{ "language": "he", "title": "II Samuel", "versionSource": "http://opensiddur.org/praxes/study/yehoyeshs-yiddish-translation-of-the-tanakh/", "versionTitle": "Yehoyesh's Yiddish Tanakh Translation [yi]", "status": "locked", "license": "CC0", "versionNotes": "This 1941 translation published by Yehoʼash Farlag Gezelshaft is in the public domain. A transcribed digitized version was produced by Itsik \"Robert\" Goldenberg, et al, by the Yehoyesh Project (1998-2006) under the direction of Leonard Prager. That version was graciously shared with the Open Siddur Project, from which the text was imported by Sefaria.", "versionTitleInHebrew": "תרגום התנ״ך ליידיש, יהואש", "versionNotesInHebrew": "תרגום זה קיים בנחלת הכלל. שעתוק דיגיטלי ע\"י איציק \"רוברט\" גולדנברג, באדיבות פרויקט יהואש (1998-2006) בניהולו של לאונרד פראגר. גרסה זו שותפה בפרויקט \"סידור פתוח\", משם יובאה למאגר ספריא", "actualLanguage": "yi", "languageFamilyName": "yiddish", "isBaseText": false, "isSource": false, "direction": "rtl", "heTitle": "שמואל ב", "categories": [ "Tanakh", "Prophets" ], "text": [ [ "און עס איז געװען נאָך שאָולס טױט, אַז דוד האָט זיך געהאַט אומגעקערט פֿון שלאָגן עַמָלק, און דוד איז געזעסן אין ציקלַג צװײ טעג,", "און אױפֿן דריטן טאָג, ערשט אַ מאַן קומט אָן פֿון דעם לאַגער, פֿון שָאולן, און זײַנע קלײדער זײַנען צעריסן, און ערד איז אױף זײַן קאָפּ. און עס איז געװען, װי ער איז געקומען צו דָוִדן, אַזױ איז ער געפֿאַלן צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט.", "האָט דוד צו אים געזאָגט: פֿון װאַנען קומסטו? האָט ער צו אים געזאָגט: פֿון דעם לאַגער פֿון ישׂראל בין איך אַנטרונען געװאָרן.", "האָט דוד צו אים געזאָגט: װי איז די זאַך געװען? דערצײל מיר, איך בעט דיך. האָט ער געזאָגט: דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿון דער מלחמה, און אױך זײַנען פֿיל פֿון דעם פֿאָלק געפֿאַלן און געשטאָרבן, און אױך שָאול און זײַן זון יהונתן זײַנען טױט.", "האָט דוד געזאָגט צו דעם יונג װאָס האָט דאָס אים דערצײלט: װי אַזױ װײסטו אַז שָאול און זײַן זון יהונתן זײַנען טױט?", "האָט דער יונג װאָס האָט אים דאָס דערצײלט, געזאָגט: איך האָב זיך גראָד געטראָפֿן אױף באַרג גִלבוֹע, ערשט שָאול איז אָנגעלענט אױף זײַן שפּיז, און אָט האָבן די רײַטװעגן און די רײַטמענער אים אָנגעיאָגט.", "האָט ער זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט מיך דערזען, און ער האָט גערופֿן צו מיר, און איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך.", "האָט ער צו מיר געזאָגט: װער ביסטו? האָב איך צו אים געזאָגט: אַן עַמָלקי בין איך.", "האָט ער צו מיר געזאָגט: שטעל זיך, איך בעט דיך, לעבן מיר, און טײט מיך, װאָרום די גסיסה האָט מיך אָנגענומען; װאָרום נאָר װאָס מײַן נשמה האַלט זיך אין מיר.", "האָב איך זיך געשטעלט לעבן אים, און האָב אים געטײט, װײַל איך האָב געװוּסט, אַז ער קען מער ניט לעבן נאָך זײַן פֿאַלן. און איך האָב גענומען די קרױן װאָס אױף זײַן קאָפּ, און דעם אָרעמבאַנד װאָס אױף זײַן אָרעם, און האָב זײ געבראַכט אַהער צו מײַן האַר.", "האָט דוד אָנגענומען זײַנע קלײדער, און האָט זײ צעריסן, און דאָס גלײַכן אַלע מענטשן װאָס מיט אים.", "און זײ האָבן געקלאָגט און געװײנט, און האָבן געפֿאַסט ביזן אָװנט אױף שָאולן און אױף יהונתן זײַן זון, און אױף דעם פֿאָלק פֿון גאָט, און אױף דעם הױז פֿון ישׂראל, װאָס זײ זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד.", "און דוד האָט געזאָגט צו דעם יונג װאָס האָט דאָס אים דערצײלט: פֿון װאַנען ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין דער זון פֿון אַ פֿרעמדן מאַן, אַן עַמָלקי.", "האָט דוד צו אים געזאָגט: װי האָסטו ניט מורא געהאַט אױסצושטרעקן דײַן האַנט אומצוברענגען דעם געזאַלבטן פֿון גאָט?", "און דוד האָט צוגערופֿן אײנעם פֿון די יונגען, און האָט געזאָגט: גענען, פֿאַל-צו אױף אים. און ער האָט אים געשלאָגן, און ער איז געשטאָרבן.", "און דוד האָט צו אים געזאָגט: דײַן בלוט אױף דײַן קאָפּ! װאָרום דײַן מױל האָט עדות געזאָגט אױף דיר, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געטײט דעם געזאַלבטן פֿון גאָט.", "און דוד האָט געקלאָגט די דאָזיקע קלאָג אױף שָאולן און אױף יהונתן זײַן זון,", "און ער האָט געזאָגט-כּדי צו לערנען די קינדער פֿון יהוּדה דעם בױגן; דאָס איז שױן פֿאַרשריבן אין בוך פֿון ישר:", "די פּראַכט, ישׂראל, איז אױף דײַנע הײכן דערשלאָגן; װי זײַנען די גבורים געפֿאַלן!", "ניט דערצײלן זאָלט איר אין גַת, ניט אָנזאָגן אין די גאַסן פֿון אַשקלון, כּדי די טעכטער פֿון די פּלִשתּים זאָלן זיך ניט פֿרײען, כּדי די טעכטער פֿון די אומבאַשניטענע זאָלן ניט קװעלן.", "איר בערג פֿון גִלבוֹע, ניט טױ און ניט רעגן אױף אײַך, אָדער פֿעלדער געהױבענע! װאָרום דאָרט איז פֿאַרמיאוסט געװאָרן דער שילד פֿון גבורים, דער שילד פֿון שָאולן, מיט אײל ניט באַשמירט,", "פֿון בלוט פֿון דערשלאָגענע, פֿון פֿעטס פֿון גבורים, האָט יהונתנס בױגן זיך צוריק ניט געצױגן, און די שװערד פֿון שָאולן זיך ניט אומגעקערט לײדיק.", "שָאול און יהונתן, די באַליבטע און ליבע אין זײער לעבן, צו מאָל אין זײער טױט האָבן זײ זיך ניט צעשײדט. פֿון אָדלערס זײַנען זײ געװען פֿלינקער, פֿון לײבן זײַנען זײ געװען שטאַרקער.", "איר טעכטער פֿון ישׂראל, אױף שָאולן װײנט, װאָס האָט אײַך אין רױטן געקלײדט, מיט תּענוגים דערצו, װאָס האָט אַרױפֿגעטאָן צירונג פֿון גאָלד אױף אײַער קלײד.", "װי זײַנען די גבורים אין מלחמה געפֿאַלן-יהונתן אױף דײַנע הײכן דערשלאָגן!", "מיך קלעמט נאָך דיר, יהונתן מײַן ברודער, ליב געװען ביסטו מיר זײער; װוּנדערלעך געװען איז דײַן ליבשאַפֿט צו מיר, מער װי די ליבשאַפֿט פֿון װײַבער.", "װי זײַנען די גבורים געפֿאַלן, און אונטערגעגאַנגען די װאַפֿן פֿון מלחמה!" ], [ "און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דוד געפֿרעגט בײַ גאָט, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך אַרױפֿגײן אין אײנער פֿון די שטעט פֿון יהוּדה? האָט גאָט צו אים געזאָגט: גײ אַרױף. האָט דוד געזאָגט: װוּהין זאָל איך אַרױפֿגײן? האָט ער געזאָגט: קײן חבֿרון.", "איז דוד אַרױפֿגעגאַנגען אַהין, און אױך זײַנע צװײ װײַבער, אַחינוֹעם פֿון יזרעאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמל.", "און זײַנע מענטשן װאָס מיט אים האָט דוד אַרױפֿגעבראַכט, עטלעכן מיט זײַן הױזגעזינט; און זײ האָבן זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון חבֿרון.", "און די מענער פֿון יהוּדה זײַנען געקומען, און האָבן דאָרטן געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער דעם הױז פֿון יהוּדה. האָט מען דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: די מענטשן פֿון יָבֿש-גִלעָד זײַנען די װאָס האָבן באַגראָבן שָאולן.", "האָט דוד געשיקט שלוחים צו די מענטשן פֿון יָבֿש-גִלעָד, און זײ געלאָזט זאָגן: געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון גאָט, װאָס איר האָט געטאָן דעם דאָזיקן חֶסד מיט אײַער האַר, מיט שָאולן, און האָט אים באַגראָבן.", "און אַצונד, זאָל גאָט טאָן מיט אײַך חֶסד און טרײַשאַפֿט; און אױך איך װעל אײַך אָפּטאָן די דאָזיקע טובֿה, װאָס איר האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך.", "און אַצונד, זאָלן שטאַרק זײַן אײַערע הענט, און זײַט העלדישע יונגען; װאָרום אײַער האַר שָאול איז טױט, און אױך האָט מיך דאָס הױז פֿון יהוּדה געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער זײ.", "און אַבֿנר דער זון פֿון נֵרן, דער חיל-פֿירער פֿון שָאולן, האָט גענומען איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, און האָט אים אַריבערגעפֿירט קײן מַחנַיִם.", "און ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גִלעָד, און איבער דעם אשורי, און איבער יזרעאל און איבער אפֿרַיִם, און איבער בנימין, און איבער גאַנץ ישׂראל.", "פֿערציק יאָר איז אַלט געװען איש-בוֹשֶת דער זון פֿון שָאולן, אַז ער איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט. אָבער דאָס הױז פֿון יהוּדה איז געװען הינטער דָוִדן.", "און די צאָל פֿון די טעג װאָס דוד איז געװען מלך אין חבֿרון איבער דעם הױז פֿון יהוּדה, איז געװען זיבן יאָר און זעקס חדשים.", "און אַבֿנר דער זון פֿון נֵרן, און די קנעכט פֿון איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מַחנַיִם קײן גבֿעון.", "אױך יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן, און די קנעכט פֿון דָוִדן, זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן זיך צונױפֿגעטראָפֿן מיט זײ אין אײנעם בײַם טײַך פֿון גבֿעון, און די האָבן זיך געזעצט פֿון דער זײַט טײַך, און די פֿון יענער זײַט טײַך.", "און אַבֿנר האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זאָלן אַקאָרשט די יונגען אױפֿשטײן, און אַ שטיף טאָן פֿאַר אונדז. האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: זאָלן זײ אױפֿשטײן.", "זײַנען זײ אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען מיט אַ צאָל, צװעלף פֿאַר בנימין, און פֿאַר איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, און צװעלף פֿון דָוִדס קנעכט.", "און זײ האָבן אָנגענומען אײנער דעם אַנדערן פֿאַרן קאָפּ, מיט זײַן שװערד צום אַנדערנס זײַט, ביז זײ זײַנען געפֿאַלן אין אײנעם. און מע האָט גערופֿן יענעם אָרט חלקת-הצורים, װאָס איז גבֿעון.", "און די מלחמה איז געװען זײער אַ שװערע אין יענעם טאָג, און אַבֿנר און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די קנעכט פֿון דָוִדן.", "און דאָרטן זײַנען געװען צרוּיָהס דרײַ זין, יוֹאָבֿ, און אַבֿישַי און עשׂהאל; און עשׂהאל איז געװען פֿלינק אױף זײַנע פֿיס, אַזױ װי אײנער פֿון די הינדן װאָס אין פֿעלד.", "האָט עשׂהאל נאָכגעיאָגט אַבֿנרן, און ער האָט זיך ניט אָפּגענײַגט פֿון הינטער אַבֿנרן צו גײן רעכטס אָדער לינקס.", "האָט אַבֿנר זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט געזאָגט: ביסט דו דאָס, עשׂהאל? האָט ער געזאָגט: איך.", "האָט אַבֿנר צו אים געזאָגט: נײַג זיך צו דײַן רעכטער זײַט אָדער צו דײַן לינקער, און כאַפּ דיר אָן אײנעם פֿון די יונגען, און נעם דיר זײַן אױסטו. אָבער עשׂהאל האָט זיך ניט געװאָלט אָפּקערן פֿון הינטער אים.", "האָט אַבֿנר װידער געזאָגט צו עשׂהאלן: קער דיך אָפּ פֿון הינטער מיר; נאָך װאָס זאָל איך דיך שלאָגן צו דער ערד? און װי װעל איך אױפֿהײבן מײַן פּנים צו דײַן ברודער יוֹאָבֿן?", "אָבער ער האָט זיך ניט געװאָלט אָפּקערן, און אַבֿנר האָט אים אַ זעץ געטאָן מיטן אונטערשטן טײל פֿון שפּיז אין בױך, ביז דער שפּיז איז אים אַרױס פֿון הינטן; און ער איז דאָרטן געפֿאַלן און געשטאָרבן אױפֿן אָרט. און עס איז געװען, איטלעכער װאָס איז געקומען צו דעם אָרט װאָס עשׂהאל איז דאָרטן געפֿאַלן און געשטאָרבן, האָט זיך אָפּגעשטעלט.", "האָבן יוֹאָבֿ און אַבֿישַי נאָכגעיאָגט אַבֿנרן, און װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, זײַנען זײ געקומען ביזן בערגל אַמָה װאָס פֿאַר גיחַ, אױפֿן װעג צום מדבר פֿון גבֿעון.", "און די קינדער פֿון בנימין האָבן זיך אײַנגעזאַמלט הינטער אַבֿנרן, און זײ זײַנען געװאָרן צו אײן בונד; און זײ האָבן זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ פֿון אַ בערגל.", "האָט אַבֿנר גערופֿן צו יוֹאָבֿן, און האָט געזאָגט: זאָל דען אײביק פֿאַרצערן די שװערד? װײסטו דען ניט אַז ביטער װעט זײַן צום סָוף? און ביז װאַנען װעסטו ניט הײסן דעם פֿאָלק זיך אומקערן פֿון הינטער זײערע ברידער?", "האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: אַזױ װי גאָט לעבט, אַז װען דו װאָלסט ניט גערעדט, װאָלט ערשט אין דער פֿרי דאָס פֿאָלק אָפּגעטרעטן אײנער פֿון הינטערן אַנדערן.", "און יוֹאָבֿ האָט געבלאָזן אין שופֿר, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אָפּגעשטעלט, און זײ האָבן מער ניט נאָכגעיאָגט ישׂראל, און האָבן מער װײַטער ניט מלחמה געהאַלטן.", "און אַבֿנר און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען דורכן פּלױן יענע גאַנצע נאַכט, און זײ זײַנען אַריבער דעם ירדן, און דורכגעגאַנגען גאַנץ בִתרון, און געקומען קײן מַחנַיִם.", "און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט פֿון הינטער אַבֿנרן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק; האָבן געפֿעלט פֿון דָוִדס קנעכט נײַנצן מאַן און עשׂהאל.", "און דָוִדס קנעכט האָבן געשלאָגן פֿון בנימין, צװישן אַבֿנרס מענטשן -דרײַ הונדערט און זעכציק מאַן זײַנען געבליבן טױט.", "און עשׂהאלן האָבן זײ אַװעקגעטראָגן, און האָבן אים באַגראָבן אין קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער װאָס אין בית-לחם. און יוֹאָבֿ און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט, און זײ איז ליכטיק געװאָרן אין חבֿרון." ], [ "און די מלחמה איז געװען אַ לאַנגע צװישן דעם הױז פֿון שָאולן און צװישן דעם הױז פֿון דָוִדן. און דוד איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער, און דאָס הױז פֿון שָאולן איז געװאָרן אַלץ שװאַכער.", "און בײַ דָוִדן זײַנען געבאָרן געװאָרן זין אין חבֿרון, און זײַן בכָור איז געװען אַמנוֹן, פֿון אַחינוֹעמען פֿון יזרעאל;", "און דער צװײטער פֿון אים, כִּלאָבֿ, פֿון אַבֿיגַיִל דער װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמל; און דער דריטער, אַבֿשָלום, דער זון פֿון מעכה דער טאָכטער פֿון תַּלמַי דעם מלך פֿון גשור;", "און דער פֿירטער, אַדוֹנִיָה, דער זון פֿון חַגיתן; און דער פֿינפֿטער שפֿטיָה דער זון פֿון אַבֿיטַלן;", "און דער זעקסטער, יִתרעָם פֿון דָוִדס װײַב עֶגלָהן. די דאָזיקע זײַנען געבאָרן געװאָרן בײַ דָוִדן אין חבֿרון.", "און עס איז געװען, װען די מלחמה איז געװען צװישן דעם הױז פֿון שָאולן און צװישן דעם הױז פֿון דָוִדן, האָט אַבֿנר זיך געהאַלטן אָן דעם הױז פֿון שָאולן.", "און שָאול האָט געהאַט אַ קעפּסװײַב װאָס איר נאָמען איז געװען רִצפָּה די טאָכטער פֿון אַיָהן. האָט [איש-בוֹשֶת] געזאָגט צו אַבֿנרן: פֿאַר װאָס ביסטו געקומען צו מײַן פֿאָטערס קעפּסװײַב?", "האָט אַבֿנרן זײער געברענט אױף די װערטער פֿון איש-בוֹשֶתן, און ער האָט געזאָגט: בין איך דען אַ הונטסקאָפּ פֿון יהוּדה? איך טו הײַנט צו טאָג חֶסד מיט דעם הױז פֿון דײַן פֿאָטער שָאולן, צו זײַנע אײגענע און צו זײַנע גוטע פֿרײַנט, און איך האָב דיך ניט איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון דָוִדן, און דו װאַרפֿסט מיר הײַנט פֿאָר אַ זינד מיט דער פֿרױ.", "זאָל גאָט טאָן צו אַבֿנרן אַזױ און נאָך מער, אַז אַזױ װי גאָט האָט געשװאָרן צו דָוִדן, אַזױ װעל איך אים טאָן,", "אַריבערצוטראָגן די מלוכה פֿון שאָולס הױז, און אױפֿשטעלן דעם טראָן פֿון דָוִדן איבער ישׂראל און איבער יהוּדה, פֿון דן און ביז באֵר-שֶבֿע!", "און ער האָט מער אַ װאָרט ניט געקענט ענטפֿערן אַבֿנרן, פֿון זײַן מורא פֿאַר אים.", "און אַבֿנר האָט אױפֿן אָרט געשיקט שלוחים צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: בײַ װעמען איז דאָס לאַנד? אַזױ צו זאָגן: שליס דײַן בונד מיט מיר, און אָט איז מײַן האַנט מיט דיר איבערצודרײען צו דיר גאַנץ ישׂראל.", "האָט ער געזאָגט: גוט, איך װעל שליסן מיט דיר אַ בונד, אָבער אײן זאַך פֿאַרלאַנג איך פֿון דיר, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט ניט זען מײַן פּנים, סײַדן דו ברענגסט צוגלײַך מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן, װען דו קומסט זען מײַן פּנים.", "און דוד האָט געשיקט שלוחים צו איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, אַזױ צו זאָגן: גיב מיר מײַן װײַב מיכלען, װאָס איך האָב פֿאַרקנאַסט צו מיר מיט הונדערט פֿאָרהױטן פֿון די פּלִשתּים.", "האָט איש-בוֹשֶת געשיקט, און האָט זי אָפּגענומען פֿון דעם מאַן, פֿון פַּלטיאֵל דעם זון פֿון לַיִשן.", "און איר מאַן איז געגאַנגען מיט איר, געגאַנגען נאָך איר און געװײנט ביז בחורים. האָט אַבֿנר צו אים געזאָגט: גײ קער זיך אום; און ער האָט זיך אומגעקערט.", "און אַבֿנר האָט געהאַט אַ גערײד מיט די עלטסטע פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: נאָך נעכטן און נאָך אײערנעכטן האָט איר באַגערט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער אײַך.", "און אַצונד טוט; װאָרום גאָט האָט געזאָגט אױף דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דורך דער האַנט פֿון דוד מײַן קנעכט װעל איך העלפֿן מײַן פֿאָלק ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײערע פֿײַנט.", "און אַבֿנר האָט אױך גערעדט אין די אױערן פֿון בנימין. און אַבֿנר איז אױך געגאַנגען דערצײלן אין די אױערן פֿון דָוִדן אין חבֿרון אַלץ װאָס איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון ישׂראל, און אין די אױגן פֿון גאַנצן הױז פֿון בנימין.", "און אַבֿנר איז געקומען צו דָוִדן קײן חבֿרון, און צװאַנציק מאַן מיט אים. און דוד האָט געמאַכט פֿאַר אַבֿנרן און פֿאַר די מענטשן װאָס מיט אים אַ מאָלצײַט.", "און אַבֿנר האָט געזאָגט צו דָוִדן: איך װעל אױפֿשטײן און װעל גײן, און איך װעל אײַנזאַמלען צו מײַן האַר דעם מלך גאַנץ ישׂראל, און זײ װעלן שליסן מיט דיר אַ בונד, און װעסט קיניגן װי װײַט דײַן האַרץ געלוסט. און דוד האָט אַװעקגעשיקט אַבֿנרן, און ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום.", "ערשט די קנעכט פֿון דָוִדן און יוֹאָבֿ זײַנען אָנגעקומען פֿון אַן אָנפֿאַל, און זײ האָבן געבראַכט מיט זיך פֿיל רױב; און אַבֿנר איז שױן ניט געװען בײַ דָוִדן אין חבֿרון, װײַל ער האָט אים אַװעקגעשיקט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום.", "און װי יוֹאָבֿ און דער גאַנצער חיל װאָס מיט אים זײַנען אָנגעקומען, האָט מען דערצײלט יוֹאָבֿן, אַזױ צו זאָגן: אַבֿנר דער זון פֿון נֵרן איז געקומען צום מלך, און ער האָט אים אַװעקגעשיקט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען בשלום.", "איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך, און האָט געזאָגט: װאָס האָסטו געטאָן? אָט איז אַבֿנר געקומען צו דיר; אַלמַאי האָסטו אים אָפּגעלאָזט, און ער איז אַװעקגעגאַנגען?", "דו קענסט אַבֿנר דעם זון פֿון נֵרן, אַז דיך צו פֿאַרנאַרן איז ער געקומען, און געװאָר צו װערן װוּ אױס און װוּ אײַן בײַ דיר, און געװאָר צו װערן אַלץ װאָס דו טוסט.", "און יוֹאָבֿ איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דָוִדן, און ער