Leviticus ויקרא Yehoyesh's Yiddish Tanakh Translation [yi] http://opensiddur.org/praxes/study/yehoyeshs-yiddish-translation-of-the-tanakh/ ויקרא Chapter 1 און גאָט האָט גערופֿן צו משהן, און האָט צו אים גערעדט פֿון אוֹהל-מוֹעד, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז עמיצער פֿון אײַך װעט ברענגען אַ קָרבן צו גאָט, זאָלט איר פֿון פֿי, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף, ברענגען אײַער קָרבן. אױב אַ בראַנדאָפּפֿער איז זײַן קָרבן, פֿון רינדער, זאָל ער אים ברענגען אַ זָכר אָן אַ פֿעלער; צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָל ער אים ברענגען, כּדי ער זאָל באַװיליקט װערן פֿאַר גאָט. און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון בראַנדאָפּפֿער, און עס װעט באַװיליקט װערן פֿון אים, מכַפּר צו זײַן אױף אים. און ער זאָל שעכטן דאָס יונגע רינד פֿאַר גאָט, און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן גענענען דאָס בלוט, און שפּרענגען דאָס בלוט רונד אַרום אױף דעם מזבח װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. און ער זאָל אָפּשינדן דאָס בראַנדאָפּפֿער, און עס צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער. און די קינדער פֿון אַהרן דעם כֹּהן זאָלן אַרױפֿטאָן פֿײַער אױפֿן מזבח, און אָנלײגן האָלץ אױפֿן פֿײַער. און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן אױסלײגן די שטיקער, דעם קאָפּ, און דאָס פֿעטס, אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿײַער װאָס אױפֿן מזבח. און זײַנע אינגעװײד און זײַנע קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער, און דער כֹּהן זאָל אַלצדינג דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און אױב זײַן קָרבן איז פֿון קלײנפֿי, פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, זאָל ער אים ברענגען אַ זָכר אָן אַ פֿעלער. און ער זאָל אים שעכטן בײַ דער צפֿון-זײַט פֿון מזבח פֿאַר גאָט, און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. און ער זאָל אים צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער; און דער כֹּהן זאָל זײ אױסלײגן מיטן קאָפּ און מיטן פֿעטס אױף דעם האָלץ װאָס איבער דעם פֿײַער װאָס אױפֿן מזבח. און די אינגעװײד און די קני זאָל ער אָפּשװענקען אין װאַסער; און דער כֹּהן זאָל אַלצדינג גענענען, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און אױב אַ בראַנדאָפּפֿער פֿון עוֹפֿות איז זײַן קָרבן צו גאָט, זאָל ער ברענגען זײַן קָרבן פֿון טורטלטױבן אָדער פֿון יונגע טױבן. און דער כֹּהן זאָל אים גענענען צום מזבח, און אָפּקנײַפּן זײַן קאָפּ, און דעמפֿן אױפֿן מזבח; און זײַן בלוט זאָל אױסגעקװעטשט װערן אױף דער װאַנט פֿון מזבח. און ער זאָל אַראָפּנעמען זײַן װאָליע מיט אירע פֿעדערן, און זי אַװעקגעװאַרפֿן לעבן מזבח אין מזרח-זײַט, אין אָרט פֿון דער אַש. און ער זאָל אים אױפֿרײַסן פֿאַר זײַנע פֿליגלען, אָבער ניט פֿאַנאַנדערשײדן; און דער כֹּהן זאָל אים דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף דעם האָלץ װאָס איבערן פֿײַער. אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. Chapter 2 און אַז עמיצער װעט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער צו גאָט, זאָל זײַן קָרבן זײַן פֿון זעמלמעל, און ער זאָל אַרױפֿגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרױך. און ער זאָל עס ברענגען צו די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים; און ער זאָל אָנהױפֿן דערפֿון זײַן פֿולן הױפֿן – פֿון זײַן זעמלמעל, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרױך, און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג אױפֿן מזבח, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט. און אַז דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער געבאַקן אין אַן אױװן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל, אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, אָדער אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל. און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער אױף אַ באַקפֿאַן איז דײַן קָרבן, זאָל עס זײַן פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, אומגעזײַערט. זאָלסט עס צעבראָקן אין בראָקן, אן אַרױפֿגיסן דערױף אײל; אַ שפּײַזאָפּפֿער איז דאָס. און אױב אַ שפּײַזאָפּפֿער אין אַ בראָטפֿאַן איז דײַן קָרבן, זאָל עס געמאַכט װערן פֿון זעמלמעל מיט אײל. און זאָלסט ברענגען דאָס שפּײַזאָפּפֿער װאָס װערט געמאַכט פֿון די דאָזיקע, צו גאָט; און מע זאָל עס דערלאַנגען צום כֹּהן, און ער זאָל עס גענענען צום מזבח. און דער כֹּהן זאָל אַראָפּהײבן פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער זײַן דערמאָנונג, און דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און דאָס איבעריקע פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע קינדער; אַ הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט. קײן שפּײַזאָפּפֿער װאָס איר װעט ברענגען צו גאָט, זאָל ניט געמאַכט װערן פֿון חמץ, װאָרום פֿון קײן זױערטײג און קײן האָניק טאָרט איר ניט דעמפֿן אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. פֿאַר אַ גאָב פֿון ערשטפֿרוכט מעגט איר זײ ברענגען צו גאָט, אָבער אױפֿן מזבח טאָרן זײ ניט אַרױפֿקומען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח. און דײַן איטלעך שפּײַזאָפּפֿער זאָלסטו מיט זאַלץ באַזאַלצן, און זאָלסט ניט אױסלאָזן פֿון דײַן שפּײַזאָפּפֿער דאָס זאַלץ פֿון דײַן גאָטס בונד; מיט דײַן איטלעכן קָרבן זאָלסטו מקריבֿ זײַן זאַלץ. און אױב דו װעסט ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון ערשטצײַטיקע צו גאָט, זאָלסטו ברענגען זאַנגען געברענט אין פֿײַער, גריץ פֿון פֿרישע קערנער, פֿאַר דעם שפּײַזאָפּפֿער פֿון דײַנע ערשטצײַטיקע. און זאָלסט אַרױפֿגיסן אױף אים אײל, און אַרױפֿטאָן אױף אים װײַרױך; אַ שפּײַזאָפּפֿער איז דאָס. און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג, פֿון זײַן גריץ, און פֿון זײַן אײל, מיט זײַן גאַנצן װײַרױך, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. Chapter 3 און אױב אַ פֿרידאָפּפֿער איז זײַן קָרבן, אױב ער ברענגט פֿון רינדער, סײַ אַ זָכר, סײַ אַ נקבה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען פֿאַר גאָט. און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבן, און אים שעכטן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און די קינדער פֿון אַהרן, די כֹּהנים, זאָלן שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט, דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען. און די קינדער פֿון אַהרן זאָלן עס דעמפֿן אױפֿן מזבח איבער דעם בראַנדאָפּפֿער װאָס אױפֿן האָלץ װאָס איבערן פֿײַער, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און אױב פֿון קלײנפֿי איז זײַן קָרבן פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט, אַ זָכר אָדער אַ נקבֿה, זאָל ער אָן אַ פֿעלער אים ברענגען. אױב אַ שעפּס ברענגט ער פֿאַר זײַן קָרבן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר גאָט. און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן קָרבן, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרן זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. און ער זאָל גענענען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט, זײַן פֿעטס, דעם גאַנצן װײדל – לעבן דעם רוקנבײן זאָל ער אים אַראָפּנעמען – און דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. און אױב אַ ציג איז זײַן קָרבן, זאָל ער אים גענענען פֿאַר גאָט. און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױף זײַן קאָפּ, און אים שעכטן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און די קינדער פֿון אַהרן זאָלן שפּרענגען זײַן בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. און ער זאָל גענענען דערפֿון זײַן קָרבן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט: דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען. און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; דאָס גאַנצע פֿעטס צו גאָט. אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות אין אַלע אײַערע װוינערטער: קײן חֵלבֿ און קײן בלוט זאָלט איר ניט עסן. Chapter 4 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אַז עמיצער װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע אין װאָסערע עס איז פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, און ער װעט טאָן אײנע פֿון זײ, איז, אױב דאָס װעט זינדיקן דער געזאַלבטער כֹּהן, צו דער פֿאַרשולדיקונג פֿון פֿאָלק, זאָל ער מקריבֿ זײַן פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער צו גאָט פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. און ער זאָל ברענגען דעם אָקס צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד פֿאַר גאָט, און זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם אָקס, און שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט. און דער געזאַלבטער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און זאָל עס ברענגען צום אוֹהל-מוֹעד. און דער כֹּהן זאָל אײַנטונקען זײַן פֿינגער אין דעם בלוט, און שפּריצן פֿון דעם בלוט זיבן מאָל פֿאַר גאָט, פֿאַר דעם פָּרוֹכֶת פֿון הײליקטום. און דער כֹּהן זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם בלוט אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן װאָס פֿאַר גאָט אין אוֹהל-מוֹעד, און דאָס גאַנצע בלוט פֿון אָקס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. און דאָס גאַנצע פֿעטס פֿון דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער זאָל ער פֿון אים אַראָפּנעמען: דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל ער עס אַראָפּנעמען, אַזױ װי עס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם אָקס פֿון פֿרידאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער. און דאָס פֿעל פֿון דעם אָקס, און דאָס גאַנצע פֿלײש זײַנס, מיט זײַן קאָפּ, און מיט זײַנע קני, און זײַנע אינגעװײד, און זײַן מיסט – דעם גאַנצן אָקס זאָל ער אַרױסטראָגן אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט, װוּ מע שיט אױס די אַש, און אים פֿאַרברענען אױף האָלץ אין פֿײַער; װוּ מע שיט אױס די אַש זאָל ער פֿאַרברענט װערן. און אױב די גאַנצע עדה פֿון ישׂראל װעט פֿאַרזען, װײַל אַ זאַך װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון די אױגן פֿון קהל, און זײ װעלן טאָן אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, און װעלן זיך פֿאַרשולדיקן, און זײ װעט באַװוּסט װערן די זינד װאָס זײ האָבן זיך דערמיט פֿאַרזינדיקט, זאָל קהל ברענגען אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און זײ זאָלן אים צוברענגען פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד. און די עלטסטע פֿון דער עדה זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון אָקס פֿאַר גאָט, און מע זאָל שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט. און דער געזאַלבטער כֹּהן זאָל ברענגען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס צום אוֹהל-מוֹעד. און דער כֹּהן זאָל אײַנטונקען זײַן פינגער אין דעם בלוט, און שפּריצן זיבן מאָל פֿאַר גאָט, פאָרנט פֿון פָּרוֹכֶת. און ער זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם בלוט אױף די הערנער פֿון דעם מזבח װאָס פֿאַר גאָט, װאָס אין אוֹהל-מוֹעד, און דאָס גאַנצע בלוט זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער װאָס בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען פֿון אים, און דעמפֿן אױפֿן מזבח. און ער זאָל טאָן מיט דעם אָקס, אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער; גענױ אַזױ זאָל ער טאָן מיט אים; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף זײ, און זײ װעט פֿאַרגעבן װערן. און ער זאָל אַרױסטראָגן דעם אָקס אױסן לאַגער, און אים פֿאַרברענען, אַזױ װי ער האָט פֿאַרברענט דעם פֿריערדיקן אָקס; אַ זינדאָפּפֿער פֿאַר קהל איז דאָס. אַז אַ פֿירשט װעט זינדיקן, און װעט טאָן דורך אַ פֿאַרזע אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון יהוה זײַן גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, און װעט זיך פֿאַרשולדיקן; אױב אים װערט באַװוּסט זײַן זינד װאָס ער האָט זיך דערין פֿאַרזינדיקט, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן קָרבן אַ ציגנבאָק, אַ זָכר אָן אַ פֿעלער. און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון באָק, און אים שעכטן אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿאַר גאָט; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס. און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער מיט זײַן פינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער; און דאָס איבעריקע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער. און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַזױ װי דאָס פֿעטס פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. און אױב אַן אײנצלנער מענטש פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע, מיט װאָס ער װעט טאָן אײנע פֿון די פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, און װעט זיך פֿאַרשולדיקן; אױב מע מאַכט אים װיסן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן קָרבן אַ ציג אָן אַ פֿעלער, אַ זי, פֿאַר דער זינד װאָס ער האָט געזינדיקט. און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם זינדאָפּפֿער, און שעכטן דאָס זינדאָפּפֿער אין דעם אָרט פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער. און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון זײַן בלוט מיט זײַן פֿינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און דאָס גאַנצע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון מזבח. און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען, אַזױ װי דאָס פֿעטס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער; און דער כּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. און אױב אַ שעפּס װעט ער ברענגען זײַן קָרבן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, זאָל ער ברענגען אַ זי אָן אַ פֿעלער. און ער זאָל אָנלענען זײַן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון זינדאָפּפֿער, און זאָל עס שעכטן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער. און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער מיט זײַן פֿינגער, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און דאָס גאַנצע בלוט זײַנס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון מזבח. און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל ער אַראָפּנעמען, אַזױ װי דאָס פֿעטס פֿון שעפּס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. Chapter 5 און אַז עמיצער װעט זינדיקן מיט װאָס ער װעט הערן דעם קָול פֿון באַשװערונג, װען ער איז אַן עדות, סײַ ער האָט געזען, סײַ ער װײס עפּעס – אױב ער װעט ניט אױסזאָגן, און טראָגן אױף זיך אַ זינד; אָדער אַז עמיצער װעט זיך אָנרירן אָן עפּעס אַן אומרײנער זאַך, סײַ אָן דער נבֿלה פֿון אַן אומרײנער חיה, סײַ אָן דער נבֿלה פֿון אַן אומרײנער בהמה, סײַ אָן דער נבֿלה פֿון אַן אומרײנעם שרץ, און עס װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון אים אַז ער איז אומרײן, און ער װעט זיך פֿאַרשולדיקן; אָדער אַז ער װעט זיך אָנרירן אָן דער אומרײנקײט פֿון אַ מענטשן, װאָס נאָר זײַן אומרײנקײט איז װאָס ער איז אומרײן דערמיט, און עס װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון אים; און ער װעט זיך דערװיסן אַז ער האָט זיך פֿאַרשולדיקט; אָדער אַז עמיצער װעט שװערן דורך אַרױסרעדן מיט די ליפּן צום גוטן אָדער צום שלעכטן, װאָס נאָר אַ מענטש װעט אַרױסרעדן מיט אַ שבֿועה, און עס װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון אים; און ער װעט זיך דערװיסן אַז ער איז שולדיק אין אײנער פֿון די דאָזיקע זאַכן; איז, אַז ער פֿאַרשולדיקט זיך אין אײנער פֿון דידאָזיקע זאַכן, זאָל ער זיך מתװדה זײַן אױף װאָס ער האָט געזינדיקט. און ער זאָל ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער צו גאָט פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, אַ זי פֿון קלײנפֿי, אַ שעפּס אָדער אַ ציג, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד. און אױב זײַן האַנט פֿאַרמאָגט ניט גענוג אױף אַ לאַם, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן שולדאָפּפֿער פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט, צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, צו גאָט: אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער. און ער זאָל זײ ברענגען צום כֹּהן; און ער זאָל מקריבֿ זײַן די װאָס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער צוערשט, און אָפּקנײַפּן איר קאָפּ בײַ איר געניק, אָבער ניט פֿאַנאַנדערשײדן. און ער זאָל שפּריצן פֿון דעם בלוט פֿון זינדאָפּפֿער אױף דער װאַנט פֿון מזבח און דער רעשט פֿון דעם בלוט זאָל אױסגעקװעטשט װערן אָן גרונט פֿון מזבח; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס. און די צװײטע זאָל ער מאַכן פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אַזױ װי דער דין; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿון װעגן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. און אױב זײַן האַנט פֿאַרמאָגט ניט אױף צװײ טורטלטױבן, אָדער אױף צװײ יונגע טױבן, זאָל ער ברענגען פֿאַר זײַן קָרבן פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט, אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ער זאָל ניט אַרױפֿטאָן אױף אים אײל. און ניט אַרױפֿלײגן אױף אים װײַרױך, װאָרום אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס. און ער זאָל עס ברענגען צום כֹּהן, און דער כֹּהן זאָל אָנהױפֿן פֿון אים זײַן פֿולן הױפֿן – זײַן דערמאָנונג – און דעמפֿן אױפֿן מזבח, אױף די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס. און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט אין אײנער פֿון די דאָזיקע זאַכן, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. און עס זאָל געהערן צום כֹּהן אַזױ װי אַ שפּײַזאָפּפֿער. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: אַז עמיצער װעט פֿעלשן אַ פֿעלשונג, און װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע אַקעגן די הײליקײטן פֿון גאָט, זאָל ער ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער צו גאָט: אַ װידער פֿון די שאָף, אָן אַ פֿעלער, לױט דײַן אָפּשאַצונג אין זילבער-שקָלים, אױפֿן הײליקן שֶקל, פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער. און װאָס ער האָט פֿאַרשולדיקט קעגן דער הײליקײט זאָל ער אָפּצאָלן, און צולײגן דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון, און דאָס געבן צום כֹּהן; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים מיט דעם װידער פֿון שולדאָפּפֿער, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. און אױב עמיצער װעט זינדיקן, און װעט טאָן אײנע פֿון אַלע פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן, װײַל ער האָט ניט געװוּסט, און ער װעט זיך פֿאַרשולדיקן און טראָגן אױף זיך אַ זינד, זאָל ער ברענגען אַ װידער פֿון די שאָף, אָן אַ פֿעלער, לױט דײַן אָפּשאַצונג, פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, צום כֹּהן; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, פֿאַר דעם פֿאַרזע װאָס ער האָט פֿאַרזען, װײַל ער האָט ניט געװוּסט, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן. אַ שולדאָפּפֿער איז דאָס; פֿאַרשולדיקן האָט ער זיך פֿאַרשולדיקט קעגן גאָט און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: אַז עמיצער װעט זינדיקן, און װעט פֿעלשן אַ פֿעלשונג אָן גאָט, און װעט פֿאַרלײקענען זײַן חבֿר אַן אײַנלאָג, אָדער אַ משכּון, אָדער אַ גזלה, אָדער ער װעט קריװדען זײַן חבֿר; אָדער ער האָט געפֿונען פֿאַרלאָרנס און פֿאַרלײקנט עס, און שװערט פֿאַלש – אין אײנער פֿון די אַלע זאַכן װאָס אַ מענטש באַגײט דערמיט אַ זינד; איז, אַז ער האָט אַזױ געזינדיקט און זיך פֿאַרשולדיקט, זאָל ער אומקערן די גזלה װאָס ער האָט געגזלט, אָדער די קריװדע װאָס ער האָט געקריװדעט, אָדער דעם אײַנלאָג װאָס איז אײַנגעלײגט געװאָרן בײַ אים, אָדער דאָס פֿאַרלאָרענע װאָס ער האָט געפֿונען, אָדער װאָס נאָר ער האָט געשװאָרן דערױף פֿאַלש; און ער זאָל באַצאָלן דעם קרן דערפֿון, און אַ פֿינפֿטל דערפֿון צולײגן דערצו; צו דעם װעמען עס געהערט זאָל ער עס אָפּגעבן אין דעם טאָג װאָס ער שפּירט זיך שולדיק. און ער זאָל ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער צו גאָט: אַ װידער פֿון די שאָף, אָן אַ פֿעלער, לױט דײַן אָפּשאַצונג, פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער צום כֹּהן. און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר גאָט, און אים װעט פֿאַרגעבן װערן װאָס נאָר פֿון אַלעם דעם ער האָט געטאָן זיך צו פֿאַרשולדיקן דערמיט. Chapter 6 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: באַפֿעל אַהרֹנען און זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער דין פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער: דאָס איז דאָס װאָס גײט אַרױף אױפֿן בראַנד אױפֿן מזבח אױף אַ גאַנצע נאַכט ביז אין דער פֿרי; און דאָס פֿײַער פֿון מזבח זאָל געהאַלטן װערן אין ברענען דערױף. און דער כֹּהן זאָל אָנטאָן זײַן לײַנען קלײד, און לײַנענע הױזן זאָל ער אָנטאָן אױף זײַן לײַב; און ער זאָל אַראָפּנעמען די אַש אױף װאָס דאָס פֿײַער האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח, און ער זאָל עס אַהינטאָן לעבן מזבח. און ער זאָל אױסטאָן זײַנע קלײדער, און אָנטאָן אַנדערע קלײדער, און אַרױסטראָגן די אַש אױסן לאַגער אין אַ רײנעם אָרט. און דאָס פֿײַער אױפֿן מזבח זאָל געהאַלטן װערן אין ברענען דערױף, עס זאָל ניט פֿאַרלאָשן װערן. און דער כֹּהן זאָל אָנצינדן דערױף האָלץ פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן; און ער זאָל אױסלײגן דערױף דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דעמפֿן דערױף דאָס פֿעטס פֿון די פֿרידאָפּפֿער. אַ פֿײַער זאָל תּמיד געהאַלטן װערן אין ברענען אױפֿן מזבח; עס זאָל ניט פֿאַרלאָשן װערן. און דאָס איז דער דין פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער: די קינדער פֿון אַהרן זאָלן עס גענענען פֿאַר גאָט פֿאָרנט פֿון מזבח. און ער זאָל אַראָפּנעמען דערפֿון מיט זײַן הױפֿן: פֿון דעם זעמלמעל פֿון דעם שפּײַזאָפּפֿער, און פֿון זײַן אײל, און דעם גאַנצן װײַרױך װאָס אױפֿן שפּײַזאָפּפֿער; און ער זאָל דעמפֿן זײַן דערמאָנונג אױפֿן מזבח פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און דאָס איבעריקע פֿון אים זאָלן עסן אַהרן און זײַנע זין; אומגעזײַערט זאָל עס געגעסן װערן, אין אַ הײליקן אָרט; אין הױף פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלן זײ עס עסן. עס זאָל ניט געבאַקט װערן געזײַערט. פֿאַר זײער חלק האָב איך דאָס זײ געגעבן פֿון מײַנע פֿײַעראָפּפֿער; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער, און אַזױ װי דאָס שולדאָפּפֿער. יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די קינדער פֿון אַהרן מעג עס עסן; אַן אײביק רעכט אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; אַלץ װאָס װעט זיך אָנרירן אָן דעם זאָל װערן הײליק. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער קָרבן פֿון אַהרֹנען און זײַנע זין, װאָס זײ זאָלן מקריבֿ זײַן צו גאָט אין דעם טאָג װאָס ער װערט געזאַלבט: אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער תּמיד, אַ העלפֿט דערפֿון אין דער פֿרי, און אַ העלפֿט דערפֿון אין אָװנט. אױף אַ באַקפֿאַן, מיט אײל, זאָל עס געמאַכט װערן; גוט דורכגעשלאָגן זאָלסטו עס ברענגען; אַ געבאַקט שפּײַזאָפּפֿער אין בראָקן זאָלסטו עס מקריבֿ זײַן פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און דער כֹּהן װאָס איז דער געזאַלבטער אױף זײַן אָרט פֿון צװישן זײַנע זין, זאָל עס מאַכן; אַן אײביק געזעץ; אין גאַנצן צו גאָט זאָל עס געדעמפֿט װערן. און יעטװעדער שפּײַזאָפּפֿער פֿון אַ כֹּהן זאָל אין גאַנצן פֿאַרברענט װערן; עס זאָל ניט געגעסן װערן. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער דין פֿון דעם זינדאָפּפֿער: אין דעם אָרט װוּ דאָס בראַנדאָפּפֿער װערט געשאָכטן, זאָל געשאָכטן װערן דאָס זינדאָפּפֿער פֿאַר גאָט; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. דער כֹּהן װאָס ברענגט עס אױף פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער זאָל עס עסן; אין אַ הײליקן אָרט זאָל עס געגעסן װערן, אין הױף פֿון אוֹהל-מוֹעד. אַלץ װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײַן פֿלײש, זאָל װערן הײליק; און אױב עס װעט אַרױפֿשפּריצן פֿון זײַן בלוט אױף אַ בגד, זאָלסטו דאָס אױף װאָס עס װעט אַרױפֿשפּריצן, װאַשן אין אַ הײליקן אָרט. און די לײמענע כּלי װאָס עס װערט געקאָכט װערן דערין, זאָל צעבראָכן װערן; און אױב עס װערט געקאָכט אין אַ קופּערנע כּלי, זאָל זי אױסגעשײַערט װערן, און אױסגעשװענקט װערן מיט װאַסער. יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די כֹּהנים מעג דאָס עסן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. אָבער קײן זינדאָפּפֿער, װאָס פֿון זײַן בלוט װערט געבראַכט אין אוֹהל-מוֹעד כּדי מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, זאָל ניט געגעסן װערן; אין פֿײַער זאָל עס פֿאַרברענט װערן. Chapter 7 און דאָס איז דער דין פֿון דעם שולדאָפּפֿער: אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס בראַנדאָפּפֿער, זאָל מען שעכטן דאָס שולדאָפּפֿער; און זײַן בלוט זאָל מען שפּרענגען אױפֿן מזבח רונד אַרום. און דאָס גאַנצע פֿעטס זײַנס זאָל מען מקריבֿ זײַן פֿון אים, דעם װײדל, און דאָס פֿעטס װאָס דעקט צו די אינגעװײד, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, װאָס בײַ די פֿלאַנקען, און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – בײַ די נירן זאָל מען עס אַראָפּנעמען. און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט; אַ שולדאָפּפֿער איז דאָס. יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די כֹּהנים מעג עס עסן; אין אַ הײליקן אָרט זאָל עס געגעסן װערן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. װי דאָס זינדאָפּפֿער אַזױ דאָס שולדאָפּפֿער, אײן דין פֿאַר זײ; דער כֹּהן װאָס איז דערמיט מכַפּר, צו אים זאָל עס געהערן. און דער כֹּהן װאָס איז מקריבֿ עמיצנס אַ בראַנדאָפּפֿער, זאָל דאָס פֿעל פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער װאָס ער האָט מקריבֿ געװען, געהערן צו אים, צום כֹּהן. און איטלעך שפּײַזאָפּפֿער װאָס װערט געבאַקן אין אױװן, און איטלעכס װאָס װערט געמאַכט אין אַ בראָטפֿאַן, אָדער אױף אַ באַקפאַן, זאָל געהערן צו אים, צו דעם כֹּהן װאָס איז דאָס מקריבֿ. און איטלעך שפּײַזאָפּפֿער פֿאַרמישט מיט אײל, אָדער טרוקן, זאָל געהערן צו אַלע קינדער פֿון אַהרן, צו אײנעם אַזױ װי צום אַנדערן. און דאָס איז דער דין פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער װאָס עמיצער ברענגט צו גאָט: אױב ער ברענגט עס פֿאַר אַ דאַנקגעבונג, זאָל ער ברענגען מיט דעם דאַנקאָפּפֿער אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל, און זעמלמעל גוט דורכגעשלאָגן, חלות פֿאַרמישט מיט אײל. אין אײנעם מיט חלות פֿון געזײַערטן ברױט זאָל ער ברענגען זײַן אָפּפֿערגאָב בײַ זײַן פֿרידאָפּפֿער פֿון דאַנק. און ער זאָל דערפֿון ברענגען אײנס פֿון איטלעכער אָפּפֿערגאָב אַן אָפּשײדונג צו גאָט; צו דעם כֹּהן װאָס שפּרענגט דאָס בלוט פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער, צו אים זאָל עס געהערן. און דאָס פֿלײש פֿון זײַן פֿרידאָפּפֿער פֿון דאַנק מוז געגעסן װערן אין דעם טאָג פֿון זײַן קָרבן; ער זאָל ניט איבערלאָזן דערפֿון ביז אין דער פֿרי. אױב אָבער דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון זײַן קָרבן איז אַ נדר, אָדער אַ פֿרײַװיליקע גאָב, זאָל עס געגעסן װערן אין דעם טאָג װאָס ער איז מקריבֿ זײַן שלאַכטאָפּפֿער; און אױך אױף מאָרגן מעג װאָס בלײַבט דערפֿון געגעסן װערן. אָבער װאָס בלײַבט פֿון דעם פֿלײש פֿון דעם שלאַכטאָפּפֿער אױפֿן דריטן טאָג זאָל אין פֿײַער פֿאַרברענט װערן. און אױב געגעסן װעט געגעסן װערן פֿון דעם פֿלײש פֿון זײַן פֿרידאָפּפֿער אױפֿן דריטן טאָג, װעט עס ניט באַװיליקט װערן; עס װעט ניט גערעכנט װערן דעם װאָס איז דאָס מקריבֿ; אַן אומװערדיקײט װעט עס זײַן, און דער מענטש װאָס עסט דערפֿון װעט טראָגן זײַן זינד. און דאָס פֿלײש װאָס װעט זיך אָנרירן אָן עפּעס אומרײנס, זאָל ניט געגעסן װערן; אין פֿײַער זאָל עס פֿאַרברענט װערן. אָבער אַזױ דאָס פֿלײש – מעג איטלעכער װאָס איז רײן, עסן דאָס פֿלײש. און דער מענטש װאָס װעט עסן פֿלײש פֿון אַ פֿרידאָפּפֿער װאָס צו גאָט, מיט זײַן אומרײנקײט אױף אים, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק. און אַז עמיצער װעט זיך אָנרירן אָן עפּעס אומרײנס, אָן דער אומרײנקײט פֿון אַ מענטשן, אָדער אָן אַן אומרײנער בהמה, אָדער אָן װאָסער עס איז אומרײנעם שרץ, און ער װעט עסן פֿון דעם פֿלײש פֿון אַ פֿרידאָפּפֿער װאָס צו גאָט, זאָל יענע זעל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: קײן חֵלבֿ פֿון אַן אָקס, אָדער אַ שעפּס, אָדער אַ ציג, זאָלט איר ניט עסן. און חֵלבֿ פֿון אַ געפאַלענער, און חֵלבֿ פֿון אַ פֿאַרצוקטער, מעג פֿאַרטאָן װערן אױף אַלערלײ אַרבעט; אָבער עסן זאָלט איר עס ניט עסן. װאָרום איטלעכער װאָס עסט חֵלבֿ פֿון אַ בהמה װאָס מע איז מקריבֿ פֿון איר אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט, זאָל דער מענטש װאָס עסט עס, פֿאַרשניטן װערן פֿון זײַן פֿאָלק. און קײן בלוט זאָלט איר ניט עסן אין אַלע אײַערע װוינערטער, סײַ פֿון אַן עָוף, סײַ פֿון אַ בהמה. איטלעכער מענטש װאָס װעט עסן װאָסער עס איז בלוט, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דער װאָס איז מקריבֿ זײַן פֿרידאָפּפֿער צו גאָט, ער זאָל ברענגען זײַן קָרבן צו גאָט פֿון זײַן פֿרידאָפּפֿער. זײַנע הענט זאָלן ברענגען די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; דאָס פֿעטס מיט דער ברוסט זאָל ער ברענגען; די ברוסט, כּדי זי אױפֿצוהײבן אַן אױפֿהײבונג צו גאָט. און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן דאָס פֿעטס אױפֿן מזבח, און די ברוסט זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער. און דעם רעכטן שענקל זאָלט איר געבן אַן אָפּשײדונג צום כֹּהן פֿון אײַערע פֿרידאָפּפֿער. דער פֿון די קינדער פֿון אַהרן װאָס איז מקריבֿ דאָס בלוט פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער און דאָס פֿעטס, צו אים זאָל געהערן דער רעכטער שענקל פֿאַר אַ חלק. װאָרום די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג האָב איך גענומען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, פֿון זײערע פֿרידאָפּפֿער, און האָב זײ געגעבן צו אַהרן דעם כֹּהן און צו זײַנע קינדער, פֿאַר אַן אײביקן רעכט, פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. דאָס איז דער טײל פֿון אַהרֹנען, און דער טײל פֿון זײַנע קינדער, פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט, אין דעם טאָג װאָס מע האָט זײ געמאַכט גענענען צו זײַן כֹּהנים צו גאָט; װאָס גאָט האָט באַפֿױלן זײ צו געבן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אין דעם טאָג װאָס מע האָט זײ געזאַלבט; אַן אײביק רעכט אױף זײערע דוֹר-דוֹרות. דאָס איז דער דין פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער, פֿאַרן שפּײַזאָפּפֿער, און פֿאַרן זינדאָפּפֿער, און פֿאַרן שולדאָפּפֿער, און פֿאַרן קָרבן פֿון דערפֿילונג, און פֿאַרן פֿרידאָפּפֿער; װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן אױפֿן באַרג סינַי, אין דעם טאָג װאָס ער האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל מקריבֿ צו זײַן זײערע קרבנות צו גאָט, אין מדבר סינַי. Chapter 8 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: נעם אַהרֹנען און זײַנע זין מיט אים, און די קלײדער, און דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער, און די צװײ װידערס, און דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט; און די גאַנצע עדה זאַמל אײַן צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. האָט משה געטאָן אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן; און די עדה האָט זיך אײַנגעזאַמלט צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. און משה האָט געזאָגט צו דער עדה: דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן צו טאָן. און משה האָט געמאַכט גענענען אַהרֹנען און זײַנע זין, און ער האָט זײ געװאַשן מיט װאַסער. און ער האָט אַרױפֿגעטאָן אױף אים דאָס העמדל, און אים אַרומגעגורט מיטן גאַרטל, און אים אָנגעקלײדט דעם מאַנטל, און אַרױפֿגעטאָן אױף אים דעם אֵפוֹד, און אים אַרומגעגורט מיט דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפוֹד, און אים אָנגעבונדן דעם אֵפוֹד דערמיט. און ער האָט אָנגעטאָן אױף אים דעם חושן, און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן חושן די אורים-ותּומים. און ער האָט אים אָנגעטאָן די הױב אױפֿן קאָפּ, און אַרױפֿגעטאָן אױף דער הױב, אױף דער פאָדערזײַט, דאָס גילדלערנע שטערנבלעך, די הײליקע קרױן, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. און משה האָט גענומען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און האָט געזאַלבט דעם מִשכּן און אַלץ װאָס אין אים, און האָט זײ געהײליקט. און ער האָט געשפּריצט דערפֿון אױפֿן מזבח זיבן מאָל; און ער האָט געזאַלבט דעם מזבח, און אַלע זײַנע כּלים, און דעם האַנטפאַס און זײַן געשטעל, זײ צו הײליקן. און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג אױף אַהרנס קאָפּ, און האָט אים געזאַלבט, אים צו הײליקן. און משה האָט געמאַכט גענענען אַהרנס זין, און האָט זײ אָנגעטאָן העמדלעך, און זײ אָנגעגורט גאַרטלען, און זײ אָנגעבונדן היטלען, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. און ער האָט געמאַכט גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער, און אַהרן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער. און מע האָט אים געשאָכטן; און משה האָט גענומען דאָס בלוט, און האָט אַרױפֿגעטאָן מיט זײַן פינגער אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום, און גערײניקט דעם מזבח, און דאָס איבעריקע בלוט האָט ער אױסגעגאָסן אָן גרונט פֿון מזבח, און אים געהײליקט, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אים. און ער האָט גענומען דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן און זײער פֿעטס, און משה האָט עס געדעמפֿט אױפֿן מזבח. און דעם אָקס מיט זײַן פֿעל, און זײַן פֿלײש, און זײַן מיסט, האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער אױסן לאַגער, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. און ער האָט געמאַכט גענענען דעם װידער פֿון בראַנדאָפּפֿער, און אַהרן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װידער. און מע האָט אים געשאָכטן, און משה האָט געשפּרענגט דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. און דעם װידער האָט מען צעשניטן אױף זײַנע שטיקער, און משה האָט געדעמפֿט דעם קאָפּ און די שטיקער און דאָס פֿעטס. און די אינגעװײד און די קני האָט מען אָפּגעשװענקט מיט װאַסער, און משה האָט געדעמפֿט דעם גאַנצן װידער אױפֿן מזבח; אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס געװען, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס געװען צו גאָט, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. און ער האָט געמאַכט גענענען דעם צװײטן װידער, דעם װידער פֿון דערפֿילונג, און אַהרן און זײַנע זין האָבן אָנגעלענט זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װידער. און מע האָט אים געשאָכטן, און משה האָט גענומען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿגעטאָן אױף אַהרנס רעכטן אױערלעפּל, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס. און מע האָט געמאַכט גענענען אַהרנס זין, און משה האָט אַרױפֿגעטאָן פֿון דעם בלוט אױף זײער רעכטן אױערלעפּל, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטן פוס; און משה האָט געשפּרענגט דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום. און ער האָט גענומען דאָס פֿעטס, און דעם װײדל, און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן און זײער פֿעטס, און דעם רעכטן שענקל. און פֿון דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט װאָס פֿאַר גאָט, האָט ער גענומען אײן אומגעזײַערטע חלה, און אײן חלה ברױט אױף אײל, און אײן קוכן, און האָט אַרױפֿגעטאָן אױפֿן פֿעטס, און אױפֿן רעכטן שענקל. און ער האָט אַרױפֿגעלײגט אַלצדינג אױף די הענט פֿון אַהרֹנען, און אױף די הענט פֿון זײַנע זין, און האָט זײ אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט. און משה האָט עס צוגענומען פֿון זײערע הענט, און געדעמפֿט אױפֿן מזבח איבערן בראַנדאָפּפֿער; אַ דערפֿילונג זײַנען זײ געװען, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס געװען צו גאָט. און משה האָט גענומען די ברוסט, און האָט זי אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט; דאָס איז געװען משהן צום חלק פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. און משה האָט גענומען פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן מזבח, און האָט געשפּריצט אױף אַהרֹנען, אױף זײַנע קלײדער, און אױף זײַנע זין און אױף זײַנע זינס קלײדער מיט אים, און געהײליקט אַהרֹנען, זײַנע קלײדער, און זײַנע זין און זײַנע זינס קלײדער מיט אים. און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין: קאָכט דאָס פֿלײש בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און דאָרטן זאָלט איר עס עסן, מיט דעם ברױט װאָס אין דעם קאָרב פֿון דערפֿילונג, לױט װי איך האָב באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: אַהרן און זײַנע זין זאָלן עס עסן. און װאָס בלײַבט פֿון דעם פֿלײש און פֿון דעם ברױט, זאָלט איר אין פֿײַער פֿאַרברענען. און פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר ניט אַרױסגײן זיבן טעג, ביז דעם טאָג װאָס די טעג פֿון אײַער דערפֿילונג װערן פול; װאָרום זיבן טעג װעט מען דערפֿילן אײַער האַנט. אַזױ װי מע האָט געטאָן הײַנטיקן טאָג, האָט גאָט באַפֿױלן צו טאָן, כּדי מכַפּר צו זײַן אױף אײַך. און אין דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר בלײַבן טאָג און נאַכט זיבן טעג, און היטן די היטונג פֿון גאָט, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן; װאָרום אַזױ בין איך באַפֿױלן געװאָרן. און אַהרן און זײַנע זין האָבן געטאָן אַלע זאַכן װאָס גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן. Chapter 