו װעסט עס געפֿינען; טאָרסט זיך ניט פֿאַרהױלן.", "זאָלט ניט זען דײַן ברודערס אײזל אָדער זײַן אָקס געפֿאַלן אין װעג, און זיך פֿאַרהױלן פֿון זײ; אױפֿשטעלן זאָלסטו זײ אױפֿשטעלן אין אײנעם מיט אים.", "אױף אַ פֿרױ זאָל ניט זײַן אַ בגד פֿון אַ מאַנספּאַרשױן, און אַ מאַנספּאַרשױן זאָל ניט אָנטאָן אַ קלײד פֿון אַ פֿרױ; װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ יהוה דײַן גאָט איז איטלעכער װאָס טוט דאָס.", "אַז פֿאַר דיר װעט זיך טרעפֿן אין װעג אַ נעסט פֿון אַ פֿױגל אױף ערגעץ אַ בױם, אָדער אױף דער ערד, מיט פֿײגעלעך אָדער אײַער, און די מוטער זיצט אױף די פֿײגעלעך אָדער אױף די אײַער, זאָלסטו ניט נעמען די מוטער אין אײנעם מיט די קינדער.", "אַװעקלאָזן זאָלסטו אַװעקלאָזן די מוטער, און די קינדער זאָלסטו נעמען צו דיר; כּדי דיר זאָל גוט זײַן, און זאָלסט מַאֲריך-יָמים זײַן.", "אַז דו װעסט בױען אַ נײַ הױז, זאָלסטו מאַכן אַ געלענדער צו דײַן דאַך, כּדי זאָלסט ניט ברענגען בלוט אױף דײַן הױז, אַז עמיצער װעט אַראָפּפֿאַלן פֿון אים.", "זאָלסט ניט פֿאַרזײען דײַן װײַנגאָרטן געמישט, כּדי עס זאָל ניט הײליק װערן אי די שֶפֿע פֿון דעם זאָמען װאָס דו װעסט זײען, אי דער אײַנטראָג פֿון דעם װײַנגאָרטן.", "זאָלסט ניט אַקערן מיט אַן אָקס און אַן אײזל אין אײנעם.", "זאָלסט ניט אָנטאָן שַעַטנֵז, װאָל מיט פֿלאַקס אין אײנעם.", "פֿרענדז זאָלסטו דיר מאַכן אױף די פֿיר עקן פֿון דײַן צודעק װאָס דו דעקסט זיך דערמיט צו.", "אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װײַב, און װעט קומען צו איר, און װעט זי פֿײַנט קריגן,", "און ער װעט מאַכן אױף איר אַ בלבול, און אַרױסלאָזן אױף איר אַ שֶם-רַע, און זאָגן: איך האָב גענומען די דאָזיקע װײַב, און איך האָב צו איר גענענט, און האָב בײַ איר ניט געפֿונען קײן בתולים;", "זאָל דער פֿאָטער פֿון דער מײדל, און איר מוטער, נעמען און אַרױסברענגען די בתולים פֿון דער מײדל צו די עלטסטע פֿון שטאָט, אין טױער.", "און דער פֿאָטער פֿון דער מײדל זאָל זאָגן צו די עלטסטע: איך האָב געגעבן מײַן טאָכטער צו דעם דאָזיקן מאַן פֿאַר אַ װײַב, און ער האָט זי פֿײַנט געקריגן;", "און אָט מאַכט ער אַ בלבול, אַזױ צו זאָגן: איך האָב ניט געפֿונען בײַ דײַן טאָכטער קײן בתולים; און דאָס זײַנען די בתולים פֿון מײַן טאָכטער. און זײ זאָלן פֿאַנאַנדערשפּרײטן די דעקע פֿאַר די עלטסטע פֿון שטאָט.", "און די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זאָלן נעמען דעם מאַן און אים שטראָפֿן.", "און זײ זאָלן אים קנַסען הונדערט זילבערשטיק, און געבן דעם פֿאָטער פֿון דער מײדל; װײַל ער האָט אַרױסגעלאָזן אַ שֶם-רַע אױף אַ יונגפֿרױ פֿון ישׂראל. און זי זאָל אים בלײַבן פֿאַר אַ װײַב; ער קען זי ניט אַװעקשיקן אַלע זײַנע טעג.", "אױב אָבער די דאָזיקע זאַך איז אמת, עס זײַנען ניט געפֿונען געװאָרן קײן בתולים בײַ דער מײדל,", "זאָל מען אַרױספֿירן די מײדל צום אײַנגאַנג פֿון איר פֿאָטערס הױז, און די מענטשן פֿון איר שטאָט זאָלן זי פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און זי זאָל שטאַרבן; װײַל זי האָט געטאָן אַ נבֿלה אין ישׂראל, מזנה צו זײַן אין איר פֿאָטערס הױז. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.", "אַז אַ מאַן װעט געפֿונען װערן ליגנדיק מיט אַ פֿרױ אַן אֵשֶת-איש, זאָלן זײ בײדע שטאַרבן, אי דער מאַן װאָס איז געלעגן מיט דער פֿרױ, אי די פֿרױ. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון ישׂראל.", "אַז אַ מײדל אַ יונגפֿרױ װעט זײַן פֿאַרקנַסט צו אַ מאַן, און אַ מאַן װעט זי טרעפֿן אין שטאָט, און װעט ליגן מיט איר,", "זאָלט איר זײ בײדן אַרױספֿירן צום טױער פֿון יענער שטאָט, און איר זאָלט זײ פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און זײ זאָלן שטאַרבן; די מײדל דערפֿאַר װאָס זי האָט ניט געשריען אין שטאָט, און דער מאַן, דערפֿאַר װאָס ער האָט געפּײַניקט זײַן חבֿרס װײַב. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.", "אױב אָבער דער מאַן װעט טרעפֿן די פֿאַרקנַסטע מײדל אין פֿעלד, און דער מאַן װעט זי אָנכאַפּן, און װעט ליגן מיט איר, זאָל בלױז שטאַרבן דער מאַן װאָס איז מיט איר געװען;", "און דער מײדל זאָלסטו קײן זאַך ניט טאָן; ניטאָ אױף דער מײדל קײן טױטזינד; װאָרום אַזױ װי אַ מאַן שטײט אױף קעגן זײַן חבֿר, און דערהרגעט אים אױף טױט, אַזױ איז די דאָזיקע זאַך.", "װאָרום אין פֿעלד האָט ער זי געטראָפֿן; די פֿאַרקנַסטע מײדל האָט געשריען, און ניט געװען װער זאָל איר העלפֿן.", "אַז אַ מאַן װעט טרעפֿן אַ מײדל, אַ יונגפֿרױ װאָס איז ניט פֿאַרקנַסט, און ער װעט זי אָנכאַפּן, און װעט ליגן מיט איר, און זײ װעלן געפֿונען װערן,", "זאָל דער מאַן װאָס איז געלעגן מיט איר, געבן דעם פֿאָטער פֿון דער מײדל פֿופֿציק זילבערשטיק, און זי זאָל אים װערן פֿאַר אַ װײַב, דערפֿאַר װאָס ער האָט זי געפּײַניקט; ער קען זי ניט אַװעקשיקן אַלע זײַנע טעג." ], [ "קײַנער זאָל ניט נעמען זײַן פֿאָטערס װײַב, און ניט אַנטפּלעקן זײַן פֿאָטערס צודעק.", "אַ צעדריקטער אָדער אַ פֿאַרשניטענער אין די שאַנדגלידער זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט.", "אַ ממזר זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט; צו מאָל דער צענטער דָור פֿון אים זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט.", "אַן עַמוֹני און אַ מוֹאָבֿי זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט; צו מאָל דער צענטער דָור זאָל ניט קומען פֿון זײ אין דער עדה פֿון גאָט, ביז אײביק;", "דערפֿאַר װאָס זײ זײַנען אײַך ניט אַקעגנגעקומען מיט ברױט און מיט װאַסער אונטערװעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם, און װאָס ער האָט געדונגען אױף דיר בִלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן פֿון פּתוֹר אין אַרַם-נַהרַיִם, דיך צו שילטן;", "נאָר יהוה דײַן גאָט האָט ניט געװאָלט צוהערן צו בלעָמען, און יהוה דײַן גאָט האָט דיר פֿאַרקערט די קללה אין אַ ברכה; װײַל יהוה דײַן גאָט האָט דיך ליב.", "זאָלסט ניט זוכן זײער פֿריד און זײער װױלזײַן, אַלע דײַנע טעג אױף אײביק.", "זאָלסט ניט פֿאַראומװערדיקן אַן אַדוֹמי, װאָרום ער איז דײַן ברודער; זאָלסט ניט פֿאַראומװערדיקן אַ מִצרי, װאָרום דו ביסט געװען אַ פֿרעמדער אין זײַן לאַנד.", "די קינדער װאָס װערן געבאָרן פֿון זײ, דער דריטער דָור, מעגן קומען פֿון זײ אין דער עדה פֿון גאָט.", "אַז דו װעסט אַרױסגײן אין לאַגער אַקעגן דײַנע פֿײַנט, זאָלסטו זײַן אָפּגעהיט פֿון איטלעכער שלעכטער זאַך.", "אַז צװישן דיר װעט זײַן אַ מאַן װאָס װעט ניט זײַן רײן, דורך אַ נאַכטיקער סיבה, זאָל ער אַרױסגײן אױסן לאַגער; ער טאָר ניט אַרײַנקומען אין לאַגער.", "און עס זאָל זײַן: אַקעגן אָװנט זאָל ער זיך באָדן אין װאַסער, און װי די זון גײט אונטער, זאָל ער אַרײַנקומען אין לאַגער.", "און אַן אָרט זאָלסטו האָבן אױסן לאַגער, און אַהין זאָלסטו גײן אַרױס.", "און אַ פֿלעקל זאָלסטו האָבן בײַ דײַן װאַפֿן; און עס װעט זײַן, אַז דו זעצסט זיך דרױסן, זאָלסטו דערמיט אױפֿגראָבן, און זיך אומקערן און פֿאַרדעקן דײַן קױט.", "װאָרום יהוה דײַן גאָט גײט אום אין מיטן פֿון דײַן לאַגער, דיך צו באַשירעמען, און איבערצוגעבן דײַנע פֿײַנט צו דיר; דרום זאָל דײַן לאַגער זײַן הײליק, כּדי ער זאָל ניט זען בײַ דיר אַ מיאוסע זאַך, און זיך אָפּקערן פֿון דיר.", "זאָלסט ניט איבערענטפֿערן אַ קנעכט צו זײַן האַר, אַז ער װעט זיך ראַטעװען צו דיר פֿון זײַן האַר.", "בײַ דיר זאָל ער זיצן, אין דײַן מיט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן, אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן, װוּ אים איז בעסער; זאָלסט אים ניט קריװדען.", "עס זאָל ניט זײַן אַ שאַנדפֿרױ פֿון די טעכטער פֿון ישׂראל, און עס זאָל ניט זײַן אַ שאַנדיונג פֿון די זין פֿון ישׂראל.", "זאָלסט ניט ברענגען דעם לױן פֿון אַ זוֹנה, און דאָס געצאָלט פֿון אַ הונט, אין דעם הױז פֿון יהוה דײַן גאָט, פֿאַר אַ שום נדר, װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ יהוה דײַן גאָט זײַנען זײ בײדע.", "זאָלסט ניט לײַען דײַן ברודער אױף צינזן; צינזן פֿון געלט, צינזן פֿון עסנװאַרג, צינזן פֿון יעטװעדער זאַך װאָס טראָגט צינזן.", "דעם פֿרעמדן מעגסטו לײַען אױף צינזן, אָבער דײַן ברודער טאָרסטו ניט לײַען אױף צינזן; כּדי יהוה דײַן גאָט זאָל דיך בענטשן אין אַלץ צו װאָס דײַן האַנט נעמט זיך, אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן.", "אַז דו װעסט מנדר זײַן אַ נדר צו יהוה דײַן גאָט, זאָלסטו זיך ניט שפּעטיקן אים צו באַצאָלן; װאָרום מאָנען װעט אים מאָנען יהוה דײַן גאָט פֿון דיר, און אױף דיר װעט זײַן אַ זינד.", "אױב אָבער דו װעסט זיך פֿאַרמײַדן פֿון מנדר זײַן, װעט אױף דיר ניט זײַן קײן זינד.", "װאָס גײט אַרױס פֿון דײַן מױל זאָלסטו אָפּהיטן, און זאָלסט טאָן אַזױ װי דו האָסט פֿרײַװיליק מנדר געװען