האָט געשיקט שלוחים נאָך אַבֿנרן, און זײ האָבן אים אומגעקערט פֿון בָור-סירה; און דוד האָט ניט געװוּסט.", "און װי אַבֿנר האָט זיך אומגעקערט קײן חבֿרון, אַזױ האָט אים יוֹאָבֿ אָפּגענײַגט אינעװײניק אין טױער, כּדי צו רעדן מיט אים שטילערהײט, און ער האָט אים דאָרטן געשלאָגן אין בױך, און ער איז געשטאָרבן, פֿאַר דעם בלוט פֿון זײַן ברודער עשׂהאלן.", "און דוד האָט עס דערנאָך געהערט, און ער האָט געזאָגט: רײן בין איך און מײַן מלוכה פֿאַר גאָט אױף אײביק פֿון דעם בלוט פֿון אַבֿנר דעם זון פֿון נֵרן.", "זאָל עס פֿאַלן אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹאָבֿן, און אױפֿן גאַנצן הױז פֿון זײַן פֿאָטער, און זאָל ניט אױסגײן פֿון יוֹאָבֿס הױז אַ פֿלוסיקער און אַ קרעציקער, און דער װאָס האַלט זיך אױף אַ שטעקן, און דער װאָס פֿאַלט דורכן שװערד און דער װאָס אים פֿעלט ברױט.", "און יוֹאָבֿ און אַבֿישַי זײַן ברודער האָבן געהרגעט אַבֿנרן פֿאַר װאָס ער האָט געטײט זײער ברודער עשׂהאלן אין גבֿעון אין דער מלחמה.", "און דוד האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן און צו דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס מיט אים: צערײַסט אײַערע קלײדער, און גורט אָן זאַק, און קלאָגט פֿאַרױס פֿאַר אַבֿנרן. און דער מלך דוד איז געגאַנגען נאָך דער מיטה.", "און זײ האָבן באַגראָבן אַבֿנרן אין חבֿרון.", "און דער מלך האָט אױפֿגעהױבן זײַן קָול, און האָט געװײנט אױף אַבֿנרס קבֿר, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט מיטגעװײנט. און דער מלך האָט געקלאָגט אױף אַבֿנרן, און האָט געזאָגט: זאָל אַבֿנר שטאַרבן װי אַ נידערטרעכטיקער שטאַרבט?", "דײַנע הענט זײַנען ניט געבונדן געװען, און דײַנע פֿיס ניט אין קײטן געשמידט; װי מע פֿאַלט פֿאַר פֿאַרברעכער ביסטו געפֿאַלן. און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט װידער געװײנט אױף אים.", "און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען צו געבן עסן דָוִדן ברױט װען עס איז נאָך געװען טאָג, אָבער דוד האָט געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זאָל מיר גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב איך װעל פֿאַרזוכן ברױט אָדער עפּעס װאָס עס איז, אײדער די זון גײט אונטער!", "און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געמערקט, און עס איז װױלגעפֿעלן אין זײערע אױגן; אַלץ װאָס דער מלך האָט געטאָן איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק.", "און דאָס גאַנצע פֿאָלק און גאַנץ ישׂראל האָבן געװוּסט אין יענעם טאָג, אַז דאָס איז ניט געװען פֿון מלך, צו טײטן אַבֿנר דעם זון פֿון נֵרן.", "און דער מלך האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: פֿאַר װאָר, איר דאַרפֿט װיסן, אַז אַ האַר און אַ גרױסער מאַן איז געפֿאַלן הײַנטיקן טאָג אין ישׂראל.", "און איך בין הײַנט שװאַך, און נאָר-װאָס געזאַלבט פֿאַר אַ מלך, און די דאָזיקע לײַט, די זין פֿון צרוּיָהן, זײַנען צו האַרט פֿאַר מיר. זאָל גאָט באַצאָלן דעם שלעכטסטוער לױט זײַן שלעכטיקײט." ], [ "און שאָולס זון האָט געהערט, אַז אַבֿנר איז אומגעקומען אין חבֿרון, און זײַנע הענט זײַנען שלאַף געװאָרן, און גאַנץ ישׂראל זײַנען דערשראָקן געװאָרן.", "און שאָולס זון האָט געהאַט צװײ הױפּטלײַט פֿון מחנות; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען בַעַנָה, און דער נאָמען פֿון צװײטן רֵכָבֿ, זין פֿון רִמוֹן דעם באֵרוֹתער, פֿון די קינדער פֿון בנימין; װאָרום אױך בארות װערט גערעכנט צו בנימין;", "און די באֵרוֹתער זײַנען אַנטלאָפֿן קײן גִתַּיִם, און זײַנען דאָרטן געבליבן װױנער ביז אױף הײַנטיקן טאָג.", "און יהונתן דער זון פֿון שָאולן האָט געהאַט אַ זון אַ לאָמען אױף די פֿיס. ער איז געװען פֿינף יאָר אַלט, װען די הערונג װעגן שָאולן און יהונתנען איז אָנגעקומען פֿון יזרעאל. האָט אים זײַן אַם אױפֿגעהױבן און איז געלאָפֿן: איז, אין איר אײַלעניש צו אַנטלױפֿן, איז ער געפֿאַלן און איז הינקעדיק געװאָרן. און זײַן נאָמען איז געװען מפֿיבֿוֹשת.", "זײַנען געגאַנגען די זין פֿון רִמוֹן דעם באֵרוֹתער, רֵכָבֿ און בַעַנָה, און זײ זײַנען געקומען אין דער היץ פֿון טאָג צום הױז פֿון איש-בוֹשֶתן, בעת ער האָט געשלאָפֿן דעם מיטאָגשלאָף.", "און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעװײניק אין הױז װי קױפֿער פֿון װײץ, און האָבן אים געשלאָגן אין בױך; און רֵכָבֿ און זײַן ברודער בַעַנָה זײַנען אַנטרונען געװאָרן.", "און אַז זײ זײַנען אַרײַן אין הױז, װען ער איז געלעגן אױף זײַן בעט אין זײַן שלאָפֿקאַמער, און האָבן אים געשלאָגן און געטײט, האָבן זײ אָפּגעשניטן זײַן קאָפּ; און זײ האָבן גענומען זײַן קאָפּ, און זײַנען געגאַנגען מיטן װעג פֿון פּלױן אַ גאַנצע נאַכט.", "און זײ האָבן געבראַכט דעם קאָפּ פֿון איש-בוֹשֶתן צו דָוִדן קײן חבֿרון, און זײ האָבן געזאָגט צום מלך: אָט איז דער קאָפּ פֿון איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאול דײַן פֿײַנט װאָס האָט געזוכט דײַן לעבן; און גאָט האָט הײַנטיקן טאָג געגעבן מײַן האַר דעם מלך אַ נקמה אָן שָאולן און אָן זײַן זאָמען.", "האָט דוד געענטפֿערט רֵכָבֿן און זײַן ברודער בַעַנָהן, די זין פֿון רִמוֹן דעם באֵרוֹתער, און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט גאָט װאָס האָט אױסגעלײזט מײַן זעל פֿון יעטװעדער צרה,", "אַז דער װאָס האָט מיר דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: ״זע, שָאול איז טױט״, און ער איז געװען װי אַ בשׂורה-ברענגער אין זײַנע אױגן, האָב איך אים אָנגענומען, און האָב אים געהרגעט אין ציקלַג, אָנשטאָט װאָס איך זאָל אים געבן בשׂורה-געלט.", "הײַנט װי נאָך אַז מענטשן רשעיִם האָבן געהרגעט אַן אומשולדיקן מענטשן אין זײַן הױז אױף זײַן געלעגער, זאָל איך אַצונד ניט מאָנען זײַן בלוט פֿון אײַער האַנט, און אײַך אָפּראַמען פֿון דער ערד?", "און דוד האָט באַפֿױלן די יונגען, און זײ האָבן זײ געהרגעט, און אָפּגעהאַקט זײערע הענט און זײערע פֿיס, און זײ אױפֿגעהאַנגען בײַם טײַך אין חבֿרון. און דעם קאָפּ פֿון איש-בוֹשֶתן האָבן זײ גענומען און באַגראָבן אין דעם קבֿר פֿון אַבֿנרן אין חבֿרון." ], [ "און אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל זײַנען געקומען צו דָוִדן קײן חבֿרון, און זײ האָבן געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: דײַן בײן און דײַן פֿלײש זײַנען מיר.", "נאָך נעכטן און נאָך אײערנעכטן, אַז שָאול איז געװען מלך איבער אונדז, ביסט דו געװען דער װאָס האָט אַרױסגעפֿירט און אַרײַנגעפֿירט ישׂראל. און גאָט האָט צו דיר געזאָגט: דו זאָלסט פֿיטערן מײַן פֿאָלק, ישׂראל, און דו זאָלסט זײַן אַ פֿירשט איבער ישׂראל.", "און אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל זײַנען געקומען צום מלך קײן חבֿרון, און דער מלך דוד האָט זײ געשלאָסן אַ בונד אין חבֿרון פֿאַר גאָט, און זײ האָבן געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל.", "דרײַסיק יאָר איז דוד אַלט געװען װען ער איז געװאָרן מלך; פֿערציק יאָר האָט ער געקיניגט.", "אין חבֿרון האָט ער געקיניגט איבער יהוּדה זיבן יאָר און זעקס חדשים, און אין ירושלים האָט ער געקיניגט דרײַ און דרײַסיק יאָר איבער גאַנץ ישׂראל און יהוּדה.", "און דער מלך איז געגאַנגען מיט זײַנע מענטשן קײן ירושלים אױף דעם יבֿוסי, דעם באַװױנער פֿון לאַנד. האָבן זײ געזאָגט צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: װעסט אַהער ניט קומען סײַדן װעסט אָפּטאָן די בלינדע און די הינקעדיקע; אַזױ צו זאָגן: דוד קען אַהער ניט קומען.", "אָבער דוד האָט באַצװוּנגען די פֿעסטונג פֿון צִיון, דאָס איז דָוִדס-שטאָט.", "און דוד האָט געזאָגט אין יענעם טאָג: װער נאָר עס װעט שלאָגן דעם יבֿוסי, און װעט צוקומען צו דער װאַסעררינע, און [אָפּטאָן] די הינקעדיקע און די בלינדע, די פֿאַרהאַסטע פֿון דָוִדס זעל. . . . . דרום זאָגט מען: אַ בלינדער און אַ הינקעדיקער איז דאָ; מע קען ניט אַרײַן אין הױז.", "און דוד האָט זיך באַזעצט אין דער פֿעסטונג, און ער האָט זי גערופֿן דָוִדס-שטאָט;", "און דוד האָט פֿאַרבױט רונד אַרום פֿון מלוא און אינעװײניק צו. און דוד איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און יהוה דער גאָט פֿון צבֿאות איז געװען מיט אים.", "און חירָם דער מלך פֿון צור האָט געשיקט שלוחים צו דָוִדן מיט צעדערהאָלץ און האָלצמײַנסטערס און שטײנמײַנסטערס, און זײ האָבן געבױט אַ הױז פֿאַר דָוִדן.", "און דוד האָט געװוּסט אַז גאָט האָט אים באַפֿעסטיקט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, און אַז ער האָט דערהױבן זײַן מלוכה פֿון װעגן זײַן פֿאָלק ישׂראל.", "און דוד האָט גענומען נאָך קעפּסװײַבער און װײַבער פֿון ירושלים נאָך זײַן קומען פֿון חבֿרון, און בײַ דָוִדן זײַנען געבאָרן געװאָרן נאָך זין און טעכטער.", "און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין ירושלים: שַמוּעַ, און שוֹבֿבֿ, און נתן, און שלמה;", "און יִבֿחָר, און אֶלישוּעַ, און נֶפֿג, און יָפֿיע;", "און אֶלישָמָע, און אֶליָדָע, און אֶליפֿלט.", "און די פּלִשתּים האָבן געהערט אַז מע האָט געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, און אַלע פּלִשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו זוכן דָוִדן. האָט דוד דערהערט, און ער האָט אַראָפּגענידערט צו דער פֿעסטונג.", "און די פּלִשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין טאָל רפֿאים.", "האָט דוד געפֿרעגט בײַ גאָט, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך אַרױפֿגײן אַקעגן די פּלִשתּים? װעסטו זײ געבן אין מײַן האַנט? האָט גאָט געזאָגט צו דָוִדן: גײ אַרױף װאָרום געבן װעל איך געבן די פּלִשתּים אין דײַן האַנט.", "איז דוד געקומען אין בעל-פּרָצים, און דוד האָט זײ דאָרטן געשלאָגן, און ער האָט געזאָגט: גאָט האָט דורכגעבראָכן מײַנע פֿײַנט פֿאַר מיר, אַזױ װי אַ דורכבראָך פֿון װאַסער. דרום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בַעַל-פּרָצים.", "און זײ האָבן דאָרטן איבערגעלאָזט זײערע געצנבילדער, און דוד און זײַנע מענטשן האָבן זײ אַװעקגעטראָגן.", "און די פּלִשתּים זײַנען װידער אַ מאָל אַרױפֿגעקומען, און האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אין טאָל רפֿאים.", "האָט דוד געפֿרעגט בײַ גאָט, און ער האָט געזאָגט: זאָלסט ניט אַרױפֿגײן; דרײ זיך אױס הינטער זײ, און זאָלסט קומען אױף זײ פֿון אַקעגן די מױלבערבײמער.", "און עס װעט זײַן, אַז דו הערסט אַ גערױש פֿון טריט אין די שפּיצן פֿון די מױלבערבײמער, דענצמאָל זאָלסטו אײַלן, װאָרום דענצמאָל איז גאָט אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס, צו שלאָגן אין דעם לאַגער פֿון די פּלִשתּים.", "און דוד האָט אַזױ געטאָן – אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן, און ער האָט געשלאָגן די פּלִשתּים פֿון גֶבֿע ביז דו קומסט קײן גזר." ], [ "און דוד האָט װידער אײַנגעזאַמלט אַלע געקליבענע אין ישׂראל, דרײַסיק טױזנט מאַן.", "און דוד איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען מיט דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס מיט אים פֿון בַעַלֵי-יהוּדָה, אַרױפֿצוברענגען פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון גאָט, װאָס אױף אים װערט גערופֿן דער נאָמען – דער נאָמען פֿון גאָט פֿון צבֿאות װאָס זיצט אױף די כּרובֿים.", "און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון גאָט אױף אַ נײַעם װאָגן, און האָבן אים אַװעקגענומען פֿון אַבֿינָדֶבֿס הױז װאָס אין גִבֿעָה. און עוּזָה און אַחיו די זין פֿון אַבֿינָדֶבֿן האָבן געפֿירט דעם נײַעם װאָגן.", "און אַז זײ האָבן אים אַװעקגענומען פֿון אַבֿינָדֶבֿס הױז װאָס אין גִבֿעָה, מיט דעם אָרון פֿון גאָט, איז אַחיו געגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן אָרון.", "און דוד און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל האָבן געשפּילט פֿאַר גאָט אױף אַלערלײ [כּלי-זֶמֶר פֿון] ציפּרעסנהאָלץ, און אױף האַרפֿן, און אױף גיטאַרן, און אױף פּױקן, און אױף קלעפּערלעך, און אױף צימבלען.", "און װי זײ זײַנען געקומען ביזן שײַער פֿון נָכון, האָט עוּזָה אױסגעשטרעקט זײַן האַנט צום אָרון פֿון גאָט, און האָט אים אָנגענומען, װאָרום די רינדער האָבן אים אַראָפּגערוקט.", "האָט דער צאָרן פֿון גאָט געגרימט אױף עוּזָהן, און גאָט האָט אים דאָרטן געשלאָגן פֿאַר דעם פֿאַרזע. און ער איז דאָרטן געשטאָרבן לעבן דעם אָרון פֿון גאָט.", "און דָוִדן האָט געערגערט פֿאַר װאָס גאָט האָט געבראַכט אַ בראָך אױף עוּזָהן. און מע רופֿט יענעם אָרט פֶּרֶץ-עוּזָה ביז אױף הײַנטיקן טאָג.", "און דוד האָט מורא געהאַט פֿאַר גאָט יענעם טאָג, און ער האָט געזאָגט: װי אַזױ זאָל דער אָרון פֿון גאָט קומען צו מיר?", "און דוד האָט ניט געװאָלט אָפּקערן דעם אָרון פֿון גאָט צו זיך אין דָוִדס-שטאָט, און דוד האָט אים אָפּגעפֿירט צו דעם הױז פֿון עוֹבֿד-אדומען פֿון גַת.", "און דער אָרון פֿון גאָט איז געבליבן אין הױז פֿון עוֹבֿד-אדומען פֿון גַת דרײַ חדשים. און גאָט האָט געבענטשט עוֹבֿד-אדומען און זײַן גאַנץ הױז.", "איז דערצײלט געװאָרן דעם מלך דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: גאָט האָט געבענטשט דאָס הױז פֿון עוֹבֿד-אדומען און אַלץ װאָס געהערט צו אים, פֿון װעגן דעם אָרון פֿון גאָט. איז דוד געגאַנגען, און האָט אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון גאָט פֿון עוֹבֿד-אדומס הױז אין דָוִדס-שטאָט, מיט אַ שִׂמחה.", "און עס איז געװען, װי די טרעגערס פֿון דעם אָרון פֿון גאָט זײַנען אָפּגעגאַנגען זעקס טריט, אַזױ האָט ער געשלאַכט אַן אָקס און אַ געשטאָפּט רינד.", "און דוד האָט געטאַנצט מיטן גאַנצן כּוח פֿאַר גאָט; און דוד איז געװען אָנגעגורט אין אַ לײַנענעם אפֿוד.", "און דוד און דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל, האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון גאָט מיט שאַלונג און מיט אַ קָול פֿון שופֿר.", "און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון גאָט איז געקומען אין דָוִדס-שטאָט, אַזױ האָט מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און האָט געזען דעם מלך דָוִדן טאַנצן און שפּרינגען פֿאַר גאָט, און זי האָט אים פֿאַראַכט אין איר האַרצן.", "און זײ האָבן געבראַכט דעם אָרון פֿון גאָט, און האָבן אים אַװעקגעשטעלט אױף זײַן אָרט, אין דעם געצעלט װאָס דוד האָט פֿאַר אים אױפֿגעשטעלט. און דוד האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער פֿאַר גאָט.", "און אַז דוד האָט געענדיקט אױפֿברענגען די בראַנדאָפּפֿער און די פֿרידאָפּפֿער, האָט ער געבענטשט דאָס פֿאָלק אין דעם נאָמען פֿון גאָט פֿון צבֿאות.", "און ער האָט אױסגעטײלט דעם גאַנצן פֿאָלק, דעם גאַנצן המון פֿון ישׂראל, פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, איטלעכן אַ חלה ברױט, און אַ חלק פֿלײש, און אַ ראָזינקעקוכן. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געגאַנגען איטלעכער צו זײַן הױז.", "און דוד האָט זיך אומגעקערט צו בענטשן זײַן הױזגעזינט. איז מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן אַרױסגעגאַנגען דָוִדן אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: װאָס פֿאַר אַ כּבֿוד האָט זיך הײַנט אָנגעטאָן דער מלך פֿון ישׂראל, װען ער האָט זיך הײַנט אָפּגעדעקט פֿאַר די אױגן פֿון די דינסטן פֿון זײַנע קנעכט, אַזױ װי אָפּדעקן דעקט זיך אָפּ אײנער פֿון די נישטװערטיקע!", "האָט דוד געזאָגט צו מיכלען: פֿאַר גאָט װאָס האָט אױסדערװײלט מיך אײדער דײַן פֿאָטער און אײדער דײַן גאַנץ הױז, מיך צו באַפֿעלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער דעם פֿאָלק פֿון גאָט, איבער ישׂראל – פֿאַר גאָט װעל איך מיך פֿרײלעך מאַכן.", "און איך װעל זיך נאָך קלענער האַלטן װי דאָס, און װעל זײַן שָפֿל אין מײַנע אױגן. און מיט די דינסטן װאָס דו זאָגסט, מיט זײ טו איך זיך אָן כּבֿוד.", "און מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן, זי האָט ניט געהאַט קײן קינד ביז דעם טאָג פֿון איר טױט." ], [ "און עס איז געװען, אַז דער מלך האָט זיך באַזעצט אין זײַן הױז, און גאָט האָט אים באַרוט רונד אַרום פֿון אַלע זײַן פֿײַנט,", "האָט דער מלך געזאָגט צו נתן דעם נבֿיא: זע נאָר, איך װױן אין אַ הױז פֿון צעדערן, און דער אָרון פֿון גאָט װױנט אין פֿאָרהאַנגען.", "האָט נתן געזאָגט צום מלך: אַלץ װאָס אין דײַן האַרצן גײ טו, װאָרום גאָט איז מיט דיר.", "און עס איז געװען, אין יענער נאַכט, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו נתנען, אַזױ צו זאָגן:", "גײ און זאָלסט זאָגן צו מײַן קנעכט, צו דָוִדן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װילסט דו דען מיר בױען אַ הױז צום װױנען פֿאַר מיר?", "אַז איך האָב ניט געװױנט אין אַ הױז פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון ישׂראל פֿון מצרַיִם און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, נײַערט איך פֿלעג אומגײן אין אַ געצעלט און אין אַ מִשכּן.", "אומעטום װוּ איך בין אומגעגאַנגען צװישן אַלע קינדער פֿון ישׂראל, צי האָב איך אַ װאָרט גערעדט מיט אײנעם פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל, װאָס איך האָב באַפֿױלן צו פֿיטערן מײַן פֿאָלק ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר מיר ניט געבױט אַ הױז פֿון צעדערן?", "און אַצונד, זאָלסטו אַזױ זאָגן צו מײַן קנעכט, צו דָוִדן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבֿאות: איך האָב דיך גענומען פֿון דעם פֿיטערפּלאַץ, פֿון הינטער די שאָף, צו זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק, איבער ישׂראל.", "און איך בין געװען מיט דיר אומעטום װוּ דו ביסט געגאַנגען, און איך האָב פֿאַרשניטן אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר; און איך װעל דיר מאַכן אַ גרױסן נאָמען, אַזױ װי דער נאָמען פֿון די גרעסטע װאָס אױף דער ערד.", "און איך װעל מאַכן אַן אָרט פֿאַר מײַן פֿאָלק, פֿאַר ישׂראל, און װעל אים אײַנפֿלאַנצן, ער זאָל רוען אױף זײַן אָרט, און מער ניט ציטערן; און פֿאַרברעכער זאָלן אים מער ניט פּײַניקן אַזױ װי צוערשט,", "פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב באַפֿױלן שופֿטים איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל; און איך װעל דיך באַרוען פֿון אַלע דײַנע פֿײַנט. און גאָט זאָגט דיר אָן, אַז גאָט װעט דיר מאַכן אַ הױז.", "אַז דײַנע טעג װעלן דערפֿילט װערן, און װעסט זיך לײגן מיט דײַנע עלטערן, װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען נאָך דיר, דעם װאָס װעט אַרױסגײן פֿון דײַנע אינגעװײד, און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן מלוכה.", "ער װעט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, און איך װעל באַפֿעסטיקן דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה ביז אױף אײביק.", "איך װעל אים זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון, אַז װען ער פֿאַרברעכט, װעל איך אים שטראָפֿן מיט דער רוט פֿון מענטשן, און מיט די פּלאָגן פֿון מענטשנקינדער.", "אָבער מײַן חֶסד װעט זיך ניט אָפּטאָן פֿון אים, אַזױ װי איך האָב אָפּגעטאָן פֿון שָאולן, װעמען איך האָב אָפּגעטאָן פֿון פֿאַר דיר.", "און דײַן הױז און דײַן מלוכה װעלן ביז אײביק זײַן זיכער פֿאַר דיר; דײַן טראָן װעט זײַן פֿעסט ביז אײביק.", "אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער, און אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע זעונג, אַזױ האָט נתן גערעדט צו דָוִדן.", "און דער מלך דוד איז געקומען, און האָט זיך געזעצט פֿאַר גאָט, און האָט געזאָגט: װער בין איך, גאָט דו האַר, און װער איז מײַן הױז, װאָס דו האָסט מיך געבראַכט ביז אַהער?", "און דאָס איז נאָך געװען קלײן אין דײַנע אױגן, גאָט דו האַר, און דו האָסט אױך גערעדט װעגן דײַן קנעכטס הױז אױף װײַטער אַהין, װאָס דאָס איז נאָר דער שטײגער מיט אַ לײַט, גאָט דו האַר.", "און װאָס מער נאָך זאָל דוד רעדן צו דיר? דו קענסט דאָך דײַן קנעכט, גאָט דו האַר.", "פֿון װעגן דײַן װאָרט, און לױט דײַן האַרצן, האָסטו געטאָן, צו לאָזן װיסן דײַן קנעכט די דאָזיקע גאַנצע גדולה.", "דעריבער ביסטו גרױס, יהוה דו גאָט, װאָרום ניטאָ אַזאַ װי דו, און ניטאָ קײן גאָט אחוץ דיר, לױט אַלץ װאָס מיר האָבן געהערט מיט אונדזערע אױערן.", "און װאָסער אײנציקע אומה אױף דער ערד איז אַזױ װי דײַן פֿאָלק ישׂראל, װאָס גאָט איז געגאַנגען אױסלײזן זיך צום פֿאָלק, און זיך צו מאַכן אַ נאָמען, און צו טאָן – פֿון אײַערט װעגן-גרױס׳, און פֿאָרכטיקע זאַכן, פֿאַר דײַן לאַנד, [צו פֿאַרטרײַבן] פֿון פֿאַר דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט דיר אױסגעלײזט פֿון מצרַיִם, אומות מיט זײערע געטער?", "און דו האָסט דיר באַפֿעסטיקט דײַן פֿאָלק ישׂראל דיר צום פֿאָלק אױף אײביק, און דו, יהוה, ביסט געװאָרן זײ צום גאָט.", "און אַצונד, יהוה דו גאָט, דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט װעגן דײַן קנעכט און װעגן זײַן הױז, זײַ מקיים אױף אײביק, און טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט.", "און זאָל געגרײסט װערן דײַן נאָמען ביז אײביק, אַזױ צו זאָגן: יהוה פֿון צבֿאות איז דער גאָט איבער ישׂראל; און דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט דָוִדן זאָל זײַן פֿעסט פֿאַר דיר.", "װאָרום דו, יהוה פֿון צבֿאות, דער גאָט איבער ישׂראל, האָסט אַנטפּלעקט דעם אױער פֿון דײַן קנעכט, אַזױ צו זאָגן: איך װעל דיר בױען אַ הױז; דרום האָט דײַן קנעכט געפֿונען בײַ זיך האַרץ מתפּלל צו זײַן צו דיר די דאָזיקע תּפֿילה.", "און אַצונד, יהוה גאָט, דו ביסט גאָט, און דײַנע װערטער מוזען זײַן אמת, און דו האָסט צוגעזאָגט דײַן קנעכט דאָס דאָזיקע גוטס;", "דרום באַװיליק אַצונד, און בענטש דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט צו זײַן אױף אײביק פֿאַר דיר, װאָרום דו גאָט דער האַר האָסט גערעדט; און פֿון דײַן ברכה זאָל דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט געבענטשט װערן אױף אײביק." ], [ "און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דוד געשלאָגן די פּלִשתּים, און האָט זײ געמאַכט אונטערטעניק, און דוד האָט צוגענומען מֶתֶג-אַמָה פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.", "און ער האָט געשלאָגן מואָבֿ, און האָט זײ געמאָסטן מיט אַ שנור, זײ אױסלײגנדיק אױף דער ערד; און ער האָט אָפּגעמאָסטן צװײ שנורן צו טײטן, און אײן פֿולע שנור צו לאָזן לעבן. און מואָבֿ איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען אָפּגאָב.", "און דוד האָט געשלאָגן הַדַדעֶזֶר דעם זון פֿון רחובֿן, דעם מלך פֿון צוֹבֿה, בעת ער איז געגאַנגען צוריקקריגן זײַן אױבערהאַנט בײַם טײַך פּרת.", "און דוד האָט באַצװוּנגען פֿון אים טױזנט און זיבן הונדערט רײַטער, און צװאַנציק טױזנט פֿוסגײער; און דוד האָט געלײמט אַלע געשפּאַנען, נאָר איבערגעלאָזט פֿון זײ הונדערט געשפּאַן.", "איז ארם פֿון דמשׂק געקומען העלפֿן הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה, און דוד האָט געשלאָגן פֿון ארם צװײ און צװאַנציק טױזנט מאַן.", "און דוד האָט געשטעלט װאַכן אין ארם פֿון דמשׂק, און ארם איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען אָפּגאָב. און גאָט האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען.", "און דוד האָט גענומען די גילדערנע שילדן װאָס זײַנען געװען אױף הַדַדעֶזֶרס קנעכט, און ער האָט זײ געבראַכט קײן ירושלים.", "און פֿון בֶטַח און פֿון בֵרוֹתַי, הַדַדעֶזֶרס שטעט, האָט דער מלך דוד צוגענומען קופּער זײער פֿיל.", "און תּוֹעִי דער מלך פֿון חַמת האָט געהערט אַז דוד האָט געשלאָגן דעם גאַנצן חיל פֿון הַדַדעֶזֶרן,", "און תּוֹעִי האָט געשיקט זײַן זון יוֹרָמען צום מלך דוד, אים צו פֿרעגן אױף פֿריד און אים אָנצוּװינטשן, פֿאַר װאָס ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט הַדַדעֶזֶרן, און אים געשלאָגן, װאָרום הַדַדעֶזֶר האָט געהאַט מלחמה מיט תּוֹעִין; און ער האָט געבראַכט מיט זיך זילבערנע כּלים און גילדערנע כּלים און קופּערנע כּלים.", "זײ אױך האָט דער מלך דוד געהײליקט צו גאָט, מיט דעם זילבער און דעם גאָלד װאָס ער האָט געהײליקט פֿון אַלע פֿעלקער װאָס ער האָט באַצװוּנגען:", "פֿון ארם, און פֿון מואָבֿ, און פֿון די קינדער פֿון עמון, און פֿון די פּלִשתּים, און פֿון עַמָלק, און פֿון דעם רױב פֿון הַדַדעֶזֶר דעם זון פֿון רחובֿן, דעם מלך פֿון צוֹבֿה.", "און דוד האָט זיך געמאַכט אַ שם, װען ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן ארם אין טאָל פֿון זאַלץ – אַכצן טױזנט מאַן.", "און ער האָט געשטעלט װאַכן אין אדום; אין גאַנץ אדום האָט ער געשטעלט װאַכן. און גאַנץ אדום איז געװאָרן קנעכט צו דָוִדן. און גאָט האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען.", "און דוד האָט געקיניגט איבער גאַנץ ישׂראל. און דוד האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט צו זײַן גאַנצן פֿאָלק.", "און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן איז געװען איבערן חיל; און יהוֹשפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער;", "און צָדוֹק דער זון פֿון אַחיטובֿן, און אַחימֶלֶך דער זון פֿון אבֿיתרן, כּהנים; און שׂרָיָה, דער שרײַבער;", "און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבער די כּרֵתים און די פּלֵתים; און די זין פֿון דָוִדן זײַנען געװען אױבערלײַט." ], [ "און דוד האָט געזאָגט: איז נאָך װער דאָ װאָס איז געבליבן פֿון שאָולס הױז, אַז איך זאָל קענען טאָן מיט אים חֶסד פֿון יהונתנס װעגן?", "איז געװען פֿון שאָולס הױז אַ קנעכט װאָס זײַן נאָמען איז געװען ציבֿאָ; האָט מען אים גערופֿן צו דָוִדן, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט: ביסט דו ציבֿאָ? האָט ער געזאָגט: דײַן קנעכט!", "האָט דער מלך געזאָגט: איז ניטאָ מער עמעצער פֿון שאָולס הױז, אַז איך זאָל קענען טאָן מיט אים אַ גאָטס חֶסד? האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך: פֿאַראַן נאָך אַ זון פֿון יהונתנען, אַ לאָמער אױף די פֿיס.", "האָט דער מלך צו אים געזאָגט: אַװוּ איז ער? האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך: זע, ער איז אין הױז פֿון מכיר דעם זון פֿון עַמיאֵלן אין לוֹ-דבֿר.", "האָט דער מלך דוד געשיקט, און האָט אים צוגענומען פֿון דעם הױז פֿון מכירן דעם זון פֿון עַמיאֵלן פֿון לוֹ-דבֿר.", "און מפֿיבֿוֹשת דער זון פֿון יהונתן דעם זון פֿון שָאולן איז געקומען צו דָוִדן, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און האָט זיך געבוקט. האָט דוד געזאָגט: מפֿיבֿוֹשת! האָט ער געזאָגט: דאָ איז דײַן קנעכט.", "האָט דוד צו אים געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום טאָן װעל איך טאָן מיט דיר חֶסד פֿון דײַן פֿאָטער יהונתנס װעגן, און איך װעל דיר אומקערן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון דײַן פֿאָטער שָאולן, און דו װעסט עסן ברױט בײַ מײַן טיש תּמיד.", "האָט ער זיך געבוקט און האָט געזאָגט: װאָס איז דײַן קנעכט, אַז דו זאָלסט זיך אומקוקן אױף אַזאַ טױטן הונט װי איך?", "און דער מלך האָט גערופֿן ציבֿאָן, שאָולס דינער, און האָט צו אים געזאָגט: אַלץ װאָס האָט געהערט צו שָאולן און צו זײַן גאַנצן הױז, האָב איך אָפּגעגעבן צו דעם זון פֿון דײַן האַר.", "און װעסט באַאַרבעטן פֿאַר אים די ערד, דו און דײַנע זין, און דײַנע קנעכט, און װעסט אַרײַנברענגען די תּבֿואה, און עס װעט זײַן פֿאַר דײַן האַרס זון ברױט צום עסן; און מפֿיבֿוֹשת דײַן האַרס זון װעט עסן ברױט בײַ מײַן טיש תּמיד. – און ציבֿאָ האָט געהאַט פֿופֿצן זין און צװאַנציק קנעכט. –", "האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך: אַזױ װי אַלץ װאָס מײַן האַר דער מלך באַפֿעלט זײַן קנעכט, אַזױ װעט דײַן קנעכט טאָן. און מפֿיבֿוֹשת – ער עסט אױך בײַ מײַן טיש אַזױ װי אײנער פֿון דעם מלכס זין.", "און מפֿיבֿוֹשת האָט געהאַט אַ קלײנעם זון װאָס זײַן נאָמען איז געװען מיכאָ. און די גאַנצע באַװױנערשאַפֿט פֿון ציבֿאָס הױז איז געװען קנעכט צו מפֿיבֿוֹשתן.", "און מפֿיבֿוֹשת איז געזעסן אין ירושלים, װאָרום בײַם מלכס טיש האָט ער תּמיד געגעסן. און ער איז געװען אַ הינקעדיקער אױף זײַנע בײדע פֿיס." ], [ "און עס איז געװען נאָך דעם, איז געשטאָרבן דער מלך פֿון די קינדער פֿון עמון, און זײַן זון חָנון איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.", "האָט דוד געזאָגט: לאָמיך טאָן אַ פֿרײַנטלעכקײט מיט חָנון דעם זון פֿון נָחשן, אַזױ װי זײַן פֿאָטער האָט געטאָן אַ פֿרײַנטלעכקײט מיט מיר. און דוד האָט געשיקט דורך זײַנע קנעכט אים צו טרײסטן נאָך זײַן פֿאָטער. און דָוִדס קנעכט זײַנען געקומען אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון עמון.", "האָבן די האַרן פֿון די קינדער פֿון עמון געזאָגט צו חָנון זײער האַר: צי מײנסטו אַז דוד װיל טאָן כּבֿוד דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געשיקט צו דיר טרײסטער? דאָך נאָר אױסצופֿאָרשן די שטאָט און זי אױסצוקוקן און זי דורכצונישטערן האָט דוד געשיקט זײַנע קנעכט צו דיר.", "האָט חָנון גענומען דָוִדס קנעכט און האָט זײ אָפּגעגאָלט אַ האַלבע באָרד, און אָפּגעשניטן זײערע קלײדער אין העלפֿט, ביז זײער געזעס, און זײ אַװעקגעשיקט.", "האָט מען אָנגעזאָגט דָוִדן, און ער האָט געשיקט זײ אַנטקעגן, װאָרום די מענטשן האָבן זיך זײער געשעמט. און דער מלך האָט געלאָזט זאָגן: זיצט אין יריחו ביז אײַער באָרד װעט אָפּװאַקסן, און איר װעט זיך אומקערן.", "האָבן די קינדער פֿון עמון געזען אַז זײ האָבן זיך פֿאַרמיאוסט בײַ דָוִדן, און די קינדער פֿון עמון האָבן געשיקט און געדונגען ארם פֿון בית-רחובֿ, און ארם פֿון צוֹבֿאָ, צװאַנציק טױזנט פֿוסגײער, און דעם מלך פֿון מעכה מיט טױזנט מאַן, און די מענער פֿון טובֿ, צװעלף טױזנט מאַן.", "האָט דוד דערהערט, און ער האָט געשיקט יוֹאָבֿן און דעם גאַנצן חיל, די גבורים.", "און די קינדער פֿון עמון זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה בײַם אײַנגאַנג פֿון טױער; און ארם פֿון צוֹבֿאָ און רחובֿ, און די מענער פֿון טובֿ און פֿון מעכה, זײַנען געװען באַזונדער אין פֿעלד.", "און יוֹאָבֿ האָט געזען אַז דער פֿראָנט פֿון דער מלחמה איז קעגן אים פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן; האָט ער אױסגעקליבן פֿון אַלע געקליבענע פֿון ישׂראל, און אױסגעשטעלט אַקעגן ארם.", "און דאָס איבעריקע פֿאָלק האָט ער געגעבן אױף דער האַנט פֿון זײַן ברודער אַבֿישַין, און אױסגעשטעלט אַקעגן די קינדער פֿון עמון.", "און ער האָט געזאָגט: אױב ארם װעט זײַן שטאַרקער פֿון מיר, װעסטו מיר זײַן צו הילף, און אױב די קינדער פֿון עמון װעלן זײַן שטאַרקער פֿון דיר, װעל איך דיר גײן העלפֿן.", "זײַ שטאַרק, און לאָמיר זיך שטאַרקן, פֿאַר אונדזער פֿאָלק און פֿאַר די שטעט פֿון אונדזער גאָט; און זאָל יהוה טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן.", "און יוֹאָבֿ און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן גענענט אױף מלחמה קעגן ארם, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר אים.", "און װי די קינדער פֿון עמון האָבן געזען אַז ארם איז אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן פֿאַר אַבֿישַין, און זײַנען אַרײַן אין שטאָט. און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט פֿון די קינדער פֿון עמון, און איז געקומען קײן ירושלים.", "און ארם האָט געזען אַז ער איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר ישׂראל, און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין אײנעם.", "און הַדַדעֶזֶר האָט געשיקט און אַרױסגעבראַכט ארם װאָס פֿון יענער זײַט טײַך; און זײ זײַנען געקומען קײן חֵילֶם, מיט שוֹבֿך דעם חיל-פֿירער פֿון הַדַדעֶזֶרן זײ פֿאַרױס.", "איז אָנגעזאָגט געװאָרן דָוִדן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ ישׂראל, און איז אַריבער דעם ירדן, און געקומען קײן חֵילֶם. און ארם האָט זיך אױסגעשטעלט אַקעגן דָוִדן, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אים.", "און ארם איז אַנטלאָפֿן פֿאַר ישׂראל, און דוד האָט געהרגעט פֿון ארם זיבן הונדערט אױף רײַטװעגן, און פֿערציק טױזנט רײַטער; און שוֹבֿך זײער חיל-פֿירער האָט ער געשלאָגן, און ער איז דאָרטן געשטאָרבן.", "און אַלע מלכים, די קנעכט פֿון הַדַדעֶזֶרן, האָבן געזען אַז זײ זײַנען געשלאָגן געװאָרן פֿאַר ישׂראל, און זײ האָבן געמאַכט שלום מיט ישׂראל, און האָבן זײ געדינט. און ארם האָט מורא געהאַט װידער צו העלפֿן די קינדער פֿון עמון." ], [ "און עס איז געװען בײַם אומקער פֿון יאָר, אין דער צײַט װאָס די מלכים גײען אַרױס אױף מלחמה, האָט דוד געשיקט יוֹאָבֿן און זײַנע קנעכט מיט אים, און גאַנץ ישׂראל, און זײ האָבן פֿאַרװיסט די קינדער פֿון עמון, און האָבן געלעגערט אױף רַבָה. און דוד איז געזעסן אין ירושלים.", "און עס איז געװען קעגן אָװנטצײַט, איז דוד אױפֿגעשטאַנען פֿון זײַן געלעגער, און איז אַרומגעגאַנגען אױפֿן דאַך פֿון מלכס הױז, און האָט געזען פֿון דאַך אַ פֿרױ זיך באָדן; און די פֿרױ איז געװען זײער שײן פֿון אױסזען.", "האָט דוד געשיקט און זיך נאָכגעפֿרעגט אױף דער פֿרױ, און מע האָט געזאָגט: דאָס איז דאָך בַת-שֶבֿע, די טאָכטער פֿון אֶליִעָמען, די װײַב פֿון אוּרִיה דעם חִתּי.", "האָט דוד געשיקט שלוחים און האָט זי געלאָזט ברענגען, און זי איז צו אים געקומען, און ער איז געלעגן מיט איר; און זי האָט זיך נאָר װאָס געהאַט גערײניקט פֿון איר אומרײנקײט. און זי האָט זיך אומגעקערט אין איר הױז.", "און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און זי האָט געשיקט און דערצײלט דָוִדן, און געזאָגט: איך בין טראָגעדיק.", "האָט דוד געשיקט צו יוֹאָבֿן: שיק צו מיר אוּרִיה דעם חִתּי. און יוֹאָבֿ האָט געשיקט אוּרִיהן צו דָוִדן.", "איז אוּרִיה צו אים געקומען, און דוד האָט זיך נאָכגעפֿרעגט אױף דעם פֿריד פֿון יוֹאָבֿן, און אױף דעם פֿריד פֿון פֿאָלק, און אױף דעם גאַנג פֿון דער מלחמה.", "און דוד האָט געזאָגט צו אוּרִיהן: נידער אַראָפּ צו דײַן הױז, און װאַש דײַנע פֿיס. איז אוּרִיה אַרױסגעגאַנגען פֿון מלכס הױז, און נאָך אים איז אַרױסגעגאַנגען אַ שפּײַזגעשאַנק פֿון דעם מלך.", "אָבער אוּרִיה האָט זיך געלײגט בײַם אײַנגאַנג פֿון מלכס הױז מיט אַלע קנעכט פֿון זײַן האַר, און האָט ניט אַראָפּגענידערט צו זײַן הױז.", "האָט מען דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אוּרִיה האָט ניט אַראָפּגענידערט צו זײַן הױז. און דוד האָט געזאָגט צו אוּרִיהן: דו קומסט דאָך פֿון װעג, פֿאַר װאָס האָסטו ניט אַראָפּגענידערט צו דײַן הױז?", "האָט אוּרִיה געזאָגט צו דָוִדן: דער אָרון פֿון ישׂראל און יהוּדה זיצן אין בײַדלעך, און מײַן האַר יוֹאָבֿ און די קנעכט פֿון מײַן האַר לאַגערן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, און איך זאָל קומען אין מײַן הױז צו עסן און צו טרינקען, און צו ליגן מיט מײַן װײַב? אַזױ װי דו לעבסט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל טאָן די דאָזיקע זאַך!", "האָט דוד געזאָגט צו אוּרִיהן: בלײַב דאָ אױך הײַנט, און מאָרגן װעל איך דיך אַװעקשיקן. איז אוּרִיה געבליבן אין ירושלים יענעם טאָג און אױף מאָרגן.", "און דוד האָט אים גערופֿן, און ער האָט געגעסן בײַ אים און געטרונקען: און ער האָט אים אָנגעשיכּורט. אָבער אין אָװנט איז ער אַרױסגעגאַנגען זיך לײגן אױף זײַן געלעגער מיט די קנעכט פֿון זײַן האַר, און צו זײַן הױז האָט ער ניט אַראָפּגענידערט.", "און עס איז געװען אין דער פֿרי, האָט דוד געשריבן אַ בריװ צו יוֹאָבֿן, און געשיקט דורך דער האַנט פֿון אוּרִיהן.", "און ער האָט געשריבן אין דעם בריװ אַזױ צו זאָגן: שטעל אוּרִיהן אַקעגן דעם פֿראָנט פֿון דער שטאַרקסטער מלחמה, און קערט אײַך אָפּ פֿון הינטער אים, כּדי ער זאָל געשלאָגן װערן און שטאַרבן.", "און עס איז געװען, אַז יוֹאָבֿ האָט געװאַכט אױף דער שטאָט, האָט ער אַװעקגעשטעלט אוּרִיהן אױף דעם אָרט װאָס ער האָט געװוּסט אַז דאָרטן זײַנען דאָ העלדישע לײַט.", "און די מענער פֿון שטאָט זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און האָבן מלחמה געהאַלטן מיט יוֹאָבֿן, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון דעם פֿאָלק, פֿון דָוִדס קנעכט, און אױך אוּרִיה דער חִתּי איז אומגעקומען.", "און יוֹאָבֿ האָט געשיקט און דערצײלט דָוִדן אַלע געשעענישן פֿון דער מלחמה.", "און ער האָט באַפֿױלן דעם שָלִיח אַזױ צו זאָגן: אַז דו ענדיקסט דערצײלן דעם מלך אַלע געשעענישן פֿון דער מלחמה,", "איז, אױב דער גרימצאָרן פֿון דעם מלך װעט אױפֿגײן, און ער װעט זאָגן צו דיר: נאָך װאָס האָט איר גענענט צו דער שטאָט מלחמה צו האַלטן? האָט איר ניט געװוּסט אַז זײ װעלן שיסן פֿון דער מױער?", "װער האָט דערשלאָגן אַבֿימֶלֶך דעם זון פֿון ירוּבֶשֶתן? האָט ניט אַ פֿרױ אַראָפּגעװאָרפֿן אױף אים אַן אױבערשטן מילשטײן פֿון דער מױער, און ער איז געשטאָרבן אין תּבֿץ? נאָך װאָס האָט איר גענענט צו דער מױער? – זאָלסטו זאָגן: אױך דײַן קנעכט אוּרִיה דער חִתּי איז אומגעקומען.", "איז געגאַנגען