9 און עס איז געװען אױפֿן אַכטן טאָג, האָט משה גערופֿן אַהרֹנען, און זײַנע זין, און די עלטסטע פֿון ישׂראל. און ער האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם דיר אַ קאַלב, אַ יונג רינד, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, אָן אַ פֿעלער, און זײַ מקריבֿ פֿאַר גאָט. און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: נעמט אַ ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און אַ קאַלב און אַ שעפּס, יאָריקע אָן אַ פֿעלער, פֿאַר בראַנדאָפּפֿער; און אַן אָקס און אַ װידער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער, צו שלאַכטן פֿאַר גאָט; און אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿאַרמישט מיט אײל; װאָרום הײַנט טוט זיך גאָט באַװײַזן צו אײַך. האָבן זײ געבראַכט װאָס משה האָט באַפֿױלן פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און די גאַנצע עדה האָט גענענט, און זיך געשטעלט פֿאַר גאָט. און משה האָט געזאָגט: דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן איר זאָלט טאָן, כּדי די פּראַכט פֿון גאָט זאָל זיך באַװײַזן צו אײַך. און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: גענען צום מזבח, און מאַך דײַן זינדאָפּפֿער און דײַן בראַנדאָפּפֿער, און זײַ מכַפּר אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק; און מאַך דעם קָרבן פֿון פֿאָלק, און זײַ מכַפּר אױף זײ, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן. האָט אַהרן גענענט צום מזבח, און האָט געשאָכטן דאָס קאַלב פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים. און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן גענענט צו אים דאָס בלוט, און ער האָט אײַנגעטונקט זײַן פינגער אין דעם בלוט, און אַרױפֿגעטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח, און דאָס איבעריקע בלוט האָט ער אױסגעגאָסן אָן גרונט פֿון מזבח. און דאָס פֿעטס, און די נירן, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, פֿון דעם זינדאָפּפֿער, האָט ער געדעמפֿט אױפֿן מזבח, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן. און דאָס פֿלײש און דאָס פֿעל האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער אױסן לאַגער. און ער האָט געשאָכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער, און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן אים דערלאַנגט דאָס בלוט, און ער האָט עס געשפּרענגט אױפֿן מזבח רונד אַרום. און זײ האָבן אים דערלאַנגט דאָס בראַנדאָפּפֿער אין זײַנע שטיקער, און דעם קאָפּ, און ער האָט עס געדעמפֿט אױפֿן מזבח. און ער האָט אָפּגעשװענקט די אינגעװײד און די קני, און געדעמפֿט איבער דעם בראַנדאָפּפֿער אױפֿן מזבח. און ער האָט געמאַכט גענענען דעם קָרבן פֿון פֿאָלק; און ער האָט גענומען דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַרן פֿאָלק, און האָט אים געשאָכטן, און אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער אַזױ װי דאָס ערשטע. און ער האָט געמאַכט גענענען דאָס בראַנדאָפּפֿער, און האָט עס געמאַכט אַזױ װי דער דין. און ער האָט געמאַכט גענענען דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און האָט אָנגעפֿילט זײַן האַנט דערפֿון, און געדעמפֿט אױפֿן מזבח, אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי. און ער האָט געשאָכטן דעם אָקס און דעם װידער, דאָס פֿרידאָפּפֿער װאָס פֿאַרן פֿאָלק; און די זין פֿון אַהרֹנען האָבן אים דערלאַנגט דאָס בלוט, און ער האָט עס געשפּרענגט אױפֿן מזבח רונד אַרום. און דאָס פֿעטס פֿון דעם אָקס און פֿון דעם װידער, דעם װײדל, און דאָס װאָס דעקט צו די אינגעװײד , און די נירן, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער – דאָס פֿעטס האָבן זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די ברוסטן, און ער האָט געדעמפֿט דאָס פֿעטס אױפֿן מזבח. און די ברוסטן און דעם רעכטן שענקל האָט אַהרן אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן. און אַהרן האָט אױפֿגעהױבן זײַנע הענט צום פֿאָלק, און האָט זײ געבענטשט; און ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿרידאָפּפֿער. און משה און אַהרן זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין אוֹהל-מוֹעד, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק; און די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן צום גאַנצן פֿאָלק. און אַ פֿײַער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר גאָט, און האָט פֿאַרצערט אױפֿן מזבח דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿעטס. און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזען, און זײ האָבן אױסגעשריען, און זײַנען געפאַלן אױף זײער פּנים. Chapter 10 און די זין פֿון אַהרֹנען, נָדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן גענומען איטלעכער זײַן פֿײַערפֿאַן, און האָבן אַרײַנגעלײגט דערין פֿײַער, און אַרױפֿגעטאָן דערױף װײַרױך, און געבראַכט פֿאַר גאָט פֿרעמד פֿײַער, װאָס ער האָט זײ ניט באַפֿױלן. איז אַרױס אַ פֿײַער פֿון פֿאַר גאָט, און האָט זײ פֿאַרצערט, און זײ זײַנען געשטאָרבן פֿאַר גאָט. און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: דאָס איז װאָס גאָט האָט גערעדט, אַזױ צו זאָגן: דורך מײַנע נאָנטע װעל איך געהײליקט װערן, און פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק װעל איך געערלעכט װערן.און אַהרן האָט געשװיגן. און משה האָט גערופֿן מישָאֶל און אֶלצָפֿן, די זין פֿון עוזיאֵל, אַהרנס פֿעטער, און האָט צו זײ געזאָגט: גענענט, טראָגט אַרױס אײַערע ברידער פֿון פֿאַר דעם הײליקטום אױסן לאַגער. האָבן זײ גענענט, און האָבן זײ אַרױסגעטראָגן אין זײערע העמדלעך אױסן לאַגער, אַזױ װי משה האָט גערעדט. און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען, און צו אֶלעָזֶרן און צו איתָמָרן, זײַנע זין: אײַערע קעפּ זאָלט איר ניט לאָזן פֿאַרװאַקסן, און אײַערע קלײדער זאָלט איר ניט אײַנרײַסן, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן, און אױף דער גאַנצער עדה װעט ער צערענען; נאָר אײַערע ברידער, דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל, זאָלן באַװײנען די פֿאַרברענונג װאָס גאָט האָט פֿאַרברענט. און פֿון אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר ניט אַרױסגײן, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן; װאָרום דאָס אײל פֿון גאָטס זאַלבונג איז אױף אײַך. און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן. און גאָט האָט גערעדט צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: װײַן און שטאַרק געטראַנק זאָלסטו ניט טרינקען, דו און דײַנע זין מיט דיר, װען איר גײט אַרײַן אין אוֹהל-מוֹעד, כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות; כּדי איר זאָלט אָפּשײדן צװישן הײליקן און אומהײליקן, און צװישן אומרײנעם און רײנעם; און לערנען די קינדער פֿון ישׂראל אַלע געזעצן װאָס גאָט האָט זײ געהײסן דורך משהן. און משה האָט גערעדט צו אַהרֹנען, און צו אֶלעָזָרן און צו איתָמָרן, זײַנע געבליבענע זין: נעמט דאָס שפּײַזאָפּפֿער װאָס בלײַבט פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט, און עסט עס אומגעזײַערט לעבן מזבח; װאָרום אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. און איר זאָלט עס עסן אין אַ הײליקן אָרט, װײַל דײַן רעכט און דײַנע קינדערס רעכט איז דאָס פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; װאָרום אַזױ בין איך באַפֿױלן געװאָרן. און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג זאָלט איר עסן אין אַ רײנעם אָרט, דו, און דײַנע זין און דײַנע טעכטער מיט דיר; װאָרום װי דײַן רעכט און דײַנע קינדערס רעכט זײַנען זײ געגעבן געװאָרן פֿון די פֿרידאָפּפֿער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג זאָלן זײ ברענגען מיט די פֿײַעראָפּפֿער פֿון פֿעטס, כּדי זײ אױפֿצוהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט; און עס זאָל געהערן צו דיר, און צו דײַנע קינדער מיט דיר, פֿאַר אַן אײביקן רעכט, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן. און משה האָט נאָכפֿרעגן זיך נאָכגעפֿרעגט װעגן דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער, ערשט ער איז פֿאַרברענט געװאָרן. האָט ער געצערנט אױף אֶלעָזָרן און אױף איתָמָרן, אַהרנס געבליבענע זין, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר ניט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער אין הײליקן אָרט? װאָרום אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, און ער האָט דאָס אײַך געגעבן, כּדי צו נעמען אױף זיך די זינד פֿון דער עדה, מכַפּר צו זײַן אױף זײ פֿאַר גאָט. זײַן בלוט איז דאָך ניט געבראַכט געװאָרן אינעװײניק אין הײליקטום; עסן האָט איר עס געזאָלט עסן אין הײליקטום, אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן. האָט אַהרן גערעדט צו משהן: אָט האָבן זײ הײַנט געבראַכט זײער זינדאָפּפֿער און זײער בראַנדאָפּפֿער פֿאַר גאָט, און מיר האָט אַזױ װאָס געטראָפֿן, און אַז איך װאָלט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער הײַנט, װאָלט עס דען װוילגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאָט? און משה האָט צוגעהערט, און עס איז װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן. Chapter 11 און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, זײ אַזױ צו זאָגן: רעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס זײַנען די לעבעדיקע זאַכן װאָס איר מעגט עסן פֿון אַלע בהמות װאָס אױף דער ערד. איטלעכע װאָס איז באַקלױט מיט קלױען, און די קלױען זײַנען בײַ איר צעשפּאָלטן, װאָס איז מַעֲלֵה-גֵרֶה צװישן בהמות, זי מעגט איר עסן. אָבער די דאָזיקע טאָרט איר ניט עסן פֿון די װאָס זײַנען מַעֲלֵה-גֵרֶה, און פֿון די װאָס זײַנען באַקלױט מיט קלױען: דעם קעמל, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה איז ער, אָבער מיט קלױען איז ער ניט באַקלױט; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך. און דעם קיניגל, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה איז ער, אָבער מיט קלױען איז ער ניט באַקלױט; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך. און דעם האָז, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה איז ער, אָבער מיט קלױען איז ער ניט באַקלױט; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך. און דעם חזיר, װײַל באַקלױט מיט קלױען איז ער, און די קלױען זײַנען בײַ אים צעשפּאָלטן, אָבער ער איז ניט מַעֲלֵה-גֵרֶה; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך. פֿון זײער פֿלײש טאָרט איר ניט עסן, און אָן זײער נבֿלה טאָרט איר זיך ניט אָנרירן; אומרײן זײַנען זײ פֿאַר אײַך. די דאָזיקע מעגט איר עסן פֿון אַלץ װאָס אין װאַסער: אַלץ װאָס האָט פֿלוספֿעדערן און שופּן אין װאַסער, אין די ימען און אין די טײַכן, זײ מעגט איר עסן. און אַלץ װאָס האָט ניט פֿלוספֿעדערן און שופּן, אין די ימען און אין די טײַכן, פֿון אַלע װידמענונגען פֿון װאַסער, און פֿון אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן װאָס אין װאַסער, זײ זײַנען אַן אומװערדיקײט פֿאַר אײַך. און אַן אומװערדיקײט זאָלן זײ אײַך זײַן; פֿון זײער פֿלײש זאָלט איר ניט עסן, און זײער נבֿלה זאָלט איר פֿאַראומװערדיקן. אַלץ װאָס האָט ניט קײן פֿלוספֿעדערן און שופּן אין װאַסער, דאָס איז אַן אומװערדיקײט פֿאַר אײַך. און די דאָזיקע זאָלט איר פֿאַראומװערדיקן פֿון פֿױגלען; זײ טאָרן ניט געגעסן װערן; אַן אומװערדיקײט זײַנען זײ: דעם אָדלער, און דעם בײנברעכער, און דעם שװאַרצאָדלער; און די װײ, און דעם פֿאַלקפֿױגל לױט זײַנע מינים; יעטװעדער ראָב לױט זײַנע מינים; און דעם שטרױספֿױגל, און דעם נאַכטשפּאַרבער, און דעם ים-פֿױגל, און דעם שפּאַרבער לױט זײַנע מינים; און די אײַל, און דעם פֿישפֿרעסער, און די שטאָקאײַל; און דעם אוהו, און דעם פּעליקאַן, און דעם גײַער; און דעם שטאָרך, דעם בושל לױט זײַנע מינים, און דעם אױערהאָן, און די פֿלעדערמױז. און יעטװעדער געפֿליגלטע װידעמנונג װאָס גײט אױף פיר, זי איז אַן אומװערדיקײט פֿאַר אײַך. אָבער דאָס מעגט איר עסן פֿון אַלע געפֿליגלטע װידמענונגען װאָס גײען אױף פֿיר: דאָס װאָס האָט געלענקען איבער זײַנע פֿיס, צו שפּרינגען מיט זײ אױף דער ערד. די דאָזיקע פֿון זײ מעגט איר עסן: דעם הײשעריק לױט זײַנע מינים, און דעם גראָזפֿרעסער לױט זײַנע מינים, און דעם שפּרינגהײשעריק לױט זײַנע מינים, און דעם גריל לױט זײַנע מינים. אָבער יעטװעדער אַנדערע געפֿליגלטע װידמענונג װאָס האָט פֿיר פֿיס, זי איז אַן אומװערדיקײט פֿאַר אײַך. און פֿון די דאָזיקע װעט איר װערן אומרײן; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן זײער נבֿלה, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און איטלעכער װאָס טראָגט עפּעס פֿון זײער נבֿלה, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. איטלעכער בהמה װאָס איז באַקלױט מיט קלױען, אָבער דורכגעשפּאָלטן זײַנען זײ ניט דורכגעשפּאָלטן בײַ איר, אָדער זי איז ניט מַעֲלֵה-גֵרֶה, זײ זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן, זאָל װערן אומרײן. און אַלע װאָס גײען אױף זײערע לאַפּעס, צװישן אַלע חיות װאָס גײען אױף פֿיר, זײ זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן זײער נבֿלה, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און דער װאָס טראָגט זײער נבֿלה, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט; אומרײן זײַנען זײ פֿאַר אײַך. און דאָס איז װאָס איז אומרײן פֿאַר אײַך צװישן די שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד; דאָס װיזעלע, און די מױז, און די שילדקרעט לױט אירע מינים; און די גראָבמױז, און דער לאַנדקראָקאָדיל, און דער עקדעש, און דער זאַמדעקדעש, און דער כאַמעלעאָן. דאָס זײַנען די װאָס זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך צװישן אַלע שרצים; איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן װען זײ זײַנען טױט, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און אַלץ װאָס עפּעס פֿון זײ װעט פאַלן דערױף װען זײ זײַנען טױט, זאָל װערן אומרײן, סײַ װאָסער עס איז הילצערנע כּלי, אָדער אַ בגד, אָדער אַ פֿעל, אָדער אַ זאַק, איטלעכע כּלי װאָס דערמיט װערט געטאָן אַרבעט, זאָל אַרײַנגעטאָן װערן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט, און װערן רײן. און איטלעכע לײמענע כּלי װאָס אין איר װעט אַרײַנפאַלן עפּעס פֿון זײ, זאָל אַלץ װאָס אין איר װערן אומרײן, און זי זאָלט איר צעברעכן. איטלעך עסנװאַרג דערין װאָס װערט געגעסן, װאָס דערױף איז געקומען װאַסער, זאָל װערן אומרײן; און יעטװעדער געטראַנק װאָס װערט געטרונקען אין אַלע אַזעלכע כּלים, זאָל װערן אומרײן. און אַלץ װאָס עפּעס פֿון זײער נבֿלה װעט פאַלן דערױף, זאָל װערן אומרײן; אױב אַ באַקאױװן אָדער אַ קאָכאױװן, זאָל עס צעבראָכן װערן; אומרײן זײַנען זײ, און אומרײן זאָלן זײ אײַך זײַן. אָבער אַ קװאַל אָדער אַ גרוב װוּ װאַסער איז אײַנגעזאַמלט, זאָל בלײַבן רײן; נאָר דער װאָס רירט זיך אָן אָן זײער נבֿלה, זאָל װערן אומרײן. און אױב פֿון זײער נבֿלה װעט פאַלן אױף װאָסער עס איז זאָמען פֿון זריעה װאָס װערט געזײט, איז ער רײן. אױב אָבער אױפֿן זאָמען איז אַרױפֿגעטאָן געװאָרן װאַסער, און עפּעס פֿון זײער נבֿלה װעט פאַלן דערױף, איז ער אומרײן פֿאַר אײַך. און אַז אײנע פֿון די בהמות װאָס זײַנען פֿאַר אײַך צום עסן װעט אַװעקפאַלן, זאָל דער װאָס רירט זיך אָן אָן איר נבֿלה, זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און דער װאָס עסט פֿון איר נבֿלה, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט; און דער װאָס טראָגט איר נבֿלה, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, איז אַן אומװערדיקײט; ער זאָל ניט געגעסן װערן. אַלץ װאָס גײט אױפֿן בױך, און אַלץ װאָס גײט אױף פיר, און אַלץ װאָס איז פֿילפֿיסיק, אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד, זײ זאָלט איר ניט עסן, װאָרום אַן אומװערדיקײט זײַנען זײ. איר זאָלט ניט פֿאַראומװערדיקן אײַער זעל מיט קײן שרץ װאָס קריכט, און איר זאָלט זיך ניט פֿאַראומרײניקן מיט זײ, און װערן אומרײן דורך זײ. װאָרום איך בין יהוה אײַער גאָט, און איר זאָלט זיך הײליקן און זײַן הײליק, װאָרום איך בין הײליק; און איר זאָלט ניט פֿאַראומרײניקן אײַער זעל מיט קײן שרץ װאָס װידמענט זיך אױף דער ערד. װאָרום איך בין יהוה װאָס האָט אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, אײַך צו זײַן צום גאָט; דרום זאָלט איר זײַן הײליק, װײַל איך בין הײליק. דאָס איז דער דין פֿון בהמות, און פֿױגלען, און יעטװעדער לעבעדיקער באַשעפעניש װאָס װידמענט זיך אין װאַסער, און װעגן יעטװעדער באַשעפעניש װאָס קריכט אױף דער ערד, כּדי אָפּצושײדן צװישן אומרײנעם און רײנעם, און צװישן דער לעבעדיקער זאַך װאָס מעג געגעסן װערן, און דער לעבעדיקער זאַך װאָס טאָר ניט געגעסן װערן. Chapter 12 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אַ פֿרױ אַז זי װעט געלעגן װערן, און געבערן אַ ייִנגל, זאָל זי זײַן אומרײן זיבן טעג; אַזױ װי די טעג פֿון דער אָפּזונדערונג אין איר קראַנקשאַפֿט זאָל זי זײַן אומרײן. און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל געמַלט װערן דאָס פֿלײש פֿון זײַן פאָרהױט. און דרײַסיק טעג מיט דרײַ טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג; אָן קײן הײליקער זאַך זאָל זי זיך ניט אָנרירן, און אין הײליקטום זאָל זי ניט קומען, ביז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פול. אױב אָבער זי װעט געבערן אַ מײדל, זאָל זי זײַן אומרײן צװײ װאָכן, אַזױ װי אין איר אָפּזונדערונג, און זעכציק טעג מיט זעקס טעג זאָל זי בלײַבן אין דעם בלוט פֿון רײניקונג. און אַז די טעג פֿון איר רײניקונג װערן פול, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל, זאָל זי ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אַ יונגע טױב, אָדער אַ טורטלטױב, פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, צום כֹּהן. און ער זאָל עס מקריבֿ זײַן פֿאַר גאָט, און מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן פֿון איר בלוטקװאַל. דאָס איז דער דין פֿון אַ קימפּעטאָרין, בײַ אַ ייִנגל אָדער בײַ אַ מײדל. און אױב איר האַנט פֿאַרמאָגט ניט גענוג אױף אַ לאַם, זאָל זי נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר, און זי װעט װערן רײן. Chapter 13 און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: אַ מענטש, אַז אױף דער הױט פֿון זײַן לײַב װעט זײַן אַ געשװילעכץ, אָדער אַ גרינד, אָדער אַ פֿלעק, און װעט װערן אױף דער הױט פֿון זײַן לײַב װי אַן אױסשלאָג פֿון צרעת, זאָל ער געבראַכט װערן צו אַהרן דעם כֹּהן, אָדער צו אײנעם פֿון זײַנע קינדער די כֹּהנים. און דער כֹּהן זאָל באַקוקן דעם אױסשלאָג אױף דער הױט פֿון לײַב, און אױב די האָר אױפֿן אױסשלאָג איז געװאָרן װײַס, און דאָס אױסזען פֿון דעם אױסשלאָג איז טיפער פֿון דער הױט, איז דאָס די פּלאָג פֿון צרעת; און אַז דער כֹּהן װעט אים זען, זאָל ער אים מאַכן פֿאַר אומרײן. אױב אָבער דאָס איז אַ װײַסער פֿלעק אױף דער הױט פֿון זײַן לײַב, און זײַן אױסזען איז ניט טיפער פֿון דער הױט, און די האָר אױף אים איז ניט געװאָרן װײַס, זאָל דער כֹּהן אײַנשליסן דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג אױף זיבן טעג. און אַז דער כֹּהן װעט אים באַקוקן אױפֿן זיבעטן טאָג, ערשט דער אױסשלאָג איז געבליבן בײַ זײַן אױסזען, דער אױסשלאָג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, זאָל אים דער כֹּהן אײַנשליסן אַ צװײט מאָל אױף זיבן טעג. און אַז דער כֹּהן