צו יהוה דײַן גאָט – װאָס דו האָסט אַרױסגערעדט מיט דײַן מױל.", "אַז דו קומסט אין דײַן חבֿרס װײַנגאָרטן, מעגסטו עסן װײַנטרױבן צו זאַט װיפֿיל דו װילסט, אָבער אין דײַן כּלי זאָלסטו ניט אַרײַנטאָן.", "אַז דו קומסט אין דײַן חבֿרס תּבֿואה, מעגסטו אָפּרײַסן זאַנגען מיט דײַן האַנט, אָבער אַ שנײַדמעסער טאָרסטו ניט אױפֿהײבן אױף דײַן חבֿרס תּבֿואה." ], [ "אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װײַב און זי באַמאַנען, איז, אױב זי װעט געפֿינען אַן אומחן אין זײַנע אױגן, װײַל ער האָט אױסגעפֿונען אין איר אַ מיאוסע זאַך, און ער װעט איר שרײַבן אַ גט, און געבן אין איר האַנט, און װעט זי אַװעקשיקן פֿון זײַן הױז,", "און זי װעט אַװעק פֿון זײַן הױז, און גײן און װערן אַן אַנדער מאַנס,", "און דער לעצטער מאַן װעט זי פֿײַנט קריגן, און װעט איר שרײַבן אַ גט, און געבן אין איר האַנט, און װעט זי אַװעקשיקן פֿון זײַן הױז, אָדער דער לעצטער מאַן װאָס האָט זי גענומען פֿאַר אַ װײַב צו אים, װעט שטאַרבן,", "טאָר ניט איר ערשטער מאַן, װאָס האָט זי אַװעקגעשיקט, זי צוריקנעמען צו װערן פֿאַר אַ װײַב צו אים, נאָכדעם אַז זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן; װאָרום אַן אומװערדיקײט איז דאָס פֿאַר גאָט; און זאָלסט ניט זינדיק מאַכן דאָס לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה.", "אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ נײַע װײַב, זאָל ער ניט אַרױסגײן אין חיל, און אױף אים זאָל ניט אַרױפֿגעלײגט װערן קײן זאַך; פֿרײַ זאָל ער זײַן פֿאַר זײַן הײם אײן יאָר, און דערפֿרײען זײַן װײַב װאָס ער האָט גענומען.", "מע זאָל ניט נעמען אין משכּון אַ האַנטמיל אָדער אַן אױבערשטן מילשטײן; װאָרום אַ נפֿש נעמט מען אין משכּון.", "אַז עמיצער װעט געפֿונען װערן גנבֿענדיק אַ נפֿש פֿון זײַנע ברידער, פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און ער װעט באַלעבאַטעװען איבער אים, און װעט אים פֿאַרקױפֿן, זאָל שטאַרבן יענער גנבֿ. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.", "זײַ אָפּגעהיט מיט דער פּלאָג פֿון צרעת, צו היטן זײער און צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װעלן אײַך לערנען; אַזױ װי איך האָב זײ באַפֿױלן, זאָלט איר היטן צו טאָן.", "געדענקט װאָס יהוה דײַן גאָט האָט געטאָן צו מרימען אונטערװעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם.", "אַז דו װעסט אַנטלײַען דײַן חבֿר װאָסער עס איז הלװאה, זאָלסטו ניט אַרײַנגײן צו אים אין הױז צו נעמען זײַן משכּון.", "דרױסן זאָלסטו שטײן, און דער מאַן װאָס דו אַנטלײַסט אים, זאָל דיר אַרױסטראָגן דעם משכּון דרױסן.", "און אױב ער איז אַן אָרעמאן, זאָלסטו זיך ניט לײגן מיט זײַן משכּון.", "אומקערן זאָלסטו אים אומקערן דעם משכּון, װי די זון גײט אונטער; כּדי ער זאָל זיך לײגן אין זײַן צודעק, און דיך בענטשן; און פֿון דיר װעט עס זײַן אַ גערעכטיקײט פֿאַר יהוה דײַן גאָט.", "זאָלסט ניט דריקן אַן אָרעמען און נױטבאַדערפֿטיקן לױנאַרבעטער פֿון דײַנע ברידער, אָדער פֿון דײַן פֿרעמדן װאָס אין דײַן לאַנד, אין דײַנע טױערן.", "אין דעם אײגענעם טאָג זאָלסטו אָפּגעבן זײַן לױן, און די זון זאָל ניט אונטערגײן דערױף; װאָרום ער איז אַן אָרעמאַן, און ער קוקט אױס דערױף; כּדי ער זאָל ניט רופֿן אױף דיר צו גאָט, און אױף דיר װעט זײַן אַ זינד.", "פֿאָטערס זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר קינדער, און קינדער זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר פֿאָטערס; יעטװעדער פֿאַר זײַן זינד זאָל געטײט װערן.", "זאָלסט ניט פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן, פֿון אַ יתום; און זאָלסט ניט נעמען אין משכּון דעם בגד פֿון אַן אַלמנה.", "און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין מִצרַיִם, און יהוה דײַן גאָט האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דאָרטן; דרום באַפֿעל איך דיר צו טאָן די דאָזיקע זאַך.", "אַז דו װעסט שנײַדן דײַן שניט אין פֿעלד, און װעסט פֿאַרגעסן אַ גאַרב אין פֿעלד, זאָלסטו זיך ניט אומקערן זי צו נעמען; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן; כּדי יהוה דײַן גאָט זאָל דיך בענטשן אין יעטװעדער טואונג פֿון דײַנע הענט.", "אַז דו װעסט אָפּקלאַפּן דײַן אײלבערטבױם, זאָלסטו ניט נאָכזוכן די צװײַגן הינטער דיר; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן.", "אַז דו װעסט האַרבסטן דײַן װײַנגאָרטן, זאָלסטו ניט נאָכקלײַבן הינטער דיר; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן.", "און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד מִצרַיִם; דרום באַפֿעל איך דיר צו טאָן די דאָזיקע זאַך." ], [ "אַז צװישן מענטשן װעט זײַן אַ קריג, און זײ װעלן גענענען צום משפּט, און מע װעט זײ משפּטן, און גערעכט מאַכן דעם גערעכטן, און שולדיק מאַכן דעם שולדיקן,", "איז, אױב דעם שולדיקן קומט שלאָגן, זאָל דער ריכטער אים לאָזן אַנידערלײגן און שלאָגן פֿאַר זײַן געזיכט, װעדליק זײַן שולד, מיט אַ צאָל.", "פֿערציק שלעג זאָל מען אים געבן, ניט מער; טאָמער שלאָגט מען אים מער װי דאָס, צו פֿיל שלעג, װעט דײַן ברודער געשענדט װערן פֿאַר דײַנע אױגן.", "זאָלסט ניט פֿאַרבינדן אַן אָקס דאָס מױל װען ער דרעשט.", "אַז ברידער װעלן װױנען אין אײנעם, און אײנער פֿון זײ װעט שטאַרבן, און קײן קינד האָט ער ניט, זאָל דעם געשטאָרבענעמס װײַב ניט װערן אַ פֿרעמדן מאַנס פֿון דרױסן; איר שװאָגער זאָל קומען צו איר, און זי נעמען פֿאַר אַ װײַב צו אים, און זי באַשװעגערן.", "און עס זאָל זײַן: דער ערשטלינג װאָס זי װעט געבערן, זאָל זײַן אױפֿן נאָמען פֿון זײַן געשטאָרבענעם ברודער, כּדי זײַן נאָמען זאָל ניט אױסגעמעקט װערן פֿון ישׂראל.", "און אױב דער מאַן װעט ניט װעלן נעמען זײַן שװעגערין, זאָל זײַן שװעגערין אַרױפֿגײן אין טױער צו די עלטסטע, און זאָגן: מײַן שװאָגער װיל ניט אױפֿשטעלן זײַן ברודער אַ נאָמען אין ישׂראל; ער װיל מיך ניט באַשװעגערן.", "און די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט זאָלן אים רופֿן, און רעדן צו אים. און אַז ער װעט זיך שטעלן און זאָגן: איך װיל זי ניט נעמען,", "זאָל זײַן שװעגערין גענענען צו אים פֿאַר די אױגן פֿון די עלטסטע, און אַראָפּציען זײַן שוך פֿון זײַן פֿוס, און אַ שפּײַ טאָן אין זײַן פּנים, און אױסרופֿן און זאָגן: אַזױ זאָל געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װיל ניט בױען זײַן ברודערס הױז.", "און זײַן נאָמען זאָל גערופֿן װערן אין ישׂראל: דאָס הױז פֿון דעם װאָס מיטן אַראָפּגעצױגענעם שוך.", "אַז צװײ מענער װעלן זיך ראַנגלען צװישן זיך, אײנער מיטן אַנדערן, און אײנעמס װײַב װעט גענענען אַרױסצוראַטעװען איר מאַן פֿון זײַן שלעגערס האַנט, און זי װעט אױסשטרעקן איר האַנט, און אים אָננעמען פֿאַר די ענגע ערטער,", "זאָלסטו אָפּהאַקן איר האַנט; דײַן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען.", "זאָלסט ניט האָבן אין דײַן בײַטל צװײערלײ װאָגשטײענר, אַ גרעסערן און אַ קלענערן.", "זאָלסט ניט האָבן אין דײַן הױז צװײערלײ אֵיפֿהס, אַ גרעסערע און אַ קלענערע.", "אַ פֿול און ריכטיק געװיכט זאָל זײַן בײַ דיר; אַ פֿולע און ריכטיקע אֵיפֿה זאָל זײַן בײַ דיר; כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.", "װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ יהוה דײַן גאָט איז איטלעכער װאָס טוט דאָס – איטלעכער װאָס טוט אַן עװלה.", "געדענק װאָס עַמָלֵק האָט דיר געטאָן אונטערװעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם;", "װי ער האָט דיך געטראָפֿן אונטערװעגנס, און האָט געשלאָגן דײַנע הינטערשטע, אַלע אָפּגעשלאַפֿטע הינטער דיר, בעת דו ביסט געװען פֿאַרשמאַכט און מיד; און ער האָט ניט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט.", "דרום זאָל זײַן, אַז יהוה דײַן גאָט באַרוט דיך פֿון אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, עס צו אַרבן, זאָלסטו אױסמעקן דעם זֵכר פֿון עַמָלֵק פֿון אונטערן הימל; זאָלסטו ניט פֿאַרגעסן." ], [ "און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און װעסט עס אַרבן, און זיך באַזעצן דרינען,", "זאָלסטו נעמען פֿונעם ערשטן פֿון יעטװעדער פֿרוכט פֿון דער ערד, װאָס דו װעסט אַרײַננעמען פֿון דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, און זאָלסט אַרײַנטאָן אין אַ קאָרב, און גײן צו דעם אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן.", "און זאָלסט קומען צו דעם כֹּהן װאָס װעט זײַן אין יענע טעג, און זאָגן צו אים: איך זאָג הײַנט פֿאַר יהוה דײַן גאָט, אַז איך בין געקומען אין דעם לאַנד װאָס גאָט האָט געשװאָרן אונדזערע עלטערן אונדז צו געבן.", "און דער כֹּהן זאָל נעמען דעם קאָרב פֿון דײַן האַנט, און אים אַװעקשטעלן פֿאַר דעם מזבח פֿון יהוה דײַן גאָט.", "און זאָלסט אױסרופֿן און זאָגן פֿאַר יהוה דײַן גאָט: אַ בלודנער אַרַמי איז געװען מײַן פֿאָטער, און ער האָט גענידערט קײן מִצרַיִם, און האָט זיך דאָרטן אױפֿגעהאַלטן מיט אַ הײַפֿל מענטשן, און ער איז דאָרטן געװאָרן אַ פֿאָלק, גרױס, מאַכטיק, און פֿיל.", "און די מִצרים האָבן אונדז שלעכטס געטאָן, און האָבן אונדז געפּײַניקט, און אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז שװערע אַרבעט.", "און מיר האָבן געשריען צו יהוה דעם גאָט פֿון אונדזערע עלטערן, און גאָט האָט צוגעהערט אונדזער קָול, און געזען אונדזער פּײַן, און אונדזער מאַטערניש, און אונדזער געדריקטקײט.", "און גאָט האָט אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױס פֿאָרכטיקײט, און מיט צײכנס און מיט װוּנדער.", "און ער האָט אונדז געבראַכט צו דעם דאָזיקן אָרט, און אונדז געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.", "און אַצונד זע, איך האָב געבראַכט דאָס ערשטע פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד װאָס דו, גאָט האָסט מיר געגעבן. און זאָלסט עס אַװעקלײגן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, און זיך בוקן פֿאַר יהוה דײַן גאָט.", "און זאָלסט זיך פֿרײען מיט אַלעם גוטן װאָס יהוה דײַן גאָט האָט געגעבן דיר און דײַן הױזגעזינט – דו, און דער לֵוִי, און דער פֿרעמדער װאָס צװישן דיר.", "אַז דו װעסט ענדיקן מעשׂרן דעם גאַנצן מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה אין דעם דריטן יאָר, דעם יאָר פֿון מעשׂר, זאָלסטו עס געבן דעם לֵוִי, דעם פֿרעמדן, דעם יתום, און דער אַלמנה, כּדי זײ זאָלן עסן אין דײַנע טױערן, און זאַט זײַן.", "און זאָלסט זאָגן פֿאַר יהוה דײַן גאָט: איך האָב אַרױסגעראַמט דאָס הײליקע פֿון הױז, און האָב עס אױך אַװעקגעגעבן דעם לֵוִי, און דעם פֿרעמדן, דעם יתום, און דער אַלמנה, אַזױ װי אַל דײַן געבאָט װאָס דו האָסט מיר געבאָטן; איך בין ניט אַװעקגעגאַנגען פֿון דײַנע געבאָט, און האָב ניט פֿאַרגעסן.", "איך האָב ניט געגעסן אין מײַן אַבֿלות דערפֿון, און איך האָב ניט אַרױסגעטראָגן דערפֿון אומרײנערהײט, און ניט געגעבן דערפֿון פֿאַר אַ טױטן; איך האָב צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה מײַן גאָט; איך האָב געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דו האָסט מיר באַפֿױלן.", "לוג פֿון דײַן הײליקער װוינונג, פֿון הימל, און בענטש דײַן פֿאָלק ישׂראל, און די ערד װאָס דו האָסט אונדז געגעבן, אַזױ װי דו האָסט געשװאָרן אונדזערע עלטערן – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.", "הײַנטיקן טאָג באַפֿעלט דיר יהוה דײַן גאָט צו טאָן די דאָזיקע חוקים און די געזעצן; און זאָלסט זײ אָפּהיטן און טאָן מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל.", "דו האָסט הײַנט אױסדערװײלט יהוה אים צו האָבן פֿאַר דײַן גאָט, און צו גײן אין זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע חוקים און זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן, און צוצוהערן צו זײַן קָול.", "און גאָט האָט דיך הײַנט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און צו היטן אַלע זײַנע געבאָט;", "און דיך צו שטעלן העכער איבער אַלע פֿעלקער װאָס ער האָט געמאַכט, פֿאַר אַ לױב, און פֿאַר אַ נאָמען, און פֿאַר אַ שײנקײט, און כּדי זאָלסט זײַן אַ הײליק פֿאָלק צו יהוה דײַן גאָט, אַזױ װי ער האָט גערעדט." ], [ "און משה און די עלטסטע פֿון ישׂראל האָבן באַפֿױלן דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: היט אַלע געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט.", "און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס איר װעט אַריבערגײן דעם יַרדן צו דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, זאָלסטו דיר אױפֿשטעלן גרויסע שטײנער, און זײ באַקאַלכן מיט קאַלך.", "און זאָלסט אױפֿשרײַבן אױף זײ אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, אַז דו װעסט אַריבערגײן; כּדי זאָלסט קומען אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט.", "און עס װעט זײַן, װי איר גײט אַריבער דעם יַרדן, זאָלט איר אױפֿשטעלן די דאָזיקע שטײנער װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, אױף דעם באַרג עֵיבֿל, און זאָלסט זײ באַקאַלכן מיט קאַלך.", "און זאָלסט דאָרטן בױען אַ מזבח צו יהוה דײַן גאָט, אַ מזבח פֿון שטײנער; זאָלסט ניט אױפֿהײבן אױף זײ אַן אײַזן.", "פֿון גאַנצע שטײנער זאָלסטו בױען דעם מזבח פֿון יהוה דײַן גאָט; און זאָלסט אױפֿברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו גאָט דײַן האַר.", "און זאָלסט שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער און עסן דאָרטן, און זיך פֿרײען פֿאַר יהוה דײַן גאָט.", "און זאָלסט אױפֿשרײַבן אױף די שטײנער אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה זײער קלאָר.", "און משה און די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי האָבן גערעדט צו גאַנץ ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: זײַ שטיל און הער, ישׂראל: הײַנטיקן טאָג ביסטו געװאָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו יהוה דײַן גאָט.", "דרום זאָלסטו צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, און טאָן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס איך געביט דיר הײַנט.", "און משה האָט באַפֿױלן דעם פֿאָלק אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן:", "די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג גרִזים צו בענטשן דאָס פֿאָלק, װען איר גײט אַריבער דעם יַרדן: שמעון, און לֵוִי, און יהודה, און יִשׂשָׂכָר, און יוֹסף, און בנימין.", "און די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג עֵיבֿל פֿאַר דער קללה: ראובֿן, גָד, און אָשר, און זבֿולון, דָן, און נפֿתּלי.", "און די לוִיִים זאָלן אױסרופֿן און זאָגן צו אַלע מענער פֿון ישׂראל אױף אַ הױכן קָול:", "פֿאַרשאָלטן דער מאַן, װאָס װעט מאַכן אַ געשניצט אָדער געגאָסן בילד, אַן אומװערדיקײט צו גאָט, דאָס װערק פֿון אַ מײַנסטערס הענט, און אױפֿשטעלן אין פֿאַרבאָרגעניש! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך אָפּרופֿן און זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס איז מבֿזה זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַררוקט דעם גרענעץ פֿון זײַן חבֿר! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרפֿירט אַ בלינדן אין װעג! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרדרײט דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן, אַ יתום, און אַן אַלמנה! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן פֿאָטערס װײַב, װאָרום ער האָט אַנטפּלעקט זײַן פֿאָטערס צודעק! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט װאָסער עס איז בהמה! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן שװעסטער, זײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער זײַן מוטערס טאָכטער! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן שװיגער! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס שלאָגט זײַן חבֿר אין פֿאַרבאָרגעניש! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס נעמט שוֹחד צו דערשלאָגן אַ נפֿש, אומשולדיק בלוט! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!", "פֿאַרשאָלטן דער װאָס װעט ניט מקיים זײַן די װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, זײ צו טאָן! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!" ], [ "און עס װעט זײַן, אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן צו טאָן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, װעט יהוה דײַן גאָט דיך שטעלן העכער איבער אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד.", "און אַלע די דאָזיקע ברכות װעלן קומען אױף דיר, און דיך דערגרײַכן, אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט.", "געבענטשט װעסטו זײַן אין שטאָט, און געבענטשט װעסטו זײַן אין פֿעלד.", "געבענטשט די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, און די פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף.", "געבענטשט דײַן קאָרב, און דײַן טײגמולטער.", "געבענטשט װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרײַנגײן, און געבנעטשט װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרױסגײן.", "גאָט װעט געבן דײַנע פֿײַנט װאָס שטײען אױף אַקעגן דיר, געשלאָגענע פֿאַר דיר; אױף אײן װעג װעלן זײ אַרױסגײן אַקעגן דיר, און אױף זיבן װעגן װעלן זײ אַנטלױפֿן פֿאַר דיר.", "גאָט װעט באַפֿעלן אַ ברכה בײַ דיר אין דײַנע שפּײַכלערס, און אין אַלץ צו װאָס דײַן האַנט נעמט זיך, און ער װעט דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.", "גאָט װעט דיך אױפֿשטעלן פֿאַר אַ הײליקן פֿאָלק צו זיך, אַזױ װי ער האָט דיר