דער שָלִיח, און ער איז געקומען און האָט דערצײלט דָוִדן אַלץ װעגן װאָס יוֹאָבֿ האָט אים געשיקט.", "און דער שָלִיח האָט געזאָגט צו דָוִדן: יאָ, די מענטשן זײַנען געװען שטאַרקער פֿון אונדז, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען צו אונדז אין פֿעלד, און מיר האָבן זיך געלאָזט אױף זײ ביזן אײַנגאַנג פֿון טױער.", "און די שיסערס האָבן געשאָסן אױף דײַנע קנעכט פֿון דער מױער, און עס זײַנען אומגעקומען פֿון דעם מלכס קנעכט, און אױך דײַן קנעכט אוּרִיה דער חִתּי איז אומגעקומען.", "האָט דוד געזאָגט צום שָלִיח: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו יוֹאָבֿן: ״זאָל ניט זײַן פֿאַרדראָסיק אין דײַנע אױגן די דאָזיקע זאַך, װאָרום די שװערד פֿאַרצערט, אַזױ צי אַזױ; האַלט אָן דײַן מלחמה אַקעגן דער שטאָט, און צעשטער זי״; און שטאַרק אים.", "און די װײַב פֿון אוּרִיה דעם חִתּי האָט געהערט אַז איר מאַן אוּרִיה איז טױט, און זי האָט געקלאָגט אױף איר מאַן.", "און װי די אַבֿלות איז אַריבער, אַזױ האָט דוד געשיקט און האָט זי אַרײַנגענומען אין זײַן הױז, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב. און זי האָט אים געבאָרן אַ זון. און די זאַך װאָס דוד האָט געטאָן, איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט." ], [ "און גאָט האָט געשיקט נתנען צו דָוִדן, און ער איז צו אים געקומען, און האָט צו אים געזאָגט: צװײ מענטשן זײַנען געװען אין אײן שטאָט: אײנער אַן עושר און אײנער אַן אָרעמאַן.", "בײַם עושר זײַנען געװען שאָף און רינדער זײער פֿיל,", "און בײַם אָרעמאַן איז גאָרנישט געװען אחוץ אײן קלײן שעפֿעלע, װאָס ער האָט געקױפֿט און עס אױפֿגעהאָדעװעט, און עס איז אױפֿגעװאַקסן אין אײנעם מיט אים און מיט זײַנע קינדער. פֿון זײַן ביסן פֿלעגט עס עסן, און פֿון זײַן בעכער פֿלעגט עס טרינקען, און אין זײַן בוזעם פֿלעגט עס ליגן, און עס איז אים געװען װי אַ טאָכטער.", "איז געקומען אַ דורכגײער צו דעם מאַן דעם עושר, און אים איז געװען אַ שאָד צו נעמען פֿון זײַנע שאָף און פֿון זײַנע רינדער, אױף צו מאַכן פֿאַר דעם אורח װאָס איז צו אים געקומען, האָט ער גענומען דאָס שעפֿעלע פֿון דעם אָרעמאַן, און האָט עס געמאַכט פֿאַר דעם מאַן װאָס איז צו אים געקומען.", "האָט דער צאָרן פֿון דָוִדן שטאַרק געגרימט אױף דעם מאַן, און ער האָט געזאָגט צו נתנען: אַזױ װי גאָט לעבט, אַז טױט קומט דעם מאַן װאָס טוט דאָס דאָזיקע!", "און פֿאַר דעם שעפֿעלע דאַרף ער באַצאָלן פֿירפֿאַכיק, דערפֿאַר װאָס ער האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך, און פֿאַר װאָס ער האָט ניט רַחמָנות געהאַט.", "האָט נתן געזאָגט צו דָוִדן: דו ביסט דער מאַן! אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, און איך האָב דיך מציל געװען פֿון שאָולס האַנט;", "און איך האָב דיר געגעבן דאָס הױז פֿון דײַן האַר, און די װײַבער פֿון דײַן האַר אין דײַן בוזעם, און האָב דיר געגעבן דאָס הױז פֿון ישׂראל און יהוּדה. און אױב דאָס איז װינציק, װעל איך דיר צולײגן נאָך און נאָך אַ מאָל אַזױ פֿיל.", "פֿאַר װאָס האָסטו פֿאַראַכט דאָס װאָרט פֿון גאָט, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן? אוּרִיה דעם חִתּי האָסטו דערשלאָגן מיטן שװערד, און זײַן װײַב האָסטו דיר צוגענומען פֿאַר אַ װײַב; און האָסט אים געהרגעט דורך דער שװערד פֿון די קינדער פֿון עמון.", "און אַצונד, זאָל זיך אױף אײביק ניט אָפּטאָן אַ שװערד פֿון דײַן הױז, דערפֿאַר װאָס דו האָסט מיך פֿאַראַכט, און האָסט גענומען די װײַב פֿון אוּרִיה דעם חִתּי דיר צו זײַן פֿאַר אַ װײַב.", "אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך שטעל-אױף אױף דיר אַן אומגליק פֿון דײַן הױז, און איך װעל נעמען דײַנע װײַבער פֿאַר דײַנע אױגן, און זײ געבן צו אַן אַנדערן, און ער װעט ליגן מיט דײַנע װײַבער פֿאַר די אױגן פֿון דער דאָזיקער זון.", "װאָרום דו האָסט געטאָן אין פֿאַרבאָרגעניש, און איך װעל טאָן די דאָזיקע זאַך פֿאַר גאַנץ ישׂראל, און פֿאַר דער זון.", "האָט דוד געזאָגט צו נתנען: איך האָב געזינדיקט צו גאָט. האָט נתן געזאָגט: גאָט האָט אױך אָפּגעטאָן דײַן זינד; װעסט ניט שטאַרבן.", "אָבער װײַל לעסטערן האָסטו געלעסטערט די פֿײַנט פֿון גאָט מיט דער דאָזיקער זאַך, װעט אױך דאָס קינד װאָס איז דיר געבאָרן געװאָרן, זיכער שטאַרבן. און נתן איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז.", "און גאָט האָט געפּלאָגט דאָס קינד װאָס אוּרִיהס װײַב האָט געבאָרן דָוִדן, און ער איז געװאָרן חרובֿ.", "האָט דוד געבעטן גאָט פֿאַר דעם ייִנגל, און דוד האָט געפֿאַסט אַ פֿאַסטונג, און אַז ער פֿלעגט אַהײם קומען, פֿלעגט ער נעכטיקן ליגנדיק אױף דער ערד.", "זײַנען צוגעשטאַנען צו אים אַלע עלטסטע פֿון זײַן הױז, אים צו מאַכן אױפֿשטײן פֿון דער ערד, אָבער ער האָט ניט געװאָלט, און ער האָט ניט געגעסן מיט זײ קײן ברױט.", "און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, איז דאָס קינד געשטאָרבן, און דָוִדס קנעכט האָבן מורא געהאַט אים אױסצוזאָגן אַז דאָס קינד איז געשטאָרבן; װאָרום זײ האָבן געזאָגט: זע, אַז דאָס קינד האָט געלעבט, האָבן מיר צו אים גערעדט, און ער האָט ניט צוגעהערט צו אונדזער קָול, הײַנט װי װעלן מיר זאָגן צו אים: דאָס קינד איז געשטאָרבן? ער װעט זיך נאָך אָנטאָן עפּעס בײז.", "האָט דוד געזען אַז זײַנע קנעכט שושקן זיך, און דוד האָט פֿאַרשטאַנען אַז דאָס קינד איז געשטאָרבן, און דוד האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: איז דאָס קינד געשטאָרבן? האָבן זײ געזאָגט: געשטאָרבן.", "איז דוד אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד, און ער האָט זיך געװאַשן און געזאַלבט, און איבערגעביטן זײַנע קלײדער; און ער איז געקומען אין גאָטס הױז, און האָט זיך געבוקט. און ער איז געקומען אין זײַן הױז, און האָט געבעטן, און מע האָט געלײגט פֿאַר אים ברױט, און ער האָט געגעסן.", "האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: װאָס איז די דאָזיקע זאַך, װאָס דו האָסט געטאָן? פֿון װעגן דעם קינד, אַז עס האָט געלעבט, האָסטו געפֿאַסט און געװײנט, און װי דאָס קינד איז געשטאָרבן, ביסטו אױפֿגעשטאַנען און האָסט געגעסן ברױט?", "האָט ער געזאָגט: אַז דאָס קינד האָט נאָך געלעבט האָב איך געפֿאַסט און געװײנט, װײַל איך האָב געקלערט: װער װײס, גאָט קען מיך לײַטזעליקן, און דאָס קינד װעט בלײַבן לעבן.", "אַצונד אָבער אַז ער איז געשטאָרבן, נאָך װאָס זאָל איך פֿאַסטן? צי קען איך אים װידער אומקערן? איך גײ צו אים, אָבער ער װעט זיך ניט אומקערן צו מיר.", "און דוד האָט געטרײסט זײַן װײַב בת-שֶבֿען, און ער איז געקומען צו איר, און איז געלעגן מיט איר. און זי האָט געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען שלמה, און גאָט האָט אים ליב געהאַט.", "און ער האָט געשיקט דורך נתן דעם נבֿיא, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען ידידיָה פֿון װעגן גאָט.", "און יוֹאָבֿ האָט מלחמה געהאַלטן אױף רַבָה פֿון די קינדער פֿון עמון, און ער האָט באַצװוּנגען די מלוכה-שטאָט.", "און יוֹאָבֿ האָט געשיקט שלוחים צו דָוִדן, און האָט געזאָגט: איך האָב מלחמה געהאַלטן אױף רַבָה, אױך האָב איך באַצװוּנגען די װאַסערשטאָט.", "און אַצונד, זאַמל אײַן דאָס איבעריקע פֿאָלק, און לעגער אױף דער שטאָט, און באַצװינג זי; אַזיסט װעל איך באַצװינגען די שטאָט, און מײַן נאָמען װעט גערופֿן װערן אױף איר.", "האָט דוד אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, און ער איז געגאַנגען קײן רַבָה, און האָט מלחמה געהאַלטן אױף איר, און האָט זי באַצװוּנגען.", "און ער האָט אַראָפּגענומען מַלכָּמס קרױן פֿון זײַן קאָפּ; און איר װאָג איז געװען אַ צענטנער גאָלד, דערצו טײַער געשטײן; און זי איז אָנגעטאָן געװאָרן אױף דָוִדס קאָפּ. און רױב פֿון דער שטאָט האָט ער אַרױסגעפֿירט זײער פֿיל.", "און דאָס פֿאָלק װאָס אין איר האָט ער אַרױסגעפֿירט, און געלײגט אונטער זעגן, און אונטער אײַזערנע דרעששליטנס, און אונטער אײַזערנע העק, און האָט זײ געמאַכט דורכגײן דורך ציגלאױװנס. און אַזױ פֿלעגט ער טאָן צו אַלע שטעט פֿון די קינדער פֿון עמון. און דוד און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושלים." ], [ "און עס איז געװען נאָך דעם: אַבֿשָלום דער זון פֿון דָוִדן האָט געהאַט אַ שײנע שװעסטער װאָס איר נאָמען איז געװען תָּמָר,", "און אַמנוֹן דער זון פֿון דָוִדן האָט זי ליב געקריגן. און אַמנוֹן האָט זיך געקלעמט ביז צום קראַנק װערן, פֿון װעגן זײַן שװעסטער תָּמָרן, װאָרום זי איז געװען אַ יונגפֿרױ; און עס איז געװען פֿאַרהױלן אין אַמנוֹנס אױגן װי אַזױ איר עפּעס צו טאָן.", "און אַמנוֹן האָט געהאַט אַ חבֿר װאָס זײַן נאָמען איז געװען יונָדבֿ דער זון פֿון שִמָה, דָוִדס ברודער, און יונָדבֿ איז געװען זײער אַ קלוגער מענטש.", "האָט ער צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס ביסטו אַזױ אָפּגעצערט פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, דו בן-מלך? װילסטו מיר ניט זאָגן? האָט אַמנוֹן צו אים געזאָגט: איך האָב ליב תָּמָרן, מײַן ברודער אַבֿשָלומס שװעסטער.", "האָט יונָדבֿ צו אים געזאָגט: לײג זיך אױף דײַן געלעגער, און מאַך זיך קראַנק, און אַז דײַן פֿאָטער װעט דיך קומען זען, אַזױ זאָלסטו זאָגן צו אים: זאָל, איך בעט דיך, קומען מײַן שװעסטער תָּמָר, און מיר געבן עסן שפּײַז, און זאָל זי מאַכן דאָס עסן פֿאַר מײַנע אױגן, כּדי איך זאָל זען, און עסן פֿון איר האַנט.", "האָט אַמנוֹן זיך געלײגט און זיך געמאַכט קראַנק, און װי דער מלך איז אים געקומען זען, אַזױ האָט אַמנוֹן געזאָגט צום מלך: זאָל, איך בעט דיך, קומען מײַן שװעסטער תָּמָר, און צוברײטן פֿאַר מײַנע אױגן אַ פּאָר פֿאַנקוכנס, און איך װעל עסן פֿון איר האַנט.", "האָט דוד געשיקט צו תָּמָרן אין הױז, אַזױ צו זאָגן: גײ אַקאָרשט אין דײַן ברודער אַמנוֹנס הױז, און מאַך אים עסן.", "איז תָּמָר געגאַנגען אין איר ברודער אַמנוֹנס הױז; און ער איז געלעגן. און זי האָט גענומען דעם טײג, און האָט געקנעטן און צובאַרײט פֿאַר זײַנע אױגן, און געבאַקט די פֿאַנקוכנס.", "און זי האָט גענומען די פֿאַן, און האָט אױסגעגאָסן פֿאַר אים; אָבער ער האָט ניט געװאָלט עסן. און אַמנוֹן האָט געזאָגט: פֿירט אַרױס אַלע מענטשן פֿון מיר. זײַנען אַלע מענטשן אַרױסגעגאַנגען פֿון אים.", "און אַמנוֹן האָט געזאָגט צו תָּמָרן: ברענג דאָס עסן אין קאַמער, און איך װעל עסן פֿון דײַן האַנט. האָט תָּמָר גענומען די פֿאַנקוכנס װאָס זי האָט געמאַכט, און אַרײַנגעבראַכט צו איר ברודער אַמנוֹנען אין קאַמער.", "און װי זי האָט אים דערלאַנגט צום עסן, אַזױ האָט ער זי אָנגענומען, און האָט געזאָגט: קום ליג מיט מיר, מײַן שװעסטער.", "האָט זי צו אים געזאָגט: ניט, מײַן ברודער! זאָלסט מיך ניט פּײַניקן, װאָרום אַזױ װערט ניט געטאָן אין ישׂראל; זאָלסט ניט טאָן די דאָזיקע נבֿלה.", "און איך, װוּ װעל איך אַהינטאָן מײַן חרפּה? און דו װעסט זײַן אַזױ װי אײנער פֿון די נידערטרעכטיקע אין ישׂראל. און אַצונד, רעד, איך בעט דיך, צום מלך, װאָרום ער װעט מיך ניט פֿאַרמײַדן פֿון דיר.", "אָבער ער האָט ניט געװאָלט צוהערן צו איר קָול, און ער האָט זי איבערגעשטאַרקט, און האָט זי געפּײַניקט, און איז געלעגן מיט איר.", "און אַמנוֹן האָט זי פֿײַנט געקריגן זײער אַ גרױס פֿײַנטשאַפֿט; װאָרום די פֿײַנטשאַפֿט װאָס ער האָט זי פֿײַנט געקריגן, איז געװען גרעסער פֿון דער ליבשאַפֿט װאָס ער האָט זי ליב געהאַט. און אַמנוֹן האָט צו איר געזאָגט: שטײ אױף, גײ.", "האָט זי צו אים געזאָגט: ניטע! װאָרום דאָס דאָזיקע בײז מיך אַװעקצושיקן איז נאָך גרעסער װי דאָס אַנדערע װאָס דו האָסט געטאָן מיט מיר. אָבער ער האָט ניט געװאָלט צוהערן צו איר.", "און ער האָט גערופֿן זײַן יונג, זײַן משרת, און האָט געזאָגט: שיקט אַקאָרשט אַרױס די דאָזיקע פֿון מיר דרױסן, און פֿאַרשליס די טיר הינטער איר. –", "און זי האָט געהאַט אױף זיך אַ געשטרײַפֿט קלײד, װאָרום אַזעלכע מאַנטלען פֿלעגן טראָגן דעם מלכס טעכטער די יונגפֿרױען. – האָט זײַן משרת זי אַרױסגעפֿירט דרױסן, און האָט פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער איר.", "און תָּמָר האָט גענומען אַש אױף איר קאָפּ, און דאָס געשטרײַפֿטע קלײד װאָס אױף איר האָט זי צעריסן, און זי האָט אַרױפֿגעטאָן איר האַנט אױף איר קאָפּ, און איז געגאַנגען און גײענדיק געשריִען.", "האָט צו איר געזאָגט איר ברודער אַבֿשָלום: איז אַמנוֹן דײַן ברודער געװען מיט דיר? און אַצונד, מײַן שװעסטער, שװײַג, װאָרום ער איז דײַן ברודער; זאָלסט דיר ניט נעמען צום האַרצן די דאָזיקע זאַך. און תָּמָר איז געזעסן אַ װיסטע אין איר ברודער אַבֿשָלומס הױז.", "און דער מלך דוד האָט געהערט אַלע די דאָזיקע זאַכן. און אים האָט זײער געערגערט.", "און אַבֿשָלום האָט ניט גערעדט מיט אַמנוֹנען פֿון שלעכטס ביז גוטס, װאָרום אַבֿשָלום האָט פֿײַנט געקריגן אַמנוֹנען דערפֿאַר װאָס ער האָט געפּײַניקט זײַן שװעסטער תָּמָרן.", "און עס איז געװען אין צװײ יאָר צײַט אַרום, האָט מען געשאָרן בײַ אַבֿשָלומען אין בַעַל-חצור װאָס בײַ אפֿרַיִם, און אַבֿשָלום האָט פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון מלך.", "און אַבֿשָלום איז געקומען צום מלך, און האָט געזאָגט: אָט, איך בעט דיך, שערט מען בײַ דײַן קנעכט; זאָל, איך בעט דיך, דער מלך און זײַנע קנעכט מיטגײן מיט דײַן קנעכט.", "האָט דער מלך געזאָגט צו אַבֿשָלומען: נײן, מײַן זון, לאָמיר אַקאָרשט ניט אַלע גײן, כּדי מיר זאָלן ניט פֿאַלן צו שװער אױף דיר. איז ער צוגעשטאַנען צו אים, אָבער ער האָט ניט געװאָלט גײן, און ער האָט אים געבענטשט.", "האָט אַבֿשָלום געזאָגט: אױב ניט, זאָל, איך בעט דיך, גײן מיט אונדז מײַן ברודער אַמנוֹן. האָט דער מלך צו אים געזאָגט: נאָך װאָס זאָל ער גײן מיט דיר?", "איז אַבֿשָלום צוגעשטאַנען צו אים, און ער האָט געשיקט מיט אים אַמנוֹנען און אַלע זין פֿון מלך.", "און אַבֿשָלום האָט באַפֿױלן זײַנע יונגען, אַזױ צו זאָגן: זעט אַקאָרשט, װי אַמנוֹנס האַרץ איז פֿרײלעך פֿון װײַן, און איך װעל אײַך זאָגן: שלאָגט אַמנוֹנען, אַזױ זאָלט איר אים טײטן; איר זאָלט ניט מורא האָבן, װאָרום איך האָב דאָך אײַך באַפֿױלן. שטאַרקט אײַך און זײַט העלדישע יונגען.", "האָבן די יונגען פֿון אַבֿשָלומען געטאָן צו אַמנוֹנען אַזױ װי אַבֿשָלום האָט באַפֿױלן, און אַלע זין פֿון מלך זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן זיך געזעצט איטלעכער אױף זײַן מױלאײזל, און זײַנען אַנטלאָפֿן.", "און עס איז געװען, װי זײ זײַנען אונטער װעגנס, אַזױ איז די הערונג אָנגעקומען צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אַבֿשָלום האָט דערשלאָגן אַלע זין פֿון מלך, און ניט געבליבן פֿון זײ אַן אײנציקער.", "איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען, און ער האָט צעריסן זײַנע קלײדער, און האָט זיך געלײגט אױף דער ערד; און אַלע זײַנע קנעכט זײַנען געשטאַנען מיט צעריסענע קלײדער.", "האָט זיך אָפּגערופֿן יונָדבֿ דער זון פֿון שִמָה, דָוִדס ברודער, און האָט געזאָגט: זאָל ניט מײנען מײַן האַר, אַלע יונגעלײַט, די זין פֿון מלך, האָט מען געטײט, װאָרום בלױז אַמנוֹן איז טױט; װײַל דאָס איז געװען אָפּגעמאַכט פֿון אַבֿשָלומס מױל פֿון דעם טאָג װאָס ער האָט געפּײַניקט זײַן שװעסטער תָּמָרן.", "און אַצונד זאָל מײַן האַר דער מלך זיך ניט נעמען די זאַך צום האַרצן, אַזױ צו זאָגן: אַלע זין פֿון מלך זײַנען טױט, װאָרום בלױז אַמנוֹן איז טױט.", "און אַבֿשָלום איז אַנטלאָפֿן. און דער יונג דער װעכטער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און געזען, ערשט פֿיל פֿאָלק גײען פֿון דעם װעג הינטער אים, פֿון זײַט באַרג.", "און יונָדבֿ האָט געזאָגט צום מלך: אָן זײַנען געקומען דעם מלכס זין. אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון דײַן קנעכט, אַזױ איז געװען.", "און עס איז געװען, װי ער ענדיקט רעדן, ערשט דעם מלכס זין זײַנען אָנגעקומען, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײער קָול און האָבן געװײנט, און אױך דער מלך און אַלע זײַנע קנעכט האָבן געװײנט זײער אַ גרױס געװײן.", "און אַבֿשָלום איז אַנטלאָפֿן, און איז אַװעק צו תַּלמַי דעם זון פֿון עַמיהודן, דעם מלך פֿון גשור. און [דוד] האָט געטרױערט אױף זײַן זון אַלע טעג.", "אַזױ איז אַבֿשָלום אַנטלאָפֿן, און איז אַװעק קײן גשור, און ער איז דאָרטן געװען דרײַ יאָר.", "און [דאָס האַרץ פֿון] דוד המלך איז אױסגעגאַנגען פֿון בענקשאַפֿט נאָך אַבֿשָלומען, װאָרום ער האָט זיך שױן געטרײסט װעגן אַמנוֹנען, װאָס ער איז טױט." ], [ "און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן האָט געװוּסט אַז דעם מלכס האַרץ איז צו אַבֿשָלומען.", "האָט יוֹאָבֿ געשיקט קײן תּקוֹע, און האָט געבראַכט פֿון דאָרטן אַ קלוגע פֿרױ, און האָט צו איר געזאָגט: מאַך זיך, איך בעט דיך, טרױערנדיק, און טו אָן, איך בעט דיך, טרױערקלײדער, און זאָלסט זיך ניט זאַלבן מיט אײל, און זאָלסט זײַן װי אַ פֿרױ װאָס טרױערט שױן פֿיל טעג נאָך אַ טױטן.", "און זאָלסט קומען צום מלך, און רעדן צו אים אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט. און יוֹאָבֿ האָט אַרײַנגעטאָן די װערטער אין איר מױל.", "האָט די פֿרױ פֿון תּקוֹע גערעדט צום מלך, און זי איז געפֿאַלן אױף איר פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט און געזאָגט: העלף, מלך.", "האָט דער מלך צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר? האָט זי געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַ פֿרױ אַן אלמנה בין איך, װאָרום מײַן מאַן איז געשטאָרבן.", "און דײַן דינסט האָט געהאַט צװײ זין, האָבן זײ זיך בײדע געקריגט אין פֿעלד, און ניט געװען װער זאָל פֿאַנאַנדערײַסן צװישן זײ, האָט אײנער געשלאָגן דעם אַנדערן און אים געטײט.", "און אָט איז אָנגעשטאַנען די גאַנצע משפּחה אױף דײַן דינסט, און זײ זאָגן: גיב אונדז דעם װאָס האָט דערשלאָגן זײַן ברודער, און מיר װעלן אים טײטן פֿאַר דעם לעבן פֿון זײַן ברודער װאָס ער האָט געהרגעט, און מיר װעלן פֿאַרטיליקן אױך דעם יורש. און זײ װילן אױסלעשן מײַן קױל װאָס איז געבליבן, ניט צו לאָזן מײַן מאַן אַ נאָמען און אַן איבערבלײַב אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.", "האָט דער מלך געזאָגט צו דער פֿרױ: גײ אַהײם, און איך װעל באַפֿעלן װעגן דיר.", "האָט די פֿרױ פֿון תּקוֹע געזאָגט צום מלך: אױף מיר, מײַן האַר מלך, די שולד, און אױף מײַן פֿאָטערס הױז, און דער מלך און זײַן טראָן איז רײן.", "האָט דער מלך געזאָגט: דער װאָס רעדט צו דיר, זאָלסטו אים ברענגען צו מיר, און ער װעט דיך מער װידער ניט אָנרירן.", "האָט זי געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, דער מלך געדענקען יהוה דײַן גאָט, אַז דער בלוטמאָנער זאָל ניט נאָך מער אומברענגען, און זײ זאָלן ניט פֿאַרטיליקן מײַן זון. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי גאָט לעבט, אױב אַ האָר פֿון דײַן זון װעט פֿאַלן צו דער ערד!", "האָט די פֿרױ געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, דײַן דינסט רעדן צו מײַן האַר דעם מלך אַ װאָרט. האָט ער געזאָגט: רעד.", "האָט די פֿרױ געזאָגט: און פֿאַר װאָס טראַכטסטו אַזױנס אַקעגן דעם פֿאָלק פֿון גאָט? װאָרום אַז דער מלך רעדט דאָס דאָזיקע װאָרט, איז ער אַלײן אַזױ װי אַ שולדיקער, װאָס דער מלך קערט ניט אום זײַן פֿאַרשטױסענעם.", "װאָרום שטאַרבן מוזען מיר שטאַרבן; יאָ, אַזױ װי װאַסער אױסגעגאָסן אױף דער ערד, װאָס קען ניט אױפֿגעזאַמלט װערן; און גאָט שױנט ניט קײן נפֿש; אָבער ער טראַכט טראַכטונגען אַז פֿון אים זאָל ניט פֿאַרשטױסן װערן קײן פֿאַרשטױסענער.", "און אַצונד, װאָס איך בין געקומען רעדן צו מײַן האַר דעם מלך דאָס דאָזיקע װאָרט, איז דאָס װײַל דאָס פֿאָלק האָט מיך אײַנגעשראָקן, און דײַן דינסט האָט געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט רעדן צום מלך, אפֿשר װעט דער מלך טאָן דעם פֿאַרלאַנג פֿון זײַן דינסט.", "װאָרום דער מלך װעט זיך צוהערן, מציל צו זײַן זײַן דינסט פֿון דער האַנט פֿון דעם מאַן װאָס װיל פֿאַרטיליקן מיך און מײַן זון אין אײנעם פֿון גאָטס נחלה.", "און דײַן דינסט האָט געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, דאָס װאָרט פֿון מײַן האַר דעם מלך זײַן פֿאַר אַ באַרוּונג; װאָרום װי אַ מלאך פֿון גאָט, אַזױ איז מײַן האַר דער מלך אױף צו פֿאַרשטײן גוטס און שלעכטס. און זאָל יהוה דײַן גאָט זײַן מיט דיר.", "האָט געענטפֿערט דער מלך און האָט געזאָגט צו דער פֿרױ: זאָלסט נאָר ניט לײקענען פֿון מיר קײן זאַך װאָס איך פֿרעג דיך. האָט די פֿרױ געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר דער מלך רעדן.", "האָט דער מלך געזאָגט: איז יוֹאָבֿס האַנט געװען מיט דיר אין דעם אַלעם? האָט די פֿרױ געענטפֿערט און געזאָגט: אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מײַן האַר מלך, אױב מע קען אַװעק רעכטס אָדער לינקס פֿון אַלץ װאָס מײַן האַר דער מלך האָט גערעדט! װאָרום דײַן קנעכט, יוֹאָבֿ, ער האָט מיר באַפֿױלן, און ער האָט אַרײַנגעטאָן אין מױל פֿון דײַן דינסט אַלע די דאָזיקע װערטער.", "כּדי צו פֿאַרדרײען דעם פּנים פֿון דער זאַך, האָט דײַן קנעכט יוֹאָבֿ געטאָן די דאָזיקע זאַך. אָבער מײַן האַר איז קלוג אַזױ װי די קלוגשאַפֿט פֿון אַ מלאך פֿון גאָט, צו װיסן אַלץ װאָס אױף דער ערד.", "און דער מלך האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זע, איך טו די דאָזיקע זאַך, און גײ קער אום דעם יונג אַבֿשָלומען.", "איז יוֹאָבֿ געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט, און האָט געבענטשט דעם מלך. און יוֹאָבֿ האָט געזאָגט: הײַנט װײס דײַן קנעכט אַז איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, מײַן האַר מלך, װאָרום דער מלך האָט געטאָן דעם פֿאַרלאַנג פֿון דײַן קנעכט.", "און יוֹאָבֿ איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן גשור, און האָט געבראַכט אַבֿשָלומען קײן ירושלים.", "און דער מלך האָט געזאָגט: זאָל ער פֿאַרקערן צו זײַן הױז, אָבער מײַן פּנים זאָל ער ניט זען. האָט אַבֿשָלום פֿאַרקערט צו זײַן הױז, און דעם מלכס פּנים האָט ער ניט געזען.", "און אין גאַנץ ישׂראל איז ניט געװען אַזאַ שענער מאַן װי אַבֿשָלום, זײער צו רימען; פֿון זײַן פֿוסטריט ביז זײַן שפּיץ קאָפּ איז אין אים ניט געװען אַ פֿעלער.", "און אַז ער האָט אָפּגעשאָרן זײַן קאָפּ – און געשען פֿלעגט עס פֿון סָוף יאָר צו יאָר, אַז ער זאָל זיך אָפּשערן; װאָרום אַז עס איז אים צו שװער געװאָרן, האָט ער עס אָפּגעשאָרן – האָט ער אָפּגעװױגן די האָר פֿון זײַן קאָפּ מיט צװײ הונדערט שקל אױפֿן מלכס געװיכט.", "און בײַ אַבֿשָלומען זײַנען געבאָרן געװאָרן דרײַ זין, און אײן טאָכטער װאָס איר נאָמען איז געװען תָּמָר. זי איז געװען אַ װײַבספּאַרשױן פֿון אַ שײנעם אױסזען.", "און אַבֿשָלום איז געזעסן אין ירושלים צװײ יאָר צײַט, און דעם מלכס פּנים האָט ער ניט געזען.", "האָט אַבֿשָלום געשיקט נאָך יוֹאָבֿן, כּדי אים צו שיקן צום מלך, אָבער ער האָט ניט געװאָלט קומען צו אים. האָט ער װידער געשיקט אַ צװײט מאָל, און ער האָט ניט געװאָלט קומען.", "האָט ער געזאָגט צו זײַנע קנעכט: זעט, יוֹאָבֿס שטיק פֿעלד איז לעבן מײַנעם, און ער האָט דאָרטן גערשטן; גײט און צינדט עס אָן אין פֿײַער. און די קנעכט פֿון אַבֿשָלומען האָבן אָנגעצונדן דאָס שטיק פֿעלד אין פֿײַער.", "איז יוֹאָבֿ אױפֿגעשטאַנען, און איז געקומען צו אַבֿשָלומען אין הױז, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָבן דײַנע קנעכט אָנגעצונדן מײַן שטיק פֿעלד אין פֿײַער?", "האָט אַבֿשָלום געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זע, איך האָב געשיקט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: קום אַהער, און איך װעל דיך שיקן צום מלך, אַזױ צו זאָגן: נאָך װאָס בין איך געקומען פֿון גשור? בעסער פֿאַר מיר, איך זאָל נאָך דאָרטן זײַן. און אַצונד, לאָמיך זען דעם פּנים פֿון מלך, און אױב אין מיר איז דאָ אַ פֿאַרברעך, זאָל ער מיך טײטן.", "איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך, און האָט אים דערצײלט. האָט ער גערופֿן אַבֿשָלומען, און ער איז געקומען צום מלך, און האָט זיך געבוקט אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַרן מלך. און דער מלך האָט געקושט אַבֿשָלומען." ], [ "און עס איז געװען נאָך דעם, האָט זיך אַבֿשָלום אײַנגעשאַפֿט אַ רײַטװאָגן און פֿערד, און פֿופֿציק מאַן װאָס זײַנען געלאָפֿן אים פֿאַרױס.", "און אַבֿשָלום פֿלעגט זיך פֿעדערן, און פֿלעגט זיך שטעלן בײַם װעג פֿון טױער; און עס איז געװען, יעטװעדער מאַן װאָס פֿלעגט האָבן אַ קריג װאָס דאַרף קומען צום מלך פֿאַר אַ משפּט, האָט אַבֿשָלום גערופֿן צו אים און געזאָגט: פֿון װאָסער שטאָט ביסטו? האָט יענער געזאָגט: פֿון אײנעם פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל איז דײַן קנעכט.", "האָט אַבֿשָלום צו אים געזאָגט: זע, דײַנע טענות זײַנען גוטע און גערעכטע, אָבער קײנער פֿון מלך װעט דיר ניט צוהערן.", "און אַבֿשָלום האָט געזאָגט: הלװאי מאַכט מען מיך פֿאַר אַ שופֿט אין לאַנד, און צו מיר זאָל קומען יעטװעדער מאַן װאָס האָט אַ קריג און אַ משפּט; איך װאָלט אים שױן געטאָן גערעכטיקײט.", "און עס איז געװען, װי אַ מאַן האָט גענענט זיך צו בוקן צו אים, אַזױ פֿלעגט ער אױסשטרעקן זײַן האַנט, און אים אָננעמען, און אים קושן.", "און אַבֿשָלום האָט געטאָן אַזױ װי די דאָזיקע זאַך צו גאַנץ ישׂראל װאָס פֿלעגן קומען פֿאַר אַ משפּט צום מלך. און אַבֿשָלום האָט געגנבֿעט דאָס האַרץ פֿון די מענער פֿון ישׂראל.", "און עס איז געװען צום סָוף פֿון פֿערציק יאָר, האָט אַבֿשָלום געזאָגט צום מלך: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, און באַצאָלן מײַן נדר װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן צו גאָט, אין חבֿרון.", "װאָרום אַ נדר האָט אַ נדר געטאָן דײַן קנעכט װען איך בין געזעסן אין גשור אין ארם, אַזױ צו זאָגן: אױב אומקערן װעט מיך גאָט אומקערן קײן ירושלים, װעל איך דינען גאָט.", "האָט דער מלך צו אים געזאָגט: גײ בשלום. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן חבֿרון.", "און אַבֿשָלום האָט געשיקט אױסקוקערס אין אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: װי איר הערט דעם קָול פֿון שופֿר, אַזױ זאָלט איר זאָגן: אַבֿשָלום איז געװאָרן מלך אין חבֿרון.", "און מיט אַבֿשָלומען זײַנען געגאַנגען צװײ הונדערט מאַן פֿון ירושלים, מיטגערופֿענע װאָס זײַנען געגאַנגען אומשולדיקערהײט; און זײ האָבן פֿון קײן זאַך ניט געװוּסט.", "און אַבֿשָלום האָט געשיקט נאָך אַחיתּופֿל דעם גילוֹני, דעם בַעַל-יועץ פֿון דָוִדן, פֿון זײַן שטאָט, פֿון גילֹה, בעת ער האָט געשלאַכט די שלאַכטאָפּפֿער. און דער בונט איז געװען שטאַרק, און דאָס פֿאָלק האָט זיך געהאַלטן אין אײן פֿאַרמערן אַרום אַבֿשָלומען.", "איז געקומען אַן אָנזאָגער צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דאָס האַרץ פֿון די מענער פֿון ישׂראל איז נאָך אַבֿשָלומען.", "און דוד האָט געזאָגט צו אַלע זײַנע קנעכט װאָס מיט אים אין ירושלים: שטײט אױף, און לאָמיר אַנטלױפֿן, װאָרום מיר װעלן ניט האָבן קײן אַנטרינונג פֿון אַבֿשָלומען. אײַלט זיך אַװעקצוגײן, כּדי ער זאָל זיך ניט אונטעראײַלן און אונדז אָניאָגן, און ברענגען אױף אונדז דאָס בײז, און שלאָגן די שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד.", "האָבן די קנעכט פֿון מלך געזאָגט צום מלך: אַזױ װי אַלץ װאָס מײַן האַר דער מלך װעט אױסדערװײלן! דאָ זײַנען דײַנע קנעכט.", "איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך, און זײַן גאַנץ הױזגעזינט נאָך אים. און דער מלך האָט איבערגעלאָזן די צען קעפּסװײַבער צו היטן דאָס הױז.", "און דער מלך איז אַרױסגעגאַנגען, און דאָס גאַנצע פֿאָלק נאָך אים, און זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט אין בית-מרחק.", "און אַלע זײַנע קנעכט זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַרבײַ אים; און אַלע כּרֵתים און אַלע פּלֵתים, און אַלע גַתער, זעקס הונדערט מאַן װאָס זײַנען געקומען הינטער אים פֿון גַת, זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַרן מלך.", "האָט דער מלך געזאָגט צו אִתַּין פֿון גַת: צו װאָס זאָלסט דו אױך גײן מיט אונדז? קער זיך אום, און בלײַב מיט דעם מלך, װאָרום דו ביסט אַ פֿרעמדער, און אױך ביסטו אַ פֿאַרטריבענער אין דײַן אָרט.", "ערשט נעכטן ביסטו געקומען, און הײַנט זאָל איך דיך מאַכן װאָגלען צו גײן מיט אונדז, בעת איך אַלײן גײ װוּהין מיר װעט זיך מאַכן? קער זיך אום, און קער אום דײַנע ברידער מיט דיר אין גענאָד און טרײַשאַפֿט.", "האָט אִתַּי געענטפֿערט דעם מלך און האָט געזאָגט: אַזױ װי גאָט לעבט, און אַזױ װי מײַן האַר דער מלך לעבט, אַז בלױז אין דעם אָרט װוּ מײַן האַר דער מלך װעט זײַן, סײַ צום טױט סײַ צום לעבן, נאָר דאָרטן װעט זײַן דײַן קנעכט!", "האָט דוד געזאָגט צו אִתַּין: גײ און צי אַריבער. איז אִתַּי פֿון גַת אַריבערגעגאַנגען, און אַלע זײַנע מענטשן, און אַלע קלײנע קינדער װאָס מיט אים.", "און דאָס גאַנצע לאַנד האָט געװײנט אױף אַ הױכן קָול, װען דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען; און דער מלך איז אַריבער דעם טײַך קִדרון, און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן דעם װעג פֿון מדבר.", "און אָט אױך צָדוֹק און אַלע לוִיִים מיט אים, טראָגנדיק דעם אָרון פֿון גאָטס בונד. און זײ האָבן אַװעקגעשטעלט דעם אָרון פֿון גאָט – אױך אבֿיתר איז אַרױפֿגעגאַנגען – ביז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן פֿון שטאָט.", "האָט דער מלך געזאָגט צו צָדוֹקן: קער אום דעם אָרון פֿון גאָט אין שטאָט. אױב איך װעל געפֿינען לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון גאָט, װעט ער מיך אומקערן, און װעט מיך לאָזן זען אים און זײַן װױנונג.", "און אױב ער װעט אַזױ זאָגן: ״איך װיל דיך ניט״, דאָ בין איך, זאָל ער טאָן מיט מיר אַזױ װי עס איז גוט אין זײַנע אױגן.", "און דער מלך האָט געזאָגט צו צָדוֹק דעם כּהן: זעסטו, קער זיך אום בשלום אין שטאָט, און אַחימַעַץ דײַן זון און יהונתן דער זון פֿון אבֿיתרן, אײַערע בײדנס זין, מיט אײַך.", "זעט, איך װעל זיך אױפֿהאַלטן אין די פּלױנען פֿון מדבר, ביז עס קומט פֿון אײַך אַ װאָרט מיר אָנצוזאָגן.", "און צָדוֹק און אבֿיתר האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון גאָט קײן ירושלים, און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן.", "און דוד איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט דעם אַרױפֿגאַנג פֿאַר הר-הזֵיתים, אַרױפֿגעגאַנגען און געװײנט, און זײַן קאָפּ איז געװען פֿאַרדעקט, און ער איז געגאַנגען באָרװעס; און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן פֿאַרדעקט איטלעכער זײַן קאָפּ, און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, און אַרױפֿגײענדיק געװײנט.", "האָט מען דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אַחיתּופֿל איז צװישן די װאָס בונטעװען זיך מיט אַבֿשָלומען. און דוד האָט געזאָגט: איך בעט דיך, גאָט, באַנאַריש די עצה פֿון אַחיתּופֿלן.", "און עס איז געװען, װי דוד איז געקומען ביז דעם שפּיץ װאָס מע בוקט זיך דאָרטן צו גאָט, ערשט אים קומט אַנטקעגן חוּשַי, דער אַרכּי, מיט זײַן העמדל צעריסן, און ערד אױף זײַן קאָפּ.", "האָט דוד צו אים געזאָגט: אַז דו גײסט אַריבער מיט מיר, װעסטו זײַן אױף מיר אַ לאַסט.", "אָבער אַז דו װעסט זיך אין שטאָט אומקערן, און װעסט זאָגן צו אַבֿשָלומען: ״איך װעל זײַן דײַן קנעכט, מלך; דײַן פֿאָטערס קנעכט בין איך געװען פֿון אַ מאָל אָן, און אַצונד בין אין דײַן קנעכט״, װעסטו מיר פֿאַרשטערן די עצה פֿון אַחיתּופֿלן.", "און מיט דיר זײַנען דאָך דאָרטן צָדוֹק און אבֿיתר די כּהנים; איז, איטלעך װאָרט װאָס דו װעסט הערן פֿון מלכס הױז, זאָלסטו דערצײלן צָדוֹק און אבֿיתר די כּהנים.", "זע, דאָרטן זײַנען דאָ מיט זײ זײערע בײדנס זין, אַחימַעַץ צָדוֹקס און יהונתן אבֿיתרס, װעט איר דורך זײ מיר צושיקן איטלעך װאָרט װאָס איר װעט הערן.", "און חוּשַי, דָוִדס גוטער פֿרײַנט, איז געקומען אין שטאָט, װען אַבֿשָלום האָט געזאָלט אָנקומען אין ירושלים." ], [ "און װי דוד איז געװען אַ ביסל אַװעקגעגאַנגען פֿון שפּיץ, ערשט ציבֿאָ דער יונג פֿון מפֿיבֿוֹשתן קומט אים אַנטקעגן מיט אַ פּאָר געזאָטלטע אײזלען, און אױף זײ צװײ הונדערט ברױטן, און הונדערט בינטלעך ראָזינקעס, און הונדערט בינטלעך זומערױפּס, און אַ לאָגל װײַן.", "האָט דער מלך געזאָגט צו ציבֿאָן: צו װאָס זײַנען די דאָזיקע בײַ דיר? האָט ציבֿאָ געזאָגט: די אײזלען פֿאַר דעם מלכס הױזגעזינט צו רײַטן, און דאָס ברױט און די זומערױפּס פֿאַר די יונגען צום עסן, און דער װײַן צום טרינקען פֿאַר דעם פֿאַרשמאַכטן אין מדבר.", "האָט דער מלך געזאָגט: און װוּ איז דײַן האַרס זון? האָט ציבֿאָ געזאָגט צום מלך: אָן איז ער געבליבן אין ירושלים, װאָרום ער האָט געזאָגט: הײַנט װעט מיר דאָס הױז פֿון ישׂראל אומקערן די מלוכה פֿון מײַן פֿאָטער.", "האָט דער מלך געזאָגט צו ציבֿאָן: זע, אַלצדינג װאָס געהערט צו מפֿיבֿוֹשתן איז דײַנס. האָט ציבֿאָ געזאָגט: איך בוק זיך; לאָמיך געפֿינען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, מײַן האַר מלך.", "און װי דער מלך דוד איז געקומען ביז בחורים, ערשט פֿון דאָרטן גײט אַרױס אַ מאַן פֿון דער משפּחה פֿון שאָולס הױז, װאָס זײַן נאָמען איז געװען שִמְעִי דער זון פֿון גֵראָן – גײט און שילט גײענדיק.", "און ער האָט געװאָרפֿן מיט שטײנער אױף דָוִדן, און אױף אַלע קנעכט פֿון מלך דָוִדן; און דאָס גאַנצע פֿאָלק און אַלע גבורים זײַנען געװען פֿון זײַן רעכטער זײַט און פֿון זײַן לינקער.", "און אַזױ האָט שִמְעִי געזאָגט, װען ער האָט געשאָלטן: גײ אַרױס, גײ אַרױס, בלוטיקער מענטש און נידערטרעכטיקער מענטש.", "גאָט האָט אומגעקערט אױף דיר אַל דאָס בלוט פֿון דעם הױז פֿון שָאולן, װאָס דו ביסט געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט, און גאָט האָט געגעבן די מלוכה אין דער האַנט פֿון דײַן זון אַבֿשָלומען. און אָט ביסטו אין דײַן אומגליק, װײַל אַ בלוטיקער מענטש ביסטו.", "האָט אַבֿישַי דער זון פֿון צרוּיָהן געזאָגט צום מלך: פֿאַר װאָס זאָל דער דאָזיקער טױטער הונט שילטן מײַן האַר דעם מלך? לאָמיך, איך בעט דיך אַריבערגײן, און איך װעל אים דעם קאָפּ אַראָפּנעמען.", "האָט דער מלך געזאָגט: װאָס קער איך זיך אָן מיט אײַך, זין פֿון צרוּיָהן? אױב ער שילט, איז דאָס װײַל גאָט האָט אים געהײסן: שילט דָוִדן; און װער קען זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ?", "און דוד האָט געזאָגט צו אַבֿישַין און צו אַלע זײַנע קנעכט: זע, מײַן זון װאָס איז אַרױס פֿון מײַנע אינגעװײד זוכט מײַן לעבן, הײַנט װי שױן אַצונד דער בנימינער? לאָזט אים, און זאָל ער שילטן, װאָרום גאָט האָט אים געהײסן.", "אפֿשר װעט גאָט זען מײַן אױג, און גאָט װעט מיר אומקערן גוטס פֿאַר זײַן קללהן הײַנטיקן טאָג.", "און דוד און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען אױפֿן װעג, און שִמְעִי איז געגאַנגען בײַם זײַט באַרג אַקעגן אים, געגאַנגען און געשאָלטן, און געװאָרפֿן מיט שטײנער אַקעגן אים, און געשאָטן מיט שטױב.", "און דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים זײַנען אָנגעקומען מידע; און ער האָט זיך אָפּגערוט דאָרטן.", "און אַבֿשָלום און דאָס גאַנצע פֿאָלק, די מענער פֿון ישׂראל, זײַנען אָנגעקומען קײן ירושלים, און אַחיתּופֿל מיט אים.", "און עס איז געװען, אַז חוּשַי דער אַרכּי, דָוִדס גוטער פֿרײַנט, איז געקומען צו אַבֿשָלומען, האָט חוּשַי געזאָגט צו אַבֿשָלומען: לעבן זאָל דער מלך! לעבן זאָל דער מלך!", "האָט אַבֿשָלום געזאָגט צו חוּשַין: איז דאָס דײַן גינציקײט צו דײַן גוטן פֿרײַנט? פֿאַר װאָס ביסטו ניט געגאַנגען מיט דײַן גוטן פֿרײַנט?", "האָט חוּשַי געזאָגט צו אַבֿשָלומען: נײן! נײַערט װעמען גאָט און דאָס דאָזיקע פֿאָלק און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָבן אױסדערװײלט, צו אים געהער איך, און מיט אים װיל איך בלײַבן.", "און צװײטנס, װעמען װעל איך דינען? דאָך בײַ זײַן זון; אַזױ װי איך האָב געדינט בײַ דײַן פֿאָטער, אַזױ װעל איך זײַן בײַ דיר.", "און אַבֿשָלום האָט געזאָגט צו אַחיתּופֿלן: גיט אײַער עצה װאָס מיר זאָלן טאָן.", "האָט אַחיתּופֿל געזאָגט צו אַבֿשָלומען: קום צו די קעפּסװײַבער פֿון דײַן פֿאָטער, װאָס ער האָט געלאָזן צו היטן דאָס הױז. און אַז גאַנץ ישׂראל װעט הערן, אַז דו האָסט זיך פֿאַרמיאוסט בײַ דײַן פֿאָטער, אַזױ װעלן שטאַרק װערן די הענט פֿון אַלע װאָס מיט דיר.", "האָט מען פֿאַרשפּרײט אַ געצעלט פֿאַר אַבֿשָלומען אױפֿן דאַך, און אַבֿשָלום איז געקומען צו די קעפּסװײַבער פֿון זײַן פֿאָטער פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל.", "און אַן עצה װאָס אַחיתּופֿל האָט געעֵצֶהט, איז אין יענע טעג געװען אַזױ װי אַ מענטש זאָל פֿרעגן בײַ דעם װאָרט פֿון גאָט. אַזױ איז געװען איטלעכע עצה פֿון אַחיתּופֿלן סײַ בײַ דָוִדן סײַ בײַ אַבֿשָלומען." ], [ "און אַחיתּופֿל האָט געזאָגט צו אַבֿשָלומען: לאָמיך אַקאָרשט אױסקלײַבן צװעלף טױזנט מאַן, און איך װעל אױפֿשטײן, און װעל נאָכיאָגן דָוִדן