װעט אים באַקוקן אױפֿן זיבעטן טאָג אַ צװײט מאָל, ערשט דער אױסשלאָג איז מאַט, און דער אױסשלאָג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, זאָל אים דער כֹּהן מאַכן פֿאַר רײן; אַ גרינד איז דאָס; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן רײן. אױב אָבער שפּרײטן װעט זיך פֿאַרשפּרײטן דער גרינד אױף דער הױט נאָכדעם װי ער האָט זיך געװיזן צום כֹּהן פֿאַר זײַן רײניקונג, זאָל ער זיך װײַזן צום כֹּהן אַ צװײט מאָל. און אַז דער כֹּהן װעט זען, ערשט דער גרינד האָט זיך פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, זאָל דער כֹּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; צרעת איז דאָס. אַז די פּלאָג פֿון צרעת װעט זײַן אױף אַ מענטשן, זאָל ער געבראַכט װערן צום כֹּהן. און אַז דער כֹּהן װעט זען, ערשט אַ װײַסע געשװילעכץ איז אױף דער הױט, און זי האָט פֿאַרקערט די האָר אין װײַס, און אַן אָנװוּקס פֿון װילדפֿלײש איז אױף דער געשװילעכץ, איז דאָס אַן אַלטע צרעת אױף דער הױט פֿון זײַן לײַב, און דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר אומרײן; ער דאַרף אים ניט אײַנשליסן, װאָרום ער איז אומרײן. און אױב אױסברעכן װעט אױסברעכן די צרעת אױף דער הױט, און די צרעת װעט באַדעקן די גאַנצע הױט פֿון דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, װוּ נאָר די אױגן פֿון כֹּהן גיבן אַ קוק, איז, אַז דער כֹּהן װעט זען, ערשט די צרעת האָט באַדעקט זײַן גאַנצן לײַב, זאָל ער מאַכן דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג פֿאַר רײן; ער איז אין גאַנצן געװאָרן װײַס, איז ער רײן. אָבער דעם טאָג װאָס עס באַװײַזט זיך אױף אים װילדפֿלײש, זאָל ער װערן אומרײן. און אַז דער כֹּהן װעט זען דאָס װילדפֿלײש, זאָל ער אים מאַכן פֿאַר אומרײן; װילדפֿלײש דאָס איז אומרײן; צרעת איז דאָס. אױב אָבער דאָס װילדפֿלײש װעט װידער װערן װײַס, זאָל ער קומען צום כֹּהן. און אַז דער כֹּהן װעט אים באַקוקן, ערשט דער אױסשלאָג איז געװאָרן װײַס, זאָל דער כֹּהן מאַכן דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג, פֿאַר רײן; ער איז רײן. און אַ לײַב, אַז בײַ אים אױף זײַן הױט װעט זײַן אַן אױסשיט, און ער װעט פֿאַרהײלט װערן, און אױף דעם אָרט פֿון דעם אױסשיט װעט װערן אַ װײַסע געשװילעכץ, אָדער אַ רױטלעך װײַסער פֿלעק, זאָל ער באַװיזן װערן צום כֹּהן. און אַז דער כֹּהן װעט זען, ערשט דאָס אױסזען דערפֿון איז נידעריקער פֿון דער הױט, און די האָר דערױף איז געװאָרן װײַס, זאָל דער כֹּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג פֿון צרעת איז דאָס, װאָס האָט אױסגעבראָכן אױף דעם אױסשיט. און אַז דער כֹּהן װעט עס באַקוקן, ערשט װײַסע האָר איז דערױף ניטאָ, און עס איז ניט נידעריקער פֿון דער הױט, און עס איז מאַט, זאָל אים דער כֹּהן אײַנשליסן אױף זיבן טעג. אױב אָבער שפּרײטן װעט עס זיך פֿאַרשפּרײטן אױף דער הױט, זאָל דער כֹּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג איז דאָס. און אױב דער פֿלעק שטײט אױף זײַן אָרט, ער האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט, איז דאָס דער צײכן פֿון דעם אױסשיט, און דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן. אָדער אַ לײַב, אַז אױף זײַן הױט װעט זײַן אַ ברען פֿון פֿײַער, און דער אָנװוּקס פֿון דעם ברען װעט װערן אַ רױטלעך װײַסער אָדער אַ װײַסער פֿלעק, און דער כֹּהן װעט עס באַקוקן, ערשט די האָר אױף דעם פֿלעק איז געװאָרן װײַס, און דאָס אױסזען דערפֿון איז טיפער פֿון דער הױט, איז דאָס אַ צרעת װאָס האָט אױסגעבראָכן אױפֿן ברען, און דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג פֿון צרעת איז דאָס. אױב אָבער דער כֹּהן װעט עס באַקוקן, ערשט װײַסע האָר איז אױפֿן פלעק ניטאָ, און עס איז ניט נידעריקער פֿון דער הױט, און עס איז מאַט, זאָל אים דער כֹּהן אײַנשליסן אױף זיבן טעג. און דער כֹּהן זאָל אים באַקוקן אױפֿן זיבעטן טאָג; אױב שפּרײטן האָט עס זיך פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, זאָל אים דער כֹּהן מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג פֿון צרעת איז דאָס. אױב אָבער דער פֿלעק שטײט אױף זײַן אָרט, עס האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, און עס איז מאַט, איז דאָס אַ געשװילעכץ פֿון דעם ברען, און דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן; װאָרום דער צײכן פֿון דעם ברען איז דאָס. און אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, אַז בײַ זײ װעט זײַן אַן אױסשלאָג אױפֿן קאָפּ אָדער אין באָרד, און דער כֹּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג, ערשט דאָס אױסזען דערפֿון איז טיפער פֿון דער הױט, און דערױף איז געלע דינע האָר, זאָל דער כֹּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; שלעכטע קרעץ איז דאָס, צרעת פֿון קאָפּ אָדער פֿון באָרד איז דאָס. און אַז דער כֹּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג פֿון די שלעכטע קרעץ, ערשט זײַן אױסזען איז ניט טיפער פֿון דער הױט, און שװאַרצע האָר איז דערױף ניטאָ, זאָל דער כֹּהן אײַנשליסן דעם װאָס האָט דעם אױסשלאָג פֿון די שלעכטע קרעץ, אױף זיבן טעג. און אַז דער כֹּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג אױפֿן זיבעטן טאָג, ערשט די שלעכטע קרעץ האָבן זיך ניט פֿאַרשפּרײט, און געלע האָר איז דערױף ניטאָ, און דאָס אױסזען פֿון די שלעכטע קרעץ איז ניט טיפער פֿון דער הױט, זאָל ער זיך אָפּגאָלן, און די שלעכטע קרעץ זאָל ער ניט אָפּגאָלן; און דער כֹּהן זאָל אײַנשליסן דעם װאָס האָט די שלעכטע קרעץ אַ צװײט מאָל אױף זיבן טעג. און אַז דער כֹּהן װעט באַקוקן די שלעכטע קרעץ אױפֿן זיבעטן טאָג, ערשט די שלעכטע קרעץ האָבן זיך ניט פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, און זײער אױסזען איז ניט טיפער פֿון דער הױט, זאָל אים דער כֹּהן מאַכן פֿאַר רײן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זײַן רײן. אױב אָבער שפּרײטן װעלן זיך פֿאַרשפּרײטן די שלעכטע קרעץ אױף דער הױט נאָך זײַן רײניקונג, און דער כֹּהן װעט אים באַקוקן, ערשט די שלעכטע קרעץ האָבן זיך פֿאַרשפּרײט אױף דער הױט, דאַרף דער כֹּהן ניט זוכן קײן געלע האָר: ער איז אומרײן. אױב אָבער די שלעכטע קרעץ זײַנען געבליבן בײַ זײער אױסזען, און שװאַרצע האָר איז אױסגעװאַקסן דערױף, זײַנען די שלעכטע קרעץ פֿאַרהײלט; ער איז רײן, און דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן. און אַ מאַן, אַז זײַן קאָפּ װעט אױסקריכן, האָט ער אַ פּליך; ער איז רײן. און אױב זײַן קאָפּ װעט אױסקריכן צו דער זײַט פֿון זײַן פּנים, האָט ער אַ פאָדערפּליך; ער איז רײן. אױב אָבער אױף דעם הינטערפּליך אָדער אױף דעם פאָדערפּליך װעט זײַן אַ רױטלעך װײַסער אױסשלאָג, איז דאָס אַ צרעת װאָס ברעכט אױס אױף זײַן פאָדערפּליך אָדער אױף זײַן הינטערפּליך. און אַז דער כֹּהן װעט אים באַקוקן, ערשט די געשװילעכץ פֿון דעם אױסשלאָג איז רױטלעך װײַס אױף זײַן הינטערפּליך אָדער אױף זײַן פאָדערפּליך, אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון צרעת אױף דער הױט פֿון לײַב, איז ער אַ מאַן אַ מצוֹרע; אומרײן איז ער; פֿאַר אומרײן זאָל אים מאַכן דער כֹּהן; ער האָט די פּלאָג אױף זײַן קאָפּ. און דער מצוֹרע װאָס די פּלאָג איז אױף אים, זײַנע קלײדער זאָלן זײַן צעריסן, און זײַן קאָפּ זאָל זײַן פֿאַרװאַקסן, און זײַן אױבערשטע ליפּ זאָל ער פֿאַרדעקן, און «טמא! טמא!» זאָל ער אױסרופֿן. אַלע טעג װאָס די פּלאָג איז אױף אים, זאָל ער זײַן אומרײן; אומרײן איז ער; אַלײן זאָל ער זיצן, אױסן לאַגער זאָל זײַן זײַן װוינונג. און אַז די פּלאָג פֿון צרעת װעט זײַן אין אַ בגד, אין אַ װאָלענעם בגד, אָדער אין אַ פֿלאַקסענעם בגד, אָדער אין גרונטװעב, אָדער אין דורכװאַרף, פֿון פֿלאַקס, צי פֿון װאָל, אָדער אין אַ פֿעל, אָדער אין װאָסער עס איז אַרבעט פֿון פֿעל; אן דער אױסשלאָג װעט זײַן גרינלעך אָדער רױטלעך אין דעם בגד, אָדער אין דעם פֿעל, אָדער אין דעם גרונטװעב, אָדער אין דעם דורכװאַרף, אָדער אין װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל, איז דאָס די פּלאָג פֿון צרעת, און עס זאָל באַװיזן װערן צום כֹּהן. און אַז דער כֹּהן װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג, זאָל ער אײַנשליסן דאָס װאָס האָט דעם אױסשלאָג, אױף זיבן טעג. און אַז ער װעט זען דעם אוסישלאָג אױפֿן זיבעטן טאָג, אַז דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין דעם בגד, אָדער אין דעם גרונטװעב, אָדער אין דעם דורכװאַרף, אָדער אין דעם פֿעל – װאָס נאָר פֿאַר אַן אַרבעט עס איז געמאַכט פֿון פֿעל – איז דער אױסשלאָג אַן עסיקע צרעת; אומרײן איז ער. און מע זאָל פֿאַרברענען דעם בגד, אָדער דעם גרונטװעב, אָדער דעם דורכװאַרף, פֿון װאָל צי פֿון פֿלאַקס, אָדער װאָס נאָר פֿאַר אַ זאַך פֿון פֿעל װאָס דער אױסשלאָג װעט זײַן דערין; װאָרום אַן עסיקע צרעת איז דאָס; אין פֿײַער מוז עס פֿאַרברענט װערן. אױב אָבער דער כֹּהן װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אין דעם בגד, אָדער אין דעם גרונטװעב, אָדער אין דעם דורכװאַרף , אָדער אין װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל, זאָל דער כֹּהן הײסן מע זאָל װאַשן דאָס װאָס דער אױסשלאָג איז דערין, און ער זאָל עס אײַנשליסן אַ צװײט מאָל אױף זיבן טעג. און אַז דער כֹּהן װעט זען, נאָכדעם װי מע האָט געװאַשן דעם אױסשלאָג, ערשט דער אױסשלאָג האָט ניט געביטן זײַן אָנבליק, הגם דער אױסשלאָג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט, איז דאָס אומרײן; אין פֿײַער זאָלסטו עס פֿאַרברענען. אַן אױסעסונג איז דאָס, סײַ דאָס איז אױף דער לינקער זײַט, סײַ אױף דער רעכטער. און אױב דער כֹּהן װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג איז געװאָרן מאַט נאָכדעם װי מע האָט אים געװאַשן, זאָל ער אים אַראָפּרײַסן פֿון דעם בגד, אָדער פֿון דעם פֿעל, אָדער פֿון דעם גרונטװעב, אָדער פֿון דעם דורכװאַרף. און אױב ער װעט זיך װידער באַװײַזן אין דעם בגד, אָדער אין דעם גרונטװעב, אָדער אין דעם דורכװאַרף, אָדער אין װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל – ברעכט דאָס אױס; זאָלסטו אין פֿײַער פֿאַרברענען דאָס װאָס דער אױסשלאָג איז דערין. און דער בגד, אָדער דער גרונטװעב, אָדער דער דורכװאַרף, אָדער װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל, װאָס דו װעסט װאַשן און דער אױסשלאָג װעט זיך אָפּטאָן דערפֿון, זאָל געװאַשן װערן אַ צװײט מאָל, און זײַן רײן. דאָס איז דער דין פֿון דער פּלאָג פֿון צרעת אין אַ בגד פֿון װאָל אָדער פֿלאַקס, אָדער אין גרונטװעב, אָדער אין דורכװאַרף, אָדער אין װאָסער עס איז זאַך פֿון פֿעל, דאָס צו מאַכן פֿאַר רײן, אָדער דאָס צו מאַכן פֿאַר אומרײן. Chapter 14 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: דאָס זאָל זײַן דער דין פֿון מצוֹרע אין טאָג פֿון זײַן רײניקונג: ער זאָל געבראַכט װערן צום כֹּהן. און דער כֹּהן זאָל אַרױסגײן אױסן לאַגער, און אַז דער כֹּהן װעט זען, ערשט די פּלאָג פֿון צרעת איז פֿאַרהײלט אױפֿן מצוֹרע, זאָל דער כֹּהן הײסן מע זאָל נעמען פֿאַר דעם װאָס רײניקט זיך צװײ לעבעדיקע רײנע פֿױגלען, און צעדערהאָלץ, און װערמילרױט, און אֵזוֹבֿ-גראָז. און דער כֹּהן זאָל הײסן מע זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע װאַסער. דעם לעבעדיקן פֿױגל, אים זאָל ער נעמען, און דאָס צעדערהאָלץ, און דאָס װערמילרױט, און דאָס אֵזוֹבֿ-גראָז, און אײַנטונקען זײ און דעם לעבעדיקן פֿױגל אין דעם בלוט פֿון דעם פֿױגל װאָס איז געשאָכטן געװאָרן איבערן לעבעדיקן װאַסער. און ער זאָל שפּריצן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון דער צרעת, זיבן מאָל, און אים מאַכן רײן;און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױפֿן פֿרײַען פֿעלד. און דער װאָס רײניקט זיך, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און אָפּגאָלן זײַנע גאַנצע האָר, און זיך באָדן אין װאַסער, און װערן רײן; און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער, אָבער ער זאָל זיצן דרױסן פֿון זײַן געצעלט זיבן טעג. און עס זאָל זײַן אױפֿן זיבעטן טאָג, זאָל ער אָפּגאָלן זײַנע גאַנצע האָר, זײַן קאָפּ, און זײַן באָרד, און די ברעמען פֿון זײַנע אױגן – זײַנע גאַנצע האָר זאָל ער אָפּגאָלן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײַן רײן. און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער נעמען צװײ שעפּסן אָן אַ פֿעלער, און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און דרײַ צענטל זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, און אײן לוֹג אײל. און דער כֹּהן װאָס רײניקט, זאָל אַװעקשטעלן דעם מאַן װאָס רײניקט זיך, און זײ, פֿאַר גאָט, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. און דער כֹּהן זאָל נעמען אײן שעפּס און אים ברענגען פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער מיט דעם לוֹג אײל, און ער זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבוגן פֿאַר גאָט. און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָס זינדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער, אין אַ הײליקן אָרט; װאָרום אַזױ װי דאָס זינדאָפּפֿער איז דאָס שולדאָפּפֿער פֿאַרן כֹּהן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס. און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער, און דער כֹּהן זאָל אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס. און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם לוֹג אײל, און אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כֹּהן. און דער כֹּהן זאָל אײַנטונקען זײַן רעכטן פינגער אין דעם אײל װאָס אױף זײַן לינקער האַנטפֿלעך, און שפּריצן פֿון דעם אײל מיט זײַן פינגער זיבן מאָל פֿאַר גאָט. און פֿון דעם רעשט אײל װאָס אױף זײַן האַנטפֿלעך זאָל דער כֹּהן אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס, איבערן בלוט פֿון שולדאָפּפֿער. און װאָס בלײַבט איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כֹּהנס האַנטפֿלעך, זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר גאָט. און דער כֹּהן זאָל מאַכן דאָס זינדאָפּפֿער, און מכַפּר זײַן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿון זײַן אומרײניקײט; און דערנאָך זאָל ער שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער. און דער כֹּהן זאָל אױסברענגען דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס שפּײַזאָפּפֿער אױפֿן מזבח; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים, און ער װעט זײַן רײן. און אױב ער איז אָרים, און זײַן האַנט פֿאַרמאָגט ניט, זאָל ער נעמען אײן שעפּס, אַ שולדאָפּפֿער, פֿאַר אַן אױפֿהײבונג, מכַפּר צו זײַן אױף אים, און אײן צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער, און אַ לוֹג אײל; און צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, לױט װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט; און אײנע זאָל זײַן אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער. און ער זאָל זײ ברענגען אױפֿן אַכטן טאָג פֿון זײַן רײניקונג צום כֹּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, פֿאַר גאָט. און דער כֹּהן זאָל נעמען דעם שעפּס פֿון שולדאָפּפֿער, און דעם לוֹג אײל, און דער כֹּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט. און ער זאָל שעכטן דעם שעפּס פֿון שולדאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער, און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס. און פֿון דעם אײל זאָל דער כֹּהן אַרױפֿגיסן אױף דער לינקער האַנטפֿלעך פֿון כֹּהן. און דער כֹּהן זאָל שפּריצן מיט זײַן רעכטן פינגער פֿון דעם אײל װאָס אױף זײַן לינקער האַנטפֿלעך, זיבן מאָל פֿאַר גאָט. און דער כֹּהן זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם אײל װאָס אױף זײַן האַנטפֿלעך אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײַן רעכטן פוס, אין דעם אָרט פֿון דעם בלוט פֿון שולדאָפּפֿער. און װאָס בלײַבט איבער פֿון דעם אײל װאָס אױף דעם כֹּהנס האַנטפֿלעך, זאָל ער אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם װאָס רײניקט זיך, מכַפּר צו זײַן אױף אים פֿאַר גאָט. און ער זאָל מאַכן אײנע פֿון די טורטלטױבן, אָדער פֿון די יונגע טױבן – פֿון װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט; אַזױ װי זײַן האַנט פֿאַרמאָגט – אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, מיט דעם שפּײַזאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם װאָס רײניקט זיך פֿאַר גאָט. דאָס איז דער דין פֿון דעם װאָס אױף אים איז די פּלאָג פֿון צרעת, װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט ניט בײַ זײַן רײניקונג. און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: אַז איר װעט קומען אין לאַנד כּנַעַן װאָס איך גיב אײַך צום אײגנטום, און איך װעל ברענגען אַ פּלאָג פֿון צרעת אין אַ הױז פֿון דעם לאַנד פֿון אײַער אײגנטום, זאָל קומען דער װאָס דאָס הױז געהערט צו אים, און ער זאָל דערצײלן דעם כֹּהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי אַן אױסשלאָג װײַזט מיר אױס אין הױז. און דער כֹּהן זאָל הײסן מע זאָל אױסראַמען דאָס הױז אײדער דער כֹּהן װעט קומען באַקוקן דעם אױסשלאָג, כּדי אַלץ װאָס אין הױז זאָל ניט װערן אומרײן; און דערנאָך זאָל דער כֹּהן קומען באַקוקן דאָס הױז. און אַז ער װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג, ערשט דער אױסשלאָג אױף די װענט פֿון הױז איז גרינלעכע און רױטלעכע גריבלעך, און זײער אױסזען איז נידעריקער פֿון דער װאַנט, זאָל דער כֹּהן אַרױסגײן פֿון הױז אין אײַנגאַנג פֿון הױז, און פֿאַרשליסן דאָס הױז אױף זיבן טעג. און דער כֹּהן זאָל צוריקקומען אױפֿן זיבעטן טאָג, און אַז ער װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אױף די װענט פֿון הױז, זאָל דער כֹּהן הײסן מע זאָל אַרױסנעמען די שטײנער װאָס אױף זײ איז דער אױסשלאָג, און מע זאָל זײ אַװעקװאַרפֿן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. און דאָס הױז זאָל ער לאָזן אַרומהאַקן פֿון אינעװײניק רונד אַרום, און די לײם װאָס מע האַקט אױס, זאָל מען אױסשיטן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. און מע זאָל נעמען אַנדערע שטײנער, און אַרײַנשטעלן אױף דעם אָרט פֿון יענע שטײנער, און מע זאָל נעמען אַנדערע לײם, און פֿאַרקלעפּן דאָס הױז. און אױב דער אױסשלאָג װעט װידער אױסברעכן אין הױז נאָכדעם װי מע האָט אַרױסגענומען די שטײנער, און נאָכן אַרומהאַקן דאָס הױז, און נאָכן פֿאַרקלעפּן, און דער כֹּהן װעט קומען און זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין הױז, איז דאָס אַן עסיקע צרעת אין הױז; אומרײן איז דאָס. און מע זאָל צעברעכן דאָס הױז, זײַנע שטײנער, און זײַן האָלץ, און די גאַנצע לײם פֿון הױז, און אַרױסטראָגן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט. און דער װאָס קומט אַרײַן אין הױז אַלע טעג װאָס מע האַלט עס אָפּגעשלאָסן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און דער װאָס ליגט אין דעם הױז, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער; און דער װאָס עסט אין דעם הױז, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער. און אױב קומען װעט קועמן דער כֹּהן און װעט זען, ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט אין הױז נאָכן פֿאַרקלעפּן דאָס הױז, זאָל דער כֹּהן מאַכן דאָס הױז פֿאַר רײן, װאָרום דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרהײלט. און ער זאָל נעמען אױף צו רײניקן דאָס הױז, צװײ פֿױגלען, און צעדערהאָלץ, און װערמילרױט, און אֵזוֹבֿ-גראָז. און ער זאָל שעכטן אײן פֿױגל אין אַ לײמענער