געשװאָרן, אױב דו װעסט היטן די געבאָט פֿון יהוה דײַן גאָט, און װעסט גײן אין זײַנע װעגן.", "און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זען, אַז גאָטס נאָמען װערט גערופֿן אױף דיר, און זײ װעלן מוֹרא האָבן פֿאַר דיר.", "און גאָט װעט דיר געבן אַ שֶפֿע פֿון גוטס אין דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן ערד, אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן דיר צו געבן.", "גאָט װעט דיר עפֿענען זײַן גוטן אוֹצר, דעם הימל, צו געבן דעם רעגן פֿון דײַן לאַנד אין זײַן צײַט, און צו בענטשן יעטװעדער טואונג פֿון דײַן האַנט; און װעסט אַנטלײַען פֿיל פֿעלקער, און דו אַלײן װעסט ניט לײַען.", "און גאָט װעט דיך מאַכן פֿאַר דעם קאָפּ און ניט פֿאַר דעם עק, און װעסט רק זײַן אױבן, און ניט זײַן אונטן, אױב דו װעסט צוהערן צו די געבאָט פֿון יהוה דײַן גאָט, װאָס איך געביט דיר הײַנט צו היטן און צו טאָן,", "און װעסט זיך ניט אָפּקערן פֿון אַלע װערטער װאָס איך געביט דיר הײַנט, רעכטס אָדער לינקס, כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער, זײ צו דינען.", "און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט ניט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן צו טאָן אַלע זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס איך געביט דיר הײַנט, װעלן קומען אױף דיר אַלע די דאָזיקע קללות, און װעלן דיך דערגרײַכן.", "פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן אין שטאָט, און פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן אין פֿעלד.", "פֿאַרשאָלטן דײַן קאָרב, און דײַן טײגמולטער.", "פֿאַרשאָלטן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף.", "פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרײַנגײן, און פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרױסגײן.", "גאָט װעט אָנשיקן אױף דיר אַ קללה, אַ מהומה, און אַן אָנגעשרײַ, אױף יעטװעדער אונטערנעם פֿון דײַן האַנט װאָס דו װעסט טאָן, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן, און ביז דו װעסט גיך אונטערגײן פֿון װעגן דײַנע שלעכטע מעשׂים, װאָס דו האָסט מיך פֿאַרלאָזן.", "גאָט װעט באַהעפֿטן אָן דיר די פּעסט, ביז ער װעט דיך פֿאַרלענדן פֿון דער ערד װאָס דו גײסט אַהין, זי צו אַרבן.", "גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט דער, און מיט קדחת, און מיט היץ, און מיט ברענונג, און מיט טריקעניש, און מיט קאָרנבראַנד, און מיט װעלקעניש; און זײ װעלן דיך נאָכיאָגן ביז דו װעסט אונטערגײן.", "און דער הימל װאָס איבער דײַן קאָפּ װעט זײַן קופּער, און די ערד װאָס אונטער דיר אײַזן.", "גאָט װעט מאַכן דעם רעגן פֿון דײַן לאַנד שטױב און ערד; עס װעט נידערן אױף דיר פֿון הימל, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן.", "גאָט װעט דיך געבן אַ געשלאָגענעם פֿאַר דײַנע פֿײַנט; אױף אײן װעג װעסטו אַרױסגײן אַקעגן זײ, און אױף זיבן װעגן װעסטו אַנטלױפֿן פֿאַר זײ, און װעסט זײַן צו שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד.", "און דײַנע טױטע לײַבער װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד, און קײנער װעט ניט אַװעקטרײַבן.", "גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט דעם אױסשלאָג פֿון מִצרַיִם, און מיט בלאָטערן, און מיט קרעץ, און מיט בײַסעניש, אַז דו װעסט ניט קענען געהײלט װערן.", "גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט משוגעת, און מיט בלינדקײט, און מיט צעדולטקײט פֿון האַרצן.", "און װעסט טאַפּן אין מיטן טאָג אַזױ װי אַ בלינדער טאַפּט אין דער פֿינצטער, און װעסט ניט באַגליקן אין דײַנע װעגן, און װעסט רק זײַן באַרױבט און באַגזלט אַלע טעג, און קײַנער װעט ניט העלפֿן.", "אַ װײַב װעסטו פֿאַרקנַסן, און אַן אַנדערער װעט מיט איר זײַן; אַ הױז װעסטו בױען, און װעסט ניט װוֹּינען דערין; אַ װײַנגאָרטן װעסטו פֿלאַנצן, און װעסט אים ניט אָנהײבן.", "דײַן אָקס װעט געשאָכטן װערן פֿאַר דײַנע אױגן, און װעסט פֿון אים ניט עסן; דײַן אײזל װעט אַװעקגעגזלט װערן פֿון פֿאַר דײַן פּנים, און װעט דיר ניט אומגעקערט װערן; דײַנע שאָף װעלן אַװעקגעגעבן װערן צו דײַנע פֿײַנט, און װעסט ניט האָבן װער זאָל העלפֿן.", "דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן אַװעקגעגעבן װערן צו אַן אַנדער פֿאָלק, און דײַנע אױגן װעלן זען, און אױסגײן נאָך זײ אַ גאַנצן טאָג, און דײַן האַנט װעט זײַן אָן מאַכט.", "די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, און דײַן גאַנצע מי, װעט אױפֿעסן אַ פֿאָלק װאָס דו קענסט ניט, און װעסט רק זײַן באַרױבט און געדריקט אַלע טעג.", "און װעסט װערן משוגע פֿון דער זעונג פֿון דײַנע אױגן װאָס דו װעסט זען.", "גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט אַ בײזן אױסשלאָג אױף די קני און אױף די שענקלען, אַז דו װעסט ניט קענען געהײלט װערן; פֿון דײַן פֿוסטריט ביז דײַן שפּיץ קאָפּ.", "גאָט װעט אַװעקפֿירן דיך, און דײַן מלך װאָס דו װעסט אױפֿשטעלן איבער דיר, צו אַ פֿאָלק װאָס דו און דײַנע עלטערן האָבן ניט געקענט; און װעסט דאָרטן דינען פֿרעמדע געטער, האָלץ און שטײן.", "און װעסט זײַן פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַ שפּריכװאָרט, און פֿאַר אַ שפּאָט, צװישן אַלע פֿעלקער װאָס גאָט װעט דיך אַהין אַװעקפֿירן.", "פֿיל זריעה װעסטו אַרױסטראָגן אין פֿעלד, און װינציק װעסטו אײַנזאַמלען, װאָרום דער הײשעריק װעט עס פֿאַרצערן.", "װײַנגערטנער װעסטו פֿלאַנצן און באַאַרבעטן, אָבער װײַן װעסטו ניט טרינקען און ניט אַרײַננעמען, װאָרום דער װאָרעם װעט עס אױפֿעסן.", "אײלבערטבײמער װעסטו האָבן אין דײַן גאַנצן געמאַרק, אָבער מיט אײל װעסטו זיך ניט זאַלבן, װאָרום דײַנע אײלבערטן װעלן אַראָפּפֿאַלן.", "זין און טעכטער װעסטו האָבן, אָבער זײ װעלן ניט בלײַבן בײַ דיר, װאָרום זײ װעלן אַװעקגײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט.", "אַלע דײַנע בײמער און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד װעט ירשען דער גריל.", "דער פֿרעמדער װאָס צװישן דיר װעט שטײַגן העכער און העכער איבער דיר, און דו װעסט נידערן אַראָפּ און אַראָפּ.", "ער װעט דיר אַנטלײַען, און דו װעסט אים ניט אַנטלײַען; ער װעט זײַן דער קאָפּ, און דו װעסט זײַן דער עק.", "און אַלע די דאָזיקע קללות װעלן קומען אױף דיר, און װעלן דיך נאָכיאָגן און דיך דערגרײַכן, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן, װײַל דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס ער האָט דיר געבאָטן.", "און זײ װעלן זײַן פֿאַר אַ צײכן און פֿאַר אַ װוּנדער אױף דיר און אױף דײַן זאָמען ביז אײביק.", "דערפֿאַר װאָס דו האָסט ניט געדינט יהוה דײַן גאָט מיט שׂמחה, און מיט אַ פֿרײלעכן האַרצן, אין אַ שֶפֿע פֿון אַלץ,", "װעסטו דינען דײַן פֿײַנט, װאָס גאָט װעט אים אָנשיקן אױף דיר, אין הונגער, און אין דאָרשטיקײט, און אין נאַקעטקײט, און אין מינערונג פֿון אַלץ; און ער װעט אַרױטאָן אַן אײַזערנעם יאָך אױף דײַן האַלדז, ביז ער װעט דיך פֿאַרטיליקן.", "גאָט װעט אָנטראָגן אױף דיר אַ פֿאָלק פֿון דער װײַטן, פֿון עק ערד, אַזױ װי עס קומט צו שװעבן אַן אָדלער, אַ פֿאָלק װאָס דו װעסט ניט פֿאַרשטײן זײַן לשון;", "אַ פֿאָלק מיט אַ פֿאַרשײַטן פּנים, װאָס װעט ניט שױנען דעם פּנים פֿון אַ זקן, און אַ יונגן װעט ער ניט לײַטזעליקן.", "און ער װעט אױפֿעסן די פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן; װאָס װעט דיר ניט איבערלאָזן קײן תּבֿואה, קײן װײַן, און קײן אײל, קײן געבורט פֿון דײַנע רינדער, און קײן פֿרוכטפּערונג פֿון דײַנע שאַף, ביז ער װעט דיך אונטערברענגען.", "און ער װעט דיך באַלעגערן אין אַלע דײַנע טױערן, ביז עס װעלן נידערן דײַנע הױכע און פֿעסטע מױערן, װאָס דו האָסט זיך אױף זײ פֿאַרזיכערט, אין דײַן גאַנצן לאַנד; יאָ, ער װעט דיך באַלעגערן אין אַלע דײַנע טױערן, אין דײַן גאַנצן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר געגעבן.", "און װעסט עסן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, דאָס פֿלײש פֿון דײַנע זין און דײַנע טעכטער װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר געגעבן, אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן.", "דער אײדעלער מענטש צװישן דיר און דער זײער פֿאַרצערטלטער, זײַן אױג װעט זײַן שלעכט צו זײַן ברודער, און צו דער װײַב פֿון זײַן בוזעם, און צו די איבעריקע קינדער װאָס ער װעט איבערלאָזן,", "צו געבן אײנעם פֿון זײ פֿון דעם פֿלײש פֿון זײַנע קינדער װאָס ער װעט עסן, װײַל גאָרנישט װעט אים זײַן געבליבן אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן אין אַלע דײַנע טױערן.", "די אײדעלע צװישן דיר און די פֿאַרצערטלטע, װאָס האָט קײן מאָל ניט געפּרוּװט שטעלן איר פֿוסטריט אױף דער ערד, פֿון פֿאַרצערטלטקײט און פֿון אײדלקײט, איר אױג װעט זײַן שלעכט צו דעם מאַן