די נאַכט.", "און איך װעל קומען אױף אים װען ער איז מיד און אָפּהענטיק, און װעל אים דערשרעקן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים װעט אַנטלױפֿן, און איך װעל דערשלאָגן דעם מלך אַלײן;", "און איך װעל אומקערן צו דיר דאָס גאַנצע פֿאָלק. אַז אַלע װעלן זיך אומקערן [אחוץ] דער מאַן װאָס דו זוכסט, װעט דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַן אין פֿריד.", "איז די זאַך געװען גלײַך אין די אױגן פֿון אַבֿשָלומען, און אין די אױגן פֿון אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל.", "און אַבֿשָלום האָט געזאָגט: רוף אױך, איך בעט דיך, חוּשַי דעם אַרכּי, און לאָמיר הערן אױך װאָס אין זײַן מױל.", "איז געקומען חוּשַי צו אַבֿשָלומען, און אַבֿשָלום האָט צו אים געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט האָט אַחיתּופֿל גערעדט. זאָלן מיר טאָן לױט זײַן װאָרט אָדער ניט? רעד דו.", "האָט חוּשַי געזאָגט צו אַבֿשָלומען: ניט גוט איז די עצה װאָס אַחיתּופֿל עצהט דאָס מאָל.", "און חוּשַי האָט געזאָגט: דו קענסט דײַן פֿאָטער און זײַנע מענטשן, אַז זײ זײַנען גבורים, און זײ זײַנען פֿאַרביטערט אין געמיט, אַזױ װי אַ בערינטע אין פֿעלד באַרױבט פֿון אירע יונגע; אױך איז דײַן פֿאָטער אַ מאַן פֿון מלחמה, און ער װעט ניט נעכטיקן מיטן פֿאָלק.", "אָט איז ער אַצונד באַהאַלטן אין אײנער פֿון די גריבער, אָדער אין אײנעם פֿון די ערטער; און עס װעט זײַן, אַז עמעצער װעט אין זײ אַרײַנפֿאַלן אין אָנהײב, און אַ הערער װעט הערן, װעט ער זאָגן: אַ מפּלה איז געװען צװישן דעם פֿאָלק װאָס הינטער אַבֿשָלומען.", "און אַפֿילו דער װאָס איז אַ העלדישער יונג, װאָס זײַן האַרץ איז אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון אַ לײב, װעט אין גאַנצן צעגאַנגען װערן, װאָרום גאַנץ ישׂראל װײס אַז דײַן פֿאָטער איז אַ גִבור, און די װאָס מיט אים זײַנען העלדישע יונגען.", "אָבער איך עצה אַז אײַנגעזאַמלט זאָל אײַנגעזאַמלט װערן גאַנץ ישׂראל אַרום דיר, פֿון דן און ביז באֵר-שֶבֿע, אַזױ װי דער זאַמד װאָס בײַם ים אין פֿילקײט, און דו אַלײן זאָלסט גײן אין מלחמה.", "און אַז מיר װעלן קומען אױף אים אין אײנעם פֿון די ערטער װאָס ער געפֿינט זיך דאָרטן, װעלן מיר זיך אַראָפּלאָזן אױף אים, אַזױ װי עס פֿאַלט דער טױ אױף דער ערד; און פֿון אים און פֿון אַלע מענטשן װאָס מיט אים, װעט אַפֿילו אײנער ניט בלײַבן.", "און אַז ער װעט זיך אַרײַנקלײַבן אין שטאָט, װעלן גאַנץ ישׂראל לאָזן אַרױפֿטראָגן צו יענער שטאָט שטריק, און מיר װעלן עס אַראָפּשלעפּן אין טאָל, ביז דאָרטן װעט זיך אַפֿילו אַ שטײנדל ניט געפֿינען.", "האָט געזאָגט אַבֿשָלום און אַלע מענער פֿון ישׂראל: די עצה פֿון חוּשַי דעם אַרכּי איז בעסער װי די עצה פֿון אַחיתּופֿלן. װאָרום גאָט האָט באַשערט צו פֿאַרשטערן די גוטע עצה פֿון אַחיתּופֿלן, כּדי גאָט זאָל ברענגען דאָס בײז אױף אַבֿשָלומען.", "און חוּשַי האָט געזאָגט צו צָדוֹק און צו אבֿיתר די כּהנים: אַזױ און אַזױ האָט אַחיתּופֿל געעֵצֶהט אַבֿשָלומען און די עלטסטע פֿון ישׂראל, און אַזױ און אַזױ האָב איך געעֵצֶהט.", "און אַצונד, שיקט אױף גיך און זאָגט אָן דָוִדן, אַזױ צו זאָגן. זאָלסט ניט נעכטיקן די נאַכט אין די פּלױנען פֿון מדבר, נאָר אַריבערגײן מוזטו אַריבערגײן, כּדי דער מלך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים זאָלן ניט אומגעבראַכט װערן.", "און יהונתן און אַחימַעַץ זײַנען געשטאַנען אין עֵין-רוֹגֵל, און אַ דינסט פֿלעגט גײן און זײ דערצײלן, און זײ פֿלעגן גײן און דערצײלן דעם מלך דָוִדן; װאָרום זײ האָבן זיך ניט געטאָרט װײַזן אַרײַנצוקומען אין שטאָט.", "האָט זײ אַ ייִנגל דערזען, און ער האָט דערצײלט אַבֿשָלומען. זײַנען זײ בײדע אױף גיך אַװעק, און זײַנען געקומען צו דעם הױז פֿון אַ מאַן אין בחורים; און ער האָט געהאַט אַ ברונעם אין זײַן הױף, האָבן זײ אַראָפּגענידערט אַהין.", "און די פֿרױ האָט גענומען און האָט אַריבערגעשפּרײט אַ דעקע איבער דער עפֿענונג פֿון ברונעם, און האָט אױסגעשפּרײט דערױף גריץ, און קײן זאַך איז ניט געװען קאָנטיק.", "און אַבֿשָלומס קנעכט זײַנען געקומען צו דער פֿרױ אין הױז, און האָבן געזאָגט: װוּ זײַנען אַחימַעַץ און יהונתן? האָט די פֿרױ צו זײ געזאָגט: זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם װאַסערשטראָם. האָבן זײ געזוכט, און האָבן ניט געפֿונען; און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושלים.", "און עס איז געװען נאָך זײער אַװעקגײן, זײַנען זײ אַרױפֿגעקומען פֿון ברונעם, און זײַנען געגאַנגען און האָבן דערצײלט דעם מלך דָוִדן, און זײ האָבן געזאָגט צו דָוִדן: שטײט אױף און גײט אַריבער אױף גיך דעם װאַסער, װאָרום אַזױ האָט אַחיתּופֿל געעֵצֶהט אַקעגן אײַך.", "איז אױפֿגעשטאַנען דוד און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים, און זײ זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן; ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן האָט צו מאָל אײנער ניט געפֿעלט װאָס איז ניט אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן.", "און אַחיתּופֿל האָט געזען אַז זײַן עצה איז ניט געטאָן געװאָרן, און ער האָט אָנגעזאָטלט דעם אײזל, און איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעק צו זײַן הױז, צו זײַן שטאָט, און ער האָט געזאָגט זײַן צַװָאֶה צו זײַן הױזגעזינט, און האָט זיך אױפֿגעהאַנגען; און ער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער.", "און דוד איז אָנגעקומען קײן מַחנַיִם; און אַבֿשָלום איז אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן, ער און אַלע מענער פֿון ישׂראל װאָס מיט אים.", "און עַמָשׂאן האָט אַבֿשָלום אױפֿגעזעצט אױף יוֹאָבֿס אָרט איבערן חיל. און עַמָשׂא איז געװען דער זון פֿון אַ מאַן מיטן נאָמען יִתראָ דער ישׂראלי, װאָס איז געקומען צו אַבֿיגַיִל דער טאָכטער פֿון נָחשן, אַ שװעסטער פֿון צרוּיָה, יוֹאָבֿס מוטער.", "און ישׂראל און אַבֿשָלום האָבן געלאַגערט אין לאַנד גִלעָד.", "און עס איז געװען, װי דוד איז אָנגעקומען קײן מַחנַיִם, אַזױ [האָט] שוֹבֿי דער זון פֿון נָחשן, פֿון רַבָה פֿון די קינדער פֿון עמון, און מכיר דער זון פֿון עַמיאֵלן, פֿון לוֹ-דבֿר, און בַרזִלַי דער גִלעָדער פֿון רוֹגלים,", "געבראַכט בעטגעװאַנט, און בעקנס, און לײמענע כּלים, און װײץ און גערשטן, און מעל, און געברענטע זאַנגען, און בעבלעך, און לינדזן, און געברענטע אַרבעס,", "און האָניק, און שמאַנט, און שאָף, און רינדערנע קעז, פֿאַר דָוִדן און פֿאַר דעם פֿאָלק װאָס מיט אים, צום עסן; װאָרום זײ האָבן געזאָגט: דאָס פֿאָלק איז הונגעריק און מיד און דאָרשטיק אין דער מדבר." ], [ "און דוד האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים, און ער האָט געמאַכט איבער זײ הױפּטלײַט פֿון טױזנט און הױפּטלײַט פֿון הונדערט.", "און דוד האָט געשיקט דאָס פֿאָלק, אַ דריטל אונטער דער האַנט פֿון יוֹאָבֿן, און אַ דריטל אונטער דער האַנט פֿון אַבֿישַי דעם זון פֿון צרוּיָהן, יוֹאָבֿס ברודער, און אַ דריטל אונטער דער האַנט פֿון אִתַּין פֿון גַת. און דער מלך האָט געזאָגט צום פֿאָלק: אַרױסגײן װעל איך אױך אַרױסגײן מיט אײַך.", "האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט: זאָלסט ניט אַרױסגײן; װאָרום אױב אַנטלױפֿן װעלן מיר אַנטלױפֿן, װעט מען אױף אונדז ניט לײגן אַכט, און אַפֿילו אַ העלפֿט פֿון אונדז זאָלן אומקומען, װעט מען אױף אונדז ניט לײגן קײן אַכט; אָבער דו ביסט אַצונד אַזױ װי צען טױזנט פֿון אונדז; איז אַצונד בעסער, אַז דו זאָלסט אונדז זײַן צו הילף פֿון שטאָט.", "האָט דער מלך צו זײ געזאָגט: װאָס איז גוט אין אײַערע אױגן, װעל איך טאָן. און דער מלך האָט זיך געשטעלט בײַן זײַט פֿון טױער, און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען אין הונדערטן און אין טױזנטן.", "און דער מלך האָט באַפֿױלן יוֹאָבֿן און אַבֿישַין און אִתַּין, אַזױ צו זאָגן: זײַט מיר געלאַסן מיט דעם יונג, מיט אַבֿשָלומען. און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געהערט װי דער מלך האָט באַפֿױלן אַלע הױפּטלײַט װעגן אַבֿשָלומען.", "און דאָס פֿאָלק איז אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד אַקעגן ישׂראל, און די מלחמה איז געװען אין װאַלד פֿון אפֿרַיִם.", "און דאָס פֿאָלק פֿון ישׂראל איז דאָרטן געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די קנעכט פֿון דָוִדן, און דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שלאַק אין יענעם טאָג- צװאַנציק טױזנט.", "װאָרום די מלחמה איז דאָרטן געװען פֿאַרשפּרײט אױפֿן געזיכט פֿון גאַנצן לאַנד; און דער װאַלד האָט פֿאַרצערט פֿון פֿאָלק מער װי די שװערד האָט פֿאַרצערט אין יענעם טאָג.", "און אַבֿשָלום האָט זיך געטראָפֿן פֿאַר די קנעכט פֿון דָוִדן. און אַבֿשָלום איז געריטן אױף אַ מױלאײזל, איז דער מױלאײזל געקומען אונטער דעם געצװײַג פֿון אַ גרױסן אײכנבױם, און זײַן קאָפּ האָט זיך אָנגעכאַפּט אָן דעם אײכנבױם, און ער איז געבליבן צװישן הימל און ערד; און דער מױלאײזל װאָס אונטער אים איז אַװעק.", "האָט דערזען אײנער אַ מאַן, און ער האָט דערצײלט יוֹאָבֿן און געזאָגט: אָן האָב איך געזען אַבֿשָלומען הענגען אױפֿן אײכנבױם.", "האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צו דעם מאַן װאָס האָט אים דערצײלט: און אַז דו האָסט געזען, טאָ פֿאַר װאָס האָסטו אים ניט דערשלאָגן דאָרטן צו דער ערד? און אױף מיר װאָלט געװען דיר צו געבן צען זילבערשטיק און אַ גאַרטל.", "האָט דער מאַן געזאָגט צו יוֹאָבֿן: אַפֿילו װען איך קריג אָפּגעװױגן אױף מײַנע הענט טױזנט זילבערשטיק, װעל איך ניט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דעם מלכס זון, װאָרום פֿאַר אונדזערע אױערן האָט דער מלך באַפֿױלן דיר און אַבֿישַין און אִתַּין, אַזױ צו זאָגן: זײַט אָפּגעהיט, װער עס זאָל ניט זײַן, מיט דעם יונג, מיט אַבֿשָלומען.", "אָדער אַז איך זאָל באַגײן אַ פֿאַלשקײט אַקעגן מײַן זעל, װעט קײן זאַך ניט בלײַבן פֿאַרהױלן פֿון דעם מלך, און דו װעסט שטײן פֿון דער װײַטן.", "האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: איך קען זיך דאָ אַזױ ניט אױפֿהאַלטן מיט דיר. און ער האָט גענומען דרײַ װאַרפֿשפּיזן אין זײַן האַנט, און האָט זײ אַרײַנגעשטאָכן אין אַבֿשָלומס האַרצן, װען ער האָט נאָך געלעבט אין מיטן אײכנבױם.", "און צען יונגען, יוֹאָבֿס װאַפֿנטרעגער, האָבן זיך אַרומגעשטעלט, און האָבן געשלאָגן אַבֿשָלומען און אים געטײט.", "און יוֹאָבֿ האָט געבלאָזן אין שופֿר, און דאָס פֿאָלק האָט זיך אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן ישׂראל, װאָרום יוֹאָבֿ האָט צוריקגעהאַלטן דאָס פֿאָלק.", "און זײ האָבן גענומען אַבֿשָלומען, און האָבן אים אײַנגעװאָרפֿן אין װאַלד אין דער גרױסער גרוב. און זײ האָבן אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ זײער גרױסן הױפֿן שטײנער. און גאַנץ ישׂראל זײַנען אַנטלאָפֿן, איטלעכער צו זײַנע געצעלטן.", "און אַבֿשָלום האָט נאָך בײַ זײַן לעבן גענומען און זיך אױפֿגעשטעלט דעם זײַלשטײן װאָס אין מלכס טאָל; װאָרום ער האָט געזאָגט: איך האָב ניט קײן זון צו דערמאָנען מײַן נאָמען. און ער האָט גערופֿן דעם זײַלשטײן אױף זײַן נאָמען, און מע רופֿט אים אַבֿשָלומס אָנדענק ביז אױף הײַנטיקן טאָג.", "און אַחימַעַץ דער זון פֿון צָדוֹקן האָט געזאָגט: לאָמיך אַקאָרשט לױפֿן און אָנזאָגן דעם מלך, אַז גאָט האָט זיך אָפּגערעכנט פֿאַר אים פֿון דער האַנט פֿון זײַנע פֿײַנט.", "האָט יוֹאָבֿ צו אים געזאָגט: ביסט ניט אַ בַעַל-בשׂורה הײַנטיקן טאָג; װעסט אָנזאָגן אַן אַנדער טאָג, אָבער הײַנטיקן טאָג זאָלסטו ניט אָנזאָגן, אַזױ װי דעם מלכס זון איז טױט.", "און יוֹאָבֿ האָט געזאָגט צו דעם כּושי: גײ דערצײל דעם מלך װאָס דו האָסט געזען. האָט דער כּושי זיך געבוקט צו יוֹאָבֿן, און איז אַװעקגעלאָפֿן.", "און אַחימַעַץ דער זון פֿון צָדוֹקן האָט װידער אַ מאָל געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זאָל זײַן װאָס װעט זײַן, לאָמיך אױך, איך בעט דיך, לױפֿן נאָך דעם כּושי. האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: נאָך װאָס דען זאָלסטו לױפֿן, מײַן זון, אַז די בשׂורה װעט דיר גאָרניט אײַנברענגען?", "״אָבער זאָל זײַן װאָס װעט זײַן, איך װעל לױפֿן. ״ האָט ער צו אים געזאָגט: לױף, און אַחימַעַץ איז געלאָפֿן מיטן װעג פֿון דער [ירדן] געגנט, און ער האָט אַריבערגעיאָגט דעם כּושי.", "און דוד איז געזעסן צװישן די צװײ טױערן, און דער װעכטער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף דעם דאַך פֿון טױער, אױף דער מױער, און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, ערשט אַ מאַן לױפֿט אַלײן.", "האָט דער װעכטער אױסגערופֿן, און אָנגעזאָגט דעם מלך. האָט דער מלך געזאָגט: אױב ער איז אַלײן, איז אַ בשׂורה אין זײַן מױל. און יענער איז געקומען אַלץ נענטער.", "האָט דער װעכטער געזען אַן אַנדער מאַן לױפֿן, און דער װעכטער האָט אױסגערופֿן צום טױערמאַן און געזאָגט: זע, אַ מאַן לױפֿט אַלײן. האָט דער מלך געזאָגט: דער אױך איז אַן אָנזאָגער.", "האָט דער װעכטער געזאָגט: איך דערקען דאָס לױפֿן פֿון ערשטן אַזױ װי דאָס לױפֿן פֿון אַחימַעַץ דעם זון פֿון צָדוֹקן. האָט דער מלך געזאָגט: אַ גוטער מענטש איז ער, און מיט אַ גוטער בשׂורה קומט ער.", "האָט אַחימַעַץ גערופֿן און האָט געזאָגט צום מלך: פֿריד! און ער האָט זיך געבוקט צום מלך מיט זײַן פּנים צו דער ערד, און האָט געזאָגט: געלױבט איז יהוה דײַן גאָט װאָס האָט איבערגעענטפֿערט די מענטשן װאָס האָבן אױפֿגעהױבן זײער האַנט אױף מײַן האַר דעם מלך.", "האָט דער מלך געזאָגט: איז פֿריד צו דעם יונג, צו אַבֿשָלומען? האָט אַחימַעַץ געזאָגט: איך האָב געזען אַ גרױסן טומל װען יוֹאָבֿ האָט אַװעקגעשיקט דעם מלכס קנעכט, און מיך דײַן קנעכט, אָבער איך האָב ניט געװוּסט װאָס.", "האָט דער מלך געזאָגט: דרײ זיך אום, שטעל זיך דאָ. האָט ער זיך אומגעדרײט, און איז געשטאַנען.", "ערשט דער כּושי קומט אָן; און דער כּושי האָט געזאָגט: זאָל אַ בשׂורה האָבן מײַן האַר דער מלך, אַז גאָט האָט זיך הײַנט אָפּגערעכנט פֿאַר דיר פֿון דער האַנט פֿון אַלע װאָס זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף דיר.", "האָט דער מלך געזאָגט צו דעם כּושי: איז פֿריד צו דעם יונג, צו אַבֿשָלומען? האָט דער כּושי געזאָגט: זאָל װערן פֿון די שָׂונאים פֿון מײַן האַר דעם מלך, און פֿון אַלע װאָס זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף דיר צום בײזן, װי פֿון דעם יונג." ], [ "האָט דער מלך אױפֿגעציטערט, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אין דער אױבערשטוב פֿון טױער, און האָט געװײנט; און גײענדיק האָט ער אַזױ געזאָגט: מײַן זון אַבֿשָלום, זון מײַנער, אַבֿשָלום מײַן זון! הלװאי װאָלט איך געשטאָרבן אַנשטאָט דיר, אַבֿשָלום מײַן זון, זון מײַנער!", "איז אָנגעזאָגט געװאָרן יוֹאָבֿן: זע, דער מלך װײנט, און ער טרױערט אױף אַבֿשָלומען.", "און די ישועה אין יענעם טאָג איז געװאָרן צו טרױער פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָרום דאָס פֿאָלק האָט געהערט אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: דער מלך איז באַקלעמט װעגן זײַן זון.", "און דאָס פֿאָלק איז אין יענעם טאָג זיך גנבֿענדיק אַרײַנגעקומען אין שטאָט, אַזױ װי דאָס פֿאָלק גנבֿעט זיך פֿאַרשעמטערהײט װען זײ אַנטלױפֿן אין אַ מלחמה.", "און דער מלך האָט אײַנגעװיקלט זײַן פּנים, און דער מלך האָט געשריִען אױף אַ הױכן קָול: מײַן זון אַבֿשָלום, אַבֿשָלום מײַן זון, זון מײַנער!", "איז יוֹאָבֿ געקומען צום מלך אין הױז, און האָט געזאָגט: האָסט הײַנט פֿאַרשעמט דעם פּנים פֿון אַלע דײַנע קנעכט װאָס האָבן הײַנט געראַטעװעט דײַן לעבן, און דאָס לעבן פֿון דײַנע זין און דײַנע טעכטער, און דאָס לעבן פֿון דײַנע װײַבער, און דאָס לעבן פֿון דײַנע קעפּסװײַבער,", "ליב צו האָבן דײַנע פֿײַנט, און פֿײַנט צו האָבן דײַנע ליבהאָבער. װאָרום האָסט הײַנט געלאָזט װיסן, אַז בײַ דיר זײַנען ניטאָ קײן הױפּטלײַט און קײן קנעכט: װײַל הײַנט װײס איך, אַז װען אַבֿשָלום לעבט, און מיר אַלע זײַנען הײַנט טױט, װאָלט דענצמאָל געװען רעכט אין דײַנע אױגן.", "און אַצונד, שטײ אױף, גײ אַרױס, און רעד צום האַרצן פֿון דײַנע קנעכט, װאָרום איך שװער בײַ גאָט, אַז דו גײסט ניט אַרױס, אױב אַ מענטש װעט בײַ דיר בלײַבן די נאַכט! און דאָס װעט דיר זײַן ערגער װי אַל דאָס בײז װאָס איז געקומען אױף דיר פֿון דײַן יוגנט אָן ביז אַצונד.", "איז דער מלך אױפֿגעשטאַנען, און ער האָט זיך געזעצט אין טױער, און דעם גאַנצן פֿאָלק האָט מען אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זעט, דער מלך זיצט אין טױער. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען פֿאַרן מלך. און אַז ישׂראל איז אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן,", "האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל געטענהט, אַזױ צו זאָגן: דער מלך האָט אונדז מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט, און ער האָט אונדז געראַטעװעט פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און אַצונד איז ער אַנטלאָפֿן פֿון לאַנד פֿון װעגן אַבֿשָלומען.", "און אַבֿשָלום, װאָס מיר האָבן געזאַלבט איבער אונדז, איז אומגעקומען אין דער מלחמה, הײַנט פֿאַר װאָס שװײַגט איר װעגן אומקערן דעם מלך?", "און דער מלך דוד האָט געשיקט צו צָדוֹק און צו אבֿיתר די כּהנים, אַזױ צו זאָגן: רעדט צו די עלטסטע פֿון יהוּדה, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס זאָלט איר זײַן די לעצטע אומצוקערן דעם מלך אין זײַן הױז?