כּלי איבער לעבעדיקע װאַסער. און ער זאָל נעמען דאָס צעדערהאָלץ, און דאָס אֵזוֹבֿ-גראָז, און דאָס װערמילרױט, און דעם לעבעדיקן פֿױגל, און ער זאָל זײ אײַנטונקען אינעם בלוט פֿון דעם געשאָכטענעם פֿױגל, און אינעם לעבעדיקן װאַסער, און שפּריצן אױפֿן הױז זיבן מאָל. און ער זאָל רײניקן דאָס הױז מיטן בלוט פֿון דעם פֿױגל, און מיטן לעבעדיקן װאַסער, און מיטן לעבעדיקן פֿױגל, און מיטן צעדערהאָלץ, און מיטן אֵזוֹבֿ-גראָז, און מיטן װערמילרױט. און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם לעבעדיקן פֿױגל אױסן שטאָט אױפֿן פֿרײַען פֿעלד; און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן הױז, און עס װעט זײַן רײן. דאָס איז דער דין פֿאַר יעטװעדער פּלאָג פֿון צרעת, און פֿאַר שלעכטע קרעץ, און פֿאַר צרעת פֿון אַ בגד, און פֿאַר אַ הױז, און פֿאַר אַ געשװילעכץ, און פֿאַר אַ גרינד, און פֿאַר אַ פֿלעק; כּדי צו לערנען װען עס איז אומרײן, און װען עס איז רײן. דאָס איז דער דין פֿון צרעת. Chapter 15 און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: רעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: יעטװעדער מאַן, אַז ער װעט זײַן פֿלוסיק פֿון זײַן לײַב, איז זײַן פֿליסונג אומרײן. און דאָס זאָל זײַן זײַן אומרײנקײט אין זײַן פֿליסונג: סײַ זײַן לײַב רינט מיט זײַן פֿליסונג, סײַ זײַן לײַב איז פֿאַרשטאָפּט פֿון זײַן פֿליסונג, איז דאָס זײַן אומרײנקײט. איטלעך געלעגער װאָס דער פֿלוסיקער װעט דערױף ליגן, זאָל זײַן אומרײן, און איטלעכע זאַך װאָס ער װעט דערױף זיצן, זאָל זײַן אומרײן. און אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײַן געלעגער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און דער װאָס זיצט אױף אַ זאַך װאָס דער פֿלוסיקער איז דערױף געזעסן, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און דער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם לײַב פֿון פֿלוסיקן, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און אַז דער פֿלוסיקער װעט אַרױפֿשפּײַען אױף אַ רײנעם, זאָל יענער װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און יעטװעדער רײַטזאַך װאָס דער פֿלוסיקער װעט רײַטן דערױף, זאָל זײַן אומרײן. און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן װאָס נאָר עס איז געװען אונטער אים, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט; און דער װאָס טראָגט עס, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און איטלעכער װאָס דער פֿלוסיקער װעט זיך אָן אים אָנרירן, אַװוּ ער האָט ניט אָפּגעשװענקט זײַנע הענט אין װאַסער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און אַ לײמענע כּלי װאָס דער פֿלוסיקער װעט זיך אָן איר אָנרירן, זאָל צעבראָכן װערן; און יעטװעדער הילצערנע כּלי זאָל אָפּגעשװענקט װערן אין װאַסער. און אַז דער פֿלוסיקער װעט רײן װערן פֿון זײַן פֿליסונג, זאָל ער זיך צײלן זיבן טעג פֿון זײַן רײן װערן, און װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין לעבעדיקע װאַסער, און זײַן רײן. און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער זיך נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, און ער זאָל קומען פֿאַר גאָט צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ געבן צום כֹּהן. און דער כֹּהן זאָל זײ מאַכן אײנע אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער, און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר גאָט פֿון װעגן זײַן פֿליסונג. און אַ מאַן, אַז פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען, זאָל ער באָדן אין װאַעסר זײַן גאַנצן לײַב, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און יעטװעדער בגד, און יעטװעדער פֿעל, װאָס דערױף װעט זײַן פֿלוס פֿון זאָמען, זאָל געװאַשן װערן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און אַ פֿרױ, אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט איר אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זאָלן זײ זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און אַ פֿרױ, אַז זי װעט זײַן פֿלוסיק – בלוט װעט זײַן איר פֿליסונג פֿון איר לײַב – זאָל זי זיבן טעג זײַן אין איר אָפּזונדערונג, און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן איר אָן, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און אַלץ װאָס זי װעט ליגן דערױף אין איר אָפּזונדערונג, זאָל זײַן אומרײן; און אַלץ װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן. און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן איר געלעגער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן עפּעס אַ זאַך װאָס זי זיצט דערױף, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. אַפֿילו אױב ער איז אױף דעם געלעגער אָדער אױף דער זאַך װאָס זי זיצט דערױף, װען ער רירט זיך אָן דעם אָן, זאָל ער נאָר זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און אױב ליגן װעט ליגן מיט איר אַ מאַן, און איר אומרײניקײט װעט זײַן אױף אים, זאָל ער זײַן אומרײן זיבן טעג, און איטלעך געלעגער װאָס ער װעט ליגן דערױף, זאָל זײַן אומרײן. און אַ פֿרױ, אַז איר בלוטפֿליסונג װעט פֿליסן פֿיל טעג, ניט אין דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, אָדער זי װעט זײַן פֿלוסיק איבער דער צײַט פֿון איר אָפּזונדערונג, זאָל זי אַלע טעג פֿון איר אומרײנער פֿליסונג זײַן אַזױ װי אין די טעג פֿון איר אָפּזונדערונג; זי איז אומרײן. איטלעך געלעגער װאָס זי װעט ליגן דערױף אַלע טעג פֿון איר פֿליסונג, זאָל איר זײַן אַזױ װי דאָס געלעגער פֿון איר אָפּזונדערונג; און איטלעכע זאַך װאָס זי װעט זיצן דערױף, זאָל זײַן אומרײן אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון איר אָפּזונדערונג. און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן, זאָל װערן אומרײן; און ער זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און זיך באָדן אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט. און אַז זי װערט רײן פֿון איר פֿליסונג, זאָל זי זיך צײלן זיבן טעג, און דערנאָך זאָל זי זײַן רײן. און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זי זיך נעמען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, און זײ ברענגען צום כֹּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. און דער כֹּהן זאָל מאַכן אײנע אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער, און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף איר פֿאַר גאָט פֿון װעגן איר אומרײנער פֿליסונג. און איר זאָלט אָפּשײדן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײער אומרײנקײט, כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן דורך זײער אומרײנקײט, אַז זײ װעלן פֿאַראומרײניקן מײַן מִשכּן װאָס צװישן זײ. דאָס איז דער דין פֿון דעם פֿלוסיקן, און פֿון דעם װאָס פֿון אים גײט אַרױס אַ פֿלוס פֿון זאָמען, צו װערן אומרײן דורך דעם; און פֿון דער קראַנקער אין איר אָפּזונדערונג, און פֿון דעם װאָס איז פֿלוסיק מיט אַ פֿליסונג, סײַ אַ מאַנספּאַרשוין, און סײַ אַ פֿרױ; און פֿון אַ מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַן אומרײנער. Chapter 16 און גאָט האָט גערעדט צו משהן נאָך דעם טױט פֿון אַהרנס צװײ זין, װען זײ האָבן גענענט פֿאַר גאָט, און זײַנען געשטאָרבן; און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו דײַן ברודער אַהרֹנען, אַז ער זאָל ניט אַרײַנגײן צו יעטװעדער צײַט אין הײליקטום אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, פֿאַרן דעק װאָס איבערן אָרון, כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן; װאָרום איך באַװײַז זיך אין װאָלקן איבערן דעק. דערמיט זאָל אַהרן קומען אין הײליקטום: מיט אַ יונגן אָקס פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אַ װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער. אַ הײליק לײַנען העמדל זאָל ער אָנטאָן, און לײַנענע הױזן זאָלן זײַן אױף זײַן לײַב, און מיט אַ לײַנענעם גאַרטל זאָל ער זיך אַרומגורטן, און מיט אַ לײַנענער הױב זאָל ער זיך באַהױבן; הײליקע קלײדער זײַנען דאָס, און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײ אָנטאָן. און פֿון דער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זאָל ער נעמען צװײ ציגנבעק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײן װידער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער. און אַהרן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים, און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט. און ער זאָל נעמען די צװײ בעק, און זײ אַװעקשטעלן פֿאַר גאָט בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. און אַהרן זאָל אַרױפֿטאָן אױף בײדע בעק גוֹרָלות, אײן גוֹרל פֿאַר יהוה, און אײן גוֹרל פֿאַר עַזָאזל. און אַהרן זאָל מאַכן גענענען דעם באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גוֹרל פֿאַר יהוה, און אים מאַכן פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. און דער באָק װאָס אױף אים איז אַרױף דער גוֹרל פֿאַר עַזאָזל, זאָל אַװעקגעשטעלט װערן אַ לעבעדיקער פֿאַר גאָט, מכַפּר צו זײַן איבער אים, אים אַװעקצושיקן צו עַזאָזל אין מדבר. און אַהרן זאָל מאַכן גענענען דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױף זײַן הױזגעזינט; און ער זאָל שעכטן דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַר אים. און ער זאָל נעמען אַ פולע פֿײַערפאַן פֿײַערקױלן פֿון דעם מזבח, פֿון פֿאַר גאָט, און זײַנע פולע הױפנס דינעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און ברענגען אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת. און ער זאָל אַרױפֿטאָן דעם װײַרױך אױפֿן פֿײַער פֿאַר גאָט, און דער װאָלקן פֿון דעם װײַרױך זאָל פֿאַרדעקן דעם דעק װאָס איבערן געזעץ, כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן. און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און שפּריצן מיט זײַן פינגער אױפֿן דעק צו מזרח; און פֿאַרן דעק זאָל ער שפּריצן פֿון דעם בלוט זיבן מאָל מיט זײַן פינגער. און ער זאָל שעכטן דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער װאָס פֿאַרן פֿאָלק, און ברענגען זײַן בלוט אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, און טאָן מיט זײַן בלוט אַזױ װי ער האָט געטאָן מיט דעם בלוט פֿון אָקס, און עס שפּריצן אױפֿן דעק און פֿאַרן דעק. און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף דעם הײליקטום פֿון װעגן די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿון װעגן זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאים; און אַזױ זאָל ער טאָן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס רוט בײַ זײ אין מיטן פֿון זײערע אומרײנקײטן. און קײן מענטש זאָל ניט זײַן אין אוֹהל-מוֹעד, װען ער קומט מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, ביז ער גײט אַרױס. און ער זאָל מכַפּר זײַן אױף זיך, און אױף זײַן הױזגעזינט, און אױף דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל. און ער זאָל אַרױסגײן צום מזבח װאָס פֿאַר גאָט, און מכַפּר זײַן אױף אים; און ער זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און פֿון דעם בלוט פֿון באָק, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח רונד אַרום. און ער זאָל שפּריצן אױף אים פֿון דעם בלוט מיט זײַן פינגער זיבן מאָל, און אים רײניקן, און אים הײליקן פֿון די אומרײנקײטן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. און אַז ער װעט ענדיקן מכַפּר זײַן אױפֿן הײליקטום, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿן מזבח, זאָל ער מאַכן גענענען דעם לעבעדיקן באָק. און אַהרן זאָל אָנלענען זײַנע בײדע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון דעם לעבעדיקן באָק, און זיך מתװדה זײַן איבער אים אױף אַלע זינד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און אױף אַלע זײערע פֿאַרברעכן אין אַלע זײערע חטאים; און ער זאָל זײ אַרױפֿטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון דעם באָק, און אים אַװעקשיקן דורך דער האַנט פֿון אַן אומיסטנעם מענטשן אין מדבר. און דער באָק זאָל אַװעקטראָגן אױף זיך אַלע זײערע זינד אין אַן אָפּגעשניטענעם לאַנד; און ער זאָל אַװעקלאָזן דעם באָק אין דער מדבר. און אַהרן זאָל אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, און אױסטאָן די לײַנענע קלײדער װאָס ער האָט אָנגעטאָן בײַ זײַן אַרײַנגײן אין הײליקטום, און ער זאָל זײ דאָרטן לאָזן. און ער זאָל באָדן זײַן לײַב אין װאַסער אין אַ הײליקן אָרט, און אָנטאָן זײַנע קלײדער, און אַרױסגײן, און מאַכן זײַן בראַנדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון פֿאָלק, און מכַפּר זײַן אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק. און דאָס פֿעטס פֿון דעם זינדאָפּפֿער זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח. און דער װאָס באַלײט דעם באָק צו עַזָאזל, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער. און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער, און דעם באָק פֿון זינדאָפּפֿער, װאָס זײער בלוט איז געבראַכט געװאָרן, מכַפּר צו זײַן אין הײליקטום, זאָל מען אַרױסטראָגן אױסן לאַגער, און פֿאַרברענען אין פֿײַער זײערע פֿעלן, און זײער פֿלײש, און זײער מיסט. און דער װאָס פֿאַרברענט זײ, זאָל װאַשן זײַנע קלײדער, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און דערנאָך מעג ער אַרײַנקומען אין לאַגער. און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ: אין זיבעטן חוֹדש, אין צענטן טאָג פֿון חוֹדש, זאָלט איר פּײַניקן אײַער זעל, און קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך. װאָרום אין דעם דאָזיקן טאָג װעט מען מכַפּר זײַן אױף אײַך, אײַך צו רײניקן; פֿון אַלע אײַערע זינד װעט איר רײן װערן פֿאַר גאָט. אַ שבת פֿון רוּונג איז דאָס פֿאַר אײַך, און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; אַן אײביק געזעץ. און דער כֹּהן װאָס מע װעט אים זאַלבן, און װאָס מע װעט דערפֿילן זײַן האַנט צו זײַן אַ כֹּהן אױף זײַן פֿאָטערס אָרט, זאָל מכַפּר זײַן; און ער זאָל אָנטאָן די לײַנענע קלײדער, די הײליקע קלײדער. און ער זאָל מכַפּר זײַן אױפֿן קָדשֵי-קדָשים, און אױפֿן אוֹהל-מוֹעד; אױך אױפֿן מזבח זאָל ער מכַפּר זײַן, און אױף די כֹּהנים, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון דער אײַנזאַמלונג זאָל ער מכַפּר זײַן. און דאָס זאָל אײַך זײַן צום אײביקן געזעץ, מכַפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון ישׂראל פֿון װעגן אַלע זײערע זינד, אײן מאָל אין יאָר. און ער האָט געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן. Chapter 17 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו אַהרֹנען, און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל װאָס װעט שעכטן אַן אָקס, אָדער אַ שעפּס, אָדער אַ ציג, אין לאַגער, אָדער װאָס װעט שעכטן אױסן לאַגער, און צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד האָט ער עס ניט געבראַכט, מקריבֿ צו זײַן פֿאַר אַ קָרבן צו גאָט, פֿאַרן מִשכּן פֿון גאָט, זאָל עס װי בלוט גערעכנט װערן יענעם מאַן; בלוט האָט ער פֿאַרגאָסן; און יענער מענטש זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק. כּדי די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן ברענגען זײערע שלאַכטאָפּפֿער, װאָס זײ שלאַכטן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד – זײ זאָלן זי ברענגען צו גאָט, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, צום כֹּהן, און זײ שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער צו גאָט. און דער כֹּהן זאָל שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן מזבח פֿון גאָט, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און דעמפֿן דאָס פֿעטס פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און זײ זאָלן מער ניט שלאַכטן זײערע שלאַכטאָפּפֿער צו די שדים, װאָס זײ זײַנען פֿאַרפירט נאָך זײ. אַן אײביק געזעץ זאָל דאָס זײ זײַן אױף זײערע דוֹר-דוֹרות. און זאָלסט זאָגן צו זײ: יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס װעט זיך אױפֿהאַלטן צװישן זײ, װאָס װעט אױפֿברענגען אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער, און צום אוֹהל-מוֹעד װעט ער עס ניט ברענגען, דאָס צו מאַכן צו גאָט, יענער מענטש זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון זײַן פֿאָלק. און יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, װאָס װעט עסן װאָסער עס איז בלוט, װעל איך קערן מײַן פּנים קעגן דעם מענטשן װאָס עסט דאָס בלוט, און איך װעל אים פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק. װאָרום דאָס לעבן פֿון דעם פֿלײש איז אין דעם בלוט, און איך האָב עס אײַך געגעבן אױפֿן מזבח מכַפּר צו זײַן אױף אײַערע נפשות; װאָרום דאָס איז דאָס בלוט װאָס איז מכַפּר, מיט דעם לעבן װאָס אין אים . דרום זאָג איך צו די קינדער פֿון ישׂראל: קײן נפש פֿון אײַך זאָל ניט עסן בלוט; אױך דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך, זאָל ניט עסן בלוט. און יעטװעדער מאַן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ, װאָס װעט פאַנגען אַ געפאַנג פֿון אַ חיה אָדער אַ פֿױגל װאָס מעג געגעסן װערן, זאָל אױסגיסן זײַן בלוט, און עס צודעקן מיט ערד. װאָרום דאָס לעבן פֿון יעטװעדער פֿלײש – זײַן בלוט דאָס איז זײַן לעבן; דרום זאָג איך צו די קינדער פֿון ישׂראל: דאָס בלוט פֿון קײן פֿלײש זאָלט איר ניט עסן, װאָרום דאָס לעבן פֿון יעטװעדער פֿלײש דאָס איז זײַן בלוט; איטלעכער װאָס עסט עס, זאָל פֿאַרשניטן װערן. און יעטװעדער מענטש װאָס װעט עסן געפאַלנס אָדער פֿאַרצוקטס, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער, זאָל װאַשן זײַנע קלײדע, און באָדן זײַן לײַב אין װאַסער, און זײַן אומרײן ביזן אָװנט, און װערן רײן. און אױב ער װעט זײ ניט װאַשן, און זײַן לײַב ניט באָדן, װעט ער טראָגן זײַן זינד. Chapter 18 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: איך בין יהוה אײַער גאָט. אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד מִצרַיִם װאָס איר זײַט דערין געזעסן, זאָלט איר ניט טאָן; און אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד כּנַעַן, װאָס איך ברענג אײַך אַהין, זאָלט איר ניט טאָן; און אין זײערע חוקים זאָלט איר ניט גײן. מײַנע געזעצן זאָלט איר טאָן, און מײַנע חוקים זאָלט איר היטן צו גײן אין זײ; איך בין יהוה אײַער גאָט. און איר זאָלט היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ: איך בין יהוה. איר זאָלט ניט גענענען קײן אײנער צו אַ שום לײַבנאָנטער זײַנער, צו אַנטפּלעקן די שאַנד: איך בין יהוה. די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער, און די שאַנד פֿון דײַן מוטער, זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן: זי איז דײַן מוטער, טאָרסטו ניט אַנטפּלעקן איר שאַנד. די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטער איז דאָס. די שאַנד פֿון דײַן שװעסטער, דײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער דײַן מוטערס טאָכטער, געבאָרן אין הױז, אָדער געבאָרן פֿון אױסן – זײער שאַנד זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן. די שאַנד פֿון דײַן זונס טאָכטער, אָדער פֿון דײַן טאָכטערס טאָכטער – זײער שאַנד זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן, װאָרום דײַן שאַנד זײַנען זײ. די שאַנד פֿון דער טאָכטער פֿון דײַן פֿאָטערס װײַב, געבאָרן פֿון דײַן פֿאָטער – זי איז דײַן