פֿון איר בוזעם, און צו איר זון, און צו איר טאָכטער,", "און צו איר נאָכגעבורט װאָס קומט אַרױס פֿון צװישן אירע פֿיס, און צו אירע קינדער װאָס זי װעט געבערן, װאָרום זי װעט זײ אױפֿעסן אין פֿאַרבאָרגעניש, אין מינערונג פֿון אַלץ, אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן אין דײַנע טױערן.", "אױב דו װעסט ניט היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך, מוֹרא צו האָבן פֿאַר דעם דאָזיקן געאַכפּערטן און פֿאָרכטיקן נאָמען, פֿאַר יהוה דײַן גאָט,", "װעט גאָט מאַכן װוּנדערלעך דײַנע פּלאָגן, און די פּלאָגן פֿון דײַנע קינדער – גרױסע און אָנגעהאַלטענע פּלאָגן, און בײזע און אָנגעהאַלטענע קרענק.", "און ער װעט װידער ברענגען אױף דיר אַלע װײטאָקן פֿון מִצרַיִם, װאָס דו האָסט זיך געשראָקן פֿאַר זײ, און זײ װעלן זיך באַהעפֿטן אָן דיר.", "אױך יעטװעדער קרענק און יעטװעדער פּלאָג װאָס שטײט ניט געשריבן אין דעם בוך פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, װעט זײ גאָט אַרױפֿברענגען אױף דיר ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן.", "און איר װעט בלײַבן מיט אַ הײַפֿל מענטשן, אָנשטאָט װאָס איר זײַט געװען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט; װײַל דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט.", "און עס װעט זײַן, אַזױ װי גאָט האָט זיך געפֿרײט איבער אײַך, אײַך צו באַגיטיקן, און אײַך צו מערן, אַזױ װעט גאָט זיך פֿרײען איבער אײַך, אײַך אונטערצוברענגען און אײַך צו פֿאַרטילקן; און איר װעט אַװעקגעריסן װערן פֿון דער ערד װאָס דו קומסט אַהין, זי צו אַרבן.", "און גאָט װעט דיך צעשפּרײטן צװישן אַלע אומות, פֿון עק ערד ביז עק ערד, און װעסט דאָרטן דינען פֿרעמדע געטער, װאָס דו און דײַנע עלטערן האָבן ניט געקענט, האָלץ און שטײן.", "און צװישן די דאָזיקע פֿעלקער װעסטו קײן רו ניט האָבן, און קײן מנוחה װעט ניט זײַן פֿאַר דײַן פֿוסטריט; און גאָט װעט דיר געבן דאָרטן אַן אומרואיק האַרץ, און אױסגײעניש פֿון די אױגן, און פֿאַרשמאַכטונג פֿון דער זעל.", "און דײַן לעבן װעט דיר הענגען אַנטקעגן, און װעסט אַנגסטן טאָג און נאַכט, און ניט זײַן זיכער מיט דײַן לעבן.", "אין פֿרימאָרגן װעסטו זאָגן: הלװאַי װערט אָװנט! און אין אָװנט װעסטו זאָגן: הלװאַי װערט פֿרימאָרגן! פֿון װעגן דער אַנגסט פֿון דײַן האַרצן װאָס דו װעסט אַנגסטן, און פֿון װעגן דער זעאונג פֿון דײַנע אױגן װאָס דו װעסט זען.", "און גאָט װעט דיך אומקערן אױף שיפֿן קײן מִצרַיִם, אױף דעם װעג װאָס איך האָב דיר געזאָגט, װעסט אים מער ניט אָנזען. און איר װעט זיך דאָרטן אָנבאָטן צו אײַערע פֿײַנט פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן, און קײן קױפֿער װעט ניט זײַן.", "דאָס זײַנען די װערטער פֿון דעם בונד װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן צו שליסן מיט די קינדער פֿון ישׂראל אין לאַנד מוֹאָבֿ, אַחוץ דעם בונד װאָס ער האָט געשלאָסן מיט זײ אין חוֹרֵבֿ." ], [ "און משה האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ ישׂראל, און האָט צו זײ געזאָגט: איר האָט געזען אַלץ װאָס גאָט האָט געטאָן פֿאַר אײַערע אױגן אין לאַנד מִצרַיִם צו פּרעהן, און צו אַלע זײַנע קנעכט, און צו זײַן גאַנצן לאַנד;", "די גרױסע פּרוװוּנגען װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, יענע גרױסע צײכנס און װוּנדער.", "אָבער גאָט האָט אײַך ניט געגעבן אַ האַרץ צו פֿאַרשטײן, און אױגן צו זען, און אױערן צו הערן, ביז אױף הײַנטיקן טאָג.", "און איך האָב אײַך געפֿירט פֿערציק יאָר דורכן מדבר; אײַערע קלײדער זײַנען ניט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף אײַך, און דײַן שוך איז ניט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף דײַן פֿוס.", "ברױט האָט איר ניט געגעסן, און װײַן און געטראַנק האָט איר ניט געטרונקען; כּדי איר זאָלט װיסן אַז איך בין יהוה אײַער גאָט.", "און אַז איר זײַט געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט, איז אַרױסגעגאַנגען סיחון דער מלך פֿון חשבון, און עוֹג דער מלך פֿון בשָן, אַקעגן אונדז אױף מלחמה, און מיר האָבן זײ געשלאָגן.", "און מיר האָבן צוגענומען זײער לאַנד, און האָבן עס געגעבן פֿאַר אַ נחלה צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צו דעם האַלבן שבֿט מנשה.", "דרום זאָלט איר היטן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד, און זײ טאָן, כּדי איר זאָלט באַגליקן אין אַלץ װאָס איר װעט טאָן.", "איר שטײט הײַנט אַלע פֿאַר יהוה אײַער גאָט, אײַערע הױפּטלײַט, אײַערע שבֿטים, אײַערע עלטסטע, און אײַערע אױפֿזעערס, אַלע מענער פֿון ישׂראל,", "אײַערע קלײנע קינדער, אײַערע װײַבער, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַן לאַגער, פֿון דײַן האָלצהעקער ביז דײַן װאַסערשעפּער;", "אַז דו זאָלסט אַרײַנטרעטן אין דעם בונד פֿון יהוה דײַן גאָט און אין זײַן שבֿועה װאָס יהוה דײַן גאָט שליסט מיט דיר הײַנט;", "כּדי דיך אױפֿצושטעלן הײַנט פֿאַר אַ פֿאָלק צו אים, און ער זאָל דיר זײַן צום גאָט, אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און אַזױ װי ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן.", "און ניט מיט אײַך אַלײן שליס איך דעם דאָזיקן בונד און די דאָזיקע שבֿועה,", "נײַערט אי מיט דעם װאָס שטײט דאָ מיט אונדז הײַנט פֿאַר יהוה אונדזער גאָט, אי מיט דעם װאָס איז דאָ ניט פֿאַראַן מיט אונדז הײַנט.", "װאָרום איר װײסט װי מיר זײַנען געזעסן אין לאַנד מִצרַיִם, און װי מיר זײַנען דורכגעגאַנגען צװישן די פֿעלקער װאָס איר זײַט דורכגעגאַנגען.", "און איר האָט געזען זײערע אומװערדיקײטן, און זײערע אָפּגעטער, האָלץ און שטײן, זילבער און גאָלד, װאָס בײַ זײ.", "טאָמער איז דאָ צװישן אײַך אַ מאַן, אָדער אַ פֿרױ, אָדער אַ משפּחה, אָדער אַ שבֿט, װאָס זײַן האַרץ קערט זיך אָפּ הײַנט פֿון יהוה אונדזער גאָט, צו גײן דינען די געטער פֿון יענע פֿעלקער; טאָמער איז פֿאַראַן צװישן אײַך אַ װאָרצל װאָס פֿרוכפּערט ביטערקרױט און װערמוט;", "און עס װעט זײַן, אַז ער װעט הערן די װערטער פֿון דער דאָזיקער שבֿועה, װעט ער זיך רימען אין זײַן האַרצן, אַזױ צו זאָגן: פֿריד װעט זײַן צו מיר, װען איך װעל גײן אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון מײַן האַרצן – כּדי אונטערצוברענגען דאָס באַװעסערטע אין אײנעם מיטן דאָרשטיקן –", "װעט אים גאָט ניט װעלן פֿאַרגעבן, נײַערט דער צאָרן פֿון גאָט און זײַן פֿאַרדראָס װעט דענצמאָל ברענען אױף יענעם מאַן, און אױף אים װעט הױערן די גאַנצע קללה װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך, און גאָט װעט אױסמעקן זײַן נאָמען פֿון אונטערן הימל.", "און גאָט װעט אים אָפּשײדן צום בײזן פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, אַזױ װי אַלע קללות פֿון דעם בונד װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך פֿון דער תּוֹרה.", "און דער שפּעטערדיקער דָור, אײַערע קינדער װאָס װעלן אױפֿשטײן נאָך אײַך, און דער פֿרעמדער װאָס װעט קומען פֿון אַ װײַטן לאַנד, װעלן זאָגן: – װען זײ װעלן זען די פּלאָגן פֿון דעם דאָזיקן לאַנד, און אירע קרענק מיט װאָס גאָט האָט עס קראַנק געמאַכט;", "אַז שװעבל און זאַלץ, פֿאַרברענט, איז איר גאַנצע ערד; ניט זי װערט געזײט, און ניט זי לאָזט אַרױס אַ שפּראָצונג, און ניט עס װאַקסט אױף איר אַ שום גראָז, אַזױ װי די איבערקערעניש פֿון סדוֹם, און עַמוֹרָה, אַדמָה, און צבֿוֹיִים, װאָס גאָט האָט איבערגעקערט אין זײַן כּעס און אין זײַן גרימצאָרן –", "װעלן אַלע פֿעלקער זאָגן: פֿאַר װאָס האָט גאָט געטאָן אַזױ צו דעם דאָזיקן לאַנד? װאָס איז דער דאָזיקער גרױסער גרימצאָרן?", "און מע װעט זאָגן: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן דעם בונד פֿון יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן, װאָס ער האָט מיט זײ געשלאָסן, װען ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם;", "און זײ זענען געגאַנגען און האָבן געדינט פֿרעמדע געטער, און זיך געבוקט צו זײ, געטער װאָס זײ האָבן זײ ניט געקענט, און װאָס ער האָט זײ ניט אײַנגעטײלט.", "און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף דעם דאָזיקן לאַנד, צו ברענגען דערױף די גאַנצע קללה װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך.", "און גאָט האָט זײ אַרױסגעריסן פֿון זײער ערד מיט רוגזה, און מיט גרימצאָרן, און מיט גרױס כּעס, און האָט זײ פֿאַרװאָרפֿן אין אַן אַנדער לאַנד, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.", "דאָס פֿאַרבאָרגענע איז בײַ יהוה אונדזער גאָט, אָבער דאָס אַנטפּלעקטע איז פֿאַר אונדז און פֿאַר אונדזערע קינדער אױף אײביק – צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה." ], [ "און עס װעט זײַן, אַז עס װעלן קומען אױף דיר אַלע די דאָזיקע זאַכן, די ברכה און די קללה, װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר דיר, און װעסט דיר נעמען צום האַרצן, צװישן די אַלע פֿעלקער װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיך אַהין פֿאַרשטױסן,", "און װעסט זיך אומקערן צו יהוה דײַן גאָט, און װעסט צוהערן צו זײַן קָול, אַזױ װי אַלץ װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, דו און דײַנע קינדער, מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל,", "װעט יהוה דײַן גאָט אומקערן דײַן געפֿאַנגענשאַפֿט, און ער װעט דיך דערבאַרימען, און װעט צוריק דיך אײַנזאַמלען פֿון אַלע אומות װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיך אַהין צעשפּרײט.", "אַז דײַנע פֿאַרשטױסענע זאָלן זײַן אין עק הימל, װעט דיך יהוה דײַן גאָט פֿון דאָרטן אײַנזאַמלען, און װעט פֿון דאָרטן דיך נעמען.", "און יהוה דײַן גאָט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דײַנע עלטערן האָבן געאַרבט, און װעסט עס אַרבן, און ער װעט דיך באַגיטיקן, און דיך מערן מײן פֿון דײַנע עלטערן.", "און יהוה דײַן גאָט װעט באַשנײַדן דײַן האַרץ, און דאָס האַרץ פֿון דײַנע קינדער, ליב צו האָבן יהוה דײַן גאָט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, כּדי זאָלסט לעבן.", "און יהוה דײַן גאָט װעט געבן אַלע די דאָזיקע קללות אױף דײַנע פֿײַנט, און אױף דײַנע שָׂונאים װאָס האָבן דיך געיאָגט.", "און דו װעסט זיך אומקערן, און צוהערן צו דעם קָול פֿון גאָט, און טאָן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט.", "און יהוה דײַן גאָט װעט דיר געבן אַ שֶפֿע אין יעטװעדער טוּונג פֿון דײַן האַנט, אין דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, אין דער פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן ערד צום גוטן; װאָרום גאָט װעט זיך װידער פֿרײען מיט דיר צום גוטן, אַזױ װי ער האָט זיך געפֿרײט מיט דײַנע עלטערן;", "אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך פֿון דער תּוֹרה; אַז דו װעסט זיך אומקערן צו יהוה דײַן גאָט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל.", "װאָרום דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, דאָס איז ניט פֿאַרהױלן פֿון דיר, און דאָס איז ניט צו װײַט.", "ניט אױפֿן הימל איז דאָס, אַז דו זאָלסט זאָגן: װער װעט אונדז אַרױפֿגײן אױפֿן הימל און עס נעמען פֿאַר אונדז, און עס אונדז לאָזן הערן, כּדי מיר זאָלן עס טאָן?", "און ניט פֿון יענער זײַט ים איז דאָס, אַז דו זאָלסט זאָגן: װער װעט אונדז אַריבערגײן אױף יענער זײַט ים, און עס נעמען פֿאַר אונדז, און דאָס אונדז לאָזן הערן, כּדי מיר זאָלן עס טאָן?", "נײַערט זײער נאָנט איז דאָס װאָרט צו דיר, אין דײַן מױל, און אין דײַן האַרצן, עס צו טאָן.", "זע, איך האָב הײַנט געלײגט פֿאַר דיר לעבן און גוטס, און טױט און שלעכטס,", "װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט ליב צו האָבן יהוה דײַן גאָט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן, כּדי זאָלסט לעבן און זיך מערן, און יהוה דײַן גאָט זאָל דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן.", "אָבער אַז דײַן האַרץ װעט זיך אָפּקערן, און װעסט ניט צוהערן, און װעסט אַראָפּגעפֿירט װערן, און װעסט זיך בוקן צו פֿרעמדע געטער, און זײ דינען,", "זאָג איך אײַך הײַנט אָן, אַז אונטערגײן װעט איר אונטערגײן; איר װעט ניט מַאֲריך-יָמים זײַן אױף דער ערד װאָס דו גײסט אַריבער דעם יַרדן צו קומען אַהין, זי צו ארבן.", "איך מאַך הײַנט עדות אַקעגן אײַך הימל און ערד: לעבן און טױט האָב איך געלײגט פֿאַר אײַך, אַ ברכה און אַ קללה, דרום זאָלסטו אױסװײלן דאָס לעבן, כּדי זאָלסט לעבן, דו און דײַן זאָמען;", "ליב צו האָבן יהוה דײַן גאָט, צוצוהערן צו זײַן קָול, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, װאָרום דאָס איז דײַן לעבן און דײַן אַריכת-יָמים; כּדי צו זיצן אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, זײ צו געבן." ], [ "און משה איז געגאַנגען, און האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו גאַנץ ישׂראל.", "און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַ מאַן פֿון הונדערט און צװאַנציק יאָר בין איך הײַנט; איך קען ניט מער אַרױסגײן און אַרײַנגײן; און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װעסט ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן יַרדן.", "יהוה דײַן גאָט, ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס; ער װעט פֿאַרטיליקן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר, און װעסט זײ ירשען; יהוֹשועַ, ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.", "און גאָט װעט טאָן צו זײ אַזױ װי ער האָט געטאָן צו סיחון און צו עוֹג, די מלכים פֿון אֶמוֹרי, און צו זײער לאַנד, װאָס ער האָט זײ פֿאַרטיליקט.", "און גאָט װעט זײ איבערגעבן צו אײַך, און איר װעט טאָן צו זײ אַזױ װי אַלדאָס געבאָט װאָס איך האָב אײַך געבאָטן.", "זײַט שטאַרק און פֿעסט, איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרום יהוה דײַן גאָט, ער איז דער װאָס גײט מיט דיר; ער װעט דיך ניט אָפּלאָזן און דיך ניט פֿאַרלאָזן.", "און משה האָט גערופֿן יהוֹשוען, און ער האָט צו אים געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל: זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרום דו װעסט קומען מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק אין דעם לאַנד װאָס גאָט האָט געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן, און דו װעסט עס זײ מאַכן אַרבן.", "און גאָט, ער איז דער װאָס גײט דיר פֿאַרױס; ער װעט זײַן מיט דיר, ער װעט דיך ניט אָפּלאָזן און דיך ניט פֿאַרלאָזן; זאָלסט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן.", "און משה האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע תּוֹרה, און האָט זי געגעבן צו די כֹּהנים, די קינדער פֿון לֵוִי, װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, און צו אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל.", "און משה האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: צום סָוף פֿון אַלע זיבן יאָר, אין דער צײַט פֿון דעם יאָר פֿון שמיטה, אין דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות,", "װען גאַנץ ישׂראל קומט זיך װײַזן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן, זאָלסטו לײענען די דאָזיקע תּוֹרה פֿאַר גאַנץ ישׂראל אין זײערע אױערן.", "זאַמל אײַן דאָס פֿאָלק, די מענער און די װײַבער און די קלײנע קינדער, און דײַן פֿרעמדן װאָס אין דײַנע טױערן, כּדי זײ זאָלן הערן, און כּדי זײ זאָלן לערנען, און מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה אײַער גאָט, און היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה;", "און זײערע קינדער װאָס האָבן ניט געװוּסט, זאָלן הערן, און לערנען מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה אײַער גאָט אַלע טעג װאָס איר לעבט אױף דער ערד װאָס איר גײט אַריבער דעם יַרדן אַהין, זי צו אַרבן.", "און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זע, דײַנע טעג גענענען צום שטאַרבן, רוף יהוֹשוען, און שטעלט אײַך אין אוֹהל-מוֹעד, און איך װעל אים באַפֿעלן. זײַנען געגאַנגען משה און יהוֹשועַ, און האָבן זיך געשטעלט אין אוֹהל-מוֹעד.", "און גאָט האָט זיך באַװיזן אין געצעלט אין אַ װאָלקנזײַל, און דער װאָלקנזײַל איז געשטאַנען בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט.", "און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זע, דו לײגסט זיך מיט דײַנע עלטערן, און דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט אױפֿשטײן און זיך אָפּקערן נאָך די געטער פֿון די פֿרעמדע פֿון דעם לאַנד װאָס ער קומט אַהין צװישן זײ, און ער װעט מיך פֿאַרלאָזן, און פֿאַרשטערן מײַן בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אים.", "און מײַן צאָרן װעט גרימען אױף אים אין יענעם טאָג, און איך װעל זײ פֿאַרלאָזן, און פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ, און ער װעט זײַן צום פֿאַרצערן, און אים װעלן טרעפֿן בײזן פֿיל און צרות, און ער װעט זאָגן אין יענעם טאָג: פֿאַר װאָר, װײַל מײַן גאָט איז ניט צװישן מיר, האָבן מיך געטראָפֿן די דאָזיקע בײזן.", "און פֿאַרבאָרגן װעל איך פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים אין יענעם טאָג, פֿאַר אַלעם בײזן װאָס ער האָט געטאָן, אַז ער האָט זיך געקערט צו פֿרעמדע געטער.", "און אַצונד שרײַבט אײַך אױף דאָס דאָזיקע געזאַנג, און לערן עס אױס די קינדער פֿון ישׂראל; טו עס אַרײַן אין זײער מױל, כּדי דאָס דאָזיקע געזאַנג זאָל מיר זײַן צום עדות קעגן די קינדער פֿון ישׂראל.", "אַז איך װעל אים ברענגען אױף דער ערד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן זײערע עלטערן, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, און