- װאָרום דאָס װאָרט פֿון גאַנץ ישׂראל איז אָנגעקומען צום מלך אין זײַן הױז? –", "מײַנע ברידער זײַט איר, מײַן בײן און מײַן פֿלײש זײַט איר, און פֿאַר װאָס זאָלט איר זײַן די לעצטע אומצוקערן דעם מלך?", "און צו עַמָשׂאן זאָלט איר זאָגן: מײַן בײן און מײַן פֿלײש ביסטו דאָך. זאָל מיר גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דו װעסט ניט זײַן בײַ מיר אַלע טעג דער חיל-פֿירער אױף יוֹאָבֿס אָרט!", "און ער האָט צוגענײַגט דאָס האַרץ פֿון אַלע מענער פֿון יהוּדה אַזױ װי אײן מאַן. און זײ האָבן געשיקט צום מלך: קער זיך אום דו און אַלע דײַנע קנעכט.", "האָט דער מלך זיך אומגעקערט, און ער איז געקומען ביזן ירדן. און יהוּדה איז געקומען קײן גִלגל צו גײן אַנטקעגן דעם מלך, כּדי אַריבערצופֿירן דעם מלך איבערן ירדן.", "און שִמְעִי דער זון פֿון גֵראָן, דער בנימינער, װאָס פֿון בחורים, האָט געאײַלט און אַראָפּגענידערט מיט די מענער פֿון יהוּדה אַנטקעגן דעם מלך דוד;", "און מיט אים טױזנט מאַן פֿון בנימין, און ציבֿאָ, שאָולס קנעכט, און זײַנע פֿופֿצן זין און זײַנע צװאַנציק קנעכט מיט אים. און זײ זײַנען אַריבער דעם ירדן פֿאַרן מלך.", "און דער פּראָם איז אַריבערגעקומען, כּדי אַריבערצופֿירן דעם מלכס הױזגעזינט, און צו טאָן װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. איז שִמְעִי דער זון פֿון גֵראָן געפֿאַלן פֿאַרן מלך, װען ער האָט געװאָלט אַריבערגײן דעם ירדן.", "און ער האָט געזאָגט צום מלך: זאָל מײַן האַר מיר ניט צורעכענען אַ זינד, און זאָלסט ניט דערמאָנען װאָס דײַן קנעכט האָט פֿאַרבראָכן אין דעם טאָג װאָס מײַן האַר דער מלך איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושלים, אַז דער מלך זאָל זיך דאָס נעמען צום האַרצן.", "װאָרום דײַן קנעכט װײס אַז איך האָב געזינדיקט, און אָט בין איך געקומען הײַנט דער ערשטער פֿון גאַנצן הױז פֿון יוסף, אַראָפּצונידערן אַנטקעגן מײַן האַר דעם מלך.", "האָט זיך אָפּגערופֿן אַבֿישַי דער זון פֿון צרוּיָהן, און האָט געזאָגט: זאָל ניט שִמְעִי געטײט װערן דערפֿאַר װאָס ער האָט געשאָלטן דעם געזאַלבטן פֿון גאָט?", "האָט דוד געזאָגט: װאָס קער איך זיך אָן מיט אײַך, איר זין פֿון צרוּיָהן, אַז איר זאָלט מיר הײַנט זײַן פֿאַר אַ שטער? זאָל הײַנט געטײט װערן אַ מענטש פֿון ישׂראל? װאָרום פֿאַר װאָר, ערשט װײס איך אַז הײַנט בין איך אַ מלך איבער ישׂראל.", "און דער מלך האָט געזאָגט צו שִמְעִין: װעסט ניט שטאַרבן. און דער מלך האָט אים געשװאָרן.", "און מפֿיבֿוֹשת, שאָולס זון, האָט אַראָפּגענידערט אַנטקעגן דעם מלך, און ער האָט ניט צורעכט געמאַכט זײַנע פֿיס, און ניט צורעכט געמאַכט זײַנע װאָנסעס, און זײַנע קלײדער ניט געװאַשן, פֿון דעם טאָג װאָס דער מלך איז אַװעקגעגאַנגען ביז דעם טאָג װאָס ער איז צוריקגעקומען בשלום.", "און עס איז געװען, אַז ער איז געקומען קײן ירושלים דעם מלך אַנטקעגן, האָט דער מלך צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס ביסטו ניט געגאַנגען מיט מיר, מפֿיבֿוֹשת?", "האָט ער געזאָגט: מײַן האַר מלך, מײַן קנעכט האָט מיך גענאַרט, װאָרום דײַן קנעכט האָט געזאָגט: איך װעל מיר אָנזאָטלען די אײזעלין, און װעל רײַטן אױף איר, און װעל גײן מיטן מלך; װײַל דײַן קנעכט איז אַ הינקעדיקער.", "און ער האָט אָנגערעדט אױף דײַן קנעכט פֿאַר מײַן האַר דעם מלך, אָבער מײַן האַר דער מלך איז אַזױ װי אַ מלאך פֿון גאָט; דרום טו װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן.", "װאָרום דאָס גאַנצע הױז פֿון מײַן פֿאָטער איז ניט אַנדערש װי װערט געװען דעם טױט בײַ מײַן האַר דעם מלך, פֿון דעסט װעגן האָסטו געמאַכט דײַן קנעכט צװישן די װאָס עסן בײַ דײַן טיש, און װאָסער רעכט האָב איך נאָך, צו מאָל זיך נאָך צו קלאָגן פֿאַרן מלך?", "האָט דער מלך צו אים געזאָגט: צו װאָס נאָך זאָלסטו רעדן דײַנע רײד? איך הײס: דו און ציבֿאָ זאָלט זיך טײלן מיטן פֿעלד.", "האָט מפֿיבֿוֹשת געזאָגט צום מלך: זאָל ער אױך דאָס גאַנצע צונעמען, נאָך דעם אַז מײַן האַר דער מלך איז געקומען בשלום אין זײַן הױז.", "און בַרזִלַי דער גִלעָדער האָט אַראָפּגענידערט פֿון רוֹגלים, און ער איז אַריבערגעגאַנגען מיטן מלך צום ירדן, כּדי אים צו באַלײטן איבערן ירדן.", "און בַרזִלַי איז געװען זײער אַלט, אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר; און ער האָט אױסגעהאַלטן דעם מלך װען ער איז געזעסן אין מַחנַיִם, װאָרום ער איז געװען זײער אַ רײַכער מאַן.", "האָט דער מלך געזאָגט צו בַרזלַין: קום דו אַריבער מיט מיר, און איך װעל דיך אױסהאַלטן בײַ מיר אין ירושלים.", "האָט בַרזִלַי געזאָגט צום מלך: װי פֿיל נאָך זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון מײַן לעבן, אַז איך זאָל אַרױפֿגײן מיטן מלך קײן ירושלים?", "איך בין הײַנט אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר; װעל איך דען װיסן צװישן גוטס און שלעכטס? װעט דען דײַן קנעכט שפּירן אַ טעם אין װאָס איך װעל עסן און װאָס איך װעל טרינקען? קען איך דען נאָך הערן דעם קָול פֿון זינגערס און זינגערינס? און צו װאָס זאָל דײַן קנעכט נאָך זײַן צו לאַסט אױף מײַן האַר דעם מלך?", "קױם קען דײַן קנעכט אַריבערגײן דעם ירדן מיטן מלך; און נאָך װאָס זאָל מיר דער מלך פֿאַרגעלטן די דאָזיקע פֿאַרגעלטונג?", "זאָל, איך בעט דיך, דײַן קנעכט זיך אומקערן, און לאָמיך שטאַרבן אין מײַן שטאָט בײַם קבֿר פֿון מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער. אָבער אָט איז דײַן קנעכט כִּמהָם, זאָל ער אַריבערגײן מיט מײַן האַר דעם מלך, און טו מיט אים װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן.", "האָט דער מלך געזאָגט: זאָל כִּמהָם אַריבערגײן מיט מיר, און איך װעל טאָן מיט אים װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן; און אַלץ װאָס דו װעסט פֿאַרלאַנגען פֿון מיר, װעל איך דיר טאָן.", "און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן, און דער מלך איז אַריבערגעגאַנגען. און דער מלך האָט געקושט בַרזלַין, און האָט אים געבענטשט. און ער האָט זיך אומגעקערט אין זײַן הײם.", "און דער מלך איז אַריבערגעגאַנגען קײן גִלגל, און כִּמהָם איז אַריבערגעגאַנגען מיט אים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון יהוּדה, און אױך אַ העלפֿט פֿון דעם פֿאָלק פֿון ישׂראל, האָבן אַריבערגעפֿירט דעם מלך.", "ערשט אַלע מענער פֿון ישׂראל זײַנען געקומען צום מלך, און זײ האָבן געזאָגט צום מלך: פֿאַר װאָס האָבן דיך אַװעקגעגנבֿעט אונדזערע ברידער, די מענער פֿון יהוּדה, און האָבן אַריבערגעפֿירט דעם מלך און זײַן הױזגעזינט איבערן ירדן, און אַלע מענטשן פֿון דָוִדן מיט אים?", "האָבן אַלע מענער פֿון יהוּדה געענטפֿערט די מענער פֿון ישׂראל: װײַל דער מלך איז אונדז אַ קרובֿ. און פֿאַר װאָס דען פֿאַרדריסט אײַך אױף דער דאָזיקער זאַך? האָבן מיר דען עסן געגעסן פֿון דעם מלכס? צי איז אונדז אַ געשאַנק געשאָנקען געװאָרן?", "האָבן די מענער פֿון ישׂראל געענטפֿערט די מענער פֿון יהוּדה, און געזאָגט: מיר האָבן צען חלקים אין מלך, און מיר זײַנען אױך בילכער אױף דָוִדן פֿון אײַך, הײַנט פֿאַר װאָס האָט איר אונדז צו קלײן געמאַכט? און איז ניט אונדזער װאָרט געװען דאָס ערשטע אומצוקערן אונדזער מלך? און די װערטער פֿון די מענער פֿון יהוּדה זײַנען געװען האַרטער װי די װערטער פֿון די מענער פֿון ישׂראל." ], [ "און דאָרטן האָט זיך געטראָפֿן אַ נידערטרעכטיקער מאַן װאָס זײַן נאָמען איז געװען שֶבֿע דער זון פֿון בִכרין, אַ מאַן אַ בנימינער; האָט ער געבלאָזן אין שופֿר, און האָט געזאָגט: מיר האָבן ניט קײן חלק אין דָוִדן, און מיר האָבן ניט קײן ירושה אין דעם זון פֿון ישין. איטלעכער צו זײַנע געצעלטן, ישׂראל!", "און אַלע מענער פֿון ישׂראל זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון הינטער דָוִדן נאָך שֶבֿע דעם זון פֿון בִכרין, נאָר די מענער פֿון יהוּדה זײַנען געװען באַהעפֿט אָן זײער מלך, פֿון ירדן און ביז ירושלים.", "און דוד איז געקומען אין זײַן הױז אין ירושלים; און דער מלך האָט גענומען די צען קעפּסװײַבער װאָס ער האָט געלאָזן צו היטן דאָס הױז, און ער האָט זײ אַרײַנגעזעצט אין אַ װאַכהױז, און האָט זײ אױסגעהאַלטן, אָבער ער איז צו זײ ניט געקומען. און זײ זײַנען געװען אײַנגעשפּאַרט ביז דעם טאָג פֿון זײער טױט, לעבעדיקע אלמנות.", "און דער מלך האָט געזאָגט צו עַמָשׂאן: רוף מיר צונױף די מענער פֿון יהוּדה אין דרײַ טעג, דערנאָך שטעל זיך דו דאָ.", "איז עַמָשׂא געגאַנגען צונױפֿרופֿן יהוּדה, און ער האָט זיך געזאַמט איבער דער צײַט װאָס ער האָט אים געשטעלט.", "האָט דוד געזאָגט צו אַבֿישַין: אַצונד װעט אונדז שֶבֿע דער זון פֿון בִכרין אָנטאָן מער שלעכטס װי אַבֿשָלום. דו נעם די קנעכט פֿון דײַן האַר, און יאָג אים נאָך, טאָמער געפֿינט ער באַפֿעסטיקטע שטעט, און װעט זיך אַרױסמאַכן פֿון אונדזערע אױגן.", "זײַנען אַרױסגעגאַנגען הינטער אים די מענטשן פֿון יוֹאָבֿן, און די כּרֵתים און די פּלֵתים, און אַלע גבורים, און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושלים נאָכצוּיאָגן שֶבֿע דעם זון פֿון בִכרין.", "װי זײ זײַנען בײַם גרױסן שטײן װאָס אין גבֿעון, אַזױ איז עַמָשׂא אָנגעקומען אַנטקעגן זײ. און יוֹאָבֿ איז געװען אָנגעגורט אין זײַן װאַפֿנקלײד, און דערױף איז געװען אַ גאַרטל מיט אַ שװערד באַהעפֿט צו זײַנע לענדן אין איר שײד; און װי ער איז אַרױסגעגאַנגען, אַזױ איז זי אַרױסגעפֿאַלן.", "האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צו עַמָשׂאן: איז פֿריד צו דיר, מײַן ברודער? און יוֹאָבֿס רעכטע האַנט האָט אָנגענומען עַמָשׂאן פֿאַרן באָרד, כּדי אים צו קושן.", "און עַמָשׂא האָט זיך ניט געהיט פֿאַר דער שװערד װאָס אין יוֹאָבֿס האַנט; האָט ער אים אַ זעץ געטאָן מיט איר אין בױך, און אַרױסגעלאָזט זײַנע אינגעװײד אױף דער ערד, און ניט געדאַרפֿט אים טאָן אַ צװײטן; און ער איז געשטאָרבן. און יוֹאָבֿ און זײַן ברודער אַבֿישַי האָבן נאָכגעיאָגט שֶבֿע דעם זון פֿון בִכרין.", "און אַ מאַן פֿון יוֹאָבֿס יונגען איז געשטאַנען איבער אים, און האָט געזאָגט: װער עס װיל יוֹאָבֿן, און װער עס איז פֿאַר דָוִדן, הינטער יוֹאָבֿן!", "און עַמָשׂא האָט זיך געקײַקלט אין בלוט אױפֿן מיטן װעג; האָט דער מאַן געזען, אַז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אָפּגעשטעלט, און ער האָט אָפּגעדרײט עַמָשׂאן פֿון װעג אױפֿן פֿעלד, און אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף אים אַ בגד, װען ער האָט געזען אַז איטלעכער װאָס איז צוגעקומען לעבן אים, האָט זיך אָפּגעשטעלט.", "אַז ער איז אַװעקגענומען געװאָרן פֿון װעג, איז איטלעכער געגאַנגען הינטער יוֹאָבֿן, נאָכצוּיאָגן שֶבֿע דעם זון פֿון בִכרין.", "און ער איז דורכגעגאַנגען דורך אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל ביז אָבֿל און בית-מעכה, און אַלע בֵרִים; און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײַנען אױך געגאַנגען הינטער אים.", "און זײ זײַנען געקומען און האָבן געלעגערט אױף אים אין אָבֿל פֿון בית-מעכה, און זײ האָבן אָנגעשאָטן אַן ערדװאַל אַרום דער שטאָט, און עס איז געשטאַנען אין דעם פֿעסטונגגראָבן. און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט יוֹאָבֿן האָבן געהאַלטן אין צעשטערן, כּדי אײַנצוּװאַרפֿן די מױער.", "האָט אַ קלוגע פֿרױ גערופֿן פֿון דער שטאָט: הערט! הערט! זאָגט, איך בעט אײַך, צו יוֹאָבֿן: גענען ביז אַהער, און איך װעל רעדן צו דיר.", "האָט ער גענענט צו איר, און די פֿרױ האָט געזאָגט: ביסט דו יוֹאָבֿ? האָט ער געזאָגט: איך. האָט זי צו אים געזאָגט: הער די װערטער פֿון דײַן דינסט. האָט ער געזאָגט: איך הער.", "האָט זי געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: רעדן האָט מען געזאָלט רעדן צוערשט, אַזױ צו זאָגן, פֿרעגן האָט מען געזאָלט פֿרעגן בײַ אָבֿל, און אַזױ אַרום װאָלט מען אָפּגעענדיקט.", "מיר זײַנען פֿרידלעכע געטרײַע פֿון ישׂראל; װילסטו טײטן אַ שטאָט און אַ מוטער אין ישׂראל? נאָך װאָס זאָלסטו אומברענגען די נחלה פֿון גאָט?", "האָט יוֹאָבֿ געענטפֿערט און געזאָגט: חלילה, חלילה מיר, אױב איך װעל אומברענגען און אױב איך װעל צעשטערן!", "ניט אַזױ איז די זאַך; נײַערט אַ מאַן פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרַיִם, װאָס זײַן נאָמען איז שֶבֿע דער זון פֿון בִכרין, האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט אַקעגן דעם מלך, אַקעגן דָוִדן. גיט אַרױס אים אַלײן, און איך װעל אַװעקגײן פֿון דער שטאָט. האָט די פֿרױ געזאָגט צו יוֹאָבֿן: אָט װערט דיר זײַן קאָפּ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון דער מױער.", "און די פֿרױ איז געקומען צו דעם גאַנצן פֿאָלק מיט איר חכמה, און זײ האָבן אָפּגעשניטן דעם קאָפּ פֿון שֶבֿע דעם זון פֿון בִכרין, און אַראָפּגעװאָרפֿן צו יוֹאָבֿן. און ער האָט געבלאָזן אין שופֿר, און זײ האָבן זיך צעשפּרײט פֿון דער שטאָט, איטלעכער צו זײַנע געצעלטן. און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט קײן ירושלים צום מלך.", "און יוֹאָבֿ איז געװען איבער דעם גאַנצן חיל פֿון ישׂראל; און בנָיָה דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבער די כּרֵתים און איבער די פּלֵתים;", "און אַדוֹרם, איבער דעם צינדז; און יהוֹשפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער;", "און שוָא, דער שרײַבער; און צָדוֹק און אבֿיתר, כּהנים.", "און אױך עִיראָ פֿון יָאִיר איז געװען אַן אױבערמאַן בײַ דָוִדן." ], [ "און עס איז געװען אַ הונגער אין די טעג פֿון דָוִדן, דרײַ יאָר, אַ יאָר נאָך אַ יאָר, און דוד האָט געזוכט דעם פּנים פֿון גאָט. האָט גאָט געזאָגט: דאָס איז פֿון װעגן שָאולן און פֿון װעגן דעם בלוטיקן הױז, פֿאַר װאָס ער האָט געטײט די גבֿעונים.", "האָט דער מלך גערופֿן די גבֿעונים, און ער האָט צו זײ גערעדט-און די גבֿעונים זײַנען ניט געװען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, נאָר פֿון דעם איבערבלײַב פֿון אמורי; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשװאָרן צו זײ; און שָאול האָט זײ געזוכט צו דערשלאָגן אין זײַן אײפֿערדיקײט פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל און יהוּדה –", "און דוד האָט געזאָגט צו די גבֿעונים: װאָס זאָל איך אײַך טאָן, און מיט װאָס קען איך מכפּר זײַן, אַז איר זאָלט בענטשן די נחלה פֿון גאָט?", "האָבן די גבֿעונים צו אים געזאָגט: אונדז קומט ניט קײן זילבער און גאָלד פֿון שָאולן און פֿון זײַן הױז, און אונדז גײט ניט דערום צו טײטן אַ מענטשן פֿון ישׂראל. האָט ער געזאָגט: װאָס פֿאַרלאַנגט איר, איך זאָל אײַך טאָן?", "האָבן זײ געזאָגט צום מלך: דער מאַן װאָס האָט אונדז פֿאַרלענדט, און װאָס האָט געפּלאַנט קעגן אונדז ביז מיר זײַנען פֿאַרטיליקט געװאָרן פֿון צו האָבן אַ באַשטאַנד אין גאַנצן גבֿול פֿון ישׂראל,", "פֿון זײַנע קינדער זאָלן אונדז איבערגעגעבן װערן זיבן מאַן, און מיר װעלן זײ אױפֿהענגען פֿאַר גאָט אױפֿן בערגל פֿון שָאול [גבֿעת-שָאול], דעם אױסדערװײלטן פֿון גאָט. האָט דער מלך געזאָגט: איך װעל געבן.", "און דער מלך האָט געשױנט מפֿיבֿוֹשת דעם זון פֿון יהונתן דעם זון פֿון שָאולן, איבער דער שבֿועה פֿון גאָט װאָס צװישן זײ, צװישן דָוִדן און צװישן יהונתן דעם זון פֿון שָאולן.", "האָט דער מלך גענומען די צװײ זין פֿון רִצפָּה דער טאָכטער פֿון אַיָהן, װאָס זי האָט געבאָרן פֿון שָאולן, אַרמוֹנין און מפֿיבֿוֹשתן, און די פֿינף זין פֿון מִיכל דער טאָכטער פֿון שָאולן, װאָס זי האָט געבאָרן פֿון עַדריאֵל דעם זון פֿון בַרזלַין, פֿון מחוֹלָה;", "און ער האָט זײ איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון די גבֿעונים, און זײ האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אױפֿן באַרג פֿאַר גאָט; און זײ זײַנען אומגעקומען אַלע זיבן אין אײנעם. און זײ זײַנען געטײט געװאָרן אין די ערשטע טעג פֿון שניט, אין אָנהײב גערשטנשניט.", "און רִצפָּה די טאָכטער פֿון אַיָהן האָט גענומען אַ זאַק, און האָט עס זיך אױסגעשפּרײט אױפֿן פֿעלדז, פֿון אָנהײב שניט ביז עס האָט זיך אַראָפּגעגאָסן אױף זײ װאַסער פֿון הימל. און זי האָט ניט געלאָזט אַ פֿױגל פֿון הימל זיך אַראָפּלאָזן אױף זײ בײַ טאָג, און אַ חיה פֿון פֿעלד בײַ נאַכט.", "איז דערצײלט געװאָרן דָוִדן װאָס רִצפָּה די טאָכטער פֿון אַיָהן, די קעפּסװײַב פֿון שָאולן, האָט געטאָן.", "איז דוד געגאַנגען, און האָט גענומען די בײנער פֿון שָאולן, און די בײנער פֿון יהונתן זײַן זון, פֿון די מענער פֿון יָבֿיש-גִלעָד, װאָס האָבן זײ אַװעקגעגנבֿעט פֿון דעם מאַרק פֿון בית-שָן װאָס די פּלִשתּים האָבן זײ דאָרטן געהאַט אױפֿגעהאַנגען, אין דעם טאָג װאָס די פּלִשתּים האָבן געשלאָגן שָאולן אין גִלבוֹע.", "און ער האָט אַרױפֿגעבראַכט פֿון דאָרטן די בײנער פֿון שָאולן, און די בײנער פֿון יהונתן זײַן זון; און מע האָט אױפֿגעקליבן די בײנער פֿון די געהאַנגענע.", "און מע האָט באַגראָבן די בײנער פֿון שָאולן און יהונתן זײַן זון אין לאַנד בנימין, אין צֵלָע, אין דעם קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער קישן; און מע האָט געטאָן אַלץ װאָס דער מלך האָט באַפֿױלן. און גאָט האָט זיך איבערגעבעטן צום לאַנד נאָך דעם.", "און די פּלִשתּים האָבן װידער געהאַט אַ מלחמה מיט ישׂראל, און דוד און זײַנע קנעכט מיט אים האָבן אַראָפּגענידערט, און האָבן מלחמה געהאַלטן מיט די פּלִשתּים, און דוד איז אָפּגעשלאַפֿט געװאָרן.", "און יִשבי-בנוֹבֿ װאָס איז געװען פֿון די קינדער פֿון דעם רָפֿה, און די װאָג פֿון זײַן שפּיז איז געװען דרײַ הונדערט שקל קופּער, און ער איז געװען אָנגעגורט מיט אַ נײַער [שװערד], האָט געװאָלט דערשלאָגן דָוִדן.", "אָבער אַבֿישַי דער זון פֿון צרוּיָהן איז אים געקומען צו הילף, און האָט געשלאָגן דעם פּלִשתּי און אים געטײט. דענצמאָל האָבן דָוִדס מענטשן געשװאָרן פֿאַר אים, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט מער ניט אַרױסגײן מיט אונדז אין מלחמה, כּדי זאָלסט ניט פֿאַרלעשן דאָס ליכט פֿון ישׂראל.", "און עס איז געװען נאָך דעם, איז װידער געװען אַ מלחמה אין גוֹבֿ מיט די פּלִשתּים; דענצמאָל האָט סִבכַי פֿון חוּשָה דערשלאָגן סַפֿן װאָס פֿון די קינדער פֿון דעם רָפֿה.", "און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין גוֹבֿ מיט די פּלִשתּים; און אֶלחָנֶן דער זון פֿון יַעֲרֵי-אוֹרגים דער בֵית-לֶחֶמער האָט דערשלאָגן גָליַתן פֿון גַת, װאָס דער האָלץ פֿון זײַן שפּיז איז געװען אַזױ װי דער שטאַנג פֿון װעבער.", "און עס איז װידער געװען אַ מלחמה אין גַת. איז דאָרטן געװען אַ מאַן פֿון שטרײַט װאָס די פֿינגער פֿון זײַנע הענט און די פֿינגער פֿון זײַנע פֿיס זײַנען געװען צו זעקס און זעקס, פֿיר און צװאַנציק אין צאָל. און ער אױך איז געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿה.", "און ער האָט געלעסטערט ישׂראל; האָט אים יהונתן דער זון פֿון שִמְעִי, דָוִדס ברודער, דערשלאָגן.", "די דאָזיקע פֿיר זײַנען געװען געבאָרן פֿון דעם רָפֿה אין גַת. און זײ זײַנען געפֿאַלן דורך דער האַנט פֿון דָוִדן, און דורך דער האַנט פֿון זײַנע קנעכט." ], [ "און דוד האָט גערעדט צו גאָט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג, אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער האַנט פֿון שָאולן.", "און ער האָט געזאָגט: יהוה איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;", "גאָט מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים, מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף, מײַן טורעם און מײַן אַנטרינונג, מײַן העלפֿער, װאָס העלפֿסט מיך פֿון אומרעכט.", "איך