שװעסטער, זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן איר שאַנד. די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן; דײַן פֿאָטערס לײַבנאָנטע איז זי. די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן, װאָרום דײַן מוטערס לײַבנאָנטע איז זי. די שאַנד פֿון דײַן פֿאָטערס ברודער זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן: צו זײַן װײַב זאָלסטו ניט גענענען; דײַן מומע איז זי. די שאַנד פֿון דײַן שנור זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן; דײַן זונס װײַב איז זי, טאָרסטו ניט אַנטפּלעקן איר שאַנד. די שאַנד פֿון דײַן ברודערס װײַב זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן; די שאַנד פֿון דײַן ברודער איז דאָס. די שאַנד פֿון אַ פֿרױ מיט איר טאָכטער זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן. איר זונס טאָכטער, אָדער איר טאָכטערס טאָכער, זאָסלטו ניט נעמען, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד; אירע לײַבנאָנטע זײַנען זײ, איז דאָס אַ שענדלעכקײט. און אַ פֿרױ צו איר שװעסטער זאָלסטו ניט נעמען צו זײַן אַ מיטװײַב, צו אַנטפּלעקן איר שאַנד לעבן יענער בײַ איר לעבן. און צו אַ פֿרױ אין דער אָפּזונדערונג פֿון איר אומרײנקײט זאָלסטו ניט גענענען צו אַנטפּלעקן איר שאַנד. און מיט דער װײַב פֿון דײַן חבר זאָלסטו ניט האָבן אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר. און פֿון דײַנע קינדער זאָלסטו ניט געבן אױף מקריבֿ זײַן צו מוֹלֶך, און זאָלסט ניט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן גאָט: איך בין יהוה. און מיט אַ מאַנספּאַרשוין זאָלסטו ניט ליגן אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ; אַן אומװערדיקײט איז דאָס. און מיט קײן בהמה זאָלסטו ניט ליגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט איר; און אַ פֿרױ זאָל ניט שטײן פֿאַר אַ בהמה צו ליגן מיט איר; אַ פֿאַרמישונג איז דאָס. איר זאָלט אײַך ניט פֿאַראומרײניקן מיט אַלע די דאָזיקע, װאָרום מיט אַלע די דאָזיקע האָבן זיך פֿאַראומרײניקט די פֿעלקער װאָס איך טרײַב אַרױס פֿון פֿאַר אײַך. און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן, און איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט איר פֿאַר אירע זינד, און דאָס לאַנד האָט אַרױסגעשפּיגן אירע באַװוינער. דרום זאָלט איר היטן מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, און איר זאָלט ניט טאָן פֿון אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן, סײַ דער אײַנגעבאָרענער, און סײַ דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן אײַך – װאָרום אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָבן געטאָן די מענטשן פֿון לאַנד װאָס פֿאַר אײַך, און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן – כּדי דאָס לאַנד זאָל אײַך ניט אױסשפּײַען, אַז איר װעט עס פֿאַראומרײניקן, אַזױ װי עס האָט אױסגעשפּיגן דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַר אײַך. װאָרום איטלעכער װאָס װעט טאָן פֿון אַלע דידאָזיעק אומװערדיקײטן – די נפשות װאָס טוען עס, זאָלן פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק. און איר זאָלט היטן מײַן היטונג, ניט צו טאָן פֿון די אומװערדיקע אײַנפירן װאָס זײַנען געטאָן געװאָרן פֿאַר אײַך, און איר זאָלט אײַך ניט פֿאַראומרײניקן מיט זײ: איך בין יהוה אײַער גאָט. Chapter 19 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: הײליק זאָלט איר זײַן, װאָרום איך יהוה אײַער גאָט בין הײליק. איר זאָלט איטלעכער האָבן אָפּשײַ פֿאַר זײַן מוטער און זײַן פֿאָטער, און מײַנע שבתים זאָלט איר היטן: איך בין יהוה אײַער גאָט. איר זאָלט אײַך ניט קערן צו די געצן, און געגאָסענע געטער זאָלט איר אײַך ניט מאַכן: איך בין יהוה אײַער גאָט. און אַז איר װעט שלאַכטן אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט, זאָלט איר עס שלאַכטן אַז איר זאָלט באַװיליקט װערן. אין דעם טאָג פֿון אײַער שלאַכטונג זאָל עס געגעסן װערן, און אױף מאָרגן; און װאָס בלײַבט איבער ביז אױפֿן דריטן טאָג, זאָל אין פֿײַער פֿאַרברענט װערן. און אױב געגעסן װעט עס געגעסן װערן אױפֿן דריטן טאָג, איז דאָס אַן אומװערדיקײט; עס װעט ניט באַװיליקט װערן. און דער װאָס עסט דאָס, װעט טראָגן זײַן זינד, װאָרום אַ הײליקײט פֿון גאָט האָט ער פֿאַרשװעכט; און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק. און אַז איר שנײַדט דעם שניט פֿון אײַער לאַנד, זאָלסטו ניט דערענדיקן שנײַדן דעם עק פֿון דײַן פֿעלד, און דעם נאָכקלײַב פֿון דײַן שניט זאָלסטו ניט נאָכקלײַבן. און דײַן װײַנגאָרטן זאָלסטו ניט אַרומקלײַבן רײן, און דאָס אַראָפּגעפאַלענע פֿון דײַן װײַנגאָרטן זאָלסטו ניט אױפֿקלײַבן; פֿאַרן אָרימאַן און פֿאַרן פֿרעמדן זאָלסטו זײ איבערלאָזן: איך בין יהוה אײַער גאָט. איר זאָלט ניט גנבען, און איר זאָלט ניט פֿאַרלײקענען, און איר זאָלט ניט זאָגן ליגן אײנער דעם אַנדערן. און איר זאָלט ניט שװערן בײַ מײַן נאָמען צום פאַלשן, און פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון דײַן גאָט: איך בין יהוה. זאָלסט ניט דריקן דײַן חבר, און ניט באַגזלען. זאָלסט ניט לאָזן איבערנעכטיקן דעם לױן פֿון אַ געדונגענעם בײַ דיר ביז אין דער פֿרי. זאָלסט ניט שילטן אַ טױבן, און פֿאַר אַ בלינדן זאָלסטו ניט לײגן אַ שטרױכלונג; און זאָלסט מוֹרא האָבן פֿאַר דײַן גאָט: איך בין יהוה. איר זאָלט ניט טאָן אַן עװלה אין אַ משפּט; זאָלסט ניט שױנען דעם פּנים פֿון אַן אָרימאַן, און ניט שאַנעװען דעם פּנים פֿון אַ גרױסן מאַן; מיט גערעכטיקײט זאָלסטו משפּטן דײַן חבר. זאָלסט ניט אַרומגײן מיט רכילות צװישן דײַן פֿאָלק; זאָלסט ניט שטײן רויִק בײַ דעם בלוט פֿון דײַן חבר: איך בין יהוה. זאָלסט ניט פײַנט האָבן דײַן ברודער אין דײַן האַרצן; אױסרעדן זאָלסטו אױסרעדן דײַן חבר, כּדי זאָלסט ניט טראָגן איבער אים אַ זינד. זאָלסט זיך ניט נוֹקם זײַן, און ניט האַלטן אַ שׂנאה אױף די קינדער פֿון דײַן פֿאָלק; נײַערט זאָלסט ליב האָבן דײַן חבר אַזױ װי זיך אַלײן: איך בין יהוה. מײַנע געזעצן זאָלט איר היטן. דײַן בהמה זאָלסטו ניט פּאָרן געמישט; דײַן פֿעלד זאָלסטו ניט פֿאַרזײען געמישט; און אַ בגד פֿון געמישטן געװאַנט, שַעַטנֵז, זאָל ניט אַרױפֿקומען אױף דיר. און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ פֿרױ אַ בײַשלאָף פֿון זאָמען, און זי איז אַ דינסט װאָס איז באַשטימט פֿאַר אַ מאַן, אָבער אױסגעלײזט איז זי ניט אױסגעלײזט געװאָרן, און פֿרײַשאַפֿט איז איר ניט געגעבן געװאָרן, זאָל זײַן אַן אױספאָרשונג; זײ זאָלן ניט געטײט װערן, װאָרום זי איז ניט באַפֿרײַט געװאָרן. און ער זאָל ברענגען זײַן שולדאָפּפֿער צו גאָט, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; אַ װידער פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער. און דער כֹּהן זאָל מכַפּר זײַן אױף אים מיט דעם װידער פֿון שולדאָפּפֿער פֿאַר גאָט, װעגן זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט; און אים װעט פֿאַרגעבן װערן פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט. און אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד, און װעט פֿלאַנצן אַלערלײ עסבײמער, זאָלט איר לאָזן זײער פֿרוכט אומבאַשניטן; דרײַ יאָר זאָל עס אײַך זײַן אומבאַשניטן, עס זאָל ניט געגעסן װערן. און אױפֿן פֿירטן יאָר זאָל זײער גאַנצע פֿרוכט זײַן הײליק פֿאַר אַ לױבגעבונג צו גאָט. און אױפֿן פֿינפֿטן יאָר מעגט איר עסן זײער פֿרוכט, כּדי אײַך זאָל צוקומען זײער אײַנטראָג: איך בין יהוה אײַער גאָט. איר זאָלט ניט עסן מיטן בלוט. איר זאָלט ניט צױבערן און ניט װאָרזאָגן. איר זאָלט ניט אָפּשנײַדן רונד די ברעגן פֿון אײַער קאָפּ; און זאָלסט ניט פֿאַרדאַרבן די ברעגן פֿון דײַן באָרד. און אַ שניט נאָך אַ טױטן זאָלט איר ניט מאַכן אױף אײַער לײַב, און אַן אױסגעשטאָכן געשריפֿטס זאָלט איר אױף זיך ניט מאַכן: איך בין יהוה. זאָלסט ניט פֿאַרשװעכן דײַן טאָכטער זי צו מאַכן פֿאַר אַ זוֹנה, כּדי דאָס לאַנד זאָל ניט אױסגעלאַסן װערן, און דאָס לאַנד װעט פול װערן מיט שענדלעכקײט. מײַנע שבתים זאָלט איר היטן, און פֿאַר מײַן הײליקטום זאָלט איר האָבן אָפּשײַ: איך בין יהוה. איר זאָלט אײַך ניט קערן צו גײַסטער, און בײַ רוחות זאָלט איר ניט פֿרעגן, זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט זײ: איך בין יהוה אײַער גאָט. פֿאַר אַ גרײַז זאָלסטו אױפֿשטײן, און זאָלסט שאַנעװען דעם פּנים פֿון אַ זקן, און מוֹרא האָבן פֿאַר דײַן גאָט: איך בין יהוה. און אַז בײַ דיר װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער אין אײַער לאַנד. זאָלסטו אים ניט קריװדען. אַזױ װי אַן אײַנגעבאָרענער פֿון אײַך זאָל אײַך זײַן דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף בײַ אײַך; און זאָלסט אים ליב האָבן אַזױ װי זיך אַלײן; װאָרום פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מִצרַיִם: איך בין יהוה אײַער גאָט. איר זאָלט ניט טאָן אַן עװלה אין אַ משפּט, אין מעסטשטאָק, אין װאָג, אָדער אין מאָס. אַ ריכטיקע װאָגשאָל, ריכטיקע װאָגשטײנער, אַ ריכטיקע אֵיפָה, און אַ ריכטיקער הין, זאָל בײַ אײַך זײַן: איך בין יהוה אײַער גאָט, װאָס האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם. און איר זאָלט היטן אַלע מײַנע חוקים, און אַלע מײַנע געזעצן, און זײ טאָן: איך בין יהוה. Chapter 20 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: אױך זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון ישׂראל: יעטװעדער מאַן פֿון די קידנער פֿון ישׂראל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף אין ישׂראל, װאָס װעט געבן פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך, זאָל טײטן געטײט װערן; דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער. און איך װעל קערן מײַן פּנים קעגן יענעם מענטשן, און װעל אים פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק, װײַל ער האָט געגעבן פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך, כּדי צו פֿאַראומרײניקן מײַן הײליקטום, און צו פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען. און אױב פֿאַרהױלן װעט פֿאַרהױלן דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זײערע אױגן פֿון יענעם מענטשן, װען ער גיט פֿון זײַנע קינדער צו מוֹלֶך, אים ניט צו טײטן, װעל איך קערן מײַן פּנים קעגן יענעם מענטשן, און קעגן זײַן משפּחה, און איך װעל אים, און אַלע װאָס זײַנען פֿאַרפירט נאָך אים צו זײַן פֿאַרפירט נאָך מוֹלֶך, פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײער פֿאָלק. און די זעל װאָס װעט זיך װענדן צו גײַסטער און צו רוחות, צו זײַן פֿאַרפירט נאָך זײ, װעל איך קערן מײַן פּנים קעגן יענער זעל, און װעל אים פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק. און איר זאָלט אײַך הײליקן, און זײַן הײליק, װאָרום איך בין יהוה אײַער גאָט. און איר זאָלט היטן מײַנע געזעצן און זײ טאָן: איך בין יהוה װאָס הײליקט אײַך. װאָרום יעטװעדער אײנער װאָס װעט שילטן זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער, זאָל טײטן געטײט װערן; זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער האָט ער געשאָלטן, זײַן בלוט אױף אים! און אַ מאַן װאָס װעט מזַנה זײַן מיט אַן אֵשֶת-איש – אַז ער װעט מזַנה זײַן מיט זײַן חברס װײַב, זאָל טײטן געטײט װערן אי דער מאַן, אי די פֿרױ, װאָס האָט מזַנה געװען. און אַ מאַן, אַז ער װעט ליגן מיט זײַן פֿאָטערס װײַב, האָט ער די שאַנד פֿון זײַן פֿאָטער אַנטפּלעקט; טײטן געטײט װערן זאָלן זײ בײדע; זײער בלוט אױף זײ! און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט זײַן שנור, זאָלן זײ טײטן געטײט װערן בײדע; אַ פֿאַרמישונג זײַנען זײ באַגאַנגען, זײער בלוט אױף זײ! און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשוין אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ האָבן זײ בײדע אַן אומװערדיקײט געטאָן; טײטן זאָלן זײ געטײט װערן; זײער בלוט אױף זײ! און אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ פֿרױ מיט איר מוטער, איז דאָס אַ שענדלעכקײט; אין פֿײַער זאָל מען פֿאַרברענען אי אים, אי זײ, כּדי עס זאָל ניט זײַן קײן שענדלעכקײט צװישן אײַך. און אַ מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַ בהמה, זאָל ער טײטן געטײט װערן, און די בהמה זאָלט איר הרגען. און אַז אַ פֿרױ װעט גענענען צו װאָסער עס איז בהמה צו ליגן מיט איר, זאָלסטו הרגען אי די פֿרױ, אי די בהמה; טײטן מוזן זײ געטײט װערן, זײער בלוט אױף זײ! און אַז אַ מאַן װעט נעמען זײַן שװעסטער, זײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער זײַן מוטערס טאָכטער, און ער װעט זען איר שאַנד, און זי װעט זען זײַן שאַנד, איז דאָס אַ שאַנדהאַפֿטיקײט, און זײ זאָלן פֿאַרשניטן װערן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון זײער פֿאָלק; די שאַנד פֿון זײַן שװעסטער האָט ער אַנטפּלעקט, זאָל ער טראָגן זײַן זינד. און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ פֿרױ אין איר קראַנקשאַפֿט, און װעט אַנטפּלעקן איר שאַנד – ער האָט אַנטבלױזט איר קװאַל, און זי האָט אַנטפּלעקט דעם קװאַל פֿון איר בלוט, זאָלן זײ בײדע פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק. און די שאַנד פֿון דײַן מוטערס שװעסטער, אָדער פֿון דײַן פֿאָטערס שװעסטער, זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן; װאָרום זײַן לײַבנאָנטע אַנטבלױזט ער; זײ זאָלן טראָגן זײער זינד. און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט זײַן מומען, האָט ער די שאַנד פֿון זײַן פֿעטער אַנטפּלעקט; זײ זאָלן טראָגן זײער זינד; אָן קינדער זאָלן זײ שטאַרבן. און אַז אַ מאַן װעט נעמען זײַן ברודערס װײַב, איז דאָס אַן אומרײניקײט; די שאַנד פֿון זײַן ברודער האָט ער אַנטפּלעקט; אָן קינדער זאָלן זײ בלײַבן. און איר זאָלט היטן אַלע מײַנע חוקים, און אַלע מײַנע געזעצן, און זײ טאָן, כּדי דאָס לאַנד װאָס איך ברענג אײַך אַהין, זיך צו באַזעצן דרינען, זאָל אײַך ניט אַרױסשפּײַען. און איר זאָלט ניט גײן אין די אײַנפירן פֿון דעם פֿאָלק װאָס איך פֿאַרטרײַב פֿון פֿאַר אײַך; װאָרום דאָס אַלץ האָבן זײ געטאָן, און איך האָב מיך פֿאַרעקלט מיט זײ. און איך האָב געזאָגט צו אײַך: איר װעט אַרבן זײער ערד, און איך װעל זי אײַך געבן זי צו אַרבן – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק. איך בין יהוה אײַער גאָט װאָס האָב אײַך אָפּגעשײדט פֿון די אומות. דרום זאָלט איר אָפּשײדן צװישן דער רײנער בהמה און דער אומרײנער, און צװישן דעם אומרײנעם פֿױגל און דעם רײנעם, און איר זאָלט ניט פֿאַראומװערדיקן אײַער זעל מיט אַ בהמה, אָדער מיט אַ פֿױגל, אָדער מיט װאָס נאָר די ערד װידמענט, װאָס איך האָב אָפּגעשײדט צו מאַכן אומרײן פֿאַר אײַך. און איר זאָלט מיר זײַן הײליק, װאָרום איך יהוה בין הײליק, און איך האָב אײַך אָפּגעשײדט פֿון די אומות, צו געהערן צו מיר. און אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, אַז זײ װעלן זיך פֿאַרנעמען מיט אַ גײַסט אָדער אַ רוח, זאָלן זײ טײטן געטײט װערן; מיט שטײנער זאָל מען זײ פֿאַרװאַרפֿן; זײער בלוט אױף זײ! Chapter 21 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: רעד צו די כֹּהנים, די זין פֿון אַהרֹנען, און זאָלסט זאָגן צו זײ: קײנער זאָל זיך ניט פֿאַראומרײניקן אָן אַ טױטן צװישן זײַן פֿאָלק; סײַדן אָן זײַנעם אַ לײַב-קרוב װאָס איז נאָנט צו אים, אָן זײַן מוטער, און אָן זײַן פֿאָטער, און אָן זײַן זון, און אָן זײַן טאָכטער, און אָן זײַן ברודער; און אָן זײַן שװעסטער אַ יונגפֿרױ, װאָס איז נאָנט צו אים, װאָס האָט נאָך ניט געהאַט אַ מאַן – אָן איר מעג ער זיך פֿאַראומרײניקן. דער האַר צװישן זײַן פֿאָלק טאָר זיך ניט פֿאַראומרײניקן זיך צו פֿאַרשװעכן. זײ זאָלן ניט מאַכן אַ פּליך אױף זײער קאָפּ, און די ברעגן פֿון זײער באָרד זאָלן זײ ניט אָפּגאָלן, און אױף זײער לײַב זאָלן זײ ניט אײַנשנײַדן אַן אײַנשנײַדונג. הײליק זאָלן זײ זײַן צו זײער גאָט, און זײ זאָלן ניט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון זײער גאָט, װאָרום די פֿײַעראָפּפֿער פֿון יהוה, די שפּײַז פֿון זײער גאָט, זײַנען זײ מקריבֿ, דרום מוזן זײ זײַן הײליק. אַ װײַב אַ זוֹנה אָדער אַ פֿאַרשװעכטע זאָלן זײ ניט נעמען, און אַ װײַב געגֶט פֿון איר מאַן זאָלן זײ ניט נעמען; װאָרום ער איז הײליק צו זײַן גאָט. און זאָלסט אים האַלטן הײליק, װאָרום די שפּײַז פֿון דײַן גאָט איז ער מקריבֿ; הײליק זאָל ער דיר זײַן, װאָרום הײליק בין איך יהוה, װאָס הײליק אײַך. און די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כֹּהן, אַז זי װעט זיך פֿאַרשװעכן מזַנה צו זײַן, פֿאַרשװעכט זי איר פֿאָטער; אין פֿײַער זאָל זי פֿאַרברענט װערן. און דער כֹּהן װאָס איז דער גרעסטער פֿון זײַנע ברידער, װאָס אױף זײַן קאָפּ איז אַרױפֿגעגאָסן געװאָרן דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און מע האָט דערפֿילט זײַן האַנט אָנצוטאָן די קלײדער, זאָל ניט לאָזן פֿאַרװאַקסן זײַן קאָפּ, און ניט אײַנרײַסן זײַנע קלײדער; און צו קײן לײַב פֿון אַ מת זאָל ער ניט צוגײן; אַפֿילו אָן זײַן פֿאָטער און אָן זײַן מוטער זאָל ער זיך ניט פֿאַראומרײניקן. און פֿון הײליקטום זאָל ער ניט אַרױסגײן, און ניט פֿאַרשװעכן דאָס הײליקטום פֿון זײַן גאָט, װאָרום די קרױן פֿון דעם אײל פֿון גאָטס זאַלבונג איז אױף אים: איך בין יהוה. און אַ װײַב אין איר יונגפֿרױשאַפֿט זאָל ער נעמען. אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, אָדער אַ פֿאַרשװעכטע, אַ זוֹנה, די דאָזיקע זאָל ער ניט נעמען; נאָר בלױז אַ יונגפֿרױ פֿון זײַן פֿאָלק זאָל ער נעמען פֿאַר אַ װײַב. און ער זאָל ניט פֿאַרשװעכן זײַן זאָמען צװישן זײַן פֿאָלק, װאָרום איך יהוה הײליק אים. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: איטלעכער פֿון דײַן זאָמען אױף זײערע דוֹר-דוֹרות, װאָס אין אים װעט זײַן אַ מום, זאָל ניט גענענען מקריבֿ צו זײַן די שפּײַז פֿון זײַן גאָט. װאָרום איטלעכער מאַן װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, טאָר ניט גענענען: אַ מאַן אַ בלינדער, אָדער אַ הינקעדיקער, אָדער מיט אַן אײַנגעפאַלענער נאָז, אָדער מיט אײן גליד צו לאַנג, אָדער אַ מאַן װאָס בײַ אים װעט זײַן צעבראָכן אַ פוס, אָדער צעבראָכן אַ האַנט, אָדער אַ הױקער, אָדער אַ קאַרליק, אָדער מיט אַ בעלם אױף זײַן אױג, אָדער מיט טרוקענע קרעץ, אָדער פײַכטע קרעץ, אָדער אַ געבריכטער. איטלעכער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרן דעם כֹּהן, װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, זאָל ניט גענענען מקריבֿ צו זײַן די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; אַ מום איז דאָ אין אים, טאָר ער ניט גענענען מקריבֿ צו זײַן די שפּײַז פֿון זײַן גאָט. די שפּײַז פֿון זײַן גאָט, פֿון הײליקסטן הײליקן אַזױ װי פֿון הײליקן, מעג ער עסן. אָבער צום פָּרוֹכֶת טאָר ער ניט קומען, און צום מזבח טאָר ער ניט גענענען, װײַל אַ מום איז דאָ אין אים; און ער זאָל ניט פֿאַרשװעכן מײַנע הײליקײטן, װאָרום איך יהוה הײליק זײ. און משה האָט דאָס גערעדט צו אַהרֹנען, און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל. Chapter 22 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַז זײ זאָלן זיך האַלטן אָפּגעשײדט פֿון די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ הײליקן צו מיר, און זײ זאָלן ניט פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען: איך בין יהוה. זאָג צו זײ: איטלעכער מאַן פֿון אַל אײַער זאָמען אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות װאָס װעט גענענען צו די הײליקע זאַכן, װאָס די קינדער פֿון ישׂראל װעלן הײליקן צו גאָט, מיט זײַן אומרײנקײט אױף אים, יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר: איך בין יהוה. יעטװעדער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרן װאָס איז אַ מצוֹרע אָדער אַ פֿלוסיקער, טאָר פֿון די הײליקע זאַכן ניט עסן, ביז ער װעט רײן װערן. און דער װאָס רירט זיך אָן אָן עמיצן װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן; אָדער אַ מאַן װאָס פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען; אָדער אַ מאַן װאָס װעט זיך אָנרירן אָן װאָסער עס איז שרץ װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן, אָדער אָן אַ מענטשן װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן, װאָס נאָר זײַן אומרײנקײט איז – דער מענטש װאָס װעט זיך אָנרירן אָן זײ, זאָל זײַן אומרײן ביזן אָװנט, און ער זאָל ניט עסן פֿון די הײליקע זאַכן, סײַדן ער האָט געבאָדן זײַן לײַב אין װאַסער. און אַז די זון װעט אונטערגײן, זאָל ער זײַן רײן, און דערנאָך מעג ער עסן פֿון די הײליקע זאַכן, װאָרום דאָס איז זײַן ברױט. געפאַלנס און פֿאַרצוקטס זאָל ער ניט עסן, צו װערן אומרײן דערמיט: איך בין יהוה. און זײ זאָלן היטן מײַן היטונג, כּדי זײ זאָלן ניט טראָגן װעגן דעם אַ זינד און שטאַרבן דורך דעם, אַז זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן: איך יהוה הײליק זײ. און קײן פֿרעמדער טאָר ניט עסן הײליקס; אַ װוינער בײַ אַ כֹּהן, אָדער אַ געדונגענער, טאָר ניט עסן הײליקס. און אַז אַ כֹּהן װעט קױפֿן עמיצן אין אײַנקױף פֿאַר זײַן געלט, מעג ער עסן דערפֿון; און די װאָס זײַנען געבאָרן אין זײַן הױז, זײ מעגן עסן פֿון זײַן ברױט. און די טאָכטער פֿון אַ כֹּהן אַז זי װעט נעמען אַ מאַן אַ פֿרעמדן, טאָר זי פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג ניט עסן. אָבער די טאָכטער פֿון אַ כֹּהן, אַז זי װעט װערן אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה, און קײן קינדער האָט זי ניט, און זי װעט זיך אומקערן צו איר פֿאָטערס הױז אַזױ װי אין איר יוגנט, מעג זי עסן פֿון איר פֿאָטערס ברױט; אָבער קײן פֿרעמדער טאָר דערפֿון ניט עסן. און אַז עמיצער װעט עסן הײליקס דורך אַ פֿאַרזע, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פינפֿטל דערפֿון, און אָפּצאָלן דאָס הײליקע צום כֹּהן. און זײ זאָלן ניט פֿאַרשװעכן די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס זײ שײדן אָפּ צו גאָט, און זײ מאַכן טראָגן אַ זינד פֿון פֿאַרשולדיקונג, אַז זײ װעלן עסן זײערע הײליקע זאַכן; װאָרום איך יהוה הײליק זײ. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז עמיצער אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן אין ישׂראל, װעט ברענגען זײַן קָרבן, פֿון אַלע זײערע נדרים, אָדער פֿון אַלע זײערע פֿרײַװיליקע גאָבן, װאָס זײ װעלן ברענגען צו גאָט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, כּדי איר זאָלט באַװיליקט װערן, מוז עס זײַן אַ זָכר אָן אַ פֿעלער, פֿון רינדער, פֿון שעפּסן, אָדער פֿון ציגן. קײנס װאָס אין אים איז דאָ אַ מום זאָלט איר ניט ברענגען, װאָרום עס װעט אײַך ניט זײַן צו באַװיליקונג. און אַז אַ מאַן װעט ברענגען אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט, לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר, אָדער פֿאַר אַ פֿרײַװיליקער גאָב, פֿון רינדער, אָדער פֿון שאָף, מוז עס זײַן ניט געפֿעלערט, כּדי באַװיליקט צו װערן; קײן מום זאָל אין אים ניט זײַן. אַ בלינדס, אָדער אַ געשעדיקטס, אָדער אַ פֿאַרקריפּלטס, אָדער מיט אַ גוז, אָדער מיט טרוקענע קרעץ, אָדער פײַכטע קרעץ – די דאָזיקע זאָלט איר ניט ברענגען צו גאָט, און ניט מאַכן פֿון זײ אַ פֿײַעראָפּפֿער אױפֿן מזבח צו גאָט. און אַן אָקס אָדער אַ לאַם מיט אײן גליד צו לאַנג אָדער צו קורץ, דאָס מעגסטו מאַכן אַ פֿרײַװיליקע גאָב, אָבער פֿאַר אַ נדר װעט עס ניט באַװיליקט װערן. און אַזאַ װאָס זײַנע געשלעכטגלידער זײַנען צעדריקט, אָדער צעהאַקט, אָדער אָנגעריסן, אָדער אױסגעשניטן, זאָלט איר ניט ברענגען צו גאָט; און איר זאָלט אין אײַער לאַנד ניט מאַכן אַזױ-װאָס. אַפֿילו פֿון דער האַנט פֿון אַ פֿרעמדן זאָלט איר ניט ברענגען די שפּײַז פֿון אײַער גאָט פֿון אַלע די דאָזיקע, װאָרום זײער פֿאַרדאַרבונג איז אין זײ, אַ מום איז אין זײ; זײ װעלן ניט באַװיליקט װערן פֿון אײַך. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: אַ רינד, אָדער אַ שעפּס, אָדער אַ ציג, אַז עס װעט געבאָרן װערן, זאָל עס זיבן טעג זײַן אונטער זײַן מוטער, און פֿון אַכטן טאָג אָן און װײַטער װעט עס באַװיליקט װערן פֿאַר אַ קָרבן, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. און אַ רינד צי אַ שאָף, זאָלט איר עס ניט שעכטן אין אײן טאָג מיט זײַן קינד. און אַז איר װעט שלאַכטן אַ דאַנקאָפּפֿער צו גאָט, זאָלט איר עס שלאַכטן אַז איר זאָלט באַװיליקט װערן. אין דעם אײגענעם טאָג זאָל עס געגעסן װערן; איר זאָלט ניט איבערלאָזן דערפֿון ביז אין דער פֿרי: איך בין יהוה. און איר זאָלט היטן מײַנע געבאָט און זײ טאָן: איך בין יהוה. און איר זאָלט ניט פֿאַרשװעכן מײַן הײליקן נאָמען, כּדי איך זאָל זײַן געהײליקט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל: איך בין יהוה װאָס הײליקט אײַך; דער װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַים, אײַך צו זײַן צום גאָט: איך בין יהוה. Chapter 23 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: די יָום-טוֹבים פֿון גאָט װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן פֿאַר הײליקע צונױפֿרופונגען – דאָס זײַנען מײַנע יָום-טוֹבים: זעקס טעג זאָל געטאָן װערן אַרבעט, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז אַ שבת פֿון רוּונג, אַ הײליקע צונױפֿרופונג; קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן; דאָס איז שבת צו גאָט אין אַלע אײַערע װוינערטער. דאָס זײַנען די יָום-טוֹבים פֿון גאָט, די הײליקע צונױפֿרופונגען, װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן אין זײער געשטעלטער צײַט. אין ערשטן חוֹדש, אין פערצנטן טאָג פֿון חוֹדש, אַקעגן אָװנט, איז דער קָרבן-פֶּסַח צו גאָט. און אױפֿן פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש, איז דער יָום-טוב פֿון מצות צו גאָט; זיבן טעג זאָלט איר עסן מצות. אין ערשטן טאָג זאָל אַ הײליקע צונױפֿרופונג זײַן בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט זיבן טעג; אױפֿן זיבעטן טאָג איז אַ הײליקע צונױפֿרופונג; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך גיב אײַך, און איר װעט שנײַדן איר שניט, זאָלט איר ברענגען אַ גאַרב פֿון אײַער ערשטן שניט צום כֹּהן. און ער זאָל אױפֿהײבן די גאַרב פֿאַר גאָט, כּדי איר זאָלט באַװיליקט װערן; אױף מאָרגן נאָך דעם רוּטאָג זאָל זי דער כֹּהן אױפֿהײבן. און איר זאָלט מאַכן, אין דעם טאָג װאָס איר הײבט אױף די גאַרב, אַ שעפּס אָן אַ פֿעלער, אַ יאָריקן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט; און אַ שפּײַזאָפּפֿער דערצו, צװײ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט פֿאַר אַ געשמאַקן ריח; און אַ גיסאָפּפֿער דערצו, װײַן אַ פֿערטל הין. און ברױט, און געברענטע קערנער, און פֿריש זאַנגען, זאָלט איר ניט עסן ביז דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, ביז איר ברענגט דעם קָרבן פֿון אײַער גאָט; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות אין אַלע אײַערע װוינערטער. און איר זאָלט אײַך צײלן פֿון אױף מאָרגן נאָך דעם רוטאָג, פֿון דעם טאָג װאָס איר ברענגט די גאַרב פֿון אױפֿהײבונג; זיבן גאַנצע װאָכן זאָלן עס זײַן; ביז אױף מאָרגן נאָך דער זיבעטער װאָך זאָלט איר אָפּצײלן פֿופֿציק טעג, און ברענגען אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון דער נײַער תּבואה צו גאָט. איר זאָלט ברענגען פֿון אײַערע װוינערטער צװײ ברױטן פֿאַר אַן אױפֿהײבונג; פֿון צװײ צענטל זעמלמעל זאָלן זײ זײַן, געזײַערט זאָלן זײ געבאַקט װערן, אַן ערשטגאָב צו גאָט. און איר זאָלט ברענגען מיטן ברױט זיבן שעפּסן יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און אײן יונגן אָקס, און צװײ װידערס; זײ זאָלן זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט, מיט זײערע שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער – אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט. און איר זאָלט מאַכן אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און צװײ שעפּסן יאָריקע פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער. און דער כֹּהן זאָל זײ אױפֿהײבן מיט דעם ברױט פֿון דעם ערשטצײַטיקן, אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט, מיט די צװײ שעפּסן; הײליק זאָלן זײ זײַן צו גאָט, פֿאַרן כֹּהן. און איר זאָלט מאַכן אַן אױסרופונג אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג; אַ הײליקע צונױפֿרופונג זאָל זײַן בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. אַן אײביק געזעץ אין אַלע אײַערע װוינערטער אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות. און אַז איר שנײַדט דעם שניט פֿון אײַער לאַנד, זאָלסטו ניט דערענדיקן דעם עק פֿון דײַן פֿעלד בײַ דײַן שנײַדן, און דעם נאָכקלײַב פֿון דײַן שניט זאָלסטו ניט נאָכקלײַבן; פֿאַרן אָרימאַן און פֿאַרן פֿרעמדן זאָלסטו זײ איבערלאָזן: איך בין יהוה אײַער גאָט. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אין זיבעטן חוֹדש, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש, זאָל זײַן בײַ אײַך אַ רואונג, אַ דערמאָנונג דורך שאַלונג, אַ הײליקע צונױפֿרופונג. קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן, און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: אָבער אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חוֹדש איז דער טאָג פֿון פֿאַרגעבונג; אַ הײליקע צונױפֿרופונג זאָל זײַן בײַ אײַך, און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל, און ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. און קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, װײַל אַ טאָג פֿון פֿאַרגעבונג איז דאָס, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך פֿאַר יהוה אײַער גאָט. װאָרום יעטװעדער זעל װאָס װעט זיך ניט פּײַניקן אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק. און יעטװעדער מענטש װאָס װעט טאָן עפּעס אַן אַרבעט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג, יענע זעל װעל איך אונטערברענגען פֿון צװישן איר פֿאָלק. קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות אין אַלע אײַערע װוינערטער. אַ שבת פֿון רואונג איז עס פֿאַר אײַך; און איר זאָלט פּײַניקן אײַער זעל; אין נײַנטן טאָג פֿון חוֹדש אין אָװנט, פֿון אָװנט ביז אָװנט, זאָלט איר האַלטן אײַער שבת. און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חוֹדש איז דער יָום-טוב פֿון סוכּות זיבן טעג צו גאָט. אין ערשטן טאָג איז אַ הײליקע צונױפֿרופונג; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. זיבן טעג זאָלט איר ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט; אױפֿן אַכטן טאָג זאָל אַ הײליקע צונױפֿרופונג זײַן בײַ אײַך, און איר זאָלט ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט; אַ הײליקע אײַנזאַמלונג איז דאָס; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן. דאָס זײַנען די יָום-טוֹבים פֿון גאָט, װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן פֿאַר הײליקע צונױפֿרופונגען, צו ברענגען אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט, אַ בראַנדאָפּפֿער, און אַ שפּײַזאָפּפֿער, אַ שלאַכטאָפּפֿער, און גיסאָפּפֿער; װאָס פֿאַר איטלעכן טאָג, אין זײַן טאָג. אַחוץ די שבתים פֿון גאָט, און אַחוץ אײַערע גאָבן, און אַחוץ אַלע אײַערע נדרים, און אַחוץ אַלע אײַערע פֿרײַװיליקע קרבנות, װאָס איר װעט געבן צו גאָט. אָבער אין דעם פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חוֹדש, װען איר זאַמלט אײַן דעם אײַנטראָג פֿון לאַנד, זאָלט איר פֿײַערן דעם פֿײַערטאָג פֿון גאָט זיבן טעג; אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ רואונג, און אױפֿן אַכטן טאָג אַ רואונג. און איר זאָלט אײַך נעמען אין ערשטן טאָג פֿרוכט פֿון אַ שײנעם בױם, טײטלבלעטער, און צװײַגן פֿון אַ געדיכטן בױם, און װערבעס פֿון טײַך, און איר זאָלט זיך פֿרײען פֿאַר יהוה אײַער גאָט זיבן טעג. און איר זאָלט עס פֿײַערן אַ פֿײַערטאָג צו גאָט זיבן טעג אין יאָר; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות; אין זיבעטן חוֹדש זאָלט איר עס פֿײַערן. אין סוכּות זאָלט איר זיצן זיבן טעג; אַלע אײַנגעבאָרענע אין ישׂראל זאָלן זיצן אין סוכּות. כּדי אײַערע דוֹר-דוֹרות זאָלן װיסן, אַז אין בײַדלעך האָב איך געמאַכט זיצן די קינדער פֿון ישׂראל, װען איך האָב זײ אַרױסגעוציגן פֿון לאַנד מִצרַיִם: איך בין יהוה אײַער גאָט. און משה האָט אָנגעזאָגט די קינדער פֿון ישׂראל די יָום-טוֹבים פֿון גאָט. Chapter 24 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: באַפֿעל די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן דיר ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער לײַכטונג, אױף אָנצוצינדן אַ ליכט תּמיד. דרױסן פֿון דעם פָּרוֹכֶת פֿון געזעץ אין אוֹהל-מוֹעד זאָל עס אַהרן צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי פֿאַר גאָט תּמיד; אַן אײביק געזעץ אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות. אין דער רײנער מנוֹרה זאָל ער צוריכטן די רערלעך פֿאַר גאָט תּמיד. און זאָלסט נעמען זעמלמעל, און אױסבאַקן דערפֿון צװעלף חלות; פֿון צװײ צענטל זאָל זײַן יעטװעדער קהלה. און זאָלסט זײ לײגן אין צװײ רײען, זעקס אין אַ רײ, אױפֿן רײנעם טיש פֿאַר גאָט. און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף איטלעכער רײ לױטערן װײַרױך, כּדי עס זאָל זײַן צו דעם ברױט פֿאַר אַ דערמאָנונג, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט. שבת אין שבת זאָל ער עס אױסלײגן פֿאַר גאָט תּמיד; פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אַן אײביקער בונד. און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער, און זײ זאָלן עס עסן אין אַ הײליקן אָרט, װאָרום אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס, װאָס געהערט צו אים פֿון די פֿײַעראָפּפֿער פֿון גאָט; אַן אײביק רעכט. און דער זון פֿון אַ פֿרױ פֿון ישׂראל, װאָס איז געװען דער זון פֿון אַ מאַן אַ מִצרי, איז אַרױסגעגאַנגען צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; און דער זון פֿון דער פֿרױ פֿון ישׂראל און אַ מאַן פֿון ישׂראל האָבן זיך געקריגט אין לאַגער. און דער זון פֿון דער פֿרױ פֿון ישׂראל האָט געלעסטערט דעם נאָמען, און געשאָלטן, און מע האָט אים געבראַכט צו משהן. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען שלוֹמית, די טאָכטער פֿון דִברין, פֿון שבט דָן. און מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין װאַך, ביז מע װעט זײ באַשײדן לױט דעם מױל פֿון גאָט. האָט גאָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: פיר אַרױס דעם װאָס האָט געשאָלטן, אױסן לאַגער, און אַלע װאָס האָבן געהערט זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף זײַן קאָפּ, און די גאַנצע עדה זאָל אים פֿאַרשטײנען. און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן, אַזױ צו זאָגן: יעטװעדער מאַן װאָס װעט שילטן זײַן גאָט, זאָל טראָגן זײַן זינד. און דער װאָס לעסטערט דעם נאָמען פֿון יהוה, זאָל טײטן געטײט װערן; פֿאַרשטײנען זאָל אים פֿאַרשטײנען די גאַנצע עדה; װי דער פֿרעמדער אַזױ דער אײַנגעבאָרענער, אַז ער לעסטערט דעם נאָמען, זאָל ער געטײט װערן. און אַז אַ מאַן װעט דערשלאָגן עמיצן אַ מענטשן צום טױט, זאָל ער טײטן געטײט װערן. און דער װאָס דערשלאָגט אַ בהמה צום טױט, זאָל זי אָפּצאָלן; אַ לעבן פֿאַר אַ לעבן. און אַז אַ מאַן װעט מאַכן זײַן חבר אַ מום, זאָל געטאָן װערן צו אים אַזױ װי ער האָט געטאָן: אַ בראָך פֿאַר אַ בראָך, אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן; אַזױ װי דער מום װאָס ער װעט מאַכן דעם מענטשן, אַזױ זאָל געמאַכט װערן צו אים. יאָ, דער װאָס דערשלאָגט אַ בהמה מוז זי אָפּצאָלן; און דער װאָס דערשלאָגט אַ מענטשן מוז געטײט װערן. אײן געזעץ זאָל זײַן בײַ אײַך, װי דער פֿרעמדער אַזױ זאָל זײַן דער אײַנגעבאָרענער, װאָרום איך בין יהוה אײַער גאָט. און משה האָט גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן אַרױסגעפירט דעם װאָס האָט געשאָלטן אױסן לאַגער, און האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן. Chapter 25 און גאָט האָט גערעדט צו משהן אױפֿן באַרג סינַי, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך גיב אײַך, זאָל דאָס לאַנד האַלטן אַ שבת צו גאָט. זעקס יאָר זאָלסטו פֿאַרזײען דײַן פֿעלד, און זעקס יאָר זאָלסטו אַרומשנײַדן דײַן װײַנגאָרטן, און אײַנזאַמלען דעם אײַנטראָג דערפֿון. אָבער אױפֿן זיבעטן יאָר זאָל זײַן אַ שבת פֿון רואונג פֿאַרן לאַנד, אַ שבת צו גאָט; דײַן פֿעלד זאָלסטו ניט פֿאַרזײען, און דײַן װײַנגאָרטן זאָלסטו ניט אַרומשנײַדן. דעם נאָכװוּקס פֿון דײַן שניט זאָלסטו ניט שנײַדן, און די טרױבן פֿון דײַנע ניט באַשניטענע װײַנשטאָקן זאָלסטו ניט האַרבסטן; אַ יאָר פֿון רואונג זאָל עס זײַן פֿאַרן לאַנד. און די שבת-פֿרוכט פֿון לאַנד זאָל זײַן פֿאַר אײַך צום עסן: פֿאַר דיר, און פֿאַר דײַן קנעכט, און פֿאַר דײַן דינסט, און פֿאַר דײַן געדונגענעם, און פֿאַר דײַן אײַנגעװאַנדערטן, װאָס האַלט זיך אױף בײַ דיר; און פֿאַר דײַן בהמה, און פֿאַר דער חיה װאָס אין דײַן לאַנד, זאָל זײַן איר גאַנצער אײַנטראָג צום עסן. און זאָלסט דיר אָפּצײלן זיבן שבתים יאָרן, זיבן מאָל זיבן יאָר; און די טעג פֿון די זיבן שבתים יאָרן װעלן דיר זײַן נײַן און פֿערציק יאָר. דענצמאָל זאָלסטו אַרױסלאָזן אַ שאַלונג פֿון שוֹפֿר; אין זיבעטן חוֹדש, אין צענטן טאָג פֿון חוֹדש, אום יָום-כּפּור, זאָלט איר אַרױסלאָזן אַ שוֹפֿר אין אײַער גאַנצן לאַנד. און איר זאָלט הײליקן דאָס פֿופֿציקסטע יאָר, און אױסרופֿן אַ פֿרײַלאָזונג אין לאַנד פֿאַר אַלע אירע באַװוינער; יוֹבל זאָל עס אײַך זײַן; און איר זאָלט אײַך אומקערן איטלעכער צו זײַן אײגנטום, און איטלעכער צו זײַן משפּחה זאָלט איר אײַך אומקערן. יוֹבל זאָל דאָס פֿופֿציקסטע יאָר אײַך זײַן; איר זאָלט ניט זײען, און ניט שנײַדן זײַנע נאָכװוּקסן, און ניט האַרבסטן זײַנע ניט באַשניטענע װײַנשטאָקן. װאָרום יוֹבל איז דאָס; הײליק זאָל עס אײַך זײַן; פֿון פֿעלד אַראָפּ זאָלט איר עסן זײַן תּבואה. אין דעם דאָזיקן יאָר פֿון יוֹבל זאָלט איר אײַך אומקערן איטלעכער צו זײַן אײגנטום. און אַז איר װעט פֿאַרקױפֿן אַ פֿאַרקױפונג צו דײַן חבר, אָדער קױפֿן פֿון דער האַנט פֿון דײַן חבר, זאָלט איר ניט נאַרן אײנער דעם אַנדערן. לױט דער צאָל פֿון די יאָרן נאָכן יוֹבל זאָלסטו קױפֿן פֿון דײַן חבר; לױט דער צאָל פֿון תּבואה-יאָרן זאָל ער דיר פֿאַרקױפֿן. לױט דער מערקײט פֿון די יאָרן זאָלסטו מערן דעם מקח דערפֿון, און לױט דער מינערקײט פֿון די יאָרן זאָלסטו מינערן דעם מקח דערפֿון; װאָרום די צאָל פֿון תּבואות פֿאַרקױפֿט ער דיר. און איר זאָלט ניט נאַרן אײנער דעם אַנדערן, און זאָלסט מוֹרא האָבן פֿאַר דײַן גאָט, װאָרום איך בין יהוה אײַער גאָט. און איר זאָלט טאָן מײַנע חוקים, און היטן מײַנע געזעצן, און זײ טאָן, כּדי איר זאָלט זיצן אױף אײַער לאַנד אין זיכערקײט. און דאָס לאַנד װעט געבן איר פֿרוכט, און איר װעט עסן צו זאַט, און װעט זיצן אין זיכערקײט דערױף. און אַז איר װעט זאָגן: װאָס װעלן מיר עסן אין זיבעטן יאָר? מיר װעלן דאָך ניט זײען, און ניט אײַנזאַמלען אונדזער תּבואה? װעל איך באַפֿעלן מײַן ברכה אױף אײַך אין דעם זעקסטן יאָר, און עס װעט