ער װעט עסן און װערן זאַט און פֿעט, און װעט זיך קערן צו פֿרעמדע געטער, און זײ װעלן זײ דינען, און װעלן מיך פֿאַראַכטן, און ער װעט פֿאַרשטערן מײַן בונד,", "איז, אַז אים װעלן טרעפֿן בײזן פֿיל און צרות װעט דאָס דאָזיקע געזאַנג זיך אָפּרופֿן אים אין פּנים צום עדות װאָרום עס װעט ניט פֿאַרגעסן װערן פֿון דעם מױל פֿון זײַן זאָמען; װײַל איך װײס זײַן טֶבֿע, װי ער באַגײט זיך הײַנט, נאָך אײדער איך האָב אים געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן.", "און משה האָט אױפֿגעשריבן דאָס דאָזיקע געזאַנג אין יענעם טאָג, און האָט עס אױסגעלערנט די קינדער פֿון ישׂראל.", "און ער האָט באַפֿױלן יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און האָט געזאָגט: זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרום דו װעסט ברענגען די קינדער פֿון ישׂראל אין דעם לאַנד װאָס איך האָב זײ צוגעשװאָרן, און איך װעל זײַן מיט דיר.", "און עס איז געװען, װי משה האָט געענדיקט אױפֿשרײַבן די װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה אין אַ בוך, ביז זײער סָוף,", "אַזױ האָט משה באַפֿױלן די לוִיִים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, אַזױ צו זאָגן:", "נעמט דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּוֹרה, און איר זאָלט עס אַװעקלײגן בײַן זײַט פֿון דעם אָרון פֿון דעם בונד פֿון יהוה אײַער גאָט, און עס זאָל דאָרטן זײַן צום עדות קעגן דיר.", "װאָרום איך קען דײַן װידערשפּעניקײט און דײַן האַרטן נאַקן; זע, הײַנט, אַז איך לעב נאָך מיט אײַך, זײַט איר געװען װידערשפּעניקער אַקעגן גאָט, און װי שױן נאָך מײַן טױט?", "זאַמלט אײַן צו מיר אַלע עלטסטע פֿון אײַערע שבֿטים, און אײַערע אױפֿזעער, און איך װעל רעדן אין זײערע אױערן די דאָזיקע װערטער, און װעל מאַכן הימל און ערד עדות קעגן זײ.", "װאָרום איך װײס, אַז פֿאַרדאָרבן װעט איר פֿאַרדאָרבן װערן נאָך מײַן טױט, און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג װאָס איך האָב אײַך באַפֿױלן, און אײַך װעט געשען בײז אין סָוף פֿון די טעג, װײַל איר װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אים צו דערצערענען מיט דער טואונג פֿון אײַערע הענט.", "און משה האָט גערעדט אין די אױערן פֿון דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג ביז זײער סָוף." ], [ "פֿאַרנעמט איר הימלען, און איך װעל רעדן, און זאָל הערן די ערד די רײד פֿון מײַן מױל.", "זאָל טריפֿן װי רעגן מײַן לערנונג, זאָל רינען װי טױ מײַן װאָרט; װי אַ גוסרעגן אױף גראָז און װי שפּרײרעגן אױף קרײַטעכץ.", "װאָרום דעם נאָמען פֿון יהוה װעל איך רופֿן; גיט גרױסקײט צו אונדזער גאָט.", "דער פֿעלז – זײַן װערק איז גאַנץ, װײַל אַלע זײַנע װעגן זײַנען רעכט; אַ גאָט פֿון געטרײַשאַפֿט, און אָן אומרעכט, גערעכט און רעכטפֿאַרטיק איז ער.", "איז פֿון אים די פֿאַרדאַרבונג? נײן! זײַנע קינדער, זײערס איז דער פֿעלער; אַ קרומער און פֿאַרדרײטער דָור.", "װילט איר אַזױ גאָט פֿאַרגעלטן, געמײן און אומקלוג פֿאָלק? איז ער ניט דײַן פֿאָטער װאָס האָט דיך געשאַפֿן? ער – װאָס האָט דיך געמאַכט און געפֿורעמט?", "געדענק די טעג פֿון פֿאַרצײַטן, באַטראַכט פֿון דוֹר-דוֹרות די יאָרן, פֿרעג דײַן פֿאָטער, ער זאָל דיר דערצײלן, דײַנע זקנים, זײ זאָלן דיר זאָגן.", "װען דער אױבערשטער האָט באַטײלט די אומות, װען ער האָט צעשײדט די קינדער פֿון מענטשן, האָט ער געשטעלט די געמאַרקן פֿון פֿעלקער,", "לױט דער צאָל פֿון די קינדער ישׂראלס. װאָרום דער חלק פֿון גאָט איז זײַן פֿאָלק,", "יעקבֿ דער טײל פֿון זײַן נחלה. ער האָט אים געפֿונען אין מדבר-לאַנד, און אין װיסטן געװאָי פֿון דער װילדערניש, אים אַרומגערינגלט, אים אױפֿגעפּאַסט,", "אים אָפּגעהיט װי זײַן אױגאַפּל. װי אַן אָדלער װעקט זײַן נעסט, פֿלאַטערט איבער זײַנע יונגע, שפּרײט זײַנע פֿלעדערן און נעמט זײ, טראָגט זײ אױף זײַן פֿליגל –", "האָט יהוה אַלײן אים געפֿירט, און ניט געװען מיט אים אַ פֿרעמדער גאָט.", "ער האָט אים געזעצט אױף די הײכן פֿון דער ערד, און ער האָט געגעסן די פֿרוכטן פֿון פֿעלד; און ער האָט אים געמאַכט זױגן האָניק פֿון פֿעלז, און אײל פֿון קיזלשטײן;", "שמאַנט פֿון רינדער, און מילך פֿון שאָף, מיט פֿעטס פֿון לעמער, און װידערס פֿון בשָן און בעק, מיט נירנפֿעטס פֿון װײץ; און פֿון טרױבנבלוט טרינקסטו שױמיקן װײַן.", "און ישורון איז פֿעט געװאָרן און האָט געבריקעט – ביסט פֿעט, ביסט דיק, ביסט גראָב געװאָרן; און ער האָט פֿאַרלאָזט גאָט װאָס האָט אים באַשאַפֿן, און געשענדט דעם פֿעלז פֿון זײַן הילף.", "זײ האָבן אים דערצערנט מיט פֿרעמדגעטער, מיט אומװערדיקײטן אים דערבײזערט.", "זײ האָבן געשלאַכט צו שדים, אומגעטער, געטער װאָס זײ האָבן זײ ניט געקענט, נײַע אָקאָרשט געקומענע, װאָס אײַערע עלטערן האָבן זיך פֿאַר זײ ניט געפֿאָרכט.", "אָן דעם פֿעלז װאָס האָט דיך געבאָרן האָסטו ניט געדאַכט, און פֿאַרגעסן דעם גאָט װאָס האָט דיך געהאַט.", "און יהוה האָט געזען און האָט פֿאַראַכט, איבער דער דערצערענונג פֿון זײַנע זין און זײַנע טעכטער.", "און ער האָט געזאָגט: איך װעל פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ. איך װעל זען װאָס װעט זײַן זײער סָוף; װאָרום אַ פֿאַרקערטער דָור זײַנען זײ, קינדער אָן טרײַשאַפֿט אין זײ.", "זײ האָבן מיך דערצערנט מיט אַן אומגאָט, מיך דערבײזערט מיט זײערע נישטיקײטן, און איך װעל זײ דערצערענען מיט אַן אומפֿאָלק, מיט אַ געמײַנער אומה װעל איך זײ דערבײזערן.", "װאָרום אַ פֿײַער איז אָנגעצונדן אין מײַן נאָז, און עס ברענט ביז דער טיפֿער אונטערערד, און פֿאַרצערט די ערד מיט איר געװעקס, און צעפֿלאַמט די גרונטפֿעסטן פֿון די בערג.", "איך װעל אױסלאָזן אױף זײ בײזן, איך װעל מײַנע פֿײַלן פֿאַרלענדן אױף זײ:", "דאַרונג פֿון הונגער, און צערונג פֿון היץ, און ביטערע פּעסט; און דעם צאָן פֿון חיות װעל איך שיקן אױף זײ:", "מיט גיפֿט פֿון די שטױבקריכערס. דרױסן װעט אַװעקנעמען די שװערד, און אין די קאַמערן די אימה; אי דעם בחור אי די מײדל, דעם זױגעדיקן מיטן גרײַזגראָען מאַן.", "איך װאָלט געזאָגט: איך װעל זײ פֿאַרלענדן, איך װעל פֿאַרטיליקן פֿון מענטשן זײער זֵכר;", "װען איך פֿאָרכט ניט דעם שׂוֹנאס דערצערענונג, זײערע פֿײַנט זאָלן ניט אױסלײגן פֿאַלש; ניט זאָגן: אונדזער האַנט איז דערהױבן, און ניט יהוה האָט דאָס אַלצדינג געטאָן.", "װאָרום אַ פֿאָלק אָן באַראָט זײַנען זײ, און ניטאָ קײן פֿאַרשטאַנדיקײט אין זײ.", "אַז זײ װאָלטן קלוג געװען, װאָלטן זײ דאָס באַטראַכט, זײ װאָלטן באַקלערט זײער סָוף:", "װי קען אײנער יאָגן טױזנט, און צװײ פֿאַרטרײַבן צען טױזנט, װען ניט זײער פֿעלז האָט זײ איבערגעגעבן, און יהוה האָט זײ איבערגעענטפֿערט?", "װאָרום ניט װי אונדזער פֿעלז איז זײער פֿעלז; און מעגן אונדזערע שָׂונאים אַנטשײדן.", "װאָרום פֿון װײַנשטאָק פֿון סדוֹם איז זײער װײַנשטאָק, און פֿון די פֿעלדער פֿון עַמוֹרָה; זײערע טרױבן זײַנען טרױבן פֿון גיפֿט,", "ביטערע הענגלעך זײַנען בײַ זײ. סם פֿון שלאַנגען איז זײער װײַן, און אומדערבאַרימדיק פּיפּערנאָטערגיפֿט.", "פֿאַר װאָר, דאָס איז באַהאַלטן בײַ מיר, פֿאַרחתמעט אין מײַנע שאַצקאַמערן;", "איך האַלט נקמה און באַצאָלונג פֿאַר דער צײַט װען זײער פֿוס װעט זיך אױסגליטשן; װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון זײער בראָך, און אײַליק קומט װאָס איז אָנגעברײט פֿאַר זײ.", "װאָרום גאָט װעט זיך אָננעמען פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אױף זײַנע קנעכט זיך דערבאַרימען, װען ער זעט אַז אױסגעגאַנגען איז די קראַפֿט,", "און קײן מוטערמענטש איז ניטאָ; און מע זאָגט: װוּ זײַנען זײערע געטער, דער פֿעלז װאָס זײ האָבן זיך געשיצט אין אים?", "װאָס האָבן דאָס פֿעטס פֿון זײערע שלאַכטאָפּפֿער געגעסן, געטרונקען דעם װײַן פֿון זײער גיסאָפּפֿער? זאָלן זײ אופֿשטײן און אײַך העלפֿן; זאָל ער זײַן איבער אײַך אַ פֿאַרבאָרגעניש.", "זעט אַצונד אַז איך, איך בין דאָס, און ניטאָ קײן גאָט מיט מיר; איך טײט און מאַך לעבעדיק, איך פֿאַרװוּנד און איך הײל, און פֿון מײַן האַנט איז ניטאָ װער זאָל מציל זײַן.", "װאָרום איך הײב צום הימל מײַן האַנט, און זאָג: אַזױ װי איך לעב אײביק,", "װען איך שאַרף דעם בליץ פֿון מײַן שװערד, און מײַן האַנט װעט צום משפּט זיך נעמען, װעל איך אומקערן נקמה צו מײַנע פֿײַנט, און מײַנע שָׂונאים װעל איך באַצאָלן.", "איך װעל אָנשיכּורן מײַנע פֿײַלן מיט בלוט, און מײַן שװערד װעט זיך אָנעסן מיט פֿלײש – מיט בלוט פֿון דערשלאָגענע און געפֿאַנגענע, מיט די לאַנגהאָריקע קעפּ פֿון דעם פֿײַנט.", "באַזינגט, איר אומות, זײַן פֿאָלק, װאָרום פֿאַרן בלוט פֿון זײַנע קנעכט װעט ער זיך נוֹקם זײַן, און נקמה װעט ער אומקערן צו זײַנע פֿײַנט, און פֿאַרגיטיקן זײַן לאַנד און זײַן פֿאָלק.", "און משה איז געקומען און האָט גערעדט אַלע װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג אין די אױערן פֿון