רוף; געלױבט איז יהוה! און פֿון מײַנע פֿײַנט װער איך געהאָלפֿן.", "װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך װעלן פֿון טױט, טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן;", "שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגענומען, אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.", "האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו יהוה, יאָ, צו מײַן גאָט האָב איך גערופֿן, און ער האָט געהערט פֿון זײַן טעמפּל מײַן קָול, און מײַן געשרײ [איז געקומען] אין זײַנע אױערן.", "און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד. די גרונטפֿעסטן פֿון הימל האָבן געציטערט; זײ האָבן זיך געשאָקלט, װײַל ער האָט געצערנט;", "אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין זײַן נאָז, און פֿון זײַן מױל האָט אַ פֿײַער פֿאַרצערט; קױלן האָבן געברענט פֿון אים.", "און ער האָט גענײַגט דעם הימל און גענידערט, מיט אַ נעבל אונטער זײַנע פֿיס.", "און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן, און זיך באַװיזן אױף פֿליגלען פֿון װינט.", "און ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש פֿאַר בײַדלעך אַרום אים; אַ זאַמלונג פֿון װאַסערן, װאָלקנס געדיכטע.", "פֿון דעם שימער פֿאַר אים האָבן פֿײַערקױלן געברענט.", "געדונערט פֿון הימל האָט גאָט, און דער העכסטער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קָול.", "און ער האָט אַרױסגעשיקט פֿײַלן און זײ צעשפּרײט, אַ בליץ- און זײ פֿאַרטומלט.", "און די גראָבנס פֿון ים האָבן זיך באַװיזן, די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן, דורך דעם אָנגעשרײ פֿון גאָט, פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון זײַן נאָז.", "ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען, מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע.", "ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט, פֿון מײַנע שָׂונאים, װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר.", "זײ זײַנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מײַן בראָך, אָבער גאָט איז מיר אַן אָנלען געװען.", "ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש, מיך אַרױסגעצױגן, װײַל ער האָט מיך באַגערט.", "גאָט פֿאַרגעלט מיך לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט קערט ער מיר אום.", "װאָרום איך האָב געהיט די װעגן פֿון יהוה, און ניט פֿאַרבראָכן אַקעגן מײַן גאָט.", "װאָרום אַלע זײַנע געזעצן זײַנען פֿאַר מיר, און זײַנע חוקים, דערפֿון קער איך ניט אָפּ.", "און איך בין געװען צו אים גאַנץ, און האָב מיך געהיט פֿון מײַן זינדיקײט.", "דרום האָט מיר אומגעקערט גאָט לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט מײַן רײנקײט פֿאַר זײַנע אױגן.", "מיט דעם גענאָדיקן װײַזטו זיך גענאָדיק, מיט דעם ערלעכן מאַן װײַזטו זיך ערלעך.", "מיט דעם רײנעם װײַזטו זיך רײן, און מיט דעם קרומען װײַזטו זיך פֿאַרדרײט.", "און דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן, און דײַנע אױגן זײַנען אױף די הױכע, דו זאָלסט זײ דערנידערן.", "װאָרום דו ביסט מײַן ליכט יהוה, און יהוה באַשײַנט מײַן פֿינצטערניש.", "װאָרום מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה, מיט מײַן גאָט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.", "גאָט- זײַן װעג איז גאַנץ; דאָס װאָרט פֿון יהוה איז געלײַטערט, ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.", "װאָרום װער איז אַ גאָט אױסער יהוה, און װער אַ פֿעלדז אױסער אונדזער גאָט?", "דער גאָט װאָס איז מײַן שטאַרקע פֿעסטונג, און לאָזט גײן גלײַך מײַן װעג.", "ער מאַכט מײַנע פֿיס גלײַך װי די הינדן, און אױף מײַנע הײכן טוט ער מיך שטעלן.", "ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה, און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס.", "און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף, און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.", "דערברײטערסט מײַן טריט אונטער מיר, און ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע קנעכלעך.", "איך האָב געיאָגט מײַנע פֿײַנט און זײ פֿאַרטיליקט, און זיך ניט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט.", "יאָ, איך האָב זײ פֿאַרלענדט און זײ צעהאַקט, אַז זײ קענען ניט אױפֿשטײן; און זײ זײַנען געפֿאַלן אונטער מײַנע פֿיס.", "און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה, האָסט געבײגט מײַנע קעגנשטײער אונטער מיר.", "און מײַנע פֿײַנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר, מײַנע שָׂונאים- איך זאָל זײ פֿאַרשנײַדן.", "זײ האָבן זיך אומגעקוקט, און ניט געװען קײן העלפֿער, צו גאָט- און ער האָט זײ ניט געענטפֿערט.", "און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿון דער ערד, װי גאַסנקױט זײ צעדריקט, זײ צעטרעטן.", "און האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון מײַן פֿאָלק, מיך געהיט אױף צו װערן דער קאָפּ פֿון די אומות; אַ פֿאָלק װאָס איך קען ניט, טוט מיר דינען.", "די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן גײען אײַן פֿאַר מיר, פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײ מיר.", "די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט, און קומען הינקענדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.", "עס לעבט יהוה, און געלױבט איז מײַן פֿעלדז, און דערהױבן איז גאָט דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;", "דער גאָט װאָס גיט מיר נקמות, און מאַכט נידערן די אומות אונטער מיר,", "און ציט מיך אַרױס פֿון מײַנע פֿײַנט; יאָ, איבער מײַנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך, פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל.", "דרום לױב איך דיך, גאָט, צװישן די פֿעלקער, און צו דײַן נאָמען טו איך זינגען.", "אַ טורעם פֿון הילף איז ער פֿאַר זײַן מלך, און ער טוט חֶסד מיט זײַן געזאַלבטן, מיט דָוִדן און מיט זײַן זאָמען ביז אײביק." ], [ "און דאָס זײַנען די לעצטע װערטער פֿון דָוִדן: די רײד פֿון דוד דעם זון פֿון יִשַין, די רײד פֿון דעם מאַן װאָס איז הױך געשטעלט, דעם געזאַלבטן פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ, און דעם זיסן זינגער פֿון ישׂראל:", "דער גײַסט פֿון גאָט רעדט דורך מיר, און זײַן װאָרט איז אױף מײַן צונג.", "דער גאָט פֿון ישׂראל האָט געזאָגט, דער פֿעלדז פֿון ישׂראל האָט צו מיר גערעדט: אַ געװעלטיקער איבער מענטשן דאַרף זײַן אַ צדיק װאָס געװעלטיקט מיט גאָטספֿאָרכטיקײט,", "און װי ליכט פֿון פֿרימאָרגן װען די זון גײט אױף- אַ פֿרימאָרגן אָן װאָלקן, װען פֿון שײַן נאָכן רעגן שפּראָצט דאָס גראָז פֿון דער ערד.", "פֿאַר װאָר, איז ניט פֿעסט מײַן הױז פֿאַר גאָט? װײַל אַן אײביקן בונד האָט ער מיר געמאַכט, צוגעברײט אין אַלעם און אָפּגעהיט; פֿאַר װאָר, אַל מײַן הילף און אַל מײַן באַגער צי מאַכט ער ניט שפּראָצן?", "אָבער די נידערטרעכטיקע זײַנען אַלע װי דערנער אַװעקגעװאָרפֿענע װאָס מען קען מיט דער האַנט ניט אָננעמען;", "און װיל עמעצער זײ אָנרירן, באַװאָרנט ער זיך מיט אַן אײַזן אָדער אַ האָלץ פֿון אַ שפּיז; און פֿאַרברענט איך פֿײַער װערן זײ פֿאַרברענט אױפֿן אָרט.", "דאָס זײַנען די נעמען פֿון די גבורים װאָס דוד האָט געהאַט: יוֹשֵבֿ-בַשֶבֿת, אַ תַּחכּמוֹני, דער הױפּטמאַן פֿון די עלטסטע, דאָס איז עַדינוֹ דער עצני; [ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז] אױף אַכט הונדערט מאַן, דערשלאָגן מיט אײן מאָל.", "און נאָך אים איז געװען אֶלעָזֶר דער זון פֿון דוֹדו דעם זון פֿון אַחוֹחין, פֿון די דרײַ גבורים מיט דָוִדן, װען זײ האָבן זיך אײַנגעשטעלט אַקעגן די פּלִשתּים, װאָס האָבן זיך דאָרטן אײַנגעזאַמלט אױף מלחמה, און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען געװען אַװעקגעגאַנגען;", "און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט געשלאָגן צװישן די פּלִשתּים ביז זײַן האַנט איז מיד געװאָרן, און זײַן האַנט האָט זיך צוגעקלעפּט צום שװערד. און גאָט האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה אין יענעם טאָג, און דאָס פֿאָלק האָט זיך אומגעקערט נאָך אים, בלױז אױסצוטאָן [די געטײטע].", "און נאָך אים איז געװען שַמָה דער זון פֿון אָגֵאן, פֿון הָרָר. די פּלִשתּים האָבן זיך געהאַט אײַנגעזאַמלט אין אַ מחנה; און דאָרטן איז געװען אַ שטיק פֿעלד פֿול מיט לינדזן; און דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿון די פּלִשתּים;", "האָט ער זיך געשטעלט אין מיטן פֿון דעם שטיק לאַנד, און האָט עס מציל געװען; און ער האָט געשלאָגן די פּלִשתּים, און גאָט האָט געטאָן אַ גרױסע ישועה.", "און דרײַ פֿון די דרײַסיק הױפּטלײַט האָבן אַראָפּגענידערט און זײַנען געקומען אין שניטצײַט צו דָוִדן צו דער הײל פֿון עַדוּלֶם; און די מחנה פֿון די פּלִשתּים האָט געלאַגערט אין טאָל רפֿאים.", "און דוד איז דענצמאָל געװען אין דער פֿעסטונג, און די װאַך פֿון די פּלִשתּים איז דענצמאָל געװען אין בֵית-לֶחֶם.", "האָט דוד געגלוסט, און ער האָט געזאָגט: װען מיר גיט װער טרינקען װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס אין טױער!", "האָבן די דרײַ גבורים אַרײַנגעבראָכן אין לאַגער פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן אָנגעשעפּט װאַסער פֿון דעם ברונעם פֿון בֵית-לֶחֶם װאָס בײַם טױער, און גענומען און געבראַכט צו דָוִדן. אָבער ער האָט עס ניט געװאָלט טרינקען, און האָט עס אױסגעגאָסן צו גאָט.", "און ער האָט געזאָגט: חלילה מיר, גאָט, אַז איך זאָל דאָס טאָן! דאָס בלוט פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט דער סכּנה פֿון זײער לעבן? און ער האָט עס ניט געװאָלט טרינקען. דאָס האָבן געטאָן די דרײַ גבורים.", "און אַבֿישַי, יוֹאָבֿס ברודער, דער זון פֿון צרוּיָהן, ער איז געװען דער הױפּט פֿון די דרײַ; און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן שפּיז אױף דרײַ הונדערט און זײ דערשלאָגן; ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ.", "פֿון די דרײַ איז ער געװען דער אָנגעזעענסטער, און ער איז בײַ זײ געװאָרן צום עלטסטן, אָבער צו די [ערשטע] דרײַ איז ער ניט געקומען.", "און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, דער זון פֿון אַ העלדישן מאַן, גרױס אין אױפֿטוען, פֿון קַבצְאֵל, ער האָט געשלאָגן די צװײ העלדן פֿון מואָבֿ, און ער האָט אַראָפּגענידערט און האָט דערשלאָגן אַ לײב אין אַ גרוב, אין אַ טאָג פֿון שנײ.", "און ער האָט דערשלאָגן אַ מִצרישן מאַן, אַ מאַן אָנצוקוקן; און אין דעם מִצריס האַנט איז געװען אַ שפּיז, און ער האָט אַראָפּגענידערט צו אים מיט אַ רוט; האָט ער אַרױסגעריסן דעם שפּיז פֿון דעם מִצריס האַנט, און האָט אים געהרגעט מיט זײַן אײגענעם שפּיז.", "דאָס האָט געטאָן בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, און ער האָט געהאַט אַ שם צװישן די דרײַ גבורים.", "ער איז געװען מער אָנגעזען פֿון די דרײַסיק, אָבער צו די [ערשטע] דרײַ איז ער ניט געקומען. און דוד האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן לײַבװאַך.", "עשׂהאל, יוֹאָבֿס ברודער, איז געװען צװישן די דרײַסיק; אֶלחָנֶן דער זון פֿון דוֹדון פֿון בֵית-לֶחֶם;", "שַמָה פֿון חַרוד; אֶליקאָ פֿון חַרוד;", "חֶלֶץ פֿון פֶּלֶט; עִיראָ דער זון פֿון עִקֵשן פֿון תּקוֹע;", "אבֿיעֶזֶר פֿון ענָתות; מבֿוּנַי פֿון חוּשָה;", "צלמון פֿון אַחוֹחַ; מַהרַי פֿון נטוֹפֿה;", "חלבֿ דער זון פֿון בַעַנָהן פֿון נטוֹפֿה; אִתַּי דער זון פֿון ריבֿין פֿון גִבֿעָה פֿון די קינדער פֿון בנימין;", "בנָיָהוּ פֿון פִּרעָתון; הִדַי פֿון נַחֲלֵי-גַעַש;", "אַבֿי-עַלבֿון פֿון עַרָבֿה; עַזמָוֶת פֿון בַרחום;", "אֶליַחבאָ פֿון שַעַלבֿון; פֿון יָשֵנס זין, יהונתן;", "שַמָה פֿון הָרָר; אַחיאָם דער זון פֿון שָרָרן פֿון אַרָר;", "אֶליפֿלט דער זון פֿון אַחַסבַין; דער זון פֿון דעם מַעַכָתי; אֶליִעָם דער זון פֿון אַחיתּופֿלן פֿון גילֹה;", "חֶצרי פֿון כַּרמל; פַּעֲרַי פֿון אַרָבֿ;", "יִגאָל דער זון פֿון נתנען פֿון צוֹבֿה; בָני דער גָדי;", "צֶלֶק דער עמוני; נַחרַי פֿון בארות, דער װאַפֿנטרעגער פֿון יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוּיָהן;", "עִיראָ פֿון יֶתר; גָרֵבֿ פֿון יֶתר; אוּרִיה דער חִתּי. אין אַלעמען זיבן און דרײַסיק." ], [ "און דער צאָרן פֿון גאָט האָט װידער געגרימט אױף ישׂראל, און ער האָט אָנגערעדט דָוִדן אַקעגן זײ, אַזױ צו זאָגן: גײ צײל איבער ישׂראל און יהוּדה.", "און דער מלך האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿ דעם חיל-פֿירער װאָס מיט אים: װאַנדער אַקאָרשט דורך אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, פֿון דן און ביז באֵר-שֶבֿע, און צײלט דאָס פֿאָלק כּדי איך זאָל װיסן דעם מספּר פֿון פֿאָלק.", "האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צום מלך זאָל גאָט דײַן האַר מערן דאָס פֿאָלק הונדערט מאָל אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען, און די אױגן פֿון מײַן האַר דעם מלך זאָלן עס זען; אָבער צו װאָס װיל מײַן האַר דער מלך די דאָזיקע זאַך?", "אָבער דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװען שטאַרק צו יוֹאָבֿן און צו די חיל-פֿירער, און יוֹאָבֿ און די חיל-פֿירער זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַרן מלך, צו צײלן דאָס פֿאָלק, ישׂראל.", "און זײ זײַנען אַריבער דעם ירדן, און האָבן גערוט אין ערוער, אױף דער רעכטער זײַט פֿון דער שטאָט װאָס אין מיטן טאָל פֿון גָד, און צו יַעזֵר צו.", "און זײ זײַנען געקומען קײן גִלעָד, און צו דעם לאַנד תַּחתּים-חָדשי, און זײ זײַנען געקומען קײן דָן-יַעַן, און רונד אַרום צו צידון.", "און זײ זײַנען געקומען צו דער פֿעסטונג פֿון צור, און צו אַלע שטעט פֿון דעם חִוִי און דעם כּנַעַני, און זײ זײַנען אַרױסגעקומען אין דָרום יהוּדה בײַ באֵר-שֶבֿע.", "און זײ האָבן דורכגעװאַנדערט דאָס גאַנצע לאַנד, און זײַנען צוריקגעקומען צום סָוף פֿון נײַן חדשים און צװאַנציק טעג קײן ירושלים.", "און יוֹאָבֿ האָט איבערגעגעבן דעם מספּר פֿון דער צײלונג פֿון פֿאָלק צום מלך. און ישׂראל איז געװען אַכט מאָל הונדערט טױזנט קריגסלײַט װאָס ציִען אַ שװערד, און די מענער פֿון יהוּדה, פֿינף מאָל הונדערט טױזנט מאַן.", "און דאָס האַרץ פֿון דָוִדן האָט אים געפּלאָגט נאָך דעם װי ער האָט געצײלט דאָס פֿאָלק, און דוד האָט געזאָגט צו גאָט: איך האָב זײער געזינדיקט װאָס איך האָב דאָס געטאָן; און אַצונד, גאָט, טו אָפּ, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן קנעכט, װאָרום איך בין געװען נאַריש זײער.", "און װי דוד איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזױ איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו גָד דעם נבֿיא, דָוִדס זעער, אַזױ צו זאָגן:", "גײ און זאָלסט רעדן צו דָוִדן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: דרײַ זאַכן לײג איך אױף דיר; קלײַב דיר אױס אײנע פֿון זײ, װאָס איך זאָל דיר טאָן.", "איז גָד געקומען צו דָוִדן און האָט אים דערצײלט, און האָט צו אים געזאָגט: זאָלן אױף דיר קומען זיבן יאָר הונגער אין דײַן לאַנד? אָדער זאָלסט דרײַ חדשים לױפֿן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, און זײ זאָלן דיך נאָכיאָגן? אָדער דרײַ טעג זאָל זײַן אַ מגפֿה אין דײַן לאַנד? אַצונד באַטראַכט, און זע װאָס פֿאַר אַ באַשײד איך זאָל ברענגען צו דעם װאָס שיקט מיך.", "האָט דוד געזאָגט צו גָדן: מיר איז זײער ענג. לאָמיר, איך בעט דיך, פֿאַלן אין דער האַנט פֿון גאָט, װאָרום זײַן רַחמָנות איז גרױס, און לאָמיך ניט פֿאַלן אין דער האַנט פֿון אַ מענטשן.", "האָט גאָט געגעבן אַ מגפֿה אין ישׂראל פֿון אין דער פֿרי און ביז דער געשטעלטער צײַט, און עס זײַנען געשטאָרבן פֿון פֿאָלק, פֿון דן און ביז באֵר-שֶבֿע, זיבעציק טױזנט מאַן.", "און דער מלאך האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף ירושלים זי אומצוברענגען; האָט גאָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז, און ער האָט געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט אומגעבראַכט צװישן פֿאָלק: גענוג! אַצונד לאָז אָפּ דײַן האַנט. און דער מלאך פֿון גאָט איז געװען בײַ דעם שײַער פֿון אַרַונֶה דעם יבֿוסי.", "און דוד האָט גערעדט צו גאָט, װען ער האָט געזען דעם מלאך װאָס שלאָגט צװישן פֿאָלק, און ער האָט געזאָגט: זע, איך האָב געזינדיקט, און איך האָב פֿאַרבראָכן, אָבער די דאָזיקע שאָף, װאָס האָבן זײ געטאָן? זאָל, איך בעט דיך, דײַן האַנט זײַן אױף מיר און אױף מײַן פֿאָטערס הױז.", "איז גָד געקומען צו דָוִדן אין יענעם טאָג, און ער האָט צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, שטעל אױף צו גאָט אַ מזבח אין דעם שײַער פֿון אַרַונֶה דעם יבֿוסי.", "איז דוד אַרױפֿגעגאַנגען לױט דעם װאָרט פֿון גָדן, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן.", "און אַרַונֶה האָט אַ קוק געטאָן, און האָט דערזען װי דער מלך און זײַנע קנעכט קומען אַריבער צו אים; איז אַרַונֶה אַרױסגעגאַנגען, און האָט זיך געבוקט צום מלך מיט זײַן פּנים צו דער ערד.", "און אַרַונֶה האָט געזאָגט: נאָך װאָס איז מײַן האַר דער מלך געקומען צו זײַן קנעכט? האָט דוד געזאָגט: אָפּצוקױפֿן פֿון דיר דעם שײַער אױף צו בױען אַ מזבח צו גאָט, כּדי די מגפֿה זאָל פֿאַרהאַלטן װערן פֿון פֿאָלק.", "האָט אַרַונֶה געזאָגט צו דָוִדן: זאָל מײַן האַר דער מלך נעמען און אױפֿברענגען װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. זע, די רינדער זײַנען פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און די דרעששליטנס און די שפּאַנצײַג פֿון די רינדער פֿאַר האָלץ.", "אַלץ האָט אַרַונֶה דער מלך אַװעקגעגעבן צום מלך. און אַרַונֶה האָט געזאָגט צום מלך: זאָל יהוה דײַן גאָט דיך באַװיליקן.", "האָט דער מלך געזאָגט צו אַרַונֶהן: נײן, נײַערט קױפֿן װעל איך קױפֿן פֿון דיר פֿאַר געצאָלט, און איך װעל ניט אױפֿברענגען צו יהוה מײַן גאָט בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אומזיסט. און דוד האָט אָפּגעקױפֿט דעם שײַער און די רינדער פֿאַר פֿופֿציק שקל זילבער.", "און דוד האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו גאָט, און האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער. און גאָט האָט זיך איבערגעבעטן צום לאַנד, און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן פֿון ישׂראל." ] ], "sectionNames": [ "Chapter", "Verse" ] }