ברענגען תּבואה פֿאַר דרײַ יאָר. און אַז איר װעט זײען אױפֿן אַכטן יאָר, װעט איר עסן פֿון דער תּבואה, דאָס אַלטע; ביזן נײַנטן יאָר, ביז עס קומט זײַן תּבואה, װעט איר עסן דאָס אַלטע. און די ערד זאָל ניט פֿאַרקױפֿט װערן אױף אײביק, װאָרום צו מיר געהערט די ערד; װאָרום פֿרעמדע און אײַנגעװאַנדערטע זײַט איר בײַ מיר. און אין דעם גאַנצן לאַנד פֿון אײַער אײגנטום זאָלט איר געבן דער ערד אַן אױסלײַזונג. אַז דײַן ברודער װעט אָרים װערן, און װעט פֿאַרקױפֿן פֿון זײַן אײגנטום, זאָל קומען זײַן קרוב װאָס איז דער נענטסטער צו אים, און אױסלײזן דעם פֿאַרקױף פֿון זײַן ברודער. און אַז אַ מאַן װעט ניט האָבן קײן אױסלײזער, אָבער זײַן האַנט װעט װערן פֿאַרמעגלעך, און ער װעט צונױפקריגן גענוג עס אױסצולײזן, זאָל ער באַרעכענען די יאָרן פֿון זײַן פֿאַרקױפונג, און צוריקצאָלן דעם רעשט צו דעם מאַן װאָס ער האָט צו אים פֿאַרקױפֿט; און ער זאָל זיך אומקערן צו זײַן אײגנטום. אױב אָבער זײַן האַנט קען ניט צונױפקריגן גענוג אים צוריקצוצאָלן, זאָל זײַן פֿאַרקױף בלײַבן אין דער האַנט פֿון דעם װאָס האָט עס געקױפֿט, ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל, און אום יוֹבל זאָל עס אַרױסגײן; און ער זאָל זיך אומקערן צו זײַן אײגנטום. און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרקױפֿן אַ װוינהױז אין אַ שטאָט מיט אַ מױער, זאָל זײַן אױסלײזרעכט זײַן ביז עס ענדיקט זיך דאָס יאָר פֿון זײַן פֿאַרקױפונג; אַ יאָר זאָל זײַן זײַן אױסלײזרעכט. אױב אָבער עס װעט ניט אױסגעלײזט װערן ביז עס װערט פול דערױף אַ גאַנץ יאָר, זאָל דאָס הױז װאָס אין דער שטאָט װאָס האָט אַ מױער, בלײַבן אױף אײביק בײַ דעם װאָס האָט עס געקױפֿט, אױף זײַנע דוֹר-דוֹרות; עס זאָל ניט אַרױסגײן אום יוֹבל. אָבער די הײַזער פֿון די דערפֿער, װאָס האָבן ניט קײן מױער רונד אַרום, זאָלן צוגערעכנט װערן צום פֿעלד פֿון לאַנד; זײ זאָלן האָבן אַן אױסלײזונג, און אום יוֹבל זאָלן זײ אַרױסגײן. און די שטעט פֿון די לוִיִים, די הײַזער פֿון די שטעט פֿון זײער אײגנטום – די לוִיִים האָבן אַן אײביק אױסלײזרעכט. און אַז מע װעט קױפֿן פֿון די לוִיִים, זאָל דאָס פֿאַרקױפֿטע הױז אין דער שטאָט פֿון זײַן אײגנטום אַרױסגײן אום יוֹבל, װאָרום די הײַזער פֿון די שטעט פֿון די לוִיִים דאָס איז זײער אײגנטום צװישן די קינדער פֿון ישׂראל. אָבער דאָס פֿעלד פֿון דעם פֿרײַען פּלאַץ אַרום זײערע שטעט קען ניט פֿאַרקױפֿט װערן, װאָרום אַן אײביק אײגנטום איז דאָס זײ. און אַז דײַן ברודער װעט אָרים װערן, און זײַן האַנט װעט זײַן געפאַלן בײַ דיר, זאָלסטו אים אױפֿהאַלטן װי אַ פֿרעמדן און אײַנגעװאַנדערטן, אַז ער זאָל קענען לעבן בײַ דיר. זאָלסט ניט נעמען פֿון אים צינזן אָדער מערונג, און זאָלסט מוֹרא האָבן פֿאַר דײַן גאָט; כּדי דײַן ברודער זאָל קענען לעבן בײַ דיר. זאָלסט אים ניט געבן דײַן געלט אױף צינזן, און דײַן עסנװאַרג זאָלסטו ניט געבן אױף מערונג. איך בין יהוה אײַער גאָט װאָס האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, אײַך צו געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, אײַך צו זײַן צום גאָט. און אַז דײַן ברודער װעט אָרים װערן בײַ דיר, און װעט זיך פֿאַרקױפֿן צו דיר, זאָלסטו ניט אַרבעטן מיט אים אַזױ װי מע אַרבעט מיט אַ קנעכט. װי אַ געדונגענער, װי אַן אײַנגעװאַנדערטער, זאָל ער זײַן בײַ דיר; ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל זאָל ער דינען בײַ דיר. דענצמאָל זאָל ער אַרױסגײן פֿון דיר, ער און זײַנע קינדער מיט אים, און ער זאָל זיך אומקערן צו זײַן משפּחה, און צו דעם אײגנטום פֿון זײַנע עלטערן זאָל ער זיך אומקערן. װאָרום מײַנע קנעכט זײַנען זײ, װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם; זײ טאָרן ניט פֿאַרקױפֿט װערן װי מע פֿאַרקױפֿט אַ קנעכט. זאָלסט ניט געװעלטיקן איבער אים מיט האַרטיקײט, און זאָלסט מוֹרא האָבן פֿאַר דײַן גאָט. און דײַן קנעכט און דײַן דינסט, װאָס װעלן זײַן בײַ דיר – פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך, פֿון זײ זאָלט איר קױפֿן אַ קנעכט אָדער אַ דינסט. און אױך פֿון די קינדער פֿון די אײַנגעװאַנדערטע װאָס האַלטן זיך אױף בײַ אײַך, פֿון זײ קענט איר קױפֿן, און פֿון זײערע משפּחות װאָס בײַ אײַך, װאָס זײ האָבן געבאָרן אין אײַער לאַנד; און זײ קענען אײַך װערן צום אײגנטום. און איר קענט זײ לאָזן בירושה צו אײַערע קינדער נאָך אײַך, צו אַרבן פֿאַר אַן אײגנטום; אױף אײביק קענט איר אַרבעטן מיט זײ; אָבער איבער אײַערע ברידער, די קינדער פֿון ישׂראל, אײנער איבערן אַנדערן, זאָלט איר ניט געװעלטיקן מיט האַרטיקײט. און אַז די האַנט פֿון דעם פֿרעמדן אָדער דעם אײַנגעװאַנדערטן בײַ דיר װעט װערן פֿאַרמעגלעך, און דײַן ברודער װעט אָרים װערן לעבן אים, און װעט זיך פֿאַרקױפֿן צו דעם אײַנגעװאַנדערטן פֿרעמדן בײַ דיר, אָדער צו אַן אָפּשטאַם פֿון אַ פֿרעמדנס משפּחה, קען ער, נאָכדעם װי ער האָט זיך פֿאַרקױפֿט, האָבן אַן אױסלײזונג; אײנער פֿון זײַנע ברידער קען אים אױסלײזן; אָדער זײַן פֿעטער, אָדער זײַן פֿעטערס זון קען אים אױסלײזן, אָדער עמיצער אַ לײַב-קרוב פֿון זײַן משפּחה קען אים אױסלײזן; אָדער, אױב זײַן האַנט װערט פֿאַרמעגלעך, קען ער זיך אַלײן אױסלײזן. און ער זאָל זיך אױסרעכענען מיט זײַן קױפֿער, פֿון דעם יאָר װאָס ער האָט זיך פֿאַרקויפֿט צו אים ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל, און דאָס געלט פֿון זײַן פֿאַרקױפונג זאָל אױסגעװאָרפֿן װערן לױט דער צאָל פֿון יאָרן; אַזױ װי די טעג פֿון אַ געדונגענעם זאָל זײַן װאָס ער איז אָפּגעװען בײַ אים. סײַ עס זײַנען נאָך דאָ פֿיל יאָרן, זאָל ער לױט זײ צוריקצאָלן פֿון זײַן קױפגעלט פֿאַר זײַן אױסלײזונג, און סײַ עס זײַנען געבליבן װינציק יאָרן ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל, זאָל ער זיך מיט אים אױסרעכענען; װי נאָך זײַנע יאָרן זאָל ער צוריקצאָלן פֿאַר זײַן אױסלײזונג. אַזױ װי אַ געדונגענער פֿון יאָר צו יאָר זאָל ער זײַן בײַ אים; ער זאָל ניט געװעלטיקן איבער אים מיט האַרטיקײט פֿאַר דײַנע אױגן. און אױב ער װעט ניט אױסגעלײזט װערן אױף די דאָזיקע אוֹפַנים, זאָל ער אַרױסגײן אין יאָר פֿון יוֹבל, ער און זײַנע קינדער מיט אים. װאָרום צו מיר זײַנען די קינדער פֿון ישׂראל קנעכט; מײַנע קנעכט זײַנען זײ, װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם: איך בין יהוה אײַער גאָט. Chapter 26 איר זאָלט אײַך ניט מאַכן אָפּגעטער, און אַ געשניצטן געץ און אַ זײַלשטײן זאָלט איר אײַך ניט אױפֿשטעלן, און אַ שטײנבילד זאָלט איר ניט שטעלן אין אײַער לאַנד, זיך צו בוקן פֿאַר אים, װאָרום איך בין יהוה אײַער גאָט. מײַנע שבתים זאָלט איר היטן, און פֿאַר מײַן הײליקטום זאָלט איר האָבן אָפּשײַ: איך בין יהוה. אױב איר װעט גײן אין מײַנע חוקים, און היטן מײַנע געבאָט, און זײ טאָן, װעל איך געבן אײַערע רעגנס אין זײער צײַט, און די ערד װעט געבן איר תּבואה, און דער בױם פֿון פֿעלד װעט געבן זײַן פֿרוכט. און דרעשן װעט גרײכן בײַ אײַך ביז האַרבסטן, און האַרבסטן װעט גרײכן ביז זריעה-צײַט; און איר װעט עסן אײַער ברױט צו זאַט, און זיצן אין זיכערקײט אין אײַער לאַנד. און איך װעל געבן שלום אין לאַנד, און איר װעט זיך לײגן, און קײנער װעט ניט שרעקן; און איך װעל אױסראָטן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד, און אַ שװערד װעט ניט דורכגײן אין אײַער לאַנד. און איר װעט נאָכיאָגן אײַערע פײַנט, און זײ װעלן פאַלן פֿאַר אײַך דורכן שװערד. און פינף פֿון אײַך װעלן נאָכיאָגן הונדערט, און הונדערט פֿון אײַך װעלן נאָכיאָגן צען טױזנט, און אײַערע פײַנט װעלן פאַלן פֿאַר אײַך דורכן שװערד. און איך װעל זיך קערן צו אײַך, און װעל אײַך פֿרוכפּערן און אײַך מערן, און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן בונד מיט אײַך. און איר װעט עסן אַלטע, גאָר אַלטע תּבואה , און איר װעט אַרױסראַמען די אַלטע פֿון װעגן דער נײַער. און איך װעל מאַכן מײַן רואונג צװישן אײַך, און מײַן זעל װעט אײַך ניט פֿאַראומװערדיקן. און איך װעל אומגײן צװישן אײַך, און װעל אײַך זײַן צום גאָט, און איר װעט מיר זײַן צום פֿאָלק. איך בין יהוה אײַער גאָט, װאָס האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם פֿון צו זײַן קנעכט צו זײ, און איך האָב צעבראָכן די שטאַנגען פֿון אײַער יאָך, און האָב אײַך געפירט מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ. אױב אָבער איר װעט ניט צוהערן צו מיר, און װעט ניט טאָן אַלע די דאָזיקע געבאָט, און אױב מײַנע חוקים װעט איר פֿאַראַכטן, און אױב מײַנע געזעצן װעט פֿאַראומװערדיקן אײַער זעל, ניט צו טאָן אַלע מײַנע געבאָט, כּדי איר זאָלט פֿאַרשטערן מײַן בונד, װעל איך אױך טאָן דאָס דאָזיקע צו אײַך: איך װעל אָנזעצן אױף אײַך אַ בהלה – די דער, און קדחת, װאָס מאַכן אױסגײן די אױגן און פֿאַרשמאַכטן די זעל. און איר װעט זײען אײַער זאָמען אומנישט, װאָרום אײַערע פײַנט װעלן עס אױפֿעסן. און איך װעל קערן מײַן פּנים אַקעגן אײַך, און איר װעט געשלאָגן װערן פֿאַר אײַערע פײַנט, און אײַערע שָׂונאים װעלן געװעלטיקן איבער אײַך; און איר װעט לױפֿן װען קײנער יאָגט אײַך ניט. און אױב איר װעט בײַ אַלעם דעם ניט צוהערן צו מיר, װעל איך אײַך זיבן מאָל מער שטראָפֿן פֿאַר אײַערע זינד. און איך װעל צעברעכן אײַער שטאָלצע מאַכט, און װעל מאַכן אײַער הימל אַזױ װי אײַזן, און אײַער ערד אַזױ װי קופּער. און אײַער כּוֹח װעט אַװעקגײן אומנישט, און אײַער ערד װעט ניט געבן איר תּבואה, און דער בױם פֿון לאַנד װעט ניט געבן זײַן פֿרוכט. און אױב איר װעט גײן מיר דערװידער, און װעט ניט װעלן צוהערן צו מיר, װעל איך זיבן מאָל מערן אױף אײַך שלעק, לױט אײַערע זינד. און איך װעל אָנשיקן אױף אײַך די חיה פֿון פֿעלד, און זי װעט אײַך באַרױבן פֿון קינדער, און פֿאַרשנײַדן אײַערע בהמות, און אײַך פֿאַרמינערן; און אײַערע װעגן װעלן פֿאַרװיסט װערן. און אױב איר װעט דערמיט מיר ניט אױסגעמוסרט װערן, און איר װעט גײן מיר דערװידער, װעל איך אױך גײן אײַך דערװידער, און איך אױך װעל אײַך שלאָגן זיבן מאָל פֿאַר אײַערע זינד. און איך װעל ברענגען אױף אײַך אַ שװערד, װאָס װעט זיך נוֹקם זײַן די נקמה פֿון דעם בונד, און איר װעט זיך פֿאַרקלײַבן אין אײַערע שטעט. און איך װעל אָנשיקן אַ מגפה צװישן אײַך, און איר װעט געגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם פײַנט. אַז איך װעל אײַך צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט, װעלן צען װײַבער באַקן אײַער ברױט אין אײן אױװן, און זײ װעלן אָפּברענגען אײַער ברױט אױפֿן װאָג, און איר װעט עסן און ניט זאַט װערן. און אױב איר װעט נאָך דעם ניט צוהערן צו מיר, און איר װעט גײן מיר דערװידער, װעל איך גײן אײַך דערװידער מיט גרימצאָרן, און איך אױך װעל אײַך שטראָפֿן זיבן מאָל פֿאַר אײַערע זינד. און איר װעט עסן דאָס פֿלײש פֿון אײַערע זין, און דאָס פֿלײש פֿון אײַערע טעכטער װעט איר עסן. און איך װעל פֿאַרטיליקן אײַערע במות, און װעל פֿאַרשנײַדן אײַערע זונזײַלן, און אַהינטאָן אײַערע פּגרים אױף די פּגרים פֿון אײַערע געצן, און מײַן זעל װעט אײַך פֿאַראומװערדיקן. און איך װעל מאַכן פֿון אײַערע שטעט אַ חורבן, און װעל פֿאַרװיסטן אײַערע הײליקטומען, און װעל ניט שמעקן אײַערע געשמאַקע ריחות. און איך װעל פֿאַרװיסטן דאָס לאַנד, און אײַערע פײַנט װאָס זיצן דערין, װעלן גאַפֿן איבער איר. און אײַך װעל איך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און איך װעל אַרױסציען נאָך אײַך אַ שװערד, און אײַער לאַנד װעט זײַן אַ װיסטעניש און אײַערע שטעט װעלן זײַן אַ חורבן. דענצמאָל װעט דאָס לאַנד אָפּצאָלן אירע שבתים – אַלע טעג װאָס עס װעט װיסט זײַן, און איר װעט זײַן אין דעם לאַנד פֿון אײַערע פײַנט; דענצמאָל װעט דאָס לאַנד רוען, און באַצאָלן אירע שבתים. אַלע טעג װאָס עס װעט װיסט זײַן, װעט עס רוען װי עס האָט ניט גערוט אין אײַערע שבתים, װען איר זײַט געזעסן דערױף. און די װאָס װעלן בלײַבן פֿון אײַך, װעל איך אַרײַנברענגען אַ שרעקעדיקײט אין זײער האַרצן, אין די לענדער פֿון זײער פײַנט, און זײ װעט נאָכיאָגן דער שאָרך פֿון אַ געטריבענעם בלאַט, און זײ װעלן לױפֿן װי מע לױפֿט פֿון שװערד, און פאַלן װען קײנער יאָגט ניט. און זײ װעלן געשטרױכלט װערן אײנער אָן אַנדערן, אַזױ װי פֿאַרן שװערד, װען קײנער יאָגט ניט; און איר װעט ניט האָבן קײן תּקומה פֿאַר אײַערע פײַנט. און איר װעט אונטערגײן צװישן די פֿעלקער, און דאָס לאַנד פֿון אײַערע פײַנט װעט אײַך אױפֿעסן. און די געבליבענע פֿון אײַך װעלן אײַנגײן פֿאַר זײער זינד אין די לענדער פֿון אײַערע פײַנט; און אױך פֿאַר די זינד פֿון זײערע עלטערן װעלן זײ אײַנגײן אַזױ װי יענע. און זײ װעלן זיך מוֹדה זײַן אױף זײערע זינד, און אױף די זינד פֿון זײערע עלטערן, אין זײער פֿעלשונג, װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר, און אױך װאָס זײ זײַנען געגאַנגען מיר דערװידער; װאָס דערפֿאַר בין איך אױך זײ געגאַנגען דערװידער, און האָב זײ געבראַכט אין דעם לאַנד פֿון זײערע פײַנט. אױב זײער אומבאַשניטן האַרץ װעט דענצמאָל װערן אונטערטעניק, און זײ װעלן דענצמאָל האָבן אָפּגעצאָלט פֿאַר זײערע זינד, װעל איך זיך דערמאָנען אָן מײַן בונד מיט יעקבן, און אױך אָן מײַן בונד מיט יצחקן, און אױך אָן מײַן בונד מיט אַברהמען װעל איך זיך דערמאָנען, און אָן דעם לאַנד װעל איך זיך דערמאָנען. װאָרום דאָס לאַנד װעט זײַן פֿאַרלאָזן אָן זײ, און װעט אָפּצאָלן אירע שבתים, װען עס װעט זײַן װיסט אָן זײ; און זײ װעלן אָפּצאָלן פֿאַר זײערע זינד; װײַל און באַװײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע חוקים האָט פֿאַראומװערדיקט זײער זעל. אָבער אַפֿילו דענצמאָל, װען זײ װעלן זײַן אין דעם לאַנד פֿון זײערע פײַנט, װעל איך זײ ניט פֿאַראַכטן, און װעל זײ ניט פֿאַראומװערדיקן, זײ צו פֿאַרלענדן, צו פֿאַרשטערן מײַן בונד מיט זײ, װאָרום איך בין יהוה זײער גאָט. און איך װעל זיך דערמאָנען פֿון זײערטװעגן אָן דעם בונד מיט די ערשטע, װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם פֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער, זײ צו זײַן צום גאָט: איך בין יהוה. דאָס זײַנען די חוקים און די געזעצן און די לערנונגען װאָס גאָט האָט געגעבן צװישן אים און צװישן די קינדער פֿון ישׂראל אױפֿן באַרג סינַי דורך דער האַנט פֿון משהן. Chapter 27 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז אַ מאַן װעט קלאָר אַרױסרעדן אַ נדר פֿון נפשות צו גאָט, לױט דײַן שאַצונג, זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿאַר אַ זָכר פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און ביז זעכציק יאָר אַלט – זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿופֿציק שֶקל זילבער, אױפֿן הײליקן שֶקל. און אױב דאָס איז אַ נקבה, זאָל דײַן שאַצונג זײַן דרײַסיק שֶקל. און אױב פֿון פינף יאָר אַלט און ביז צװאַנציק יאָר אַלט, זאָל דײַן שאַצונג זײַן, אַ זָכר צװאַנציק שֶקל, און פֿאַר אַ נקבה צען שֶקל. און אױב פֿון אַ חוֹדש אַלט און ביז פינף יאָר אַלט, זאָל דײַן שאַצונג זײַן, אַ זָכר פינף שֶקל זילבער, און פֿאַר אַ נקבה זאָל דײַן שאַצונג זײַן דרײַ שֶקל זילבער. און אױב פֿון זעכציק יאָר אַלט און העכער, אױב אַ זָכר, זאָל דײַן שאַצונג זײַן פֿופֿצן שֶקל, און פֿאַר אַ נקבה צען שֶקל. און אױב ער איז צו אָרים פֿאַר דײַן שאַצונג, זאָל מען אים שטעלן פֿאַרן כֹּהן, און דער כֹּהן זאָל אים אָפּשאַצן; לױט װי עס פֿאַרמאָגט די האַנט פֿון דעם װאָס טוט דעם נדר, זאָל אים אָפּשאַצן דער כֹּהן. און אױב דאָס איז אַ בהמה װאָס מע איז מקריבֿ דערפֿון אַ קָרבן צו גאָט, זאָל אַלץ װאָס ער גיט פֿון אַזעלכע צו גאָט, זײַן הײליק. ער טאָר עס ניט טױשן און טאָר דאָס ניט אומבײַטן, בעסערס אױף ערגערן, אָדער ערגערס אױף בעסערן; און אױב אומבײַטן װעט ער אומבײַטן אַ בהמה פֿאַר אַ בהמה, זאָל אי זי אי איר אומבײַט זײַן הײליק. און אױב דאָס איז װאָסער עס איז אומרײנע בהמה, װאָס מע איז דערפֿון ניט מקריבֿ אַ קָרבן צו גאָט, זאָל ער שטעלן די בהמה פֿאַרן כֹּהן, און דער כֹּהן זאָל זי אָפּשאַצן, אױב זי איז גוט אָדער שלעכט; אַזױ װי דו, דער כֹּהן, שאַצסט, אַזױ זאָל זײַן. און אױב אױסלײזן װיל ער זי אױסלײזן, זאָל ער צולײגן אַ פינפֿטל דערפֿון צו דײַן שאַצונג. און אַז אַ מאַן װעט הײליקן זײַן הױז הײליק צו גאָט, זאָל עס דער כֹּהן אָפּשאַצן, אױב עס איז גוט אָדער שלעכט; אַזױ װי דער כֹּהן װעט עס אָפּשאַצן, אַזױ זאָל באַשטײן. און אױב דער װאָס הײליקט עס װיל אױסלײזן זײַן הױז, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פינפֿטל פֿון דעם געלט פֿון דײַן שאַצונג, און עס זאָל בלײַבן בײַ אים. און אױב פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום װעט אַ מאַן הײליקן צו גאָט, זאָל דײַן שאַצונג זײַן לױט דער זריעה דערפֿון: די זריעה פֿון אַ חוֹמֶר גערשטן אין פֿופֿציק שֶקל זילבער. אױב ער װעט הײליקן זײַן פֿעלד פֿון דעם יאָר פֿון יוֹבל, זאָל עס באַשטײן לױט דײַן שאַצונג. און אױב ער װעט הײליקן זײַן פֿעלד נאָכן יוֹבל, זאָל אים דער כֹּהן באַרעכענען דאָס געלט לױט דער צאָל פֿון די יאָרן װאָס זײַנען געבליבן ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל, און אַן אַראָפּרעכענונג זאָל געמאַכט װערן פֿון דײַן שאַצונג. און אױב אױסלײזן װיל אױסלײזן דאָס פֿעלד דער װאָס הײליקט עס, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פינפֿטל פֿון דעם געלט פֿון דײַן שאַצונג, און עס זאָל זיך אָפּשטעלן בײַ אים. אױב אָבער ער װעט ניט אױסלײזן דאָס פֿעלד, אָדער אױב מע האָט פֿאַרקױפֿט דאָס פֿעלד צו אַן אַנדער מענטשן, קען עס מער ניט אױסגעלײזט װערן. און דאָס פֿעלד, װען עס גײט אַרױס אום יוֹבל, זאָל זײַן הײליק צו גאָט, אַזױ װי אַ פֿעלד פֿון חרם; צום כֹּהן זאָל געהערן דאָס אײגנטום דערפֿון. און אױב ער װעט הײליקן צו גאָט זײַנס אַ געקױפֿט פֿעלד, װאָס איז ניט פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום, זאָל אים דער כֹּהן באַרעכענען דעם באַטרעף פֿון דײַן שאַצונג ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל, און ער זאָל געבן דײַן שאַצונג אין דעם אײגענעם טאָג, הײליק צו גאָט. אין יאָר פֿון יוֹבל זאָל דאָס פֿעלד זיך אומקערן צו דעם װאָס ער האָט עס פֿון אים געקױפֿט, װאָס צו אים געהערט דאָס אײגנטום פֿון דעם לאַנד. און דײַן יעטװעדער שאַצונג זאָל זײַן אױפֿן הײליקן שֶקל; צװאַנציק גֵרָה זאָל זײַן דער שֶקל. אָבער אַ בכָור צװישן בהמות, װאָס געהערט דורך זײַן בכוֹרהשאַפֿט צו גאָט, אים דאַרף קײנער ניט הײליקן; סײַ אַן אָקס, סײַ אַ שעפּס, געהערט ער צו גאָט. און אױב פֿון אַן אומרײנער בהמה, זאָל מען אױסלײזן לױט דײַן שאַצונג, און צולײגן דערצו אַ פינפֿטל דערפֿון; און אױב ער װעט ניט אױסגעלײזט װערן, זאָל ער פֿאַרקױפֿט װערן לױט דײַן שאַצונג. אָבער קײן חרם װאָס עמיצער װעט מאַכן חרם צו גאָט, פֿון אַלץ װאָס ער האָט, פֿון מענטשן, אָדער פֿון בהמות, אָדער פֿון דעם פֿעלד פֿון זײַן אײגנטום, קען ניט פֿאַרקױפֿט װערן, און ניט אױסגעלײזט װערן; איטלעכער חרם איז אַ הײליקסטע הײליקײט צו גאָט. קײן חרם װאָס װעט געמאַכט װערן חרם פֿון מענטשן, קען ניט אױסגעלײזט װערן; טײטן מוז ער געטײט װערן. און איטלעכער מעשׂר פֿון דער ערד, פֿון זאָמען פֿון דער ערד, פֿון פֿרוכט פֿון בױם, געהערט צו גאָט; הײליק צו גאָט. און אױב אױסלײזן װיל אַ מאַן אױסלײזן טײל פֿון זײַן מעשׂר, זאָל ער צולײגן דערצו אַ פינפֿטל דערפֿון. און איטלעכער מעשׂר פֿון רינדער און שאָף – פֿון אַלץ װאָס גײט אונטער דער רוט, זאָל דער צענטער זײַן הײליק צו גאָט. מען זאָל ניט נאָכזוכן אױב ער איז גוט אָדער שלעכט, און מע זאָל אים ניט אומבײַטן; און אױב אומבײַטן װעט מען אים אומבײַטן, זאָל אי ער אי זײַן אומבײַט זײַן הײליק; ער קען ניט אױסגעלײזט װערן. דאָס זײַנען די געבאָט װאָס גאָט האָט געבאָטן משהן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל אױפֿן באַרג סינַי.