פֿאָלק, ער און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון.", "און װי משה האָט געענדיקט רעדן אַלע די דאָזיקע װערטער צו גאַנץ ישׂראל,", "האָט ער צו זײ געזאָגט: לײגט צו אײַער האַרץ צו אַלע װערטער װאָס איך זאָג אײַך הײַנט אָן, אַז איר זאָלט זײ באַפֿעלן צו אײַערע קינדער, צו היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה.", "װאָרום דאָס איז ניט אַ הױל גערײד פֿאַר אײַך, נײַערט דאָס איז אײַער לעבן, און דורך דער דאָזיקער זאַך װעט איר מַאֲריך-יָמים זײַן אױף דער ערד װאָס איר גײט אַהין אַריבער דעם יַרדן, זי צו אַרבן.", "און גאָט האָט גערעדט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג צו משהן, אַזױ צו זאָגן:", "גײ אַרױף צו דעם דאָזיקן באַרג עַבֿרים, דעם באַרג נבֿוֹ װאָס אין לאַנד מוֹאָבֿ, װאָס אַקעגן יריחוֹ, און קוק אָן דאָס לאַנד כּנַעַן װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר אַן אײגנטום.", "און שטאַרב אױף דעם באַרג װאָס דו גײסט אַהין אַרױף, און װער אײַנגעזאַמלט צו דײַן פֿאָלק, אַזױ װי דײַן ברודער אַהרן איז געשטאָרבן אױפֿן באַרג הוֹר, און איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק.", "פֿאַר װאָס איר האָט געפֿעלשט אָן מיר צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, בײַם װאַסער פֿון מריבֿת-קָדֵש, אין מדבר צִין, פֿאַר װאָס איר האָט מיך ניט געהײליקט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל.", "נאָר פֿון דער װײַטן װעסטו זען דאָס לאַנד, אָבער קומען אַהין װעסטו ניט, אין דעם לאַנד װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון ישׂראל." ], [ "און דאָס איז די ברכה װאָס משה דער געטלעכער מאַן האָט געבענטשט די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר זײַן טױט. און ער האָט געזאָגט:", "גאָט איז פֿון סינַי געקומען, און אױפֿגעשײַנט פֿון שֵׂעִיר אױף זײ; ער האָט אַרױסגעשראַלט פֿון באַרג פּאָרָן, און געקומען פֿון די הײליקע צענטױזנטן, אין זײַן רעכטער האַנט אַ פֿײַערדיק געזעץ פֿאַר זײ. יאָ, דו ליבהאָבער פֿון די שבֿטים, אַלע זײערע הײליקע זײַנען בײַ דײַן האַנט;", "און זײ ליגן צו דײַנע פֿיס, זײ נעמען אױף דײַנע רײד.", "”אַ תּוֹרה האָט אונדז משה באַפֿױלן, אַ ירושה פֿאַר דער אײַנזאַמלונג פֿון יעקבֿ“.", "און אַ מלך איז געװען אין ישורון, װען די קעפּ פֿון פֿאָלק האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, אין אײנעם אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל.", "לעבן זאָל ראובֿן און ניט שטאַרבן, און זײַנע מענטשן זאָלן ניט זײַן געצײלטע.", "און דאָס אױף יהודה; און ער האָט געזאָגט: הער צו, גאָט, דעם קָול פֿון יהודה, און צו זײַן פֿאָלק זאָלסטו אים ברענגען; זײַנע הענט זאָלן פֿאַר אים שטרײַטן, און אַ הילף פֿון זײַנע פֿײַנט זאָלסטו זײַן.", "און אױף לֵוִי האָט ער געזאָגט: דײַנע אורים-ותּומים צו דײַן פֿרומען מאַן, װאָס דו האָסט אים אין מַסָה געפּרוּװט, אים געשטראָפֿט פֿאַרן װאַסער פֿון מריבֿה;", "װאָס האָט געזאָגט אױף זײַן פֿאָטער און אױף זײַן מוטער: איך האָב זײ ניט געזען; און האָט זײַנע ברידער ניט דערקענט, און זײַנע קינדער ניט געװאָלט װיסן; װאָרום זײ האָבן געהיט דײַן װאָרט, און דײַן בונד האָבן זײ געהאַלטן.", "זײ לערנען דײַנע געזעצן יעקבֿן, און דײַן תּוֹרה ישׂראלן; זײ טוען װײַרױך אין דײַן נאָז, און גאַנצאָפּפֿער אױף דײַן מזבח.", "בענטש, גאָט, זײַן פֿאַרמעג, און דאָס װערק פֿון זײַנע הענט זאָלסטו באַװיליקן; צעהאַק די לענדן פֿון זײַנע פֿײַנט, אַז זײַנע שָׂונאים זאָלן ניט אױפֿשטײן.", "אױף בנימין האָט ער געזאָגט: דער באַליבטער פֿון גאָט װעט רוען בײַ אים אין זיכערקײט; ער באַשירעמט אים אַ גאַנצן טאָג, און צװישן זײַנע אַקסלען טוט ער רוען.", "און אױף יוֹסף האָט ער געזאָגט: געבענטשט פֿון גאָט זאָל זײַן לאַנד זײַן, מיטן טײַערסטן פֿון הימל, מיט טױ, און מיטן תּהָום װאָס הױערט אונטן;", "און מיט טײַערסטע פֿרוכטן פֿון זון, און מיט טײַערסטן געװעקס פֿון לבֿנה;", "און מיטן בעסטן פֿון די אַלטע בערג, און מיטן טײַערסטן פֿון די אײביקע הײכן;", "און מיטן טײַערסטן פֿון דער ערד און איר פֿולקײט, און באַװיליקונג פֿון דעם װאָס האָט אין דאָרן גערוט. זאָל עס קומען אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹסף, און אױפֿן שפּיץ קאָפּ פֿון דעם פֿירשט פֿון זײַנע ברידער.", "זײַן ערשטגעבאָרענער אָקס, ער האָט פּראַכט, און הערנער פֿון אַ װיזלטיר זײַנען זײַנע הערנער; מיט זײ װעט ער שטױסן די פֿעלקער, די עקן פֿון דער ערד מיטאַנאַנדער; און דאָס זײַנען די צענטױזנטן פֿון אפֿרים, און דאָס זײַנען די טױזנטן פֿון מנשה.", "און אױף זבֿולון האָט ער געזאָגט: פֿרײ זיך, זבֿולון, בײַ דײַן אַרױסגײן, און יִשׂשָׂכָר, אין דײַנע געצעלטן.", "פֿעלקער װעלן זיך טרעפֿן אױפֿן באַרג, דאָרט װעלן זײ שלאַכטן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט; װאָרום די שֶפֿע פֿון ימען װעלן זײ זױגן, און די פֿאַרבאָרגענע אוֹצרות פֿון זאַמד.", "און אױף גָד האָט ער געזאָגט: געלױבט דער װאָס דערברײטערט גָד! אַזױ װי אַ לײבינטע רוט ער, און פֿאַרצוקט דעם אָרעם און דעם שאַרבן.", "און ער האָט אױסגעקוקט דאָס ערשטע פֿאַר זיך, װײַל דאָרט איז דער חלק פֿאַר אַ הערשער באַהאַלטן. אָבער ער איז געקומען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק; די גערעכטיקײט פֿון גאָט האָט ער געטאָן, און זײַנע משפּטים, אין אײנעם מיט ישׂראל.", "און אױף דָן האָט ער געזאָגט:דָן איז אַ יונגער לײב, ער שפּרינגט פֿון בשָן אַרױס.", "און אױף נפֿתּלי האָט ער געזאָגט: נפֿתּלי, זאַט מיט באַװיליקונג, און פֿול מיט דער ברכה פֿון גאָט, דער ים און דעם דָרום טו אַרבן!", "און אױף אָשר האָט ער געזאָגט: געבענטשטער פֿון אַלע זין זאָל זײַן אָשר, באַליבט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער, און באָדן אין אײל זײַן פֿוס.", "אײַזן און קופּער דײַנע ריגלען, און װי דײַנע טעג דײַן שטאַרקײט.", "ניטאָ אַזאַ װי גאָט, ישורון; ער רײַט אױף די הימלען דיר צו הילף, און אין זײַן גרױסקײט אױף די װאָלקן.", "אַ באַשיצונג איז דער אײביקער גאָט, און אונטן איז ער שטענדיקע אָרעמס. און ער האָט פֿאַרטריבן דעם פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר, און געהײסן: פֿאַרטיליק!", "און ישׂראל רוט אין זיכערקײט, אָפּגעזונדערט – דער קװאַל פֿון יעקבֿ, אין אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װײַן; און זײַנע הימלען טריפֿן טױ.", "װויל דיר, ישׂראל, װער איז דײַן גלײַכן? אַ פֿאָלק געהאָלפֿן דורך גאָט – דעם שילד פֿון דײַן הילף, און דעם װאָס איז די שװערד פֿון דײַן גרױסקײט! און דײַנע פֿײַנט װעלן אײַנגײן פֿאַר דיר, און דו װעסט אױף זײערע הײכן טרעטן." ], [ "און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ צום באַרג נבֿוֹ, אױפֿן שפּיץ פּסגָה װאָס אַקעגן יריחוֹ; און גאָט האָט אים געװיזן דאָס גאַנצע לאַנד גִלעָד ביז דָן;", "און גאַנץ נפֿתּלי, און דאָס לאַנד אפֿרים און מנשה, און דאָס גאַנצע לאַנד יהודה ביז דעם הינטערשטן ים.", "און דעם דָרום, און די [יַרדן]-געגנט, דעם טאָל פֿון יריחוֹ, דער שטאָט פֿון טײטלבײמער, ביז צוֹעַר.", "און גאָט האָט צו אים געזאָגט: דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך עס געבן. איך האָב דיך געלאָזט זען מיט דײַנע אױגן, אָבער אַהין אַריבערקומען װעסטו ניט.", "און משה דער קנעכט פֿון גאָט איז דאָרטן געשטאָרבן, אין לאַנד מוֹאָבֿ, לױט דעם מױל פֿון גאָט.", "און מע האָט אים באַגראָבן אין טאָל, אין לאַנד מוֹאָבֿ, אַקעגן בית-פּעוֹר; און קײן מענטש װײס ניט זײַן קבֿר ביז אױף הײַנטיקן טאָג.", "און משה איז געװען הונדערט און צװאַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געשטאָרבן; זײַן אױג איז ניט געװען טונקל, און זײַן פֿרישקײט איז ניט אַװעק.", "און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן באַװײנט משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ דרײַסיק טעג, ביז די טעג פֿון טרױערגעװײן נאָך משהן האָבן זיך געענדיקט.", "און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון איז געװען פֿול מיט דעם גײַסט פֿון חכמה, װײַל משה האָט אָנגעלענט אױף אים זײַנע הענט; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך צוגעהערט צו אים, און האָבן געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.", "און עס איז ניט אױפֿגעשטאַנען אין ישׂראל נאָך אַזאַ נבֿיא װי משה, װאָס גאָט האָט זיך דערקענט צו אים פּנים אֶל פּנים;", "אין אַלע צײכנס און װוּנדער װאָס גאָט האָט אים געשיקט טאָן אין לאַנד מִצרַיִם, צו פּרעהן, און צו אַלע זײַנע קנעכט, און צו זײַן גאַנצן לאַנד;", "און אין אַלדער שטאַרקער האַנט, און אין אַלדער גרױסער פֿאָרכטיקײט, װאָס משה האָט באַװיזן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל." ] ], "sectionNames": [ "Chapter", "Verse" ] }